כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3182

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

ש'כח @מענדי קעניג פארן אריינקומען אוועראל מיט קלארקייט און אפילו ארויסברענגען א צווייטע צד.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1349
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13846

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 5:54 pm
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 2:53 pm

לגבי מיין עיקר פוינט נקודה ב' וואס איך האב געשריבן האסטו נישט געענטפערט
כמיין כהאב דיר יא גיענפערט. לויט לב טהור האבן זיי אראפ גישטעלט א בי"ד וואס האט דן גיווען אין די נושא און מתיר גיווען אין דעם פאל. סהאט נישט צו טוהן מיט דעם אויב קיין איין גדול הדור האט דאס קיינ נישט מתיר גיווען פארדעם
[/quote]

האב איך דיר אויף דעם געענטפערט אז פונקט ווי א בי''ד קען נישט ארויסגעבן א פסק אז פון היינט און ווייטער מעג מען עסן טריפות אן זיך דארפן פארענטפערן פאר קיינעם, קען לב טהור בי''ד נישט מתיר זיין חדרב''ג אן זיך פארענטפערן אויף אזא אומדעהערטער היתר אויף אן איסור חמור. שטימט?
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 7:20 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 5:54 pm
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 2:53 pm לגבי מיין עיקר פוינט נקודה ב' וואס איך האב געשריבן האסטו נישט געענטפערט
כמיין כהאב דיר יא גיענפערט. לויט לב טהור האבן זיי אראפ גישטעלט א בי"ד וואס האט דן גיווען אין די נושא און מתיר גיווען אין דעם פאל. סהאט נישט צו טוהן מיט דעם אויב קיין איין גדול הדור האט דאס קיינ נישט מתיר גיווען פארדעם
האב איך דיר אויף דעם געענטפערט אז פונקט ווי א בי''ד קען נישט ארויסגעבן א פסק אז פון היינט און ווייטער מעג מען עסן טריפות אן זיך דארפן פארענטפערן פאר קיינעם, קען לב טהור בי''ד נישט מתיר זיין חדרב''ג אן זיך פארענטפערן אויף אזא אומדעהערטער היתר אויף אן איסור חמור. שטימט?

עי' שו"ת מהר"ם מרוטנבורג ד"פ סימן קנ"ג וסימן אלף י"ט אז רבינו תם, דער רשב"ם ועוד גדולים האבן זיך צאמגעזעצט מאכן א תקנה אז מען מעג נאר עובר זיין אויף א חדר"ג פון צוויי ווייבער מיט א היתר מאה רבנים און דוקא פון דריי באזונדערע לענדער, און עס שטייט בפירוש אין די לשון התקנה אז אפילו די היתר מאה רבנים איז נאר גילטיג מיט א קלארע הסבר פארוואס דא איז אן אויסנאם. אזוי אויך שטייט קלאר אז מען דארף משליש זיין א גט מיט די כתובה געלט.

גראדע וואס @מענדי קעניג זאגט בנוגע א יוצאת מדת ישראל טרעפט מען אזא זאך אמאל אין די פוסקים (כ'געדענק נישט אויף די מינוט וואו), אבער כמדומה לי אז אפילו דאס איז נאר ווען זי איז נישט גרייט צו נעמען א גט. (און דאס איז נאך פאר'ן אריינגיין אין די טפשות פון דערקלערן מרת טעללער א יוצאת מדת.)
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1349
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13846

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

Think and Thank האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 9:01 pm

יוצאת מדת ישראל איז סך הכל א סיבה צו מתיר זיין צו ניצן א היתר מאה רבנים, נישט ח''ו אז מען דארף בכלל נישט קיין היתר מאה רבנים.
טייערע חברים וועליכע זענען נאך ליידער אינעם כת לב טהור: איר לייקנט דאס, איר לייקנט יענץ, דא האט איר א בפירוש'דיגע גראבע עבירה געטון געווארן דורך די בי''ד פון לב טהור. איך בעט אייך ברחמים עפנט אייערע אויגן!
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
פינאַטשוָ
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:30 pm
Location: לאקאל
x 64

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פינאַטשוָ »

ביי דע וועי וואס טוט זיך למעשה מיט די משפחות אין קאלאמביע די עולם ווארט אויף א אפדעיט
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1649

