
איד טיש רעפארט.
מדנ"י דרייט זיך איבער די לעצטע טעג מיט די לעצטע שדה תימן אנטוויקלונגען.
אין 2024 איז ארויסגעקומען א באריכט אז סאלדאטן אין די שדה תימן באזע האבן אפגעטון שענדליכע מעשים מיט די געפאנגענע כאמאס טעראריסטן. ווי פארשטענדליך האט דאס פאראורזאכט א שטורעם אין די גאנצע וועלט, און די מדינה האט ארעסטירט די סאלדאטן.
נאך א אויספארשונג און איבערקוקן די זיכערהייט קאמערעס, און דאקטוירישע איבערזיכטן אויף די געפאנגענע, איז נישט געפונען געווארן קיין באווייז אויף די מעשים, אבער דאן האט די לינקע חדשות 12 ארויסגעלייגט א ווידיאו ווי מען דארף אנגעבליך צו זעהן די מעשי סדום זיך אויסשפילן. די ווידיאו איז נישט לאנג דערנאך אפגעוואנדן געווארן, אלס א צוזאמגעשטעלטע קליפ מיט געשניטענע שטיקער.
די קשיא אבער וואס יעדער האט געהאט איז געווען פון ווי האט די מידיע די ווידיאו? פולע האבן חושד געווען די מיליטערישע פראקוראר הנקרא בלשונם 'פצרית' מיטן נאמען יפעת תומר ירושלמי. אבער זי און איר אפיס האבן קאטעגאריש געלייקענט.
א צייט צוריק האט ביבי אויפגענומען א נייעם שב"כ דירעקטאָר דוד זיני - א רעכטער און מזרחי, צווישן אנדערע האט ער געטראפן א פאליגראף פון איינע פון די פראקוראר אפיס וואס האט מודה געווען אז איר בעל הביתטע האט איר געגעבן די ווידיאו און אנגעוויזן דאס צו ליקן! אלס ערשטע שריט האט די מיליטערישע פירער ישראל כ"ץ אפגעזאגט דעם פראקוראר, וואס האט גלייך אליינס רעזיגנירט.. דאס איז געווען דעם פארגאנגענעם פרייטאג.
היינט אינדערפרי איז זי פלוצלונג פארשווינדן געווארן! נאך א קורצע זיך אקציע איז איר קאר געפונען געווארן נעבן ים אנגעצינדען, און זי איז נישט געווען דערינען. גלייך האט די מידיע באשלאסן אז זי האט זיך ווארשיינליך גענומען דאס לעבן, אבער נישט לאנג דערנאך האט מען איר געפונען. פאליציי פארשט יעצט פארוואס זי האט געלאזט איר קאר אפן און אנגעצינדען און וואס איר פלאן איז געווען. זי ווערט באשולדיגט אין זאגן ליגנט פאר די בג"ץ, און די סאלדאטן שרייען אז מען האט זיי בעוולה'ט און פארשעמט, ווען א חלק פון זיי ליידן פון שווערע נאכווייען ווי גיטין און מענטל העלט, און טראץ דעם האט מען נישט אראפגענומען זייער פייל פון טיש, און זיי שטייען נאך פאר א משפט.
די לאנד דרייט זיך אבער מיט דעם פרשה, וועט מען זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן.