@מענדי קעניג זאגט נישט דא א ס'איז געווען בארעכטיגט.מענדי קעניג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 7:55 pmלכאורה די מעשה איז גיווען וויבאלד אין גוטאמאלא קען מען נישט עפענען א electric meter נאר מיט א גואטעמאלא ID ממילא האט מען אלעס גימאכט אויף גרים'ס נעמען. א ברירה האבן זיי נישט צו פיל געהאט ווי באלד מהאט זיי נישט גיבעטן קיין רענט פארן וואוינען אין בבל האבן זיי נישט גיקענט זאגן א פיפס וועגן הלוואות וואס מהאט ארויס גענימען אויף זייערע נעמען.כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 5:44 pm @משה יוסף מנחם העלבראנץ
איך זעה דער עולם פרעגט שאלות, לאמיר אייך אויך פרעגן א שאלה, אולי וועל איך קלארער ווערן.
מיין פראגע איז א חושן משפט שאלה. ווייל אלע שאלות אין אה"ע אדער אין הלכות שבת ווערט פארענטפערט בערך אזוי: עס איז געווען א צעטל אויפן וואנט וואס דארט שטייט די היתר, און געדענק נישט פונקטליך די היתר, רבנים מעגן לפי שעה, און אמעריקא וואלט מען אויך אזוי געטוהן, פיקוח נפש, עס איז דא א תירוץ אבער איך נישט וואס, ועוד ועוד. (נוסח הרבנית ראזנער תחי' וועלכע איז אין א 12 מינוטיגע ווידיאו מסביר אז בעצם האט אלעס אין לב טהור א ענטפער, נאר פשוט עס איז נישטא קיין 'צייט' צו ענטפערן ווייל מיר זענען זיייייייעעעעעררר פארנומען...)
מיין פראגע איז אין הלכות נגיבה וגזילה וחילול השם.
א חשובער איד, א גר צדק, וועלכע איז עטליכע יאר געווען א טייל פון ל"ט, בשעת ווען איז דארט אנגעקומען האט מען אים געבעטן זיין פאספארט, סאושעל און אלע זיינע דאקומענטן, און ער האט עס גערן געשאנקן, גלייבענדיג אז אידישע קינדער וועלן אים קיין שלעכסט נישט טוהן.
מען האט אים פון ל"ט ארויסגעווארפן אינאיינעם מיט אלע אנדערע גרים (וועל מיר נישט אריינגיין יעצט מיט וויפיל מידת הרציחה ושפיכות דמים דאס איז געווען באגלייט), פאר 6 יאר צוריק. למעשה דער איד איז שטארק נישט געזונט, זיין לעבן איז אין א סכנה, עס פאדערט זיך גאר אסאך געלט אים צו ראוועטען.
איינע פון די פעולות וואס מיר האבן לעצטענס געטוהן, איז געווען צו ארויס נעמען א הלואה פון די באנק לטובתו, און ביי א געוויסע מהלך, כמו אינשורענס דאהי. ביידע האבן צוריק געוויזן זיין בקשה, היות ער האט פארלוירן זיינע רעכטן און קרעדיט'ס ביי די רעגירונג. צוליב גרויסע חובות וואס ער האט פאר די רעגירונג. ולא ידע את נפשו ווייל ער האט נישט קיין שום אפענע ביל מיט קיינעם.
למעשה נאך א משא ומתן האט ער באקומען פון די באנק די ביל וואס ער איז שולדיג, שטעלט זיך ארויס אז די לעקטער פון גאנץ עיר בבל הבירה איז געווארן פארשריבן אויף זיין נאמען, כמובן בלי ידיעה ובלי רשות, און ער האט עס קיינמאל נישט באצאלט, א חשבון פון איבער הונדערט טויזענט קעצאלעס, ($14,000 בערך).