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 5:29 pm
קרני פרה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 5:23 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 5:12 pm

לויט ווי איך ווייס, זיין זיידע האט גיהייסן העלברוין פון פוילין, פאר די מלחמה האט ער גיטוישט צו העלבראנץ כדי צו פאלשן זיינע דאקומענטן מזאל נישט וויסן אז ער איז א יוד. פון זיין מאמע'ס זייט איז ער זיכער א ספרדישע
יא אזוי האט ער פארקויפט ווען ער איז געקומען תש״ן אין אמעריקע ווען ער האט געוואלט מער אריינבלענדן צווישן די סאטמארע אונגארישע עולם
אין ארץ ישראל האט ער נאך געהייסן אלברנס א ספרדישע משפחה פון מוקדוניה
כמדומה משפחת אלבארנעס פון יוגוסלאביה - נישט קיין סתירה ס'איז איין געגענט - געווען דארט ספרדים און אשכנזים. פוילן זיכער נישט. אויך איז דא א פארצווייגטע אלבערנאס משפחה פון פארטוגעזישע אפשטאם, פון פארטוגאל - ספרד.

די דאקומענטן זענען נישט געווארן געפעלטש פאר די מלחמה, נאר אין די שפעטערע יארן ביים אייניקל און נישט ביים זיידן. נאכן פעלטשן האט מען אויך געוואוסט אז ער איז יוד.

עס דערמאנט די מעשה פון ר' מיכל'י מנתני', ווען מ'האט אים געכאפט מיט א פאלטשע פאספארט, "האב איך נישט געוואלט מאכן קיין חילול השם, האב איך נישט אויסגעזאגט אז איך בין א יוד"...
סתם פאר אביסל קלארקייט,

אמאל איז געווען א לאנד גערופן יוגוסלביה א פאראיין פון דרום סלאווישע לענדער, וואס האט זיך זייער נישט גוט גענדיגט…

איינע פון די לענדער איז ביים גרעניץ פון גריכענלאנד וואס הייסט היינט צוטאג צפון מוקדוניה. ביז דאן איז דאס געווען א חלק פון טערקיי.
דארט איז הונדערטער יארן געווען ספרדישע קהילות אבער אשכנזים האבן קיינמאל נישט דארט איבערגעטראטן, פון דארט קומט די משפחה דנן

ביים אנדערען עק יוגוסלביה ביים גרעניץ פון אונגארן איז געווען דאס וואס מען רופט היינט קראָאַטיע, בעפאר איז דאס געווען א חלק פון עסטרייך-אונגארן, דארט ביים גרעניץ איז דא א באנקאנטע שטאט מיטן נאמען זענטא מיט נאך אשכנזישע קהילות ותו לא מידי, ולא קרב זה אל זה כל היום וכל הלילה

אבער וויבאלד דעמאלט מ״ט נ׳ יארן זענען ביידע למעשה געווען אין יוגוסלביה האט ער געזאגט די משפחה קומט פון די זענטע געגענט…
אויף דעם האט מען געבויט א גאנצען בנין אז ארגינעל קומט מען פון די באקאנטע היילברוין משפחה פון פוילן פון דארט קיין זענטע וכו׳ וכו׳
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1189

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

► Show Spoiler
אפגעזעהן פון ווי ער שטאמט באמת זעהט אבער נישט אויס לויט זיינע התנהגות אז ער שטאמט בכלל פון מענטשן.
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2397

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 9:20 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 9:01 pm
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 7:20 pm

האב איך דיר אויף דעם געענטפערט אז פונקט ווי א בי''ד קען נישט ארויסגעבן א פסק אז פון היינט און ווייטער מעג מען עסן טריפות אן זיך דארפן פארענטפערן פאר קיינעם, קען לב טהור בי''ד נישט מתיר זיין חדרב''ג אן זיך פארענטפערן אויף אזא אומדעהערטער היתר אויף אן איסור חמור. שטימט?

