איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק, חתונה געהאט, באשאנקען געווארן מיט עטליכע זיסע קינדערלעך ב"ה, געלערנט אין כולל, און צו דער זייט געלייזט אפאר טאלער פון קליינע ארבעטס געלעגנהייטן דא און דארט. די הוצאות זענען געווארן געדעקט, און דאס איבריגע האט מען אוועקגעלייגט מיטן ציל צו קענען קויפן א הויז איין טאג.
פון שטענדיג אן האב איך געהאט א שטארקע תשוקה צו גיין וואוינען אין ארץ ישראל, מיין רבי און קהילה זענען אין ארץ ישראל, און עטליכע יאר נאך דער חתונה האט זיך ענדליך געמאכט א פאסיגע געלעגנהייט אויסצופירן מיין וואונטש, און אונזער משפחה'לע האט זיך אריבערגעצויגן צום אנדערן זייט אטלאנטיק.
פארשטייט זיך אז די אונטערנעמונג איז ווייט נישט אנגעקומען גרינג, "ארץ ישראל נקנית ביסורים" האט זיך געשפירט אויף די אייגענע ביינער, אבער ב"ה אז קוקנדיג אויפן גרויסן בילד האט זיך דער טויש ארויסגעוויזן אלס גינסטיג פון אלע צדדים.
דאס געלט וואס מיר האבן באוויזן אפצושפארן דורכאויס די יארן, האבן מיר אצינד געוואלט נוצן פארן צוועק פון קויפן אן אייגענעם דאך איבערן קאפ, און טאקע נאך עטליכע חדשים אין וועלכע מיר האבן געוואוינט אין א ירושלימ'ער לעכל, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף דער יארכע צו זוכן אן אנשטענדיגע וואוינונג.
פאר מיר און מיין בני בית איז געווען שווער דאס וואוינען אין דער פיר און צוואנציג שטונדיגער ווירבלעריי וואס ירושלים עיר הקודש ברענגט מיט זיך, דערפאר האבן מיר געווארפן אונזער אויסוואל אויף דער שטאט ביתר, וועלכע געפינט זיך היפש נאנט צו ירושלים (אונטער 15 מינוט אוועק), אבער עס איז פארט פיל רואיגער, מיט שיינע פאנאראמעס, א פולשטענדיגע שטאט מיט אלע געברויכן, ווי אויך פארמאגט דאס חסידות וואו איך געהער – אמשינוב – א גרויסע אנוועזנהייט דארט.
צוערשט האבן מיר געפלאנט גלייך צו קויפן א דירה אין ביתר, אבער נאכן זיך מוטשענען צו טרעפן עפעס פאסיג, האבן מיר באשלאסן קודם צו דינגען, און איינמאל מיר וועלן זיין לאקאל, וועט זיין פיל לייכטער צו זוכן דאס וואס מיר דארפן. אומר ועושה, מיר האבן שנעל געטראפן א רחבות'דיגע דירה מיט א קורצן קאנטראקט פון א יאר, און דער בעל הבית האט אונז קלאר געמאכט אז אזויווי ער וויל עווענטועל איבערבויען די דירה פאר זיינע געברויכן, וועלן מיר נישט קענען פארלענגערן דעם קאנטראקט. פון אונזער זייט איז דאס געווען אינגאנצן אקעי, וויבאלד מיר האבן דאך מילא געפלאנט צו קויפן עפעס אייגנס אין דער נאנטער צוקונפט.
ב"ה אז די איינגלידערונג אין ביתר איז אריבער געשמירט, אלעס האט זיך שנעל געסעטלט, און מיר האבן זיך ווידער געטראפן אינעם שטייגערליכן שוואונג פונעם לעבן, ווען צו דער זייט האלטן מיר אונזערע אויגן אפן צו קענען אויפכאפן אויב עס קומט ארויף א פאסיגע הייזקע אויפן מארקעט.
אזוי ווי אין אמעריקע, אזוי אויך אין ביתר, האמיר אייביג אריינגענומען געסט, מיט דער צייט האבן בחורים זיך איינגעלאדנט צו די שבת סעודות, און פון וואך צו וואך איז דער ציבור געוואקסן. געווען אזעלכע וואס זענען געקומען ווייל ערגעץ אנדערש האט מען זיי נישט אריינגעלאזט, און אנדערע זענען געקומען פשוט ווייל ביי זיי אין שטוב האט דאס עסן נישט געקלעקט אנצופילן דעם געברויך פונעם מאגן (יא, פארהאן גענוג אזעלכע אין ארצינו הקדושה)...
איך האב הנאה געהאט צו קענען צושטעלן עסן פאר אידן ווי כלבא שבוע אין זיינער צייט, און אזוי אויך האט דאס ווי נישט ווי אריינגעברענגט א דערהויבנקייט ביי די סעודות, ווען די גאנצע קבוצה האט געזונגען אינאיינעם די זמירות, אדער זיך איינגעהערט אין מיינע תורות.
נאך עטליכע חדשים זוכן א דירה אין דער לענג און ברייט פון ביתר, האבן מיר אנערקענט אז מיר טאפן א וואנט. דער אויסוואל פון דירות לויט אונזער אמעריקאנער טעם איז ענג, אליין נאכגיין די פארקויפער איז א נערוון-קריכנדע און ענדלאזע אקטיוויטעט, און רעקרוטירן א בראוקער איז אן אפקומעניש, וואס מיר אריגינעלע אמעריקאנער האבן נישט געוואוסט וויאזוי צו פארדייען, זייענדיג צוגעוואוינט צו באקומען סערוויס – א זאך וואס קען נוצן א היפשער תיקון אין אונזער הייליג לאנד...
דער קאנטראקט פון אונזער געדינגענע אפארטמענט האט געהאלטן ביים אפלויפן, און דער לענדלארד האט שוין אפילו נישט מרמז געווען, נאר גראב און אפן פארלאנגט אז מיר מוזן זאפארט אפפוצן פון זיין שטח. נאך א היציגן דין ודברים האבן מיר באוויזן צו פארלענגערן דעם קאנטראקט פאר נאך א יאר, מיט א הייסער צוזאג אז ווי נאר מיר טרעפן א צווייטן דאך איבערן קאפ, געבן מיר אים גלייך איבער די שליסלעך.
זעענדיג אז גארנישט ערנסט רוקט זיך נישט אינערהאלב אונזער דירה-זוכעריי, און די צייט לויפט אויס, האב איך אויף דעם ראט פון עטליכע חברים זיך אנגעהויבן אומקוקן אויף דער נייער שכונה, רמה ד' אין בית שמש, וועלכע געפינט זיך אומגעפער א האלבע שעה פון ביתר, און כאטש וואס עס איז מיר נישט געווען געשמאק שלום צו מאכן מיטן געדאנק אז מיר דארפן זיך ווידער ציען צו א נייער שטאט און זיך בא'יושב'ן פון פריש, האט אבער אונזער נויט געבראכן אייזן.
פון נאכאמאל גיין דינגען א דירה קורצטערמיניג בין איך שוין געווען אפגעבריט נאך מיין ערפארונג מיטן יעצטיגן לענדלארד, און סתם אזוי האבן מיר שוין געוואלט אנקומען אל המנוחה ואל הנחלה איינמאל פאר אלעמאל.
ווי נאר מיר האבן איבערגעטראטן די שטאט בית שמש, האבן אונזערע אויגן אויפגעלאכטן אנטדעקנדיג דעם שלל פון גאר גוטע דירות, וואס האבן פיל בעסער געפאסט פאר אונזער גאטונג און געברויכן, און גאנץ שנעל האבן מיר געמאכט א באשלוס אויף איין דירה אז דאס וועט זיין אונזער היים בעז"ה.
אלס די מינימום אחריות, האב איך נישט געוואלט אונטערשרייבן דעם קאנטראקט פאר דער דירה, איידער איך באשטעטיג א וועג וויאזוי מיין אוועקגעלייגטע געלט פארן דאון פעימענט גייט אנקומען אויף ארץ ישראל.
