כבין נישט דן לכף זכות. איך פארצייל פשוט די מעשה.כבוד מלכים האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 8:13 pm @מענדי קעניג
נעם אין אכט אז זיי האבן ארויף געלייגט די לעקטער ביל אויף זיין נאמען, א שטיק צייט נאכן פליען ווי א הונט פון דארט!!! (קוק די דאטום אינעם דאקומענט)
במילא ער וואוינט דארט בשעת מעשה, הער איך עטוואס די כף זכות, אבער נאכן ווארפן זאל מען זיך באלעקן מיט זיין נאמען??
גארנישט מיט רענט, ניטאמאל האט ער געוואוסט דערפון ביז לעצטענס.
און אז מען רעדט שוין פון רענט, די טעקא'ס האבן אלע פארקויפט זייערע דירות אדער פארשריבן פאר ל"ט, מיטן תירוץ אז מען וועט זיי שפייזן און אויסהאלטן בחינם, אבער דאן זענען זיי געפלויגן...
(יעצט נאכן וויסן זיין נאמען האב איך מער פרטים)
דעיע גר האט מען נישט ארויס גיווארפן מיט ביי יענע מעשה מיט אלע גרים. ער איז אוועק גיגאנגען פארדעם נאכך אסאך דרוק פון די הנהלה וועגן א געוויסע מעשה, ער פלעגט נאך קומען אפטן באזיכן ביז מהאט ארויס גיווארפן אלע גרים.
די electric meter האט ער אליינס ארויס גענימען אויף זיין נאמען ווען ער האט גיבויט זיין לאמינא הויז. דערנאך ווען ער איז אוועק גיגאנגען האט ער עס איבערגילאזט פאר א קרוב משפחה זיינס.
נאכדעם איז גיווען א תקופה וואס דעיע הויז איז גישטאנען ליידיג, שפעטער האט עס צוריק אנגעהויבן ניצן פאר צרכי רבים און דערנאך האט מען צו גיבויט נאך לאמינא הייזער ארום וואס אלע האבן גענימען לעקטער פון זיין גיוועזענע הויז.
סא קודם האט ער עס דווקא גילאזט אפן די meter פאר זיין קרוב משפחה וואס האט גילעבט אויף זיין חשבון, אבער פאר וואס האט ער עס נישט פארמאכט נאכדעם??
כקום נישט בארעכטיגן גנבנען יענעמס לעקטער אבער די עכטע שאלה איז אז א יעדע נארמאלע מענטש וואלט גיווען אזוי פיל אחריות'דיג צו פארמאכן זיין לעקטער אקאנט
Btw, כפיל עקסטער שלעכט פאר עהם ווייל די לעצטע 5 חדשים האב איך אריין גימאפט אין א נייע טענט ביי יענע געגנט ווי מיין לעקטער איז אויך געקומען פון עהם