עי' שו"ת מהר"ם מרוטנבורג ד"פ סימן קנ"ג וסימן אלף י"ט אז רבינו תם, דער רשב"ם ועוד גדולים האבן זיך צאמגעזעצט מאכן א תקנה אז מען מעג נאר עובר זיין אויף א חדר"ג פון צוויי ווייבער מיט א היתר מאה רבנים און דוקא פון דריי באזונדערע לענדער, און עס שטייט בפירוש אין די לשון התקנה אז אפילו די היתר מאה רבנים איז נאר גילטיג מיט א קלארע הסבר פארוואס דא איז אן אויסנאם. אזוי אויך שטייט קלאר אז מען דארף משליש זיין א גט מיט די כתובה געלט.

גראדע וואס @מענדי קעניג זאגט בנוגע א יוצאת מדת ישראל טרעפט מען אזא זאך אמאל אין די פוסקים (כ'געדענק נישט אויף די מינוט וואו), אבער כמדומה לי אז אפילו דאס איז נאר ווען זי איז נישט גרייט צו נעמען א גט. (און דאס איז נאך פאר'ן אריינגיין אין די טפשות פון דערקלערן מרת טעללער א יוצאת מדת.)
יוצאת מדת ישראל איז סך הכל א סיבה צו מתיר זיין צו ניצן א היתר מאה רבנים, נישט ח''ו אז מען דארף בכלל נישט קיין היתר מאה רבנים.
טייערע חברים וועליכע זענען נאך ליידער אינעם כת לב טהור: איר לייקנט דאס, איר לייקנט יענץ, דא האט איר א בפירוש'דיגע גראבע עבירה געטון געווארן דורך די בי''ד פון לב טהור. איך בעט אייך ברחמים עפנט אייערע אויגן!
און וואס לגבי די מעשה מיט יואל מארקוס גט. די לב טהור בי"ד האבן גי'חתמ'נט אויף בפירוש'ע שקרים בהוראת הגאון ר' יעקב נחום וויינגארטן....
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

@מענדי קעניג
איך בין שוין אינגאנצן צומישט
וויפיל מאל האט די אב״ד חתונה געהאט?
זיין ערשטע ווייב איז נאכאמאל חתונה געהאט?
ווער איז מרת עליאס?
ווער איז דער מתתיהו וועם מהאט נישט געטארט פארציילן?
איך האב פארשטאנען אז ער איז געוועהן חתונה געהאט צו מלכי מארגנשטערן. אמת אדער נישט? ווער איז זי?
וואר איז די פרוי וואס דו האסט געזאגט איז שוין עלטער פון האבן קינדער?
ער איז דאך אויך געוועהן חתונה געהאט צו העלבראנץ טאכטער.
קענסט ביטע אויסקלארן דא?
מרדכי היהודי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:40 am
x 32

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מרדכי היהודי »

מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 1:01 pm
לאגיק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 12:25 pm
וואס איז דא צו פארענטפערן, די היתר שטייט דאך דא קלאר: 'שטרייט זיך נישט מיט מיר, דאס איז פיקוח נפש'...
יעדער חדר יונגעל ווייסט אז פיקוח נפש איז דוחה שבת...

אוי רבוש"ע, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש, פיקוח נפש, מסירת נפש. די קאפ דרייט זיך שוין.
ס'אפשר כדאי ארויסצוברענגען דו עוולה און שקר וואס זיין פארקויפן, אז אויף אלא זייערע משוגעת'ן דארף מען האבן מסירת נפש. בשעת ווען אין אונזער תורה איז דא דריי זאכן וואס מדארף זיך מוסר נפש זיין, און אויף דו איבריגע שטייט וחי בהם
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2397

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

ממעמקים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 11:23 pm @מענדי קעניג
איך בין שוין אינגאנצן צומישט
וויפיל מאל האט די אב״ד חתונה געהאט?
זיין ערשטע ווייב איז נאכאמאל חתונה געהאט?
ווער איז מרת עליאס?
ווער איז דער מתתיהו וועם מהאט נישט געטארט פארציילן?
איך האב פארשטאנען אז ער איז געוועהן חתונה געהאט צו מלכי מארגנשטערן. אמת אדער נישט? ווער איז זי?
וואר איז די פרוי וואס דו האסט געזאגט איז שוין עלטער פון האבן קינדער?
ער איז דאך אויך געוועהן חתונה געהאט צו העלבראנץ טאכטער.
קענסט ביטע אויסקלארן דא?
די אב"ד האט חתונה גיהאט 3 מאל.
די ערשטע מיט די טאכטער פון קאשוי רב וואס אויף איר האט ער באקומען א היתר מאה רבנים צו חתונה האבן מיט זיין צווייטן ווייב די טאכטער פון שלמה העלבראנץ.
די דריטע מאל האט ער חתונה גיהאט מיט די גרושה פון הלל שמעון מלכה נאך פארן געבן געבן א גט פאר זיין צווייטן ווייב או קיין היתר מאה רבנים.