איך האב זיך געוואנדן צו א גוטער חבר מיינער פון אמעריקע מיטן נאמען ר' יעקב, וואס קען זיך אויס מיט די זאכן. ער האט זיך געוואנדן צו זיין שווער'ס א פריינט, ר' ברוך וועלכער האלט זיך פאר א גרויסער עסקן, פאליטיקאנט און נגיד, און צו דער זייט איז ער אויך באקאנט ביי מאנכע אלס דער פאסיגער אדרעס צו אריבער שיקן געלט פון אמעריקע קיין ארץ הקודש.
מיר האבן אויסגעשטעלט א קלארן פלאן אז מיין חבר ר' יעקב וועט זיין דער "שליש", ער וועט איבערגעבן די פעקלעך קעש פאר זיין שווער, און ווי נאר ער באשטעטיגט ביי מיר אז דאס געלט איז אריינגעקומען אין מיין אקאונט דאהי, וועט זיין שווער איבערגעבן דאס פעקל פארן אויבנדערמאנטן איד.
נאכן קלארשטעלן אלע דעטאלן, בין איך געגאנגען חתמ'ענען מיט א רואיג הארץ, פארשטייט זיך נאכן אויסארבעטן מיט די בית שמש'ער טענענטס אז די דירה מוז זיין ליידיג ביז סוף יאר. אלעס האט געשטימט אויפן פאפיר, און אונזער שמחה איז געווען עד לב השמים, אז ב"ה מיר האבן זוכה געווען איינצוהאנדלען א נחלה אין ארץ ישראל און מיר וועלן שוין קומען אל המנוחה ואל הנחלה. מיר האבן ארויסגעקוקט אז ענדליך וועלן מיר קענען וואוינען געמיטליך, און זיך איינלעבן אין דער נייער שטאט מיט שכנים, מוסדות, בתי מדרשים אא"וו.
אבער פון דאן איז מיין לעבן געווארן אלעס אויסער געמיטליך.
וויבאלד דער מעמד חתימה איז פארגעקומען אום צום גדליה, איז נישט געווען צופיל צייט אינמיטן דעם פארנומענעם יום טוב-שבת סעזאן, צוצולייגן קאפ צו די געלטער וואס האבן שוין געזאלט אנקומען, און די שלעפעריי האט נישט געצויגן קיין פארדאכט.
מוצאי סוכות האט שוין אבער דער מצב אנגעהויבן ווערן אביסל געדרוקט, וויבאלד מיר האבן געדארפט נאכקומען די פעימענט דעדליין קורץ דערויף, און רעכענענדיג די שטאטע ביוראקראטיע פון די היזיגע בענק, איז מען ממש געבליבן אן קיין צייט צו זשאלעווען.
און דא האט זיך אנגעהויבן די חתונה...
פלוצלינג בין איך געוואויר געווארן אז מיין טייערע אפגעשפארטע געלט פון אפאר יאר ארבעט איז שוין געפארן ווייטער צו די הענט פון ר' ברוך, כאטש וואס קיין פעני פון אים האט זיך נאכנישט באוויזן אויף מיין באנק סטעיטמענט.
כ'האב פארפעלט א הארץ קלאפ.
דאן האט דער איד גענומען מיר מיט מיין חבר ר' יעקב אויף א שווינדלדיגע רייד, ווען יעדן אינדערפרי האט ער גע'דרשנ'ט איבער איין מהלך וויאזוי צו שיקן דאס געלט, און ביז ביינאכט האט ער שוין כלומר'שט געארבעט אויף נאך דריי מהלכים וויאזוי דאס אויסצוארבעטן.
איך האב פרובירט צו קומען מיט מיינע וועגן און געדאנקען, אבער עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. איך האב אנערקענט אז איך האנדל מיט נישט קיין לייכטער מענטש, א שווערער כאראקטער וואס אלעס מוז גיין גענוי לויט זיין וועג, איך האב אבער נאכנישט געכאפט אז דער מצב איז מיין ערגסטער קאשמאר וואס קען נאר זיין...
