איך האב שוין כמה פעמים געהערט און געזעהן דעם טשעפע אויף הרב העכט, אבער דאס איז לא מיניה ולא מקצתיה. [עס קען זיין אנדערע טענות אויף הרב העכט, אבער דאס איז נישט קיין טענה], ליובאוויטש איז נישט קיין קולט. איך בין אקעגן ליובאוויטש גענוג און נאך, אבער קיין קולט איז עס נישט. למשל:התעוררות האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 2:43 pm עס איז דא א געוויסע קולט אין קראונהייטס וועלכע גלייבט אין א געוויסע טויטע רבי אז ער לעבט, זיי מאכן טעגליך אויף א וועג פאר אים ווען ער קומט אריין צום דאווענען, מען מאכט שטיל ווען ער איז עולה, ער טיילט וויין און דאלערס, און די קולט מיטגלידער טוען צודרייטע זאכן מיט דער הנחה אז ער לעבט
איך מיין אז הרב העכט זאל צום ערשט פראבירן צו באסטן קולטס אראונד די קארנער...
מען הערט נישט אונטער קיין טעלפוינען.
מען דעשרעקט נישט אז טאמער מען גייט אוועק איז מען א גוי.
מען זאגט נישט אז די גאנצע וועלט איז טמא, אדרבה האב ליב יעדן, יעדער איז גוט, נאר אמת'ע חסידות איז חב"ד, און אלעס איז חב"ד, די ערשטע און די לעצטע.
מען שלאגט נישט און מען פייניגט נישט, נישט בפועל און נישט במוח.
די סיסטעם פון חב"ד גייט שוין אן איבער 70 יאר, נאכנישט געהערט אז איינער זאל וועלן אנטלויפן, און מיט רציחה האלט מען אים אפ.
יעדער ארבעט לפרנסה פאר זיך.
זיי זענען געהעריג אפן צו די וועלט און צו אלע קהלות, זיי מעגן רעדן מיט יעדן, מען האט זיי נישט אפגעהאקט פון די וועלט.
נאכנישט געהערט אז איינער זאל זיך גט'ן ווייל די צד השני איז נישט חב"ד.
ער האט נישט געפראוועט קיין רשעות. נישט געריטן אויף צוקלאפטע נשמות. נאר צוגעצויגן בעבותות אהבה, און מיט דעם איז עס געבליבן, ס'האט זיך נישט געענדיגט ביי שלעכטיגקייט. איין זאך וואס מ'קען אנהענגן די מושג פון שלעכטיגקייט ביי אים, איז ביים איבערנעמען דאס רבנות פונעם שוואגער וכל המסתעף צו דעם, וואס ער דארף זיך היינט נישט שעמען פאר אנדערע חסידות'ער ופארטייען.
..........
אבער נאכאלץ נישט קיין איין סימן פון קולט.
איי אוועקגענומען די אייגענע דעת?, דאס איז חסידות, צו מבטל זיין דעם דעת צום רבי'נס דעת.
אוועקגענומען די בחירה? דאס קען מען דעבאטירן, און ווי איך פארשטיי באציעט מען זיך בעיקר אויף דעם, ווייל דאס איז וואס הרב העכט פוינט בעיקר. ס'איז אבער נאך אלץ אפן פאר דעבאטעס אין די מדריגות פון אוועקנעמען די בחירה, וויפיל און ווען און וויאזוי, אבער נאך אלץ נישט קיין קולט.
כן נראה לעניית דעתי השפל.
פאר מער האסטו דא [איך האב עס געלייענט שוין לאנג צוריק, ווען איך ליין עס ווען יעצט איבער וואלט איך געקענט שרייבן נאך חילוקים צווישן חב"ד און א קולט]