מתתיהו איז א גיטוישטע נאמען פון איינער וואס וואוינט היינט אין ניו יורק וועגן דעם גיי איך נישט שרייבן זיין עכטע נאמען ווער סווייסט ווייסט.
בשעת די חכם האט גיאסרט די פיש איז מתתיהו גיווען אין ניו יורק און ער האט ליידער נישט בייגישטאנען און ווייטער גיגעסן פיש, ווען ער איז צוריק צו בבל האט עהם די חכם באשטראפט מיט הייסן געבן א גט און איבער געבן די קאסטעדי פון זיינע קינדער פאר זיין ווייב. 2 חדשים נאכדעם ביי די קינדנעפינג מעשה האט עהם נחמן גיבעטן צו קומען העלפן און פאר באלוינוג וועט ער עהם צוריק לאזן צו די חבורה און צוריק חתונה האבן מיט זיין ווייב. סא זיין צווייטע חתונה איז גיווען די זעלבע וואך פון אהרן טעלערס דריטע חתונה.
קלאר?

מרת עליאס איז א עקסטרע מעשה פול מיט רשעות ווי יעקב נחום און נחמן האבן פארטריבן איר מאן און איר איינגירעדט אז איר מאן וויל קומען מיט די ציונים און אוועק כאפן ממילא האט זי גידארפט זיך אויסבאהאלטן.

מלכי מארגנשטערן איז דערווייל חתונה גיהאט צו מאיר רוזנער צום ערשטן מאל.
מרדכי היהודי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:40 am
x 32

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מרדכי היהודי »

@מענדי קעניג דו ווייסט וואספארע הילף דער חכם האט געדארפט פון מתתיהו?
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

די קלארקייט און סדר וואס @מענדי קעניג האט ביים שרייבן איז מוראדיג
שטארקע טאלאנט!
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 511

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

ייש״כ פארן ענטפערן יעדע זאך
פארוואס האט ער געדארפט א היתר מאה רבנים פאר זיין ערשטע ווייב?
שטילער ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 2:24 pm
x 35

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שטילער ניק »

@מענדי קעניג
די עולם האט הנאה אז די ביסט דא
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2397

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

מרדכי היהודי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:14 am @מענדי קעניג דו ווייסט וואספארע הילף דער חכם האט געדארפט פון מתתיהו?
מרעדט פון א יונגערמאן וואס וואוינט שוין דא א שיין שטיק צייט מיט קינדער אין מוסדות. עס איז נישט נוגע און עס איז נישט בארעכטיגט אריין צו גיין אין פרטים ברבים
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2397

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:25 am ייש״כ פארן ענטפערן יעדע זאך
פארוואס האט ער געדארפט א היתר מאה רבנים פאר זיין ערשטע ווייב?
זיין ערשטע ווייב און קינדער וואוינען דא אין ניו יורק כמיין אז סאיז נישט בארעכטיגט איינצוגיין און פרטים פון די מעשה ברבים
לאכעדיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:50 am
x 17

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאכעדיג »

וואס איז למעשה געווארן מיט די משפחות וואס זענען אנטלאפן יום טוב?
ברוך אברהם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 290

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 6:30 pm מיינע קשיות וואס איך האב געהאט לגבי די חתונה נאך ווען כבין גיווען אין לב טהור איז אזוי:

1- פאר וואס האט מען נישט פראבירט קודם אויף די נארמאלע וועג פון געבן א גט? מרת טעלער האט דאך זיך נישט קעגן גישטעלט.