ער האט די גאנצע צייט אנגעשטעלט א שפיל און שטעלט נאך אלץ אן די שפיל ווי כאילו דאס געלט איז פארהאלטן געווארן דורך דער באנק אין ארץ ישראל, דאן האט ער אנגעבליך פרובירט צו טראנספערירן געלט דורך אנדערע קאנטעס וואס ער פארמאגט, שפעטער האט ער גאר באשטימט א 'ווייער' פון זיין אמעריקאנער באנק צו אן אינטערנאציאנאלער קאנטע, און יעדן טאג האט ער פארשפראכן אז "זארג נישט, עס וועט זיין מסודר, איך נעם אחריות אז אויב עס וועט זיין שאדן וועל איך באצאלן".
אבער ווען דער דעדליין האט זיך דערנענטערט האב איך פעסט אנגעהויבן זארגן, און נישט אומזיסט. פארוואס זאל איך אים געטרויען אז שאדנס וועט ער מיר באצאלן, ווען אפילו מיין אייגענע געלט קען איך נישט ארויסזען פון אים? פון אלע פארשפראכענע 'ווייערס' האט זיך אויסגעלאזט א זערא באלאנס.
יעדן איינציגן טאג אן אויסנאם, פאר דריי וואכן אין א צי, האט דער הארצלאזער רשע באוויזן מיר צו פארזיכערן טאג איין טאג אויס אז אכט אזייגער אינדערפרי איז דאס געלט ביי מיר.
איך בין געבליבן אויף נאכט נאך נאכט, די גאנצע נאכט, צו קענען אויפלאזן און טראנספערן די געלט גלייך אינדערפרי כדי נאכצוקומען דעם פעימענט דאטום, אבער אכט אזייגער איז געקומען און געגאנגען, והכסף איננו.
פארשטייט זיך אז דעמאלט איז דאך שוין נישט געווען שייך אים צו כאפן, ווייל אין אמעריקע איז שוין געווען איינס אזייגער ביינאכט, און בשעת וואס איך האב קוים באטאפט מיין קישן פאר יענע דריי וואכן, האט דער איד קיינמאל חלילה נישט פארשפעטיגט זיין 'בעד טיים' צייט פון עלף אזייגער אויפן האר.
ווען ער האט זיך ענדליך דערוועקט נאך א גוטן נאכט-שלאף, בשעת וואס איך מיט מיין חבר האבן נישט געקענט פארמאכן קיין אויג, האב איך זיך געבעטן ביי אים ער זאל קוקן וואס גייט פאר, אבער קודם האט ער געדארפט "אפאר מינוט" אויפצושטיין, וואס האט זיך זעלבסטפארשטענדליך פארצויגן צו עטליכע לאנגע שטונדן, און ענדליך שפעט נאכמיטאג איז ער אויפגעקומען מיט א נייעם וואונדערליכן מהלך, וואס איז כלומר'שט אריין אין קראפט, און דאס האט מיר געזאלט בארואיגן פאר נאך עטליכע שעה, איך זאל קענען כאפן עטוואס א דרימל, ביז דער קומענדיגער אויסווארטונג אויף די געלט וואס איז קיינמאל נישט אנגעקומען וחוזר חלילה.
איך האב געפילט ווי איך שפיי בלוט און איך גיי אראפ פון גראדן זינען.
צוביסלעך האב איך מער און מער געכאפט מיט וועם איך האנדל דא, און איך האב אנגעהויבן ווערן היסטעריש. דא האב איך שוין גע'חתמ'עט אויף א דירה, איינגעצאלט געלט מיט ארומיגע הוצאות פון ארום $120,000, און איך דארף דאס געלט פארן דאון פעימענט, אבער עס ליגט נאך בכלל נישט אין מיינע הענט.
מיין חבר ר' יעקב איז ערשט געווארן ווילד, באשרייענדיג דעם איד מיט קולות וברקים, אבער ער האט זיך נישט גערירט.
מיין קאפ האט נישט געוואלט טראכטן אין דער גניבה ריכטונג, און עס איז אויך געווען שווער צו גלייבן. דא פארקויפט ער זיך ווי א נגיד, וויפיל מען האט זיך נאכגעפרעגט אויף אים האט קיינער נישט געוואוסט צו דערציילן אז דער מענטש זאל איינעם האבן בא'גנב'עט, אבער איך שטיי הילפלאז, און ער עקשנ'ט זיך אן קיין הסבר נישט ארויסצוגעבן מיין געלט ווי א נארמאלער מענטש.
ביי א געוויסן פונקט האב איך אויפגעגעבן אויף זיין כסדר'דיגע ראט וויאזוי אריבערצופירן דאס געלט קיין ארץ ישראל, איך האב זיך בלויז געבעטן ביי אים, "געב מיר צוריק מיין געלט!". איך האב געוויינט, געשריגן, זיך געבעטן ווי א שנארער, איך האב נישט געהאט קיין טאג און קיין נאכט פון אנגעצויגנקייט, די פארלוירנקייט וואס איך האב געשפירט איז געווען מאקסימאל, איך האב נישט געזען קיין וועג ארויס פונעם פלאנטער.
איך בין א פשוטער יונגערמאן, איך ארבעט שווער פאר מיין פרנסה, ענדליך נאך אפאר יאר האב איך אנגעקליבן גענוג געלט פאר א דירה, מיט גרויס מי געטראפן את שאהבה נפשי, אלעס האט געקלאפט אויפן פאפיר, און אט זע איך פאר מיינע אויגן ווי מיין גאנצע פלאג ווערט אויס... די צער און עגמת נפש איז אומבאשרייבליך.
איך האב בשום אופן נישט געקענט פארשטיין פארוואס א מיטליעריגער אנגעזעענער איד, אן אזוי-גערופענער עסקן וואס איז "גוט מיט די גוטע", פארמאגט הייזער אין בארא פארק, אפסטעיט, פלארידע און ווער ווייסט וואו נאך, דארף צוקומען צו מיינע אויסגעזויגענע צוויי הונדערט טויזנט דאלאר.
נאך דריי וואכן האב איך רעאליזירט אז איך בין דא מיאוס אריינגעפאלן, און אויף דער גוטהייסונג פון מיין רבי'ן שליט"א, האב איך אין א מוצאי שבת געכאפט א פליגער און געקומען צופליען קיין אמעריקע.
זונטאג פארמיטאג האב איך קאנפראנטירט מיין לעבנס-רויבער פנים אל פנים, אויסגיסנדיג מיין ווייטאג און כעס אויף זיין ברוטאליטעט, ארומ'חוש'נדיג מיט מיר אן קיין רחמנות. זיין געזיכט איז געבליבן גלייכגילטיג, ער האט מיר געפרעגט, "דו האלטסט אז איך בין א גנב? טרעף מיר איינער וואס זאל זאגן אויף מיר אז איך בין א גנב"...
ער האט ווייטער געסקעדשועלט זיצונגען איבער דער נושא, און אויפגעקומען מיט געניאלע עצות, אבער איך האב שוין געוואוסט גארנישט צו ערווארטן, איך האב געשריגן צו אים מיט א הייזעריגן שועת עניים וצעקת הדל אז איך דארף נישט גארנישט פון אים, געב מיר נאר צוריק מיין געלט.
אבער גארנישט, דער איד רירט זיך נישט. די געלט איז ביים אים.
די עולה איז הימל-שרייענד: איך האב אים געגעבן א פערטל מיליאן דאלער, און דאס געלט איז איינפאך קיינמאל נישט איבערגעגעבן געווארן אין מיינע הענט.
מען רעדט נישט דא פון קיין אנגעזעצטע השקעה, און נישט פון קיין הלואה לאורך הזמן.
