דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 8:01 pm
צריכין פרנסה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:09 pm
וואס @דער תהלים איד זאגט מיט א ליצנות'דיגע שטימונג אנבאלאנגט אן אסיפת ההנהלה, איז אויך ווייט פון צו די זאך. מימים ימימה איז אזוי געגאנגען די החלטות אין די עדה. אדרבא, זאגט @דער תהלים איד , איר ווייסט אפשר וואס איז געווען מיט די השגחה אויפן תנובה פעקטארי?, וכהנה רבות אשר א"א לפורטם.
אזויפיל קען מען זאגן, אין די הנהלת העדה זענען אליינס געווען גדולי ישראל, א ביישפיל ווי מרא דכולא תלמודא הגאון ר' גרשון שטמר זצללה"ה, און היינט אויך יבלחט"א, געפונען זיך אין די הנהלת העדה גרויסע אידן, צום ביישפיל, הרב הצדיק ר' משה קרמר שליט"א ממנהיגי ברסלב, ועוד.
WOW!
איך לייג דאס אוועק.
רבותי איר הערט? ווער מאכט החלטות אין די עדה החרדית? נישט א גאב"ד, נישט א ראב"ד, נישט חברי ביד"ץ, נאר ר' אפרים שטערן, ר' נחמן יאקאב, ר' נציג פלוני מתוא"י ונציג פלוני מקהל פרושים, וכו' וגו'.
און איבער דעם - לדבריך - רבה של ירושלים ומנהיגה של יהדות החרדית הגאון רבי גרשון שטעמער זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הא, העמיר דא בלייבן.
צריכין פרנסה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 7:09 pm
מרן הגאב"ד בעל שערי טובי' זצללה"ה האט אין אנהייב געהאט חילוקי דעות מיט הגר"ג זצ"ל, און מרן הקנה בושם זצללה"ה האט פארופן אן אסיפה בייים רב ז"ל אין שטוב, צו מסביר זיין ר' גרשון'ס אמט אין ירושלימ'ער החלטות, נאך מימות מרן הגאב"ד בעל מנחת יצחק, פון דאן לא זזה ידו מתוך ידו כידוע. שמעתי פרטי הדברים מעד נוכח
איך גלייב נישט אזא מעשה אויפ'ן בעל קנה בושם זצ"ל, אבער איך שיהי' אויב איז געווען עפעס וואס האט געמאכט דעם גאב"ד זצ"ל אנהויבן נאכגיין נאך די הנהלה ועל פיהם יושק, ווערן אסאך זאכן הערליך פארענטפערט.
להצדיק את הצדיק.
@דער תהלים איד ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן ווי דו ווילסט פארשטיין, דעריבער האב איך נישט ציטירט דיין פאוסט. ביי דיר וועט שטענדיג סייווי זיין נאר איין צד,
(ניטאמאל פון ירושלים נאר פון שטעטל ק"י, כמבואר בכל רחבי הפארום)
איך האב נישט געשריבן אז די הנהלה מאכט החלטות, ח"ו, פונקט פארקערט, נאר א גאב"ד, מיט א ראב"ד, מיט די ביד"צ, "אלע צוזאמען" ווי פארשטייט זיך.
א גאב"ד האט קיינמאל נישט געמאכט קיין החלטות אליינס, נאר אויב בי"ד האט אויך געהאלטן אזוי, אויב עס איז אייך אזא בייז-וואונדער,דאן זענט איר נישט באקאנט מיט די הלוך ילך אין די עדה דורך ירושלים, אפשר דורך קרית יואל.
איך ווייס נישט צו איר ווייסט וואס מרן הגאב"ד בעל ויואל משה זצוקללה"ה האט געהאלטן לגבי מגילה ליינען אין שכונות החדשות אין ירושלים. די בי"ד האט זיך נישט צוגעשטעלט צום רבי'ן ז"ל, און די פסק איז נישט אנגענומען פאר בני ירושלים, צוליב דעם וואס א גאב"ד אן בי"ד שרייבט נישט קיין פסק פאר ירושלים.
איך ווייס נישט אויב עס געפעלט אייך צו נישט, אין די תנאים פאר מ'נעמט אויף א רב אין די עדה החרדית איז, אז ער וועט נישט אונטערשרייבן קיין צעטל אויב איז עס נישט לרוחם פון בי"ד.