2- אפילו אויב מרת טעלער וואלט זיך יא קעגן גישטעלט וואלט מען כאטש גידארפט משלשל זיין א גט.

3- וואס איז גיווען די יאגעניש צו די חתונה? אהרן טעלער האט דאך שוין גיהאט קינדער פארדעם, און זיין נייע ווייב איז מער נישט גיווען אין די עלטער פון האבן נאך קינדער.
דעיע פאקטן שפילן א שטארקע ראלע לגבי די הלכות ווען מאיז דן אין היתר חתונה האבן מיט 2 ווייבער.

4- נחמן העלבראנץ וואס איז נישט קיין מורה הוראה האט שוין מחליט גיווען אז די חתונה דארף זיין יענע נאכט, נאך פאר די בי"ד האבן זיך בכלל אראפ גיזעצן דן זיין אין די הלכה.

5- א קוירצע צייט פארדעם ווען ס'איז געווען די פרשה פון איסור המאכלים האט אהרן טעלער זיך קעגן גישטעלט קעגן געוויסע איסורים פון נחמן און ער איז באשטראפט גיווארן כולל צוגענימען זיינע פאסטן פון פסקנען שאלות (אויזער הלכות טהרה) וואס דאס איז גיווען די אנהייב קייטל וואס האט עהם צו גיברענגט צו פארלירן זיין ווייב און קינדער.
פון יענע סעקאנדע און ווייטער זענען אין אנדערע דיינים און לב טהור גיווארן לכאורה פסול צו פסקענען שאלות בנוגע נחמנ'ס אינטערעסן וועגן זיי זענען פערסנאל נוגע בדבר און האבן מורא פון אויס שטיין שווערע שטראפן.

6- די בי"ד וואס האבן מתיר גיווען אזא שווערן איסור זענען גיווען צוזאם גישטעלט פון 1 דיין מיט 2 הדיוטות. די סיבה פאר וואס זיי האבן נישט גענימען אלעזר רומפלער צו זיין א חלק פון די בי"ד איז גיווען ווייל יעקב נחום האט געווויסט אז ער וועט עס נישט מתיר זיין.
ווען סאיז דא א אופציאלע בי"ד אין שטאט ווי איז גיהערט גיווארן אז מען פיקט אויף הדיוטות אנשטאט ווייל מווייסט אז איינע פון די דיינים וועלן נישט געבן קיין היתר?

7- איך בין גיווען ביי די ישיבת בי"ד, סהאט גענימען ווייניגער פון 10 מיניט, מהאט בכלל נישט דן גיווען אין הלכות און די צדדים. משה יוסף האט זיך אנגעריפן אז היות מרת טעלער האט גערופן פאליציי שבת חנוכה אז די קינדער זענען נישט דא האט זי א דין פון א מוסר און א משומדת און ער האט אראפ גיברענגט א מאמר פון פאריגע פוסק אז די חרם דרבינו גרשון גייט נישט אן אויב די פרוי איז א יוצא מכלל ישראל.
אין מיין אויגן האט דאס אויסגיזעהן א ביטערע ליצנות ווי באלט נחמן האט גירעדט פארדעם מיט משה יוסף און עהם אנגיזאגט ווי אזוי צו פירן די ישיבת בי"ד און עס מאכן קוירץ און שארף אבי צו יוצא זיין.

8- נחמן איז גיווען די גרעסטע נוגע בדבר, ווי באלט סאיז דעמאלטס גיהייסן אז אהרן טעלער וועט דארפן פארן קיין ניו יורק עדות זאגן אין קורט לטובת לב טהור, און נחמן האט מורא געהאט אז אהרן טעלער וועט זיך מיישב זיין אין בלייבן אין ניו יורק מיט זיין ווייב און קינדער און ער וועט פארלירן זיין וויכטיגסטע עדות, ממילא האט מען עהם שנעל חתונה גימאכט כדי ער וועט מער נישט ווילן בלייבן וואוינען אין ניו יורק.