פשוט, איך האב אים געגעבן דאס געלט אין אמעריקע, און ער האט מיר תיכף געדארפט איבערגעבן דאס געלט אין ארץ ישראל, אבער די מעשה האט זיך אפגעשטעלט דארטן, און ווארשיינליך האט דער איד אריינגעקעשט מיינע שווייס דורכגעווייקטע באנקנאטן פאר זיינע אייגענע צרכים.
בלויז פון דעם אונטערשייד וויפיל דער דאלאר איז געפאלן קעגן דעם שקל וואלוטע דורכאויס דער צייט, האב איך שוין פארלוירן נאך פופצן טויזנט דאלאר.
איך האב אנגעהויבן טון וואס איך קען, מיט מיין אינדיווידואלע כוחות דריי איך איבער יעדע שטיין, כ'רוף אן וועם כ'טראכט נאר ער קען מיר אפשר העלפן.
איך בין אנגעקומען צו זיינע רבנים, זיינע חברים, קרובים, מיין מאמע האט זיך אפילו אויסגעוויינט צו זיין ווייב, וועלכע איז געווען טאטאל שאקירט פון דער מעשה, אבער זייט דעמאלט הייבט זי מער נישט אויף דעם טעלעפאן.
אצינד ארבעט איך ווייטער אויף עטליכע פראנטן, א חשובע איד וואס האט עפעס אן השפעה אויף דעם גרויזאמען רויבער האט זיך אריינגעמישט און ער פרובירט צו מאכן סדר, אבער קיין זכר פון קיין ישועה איז דערווייל נאכנישט דא.
שרייבנדיג די שורות האט קיין איין בא'גזל'טער גרייצער זיך נאכנישט אומגעקערט צו מיינע הענט!!!
זעענדיג כי כלתה אליו הרעה, און ווי זיין גאנצער בית המדרש בארעדט אים, האט זיך מיסטער ברוך אויפגעהויבן און אפגעטראגן קיין פלארידע פארן וויקענד, צו פארמיידן די גרויסע בזיונות, אבער טראץ דעם שווערן דרוק וואס איך פרוביר צו לייגן אויף אים פון אלע זייטן, האב איך נאך ליידער קיין תוצאות נישט געזען.
מיין בראך איז אומגעהויער גרויס, איך האב שוין איינגעצאלט געלט פאר א דירה, פאר אן אדוואקאט, פאר א מארטגעדזש בראוקער, א באנק אפשאצער, אפגערעדט די שעות וואס איך האב אוועקגעגעבן פאר אלע טעכנישקייטן ארום. אינעם לעצטן חודש האב איך גארנישט געקענט ארבעטן, וואס דאס מיינט אז יעדן טאג האב איך פארלוירן פארדינסטן, און ווער ווייסט וויפיל קאסטומערס איך האב אנגעזעצט און פארלוירן אויף אייביג צוליב דער שווערער סיטואציע.
איך דארף ארויסגיין פון מיין יעצטיגע דירה אין געציילטע וואכן, איך וואלט יעצט געדארפט זיין פארנומען מיטן זיך פאקן און אריבערציען, אבער דערווייל וואנדער איך דא וואנזיניגערהייט אין אמעריקע נע ונד ווי אן אפגעריסענער…, פרובירנדיג אויף אלע אופנים ארויסצוזען כאטש א חלק פון מיין געלט פון דעם אומפארשעמטן שווינדלער.
ער הייבט ווייטער אויף טעלעפאנען, ער איז מיר מסביר שעות ארוכות וויאזוי איך בין שולדיג אין דעם וואס ער קען מיר נישט געבן די געלט, און מיט דעם וואס כ'לויף ארום בעטן הילף שיס איך מיך אליין אין די פיס...
אבער איך האב נאכנישט די פארלוירענע געלטער, וואס ווער ווייסט וואו דאס איז אהינגעקומען... און אויף וועלכע צוועקן ער האט דאס פארשווענדעט.
מיין ווייב איז דערווייל געבליבן אליין אין ארץ ישראל מיט די קינדער, עלנד אליין, אין דער צייט וואס סיי אירע עלטערן און סיי מיינע וואוינען אין אמעריקע.