דאס איז געווען דער שטעקן וואס מ'האט גענוצט אנטקעגן מרן הגאב"ד בעל שערי טובי' זצוקללה"ה ביים אונטערשרייבן דעם איסור ליכנס כו'. און מרן ז"ל האט טאקע קודם געבעטן מ'זאל נישט מפרסם זיין די צעטיל, אבער נאכדעם האט די רב געזאגט, אז היות בי"ד האט געאסר'ט לחפור ולחרוש, איז עס נישט קעגן בי"ד.
אלע יארן ווען ס'איז געווען ערנסטע חילוקי דעות אין בי"ד, אדער צווישן מרא דאתרא און בי"ד האבן די הנהלה זיך געזעצט דן זיין, און מ'האט געטוהן כדעת הרוב.
בי"ד אליינס איז סומך ידיהם עליהם ווי פארשטייט זיך.
דאס אז אין הנהלה זענען פארהאן גדולי ישראל, אז איר ווייסט נישט דערפון איז א רחמנות אויף אייך אז איר רעדט בכלל. איר ווייסט אביסל ווער איז געווען ר' ראובן שלמה יונגרייז זצוק"ל אביו של ראב"ד מקודש מרן הגה"ק ר' דוד יונגרייז זצוק"ל, א איד א גאון הגאונים און א קדוש וטהור.
הבהרה: מיט די חלק האב איך זיך באצויגן צו א צווייטע זאך, נעמליך, אויב עס שטימט אייך נישט די נושא פון בי"ד און תקנות ועד העיר, דאן נעמט איר ארויס פון קעשענע די טענה פון כל בית ישראל נשען עליו.
דערויף האב איך גענפערט, אז עס איז נישט נוגע כלל וכלל גדולי ישראל, וויבאלד "עס איז דא א סדר אין שטאט" ווי הג"ר גרשון ז"ל פלעגט זאגן.
גדולי ישראל איז דא איבער גענוג, ווי אויך אין די עדה איז אויך דא גאונים אדירים וואס זענען נישט קיין חברי בי"ד צוליב'ן נישט קענען נאכקומען תנאים.
מרן הגאב"ד זצוקללה"ה האט געהאלטן אז ר' גרשון איז א גרעסערער גאון ווי רוב פונעם בי"ד. דאך האט ער נישט געהייסן ר' גרשון זאגן א דעה ביי א מושב בי"ד ווי פארשטייט זיך.
@דער תהלים איד , עס איז א רחמנות אויף אייך, פון די צוויי נעמען וואס איר קענט פון די הנהלה, ווייזט זיך אויס אז איר קענט די גאנצע עדה החרדית על כל חכמיה ורבניה פון עפעס א האטליין אין ק"י, ס'איז ממש א שאד אז איר קענט נישט די עולם העסקנות אין ירושלים עיר הקודש. יא יא, דא אין אמעריקא זענען די עסקנים אזעלכע וואס זיי זענען נישט ראוי צו זאגן דע"ת. אין ירושלים אבער, איז שוין דורי דורות דא עסקנים גדולי תורה, א שטייגער ווי ר' יאשע ריבלין זצ"ל.
איר קענט נישט א שטייגער ווי הגאון הגדול ר' דוד יואל ווייס שליט"א בעל מגדים חדשים, הרב הצדיק ר' משה קרמר שליט"א, הרה"צ ר' אפרים נחמן אנשין שליט"א, שניהם ממנהיגי ברסלב.
די אידן (ווי אויך נאך פוהל נישט אויסגערעכנט) זענען ראוי לאותה איצטלא צו זאגן דעת תורה פאר אידן, אבער זענען כפוף לדעת רבותינו כל זמן זיי זענען נישט באאויפטראגט דורך בי"ד צו זאגן זייער מיינונג.
דרך אגב: אויף אייער צד קענט איר אויסרעכענען הישיש הרב ר' יענק'ל ראטה און הגה"ח הישיש ר' חיים ראטה, איר מוזט נישט דערמאנען דוקא איינער פון אייער חסידות, וויבאלד ירושלים האט גארנישט מיט עולים חדשים יוצאי הונגריה, ירושלימ'ער אידן זענען, פרוש, וואלעס, סירוטה, מינצבערג, רבינוביץ, ראטה. די אנדערע האבן זיך נאר מיטגעכאפט.
קען גאר זיין אז טאקע טאקע גאר עפעס אנדערש שטופט אייך.
@דער תהלים איד די מעשה מיטן קנה בושם האב איך געהערט פון א עד נוכח ווי געשריבן, משתייך לקהילת בית יוסף צבי ונאמן לשיטתם, אויב איר ווילט קומט אין אישי און איך וועל אייך געבן א נאמען.