סדא נאך פרטים וואס כהאב שוין פארגעסן האפענטליך וועל איך זיך דערמאנען און אראפ שרייבן.
רוב מענטשן אין לב טהור האבן נישט ארויס אלע פרטים ווי באלט זיי האבן נישט מיט גיהאלטן די חתונה און די ישיבת בי"ד וועגן דעם גלייבן זיי אז זייערע בי"ד האט דאס מתיר גיווען מיט גירעכט לצורך העניין
העי........העי.......העי........
אביסל שטייטער, איך ווער דיזי פון אזויפיל דיטעילס אויסגאפקט אויף איין מאל.....

איי געס אז לב טהור בית דין איז די זעלבע וואס מיר האבן ביי "התרת נדרים" ווי די דייינים ענטפערן "הכל שרוין לך" "הכל מותרין לך"...

אין כאן לא איסור..... ולא איסור.....

זאל די אייבישטער העלפן אז ס'זאל זיין מחילה סליחה וכפרה......
ברוך אברהם
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 290

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

@שמואל פוקס , אונז זענען נישט מוותר אויף א באריכט פון די היינטיגע טאג פון אייער באזוך ביי אחינו שבגולת גאטאמאלא סיטי......

(אביסל בילדער וועט נישט שאדן)
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1475

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

איך ליין דא און שטוין, צוזאמשטעלן און צעטיילן מאן און ווייב ווי א מלמד אין כתה ט' טוט מיט א שיעור פשוט חברותא פארן שמועסן ביים לערנען... כחומר ביד היוצר...

חרם דרבנו גרשום האט מען עובר געווען?? גאנץ הלכות אישית האט מען עובר געווען! די חרם איז דאך געווען זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע פרויען וואס מען האט זיי געלאזט הענגען אן א גט, איך ליין דא ווי אין לב טהור האבן די מענער, פרויען און קינדער געווען די זעלבע רחמנות, א שטיקל חפצא פונעם חכם, די חרם קומט דאך נאך וואס א מאן האט א בחירה און די פרוי האט נישט, ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה, אבער אין א מקום וואו מען פריט זיך ווי די גמרא כתובות סג. מעשה באדם אחד שהיה לו ארבעים עבדים וארבעים שפחות, והיה משיאן זה לזה בלילה אחת, האט דאס רבינו גרשום געמיינט בכלל??
לויטערע הימל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:46 am
x 240

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לויטערע הימל »

שלום עליכם פאר ידידי הרב שמואל פוקס אין הרב זלמן גליק פאר זייער באזיך דא אין קרית בבל
ברוך השם נאך מנחה מעריב האט די ריש מתיבתא אנגעויבן טאנצען די באוויסטע סקולענע ניגון ונשגב השם לבדו
זאגנדיג אז מען האלט שוין ברוך השם א טאג נענטער צום גאולה ביום ההוא
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 2892

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

.
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 251

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צולייגער »

שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 2:33 am א גוט יאר טייערע חברים.

איך שרייב דא די ווערטער פון בבל עיר הבירה. מיר זיצן דא צוזאמען מיט הרב משה יוסף מנחם נר''ו. לכבוד אונז איז געווען א מנין מנחה ומעריב, א זאך וואס איז א זעלטנהייט אין א פאלנער וואכנדיגע טאג. משה יוסף מנחם בעט מיר, אז איך זאל ארויסברענגען וואספארא פלאקערדיגע מעריב דא איז געווען.

איין זאך בין איך געוואויר געווארן דא, אז דא שמועסט מען און מען האלט, אז דער חכם דרייט זיך בפועל דא אין שטעטל. זיין גוף איז טאקע אין תפיסה, אבער באמת איז ער דא, ער האלט מיט יעדע געשעעניש אויפן ארט און ער קען יעדן שטיינדל אין בבל. לדבריהם איז פארהאן מעשיות, וויאזוי דער חכם האט טועם געווען געוויסע מאכלים אויפן ארט. מענטשן האבן זיך געוואונדערט, וויאזוי זאכן פעלן, ביז מען האט זיך געכאפט אז דער חכם איז טועם דערפון.

דאס אלעס האבן מיר געהערט פון ר' משה יוסף מנחם, ווי אויך פון אנדערע.
כ'האף דו האסט נישט געגעסן דערפון
שיירי עכברים קשה לשכחה
לויטערע הימל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:46 am
x 240

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לויטערע הימל »

אפשר די האסט געגעסן די מייז אליין.
שרייב פאוסט