דער איד דרייט זיך ארום אן א קאפ, ער איז נעבעך זייער נישט געזונט, און דא האט ער פארלוירן זיינע מעגליכקייטן צו בארגן פון באנק, ועוד הרבה ענינים וואס ער האט יעצט א שווארצע קרעדיט און טוט אים שטערן פון אסאך עניני פרנסה.
איך האב געשיקט א מעסעדזש צו די לב טהור פירערשאפט, געוויסע האבן איגנארירט, איינער געענטפערט מורא'דיג קלוג, אז דער איד האט אסאך מער הנאה געהאט פון לב טהור ווי 14 אלפים...
במילא אזויווי די קוקטס מיר אויס דא צו זיין זייער א פארשטענדליכער, אולי קענסטו מיר מסביר זיין וויאזוי איז מעגליך אז אזא הייליגע חבורה, די איינציגסטע פלאץ ווי מען גייט אויפן דרך האמת, זאל קענען באגיין אזא עוולה נורא קעגן א איד, קעגן א גר צדק, קעגן א בלויזער מענטש, און קעגן די דרך התורה הקדושה.
ידידיך, המחכה לתשובה
IMG-20251104-WA0023.jpg
וועגן די בבל שטח, קודם כל האט י. ה. שוין צו גענימען א האלבע שטח. מיט די צווייטע האלב דארפן זיי באצאלן 200,000 Q פאר די tractor trailer company. נאך 120,000 Q פאר די Portable Restrooms קאמפעני, + 60,000 $ פאר א.ד. פאר די טיקעטס קיין kurdistan. + פאר די לויערס 100,000 Q.
לויטן חשבון דארף נאך איבער בלייבן א האלב מיליון $. איך גלייב אויב ער וועט לייגן די ריכטיגע פרעשער וועט ער קענען באקומען כאטש א חלק פון זיין חוב.
אה פארגעס נישט מיין טאטע איז שילדיג פאר איינעם אין בארא פארק איבער 30,000 $ פאר די מצה בעקריי וואס יעקב נחום האט עהם איינגערעדט צו מאכן א הלוואה און וועט קענען פארדינען דערויף מיליאנען...
ער זאגט נאר ווי אזוי האט מען זיי געצווינגען דאס צו טוהן.
אגב לפי תומו קומט ארויס, אז זיין טאטע האט מען אויכעט אנגעזייפט מיט $30,000 חובות.
ווער העלפט @מענדי קעניג אוועקשטעלן זיין משפחה אויף די פיס, ער מיט זיינער ברידער זענען די שטילע העלדן וואס אן קעפליך האבן ארויס גענומען צענדליגע נפשות קיין ניו יורק.
יעצט דארפן זיי אונזער הילף.
האט איינער א אנונג אז @מענדי קעניג פארט זיין קאר אן קיין אינשורענס, מיט 5 נישט באצאלטע טיקעטס, וואס דאס מיינט אז ס'דראורט עם ארעסטירט ווערן יעדער מאל ער פארט זיין קאר?
איינער ווייסט פארוואס?
פשוט ווייל די פאר הונדרעט דאללער האט ער אוועק געגעבן העלפן זיין משפחה אנקומען דאהו און טוהן וואס איז נאר שייך זיי מסדר צו זיין.
יא @על פי תורה האט עהם דארמאנט אין זיין באקאנטע "אינטערוויו" אז ער זיצט אפ חדשים דארטן, אבער כ'מיין אז מען הייבט נישט אן צו באגרייפן וואס א העלד מ'רעדט דא וועגען
די עולם דא באלעקט זיך מיט זיין אינפארמציא, דער עולם רופט זיך אן ווארעם.
דא אויף אידטיש האבן שוין זיך אסאך אנגערופן גאר ווארעם.
אבער מדארף נאך אסאך געלט
דא איז די לינק,
https://toirem.org/31069
דער וואס האט שוין געגעבן קען מקיים זיין נתן תתן אפילו מאה פעמים