דער מצב איז אנגעזעצט, זי וויינט צו מיר אויפן טעלעפאן איך זאל שוין אהיימקומען, און מיין הארץ פאלט איין ווען מיין טאכטער'ל פרעגט מיר צי איך געדענק נאך וויאזוי זי זעט אויס.
איך שפיר ווי מיין רעדל האט זיך געגעבן א 180 גראד דריי.
פון א אינגערמאן א בעל פרנסה בין איך פארוואנדלט געווארן אין א בעל חוב, עני ואביון;
איך דארף צוקומען צו אנדערע
איך יאג נישט אן צו ארבעטן מרוב טירדות
איך בלייב באלד אן קיין דאך איבערן קאפ
און איך ווייס נאכנישט וויאזוי איינצומעלדן פאר מיינע באליבטע קביעות'דיגע געסט אז די ברייטע סעודות זענען א פארגאנגענהייט און די טיר ווערט פארשפארט ביז דער קומענדיגער מעלדונג – ווער ווייסט ווען דאס וועט קומען...
איך בין צעבראכן אויף שברי שברים, איך שפיר ווי א דערטראנקענער אן קיין רעטונגס שטריק אויפן האריזאנט, מיין וועלט איז חרוב, אלעס אויף וואס איך האב זיך געפלאגט איז פארלוירן, ואנא אני בא.
כל הגוזל את חבירו אפילו שווה פרוטה הרי זה כאילו נוטל נשמתו, שפיר איך אויף מיר במלוא מובן המילה!
גרויסע ניסים דארף פאסירן זיך ארויסצוזען פון דעם צושטאנד, און דערווייל טרייסט איך זוך מיט דוד המלכ'ס ווערטער אין תהלים וואס זענען דאך אזוי צוגעפאסט צו מיין סיטואציע: "חַלְּצֵ֣נִי ה' מֵאָדָ֣ם רָ֑ע מֵאִ֖ישׁ חֲמָסִ֣ים תִּנְצְרֵֽנִי, אֲשֶׁ֤ר חָשְׁב֣וּ רָע֣וֹת בְּלֵ֑ב כָּל-י֝֗וֹם יָג֥וּרוּ מִלְחָמֽוֹת, שָֽׁנֲנ֣וּ לְשׁוֹנָם֮ כְּֽמוֹ-נָ֫חָ֥שׁ חֲמַ֥ת עַכְשׁ֑וּב תַּ֖חַת שְׂפָתֵ֣ימוֹ סֶֽלָה שָׁמְרֵ֤נִי ה' מִ֘ידֵ֤י רָשָׁ֗ע מֵאִ֣ישׁ חֲמָסִ֣ים תִּנְצְרֵ֑נִי אֲשֶׁ֥ר חָ֝שְׁב֗וּ לִדְח֥וֹת פְּעָמָֽי".
"כִּי־עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנֹכִי, וְלִבִּי חָלַל בְּקִרְבִּי, כְּצֵל־כִּנְטוֹתוֹ נֶהֱלָכְתִּי... כִּי־יַעֲמֹד לִימִין אֶבְיוֹן לְהוֹשִׁיעַ מִשֹּׁפְטֵי נַפְשׁוֹ".
מציל עני מחזק ממנו, ועני ואביון מגוזלו
ווער עס קען מיר ארויסהעלפן אין די נושא אשרי לו ואשרי חלקו!!!
פאר איך פארגעס, היינט האט ער אויך געדענקט צו זאגן און מסביר זיין אז ער ארבעט אויף דעם, און די געלט וועט שוין אט אט זיין ביי מיר...
און אז דאס וואס היינט איז עס נאכנישט ביי מיר, איז ווייל איך מאכן א גאנצע צייט צו עוועניו'ס...
וויאזוי קען א איד זיין אזוי הארץ לאז?
ווי קען א בשר ודם טון אזא זאך?
מען רעדט נישט פון קיין פרייע איד, מען רעדט פון א היימישע איד פון בארא פארק.