'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים

ק/פ
היינט איז פארגעקומען א זיצונג אינדערהאלב די עדה החרדית, צו מען זאל זיך מצרף זיין צום בעפארשטייענדע פראטעסט דורך די ראשי ישיבות, טראץ וואס זיי זענען נאך אין די רעגירונג, טראץ וואס עס איז נאכנישט ענגילטיג געשלאסן א באשלוס האט מרן הר"מ שטערנבוך געזאגט אז די צייט איז געקומען צו הייבן דעם ניווא פון דער מלחמה קעגן גיוס בני ישיבה: "איצט איז די צייט צו מקיים זיין וואס שטייט אין פסוק, "ויקח רומח בידו", און לויט אים זאל מען זיך יא משתתף זיין.
לויט די שמועות וועט די עדה פארלייגן געוויסע תנאים, און אויב וועלן דאס די ר"י ישיבות אנעמען וועט מען זיך משתתף זיין ביים עצרת, צווישין זיי אז מען זאל נישט איינגיין אויף א חק וואס וועט צווינגען אפילו א קליינע צאל בחורים אין מיליטער,

- פיילס
-
- 24352.jpg (275.82 KiB) געזען געווארן 1801 מאל
-
- ה_דנים_בהמשך_המחאה.jpg (244.49 KiB) געזען געווארן 1801 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: עצרת תפילה ומחאה אין ליכט פון גזירת גיוס בני ישיבות ה' לך אין בני ברק
ווער וועט זיך דאס דארפן אונטערנעמען, די ראשי ישיבות אדער די חברי כנסה"מ?...
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס בני ישיבות ה' לך אין ירושלים
פרטים ראשוניים היערכות לעצרת המליון:
העצרת צפויה להתקיים השבוע ביום חמישי בין השעות 14:00-17:00, ולהתפרס על פני אזור רחב: מהכניסה לירושלים ועד לרחובות שרי ישראל ומלכי ישראל, בהשתתפות כל גדולי האדמורי"ם והרבנים מכל קהילות החרדים, שיעלו לירושלים מכל רחבי הארץ באוטובוסים מאורגנים.
לפני זמן קצר הסתיימה ישיבת היערכות ראשונית במגרש הרוסים, בהשתתפות סגן ר"ע י-ם צחי ברים (באיאן) ומ"מ ר"ע בני ברק מנחם שפירא (דגל התורה), ובהשתתפות רל"ש השר פרוש - שימי בלוי (שלומי אמונים)והעסקן ישראל ורטהיימר, (באיאן)
כעת נסעו הצוותים למתחם תחנת שועפט לבניית תוכניות הסדרי התנועה והביטחון להמונים שישתתפו בעצרת,
בנוסף ביום שלישי הקרוב צפוי להתקיים סיור שטח באזור הכניסה לעיר, בהשתתפות בכירי המשטרה, וכל הגורמים הרלוונטים לקראת העצרת הגדולה.(חרדים ירושלים)

*Atzeres HaMillion*, scheduled to take place this Thursday from 2:00 PM to 5:00 PM.
The massive gathering is expected to span a wide area — from the entrance to Jerusalem through Rechov Sarei Yisrael and Malchei Yisrael — with the participation of all leading Admorim and Rabbonim representing every Chareidi community. Organized buses will bring participants from across the country to the capital.
A preliminary planning meeting was held earlier today at the Russian Compound, attended by Jerusalem Deputy Mayor Tzachi Brami, Bnei Brak Deputy Mayor Menachem Shapira, the chief aide to Minister Meir Porush, Shimi Bloi, and community askan Yisrael Wertheimer.
Following the meeting, teams traveled to the Shuafat station area to begin planning crowd control, security arrangements, and traffic routes for the enormous turnout expected.
Additionally, a large site inspection will take place this Tuesday at Jerusalem’s main entrance, with senior police officials and all relevant authorities set to participate in preparations for the historic rally.
- פיילס
-
- IMG-20251026-WA0737.jpg (112.5 KiB) געזען געווארן 1700 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
ווי באריכטעט פארלאפענעם מיטוואך, איז איבערגעגעבן געווארן די קלארע דעת תורה פון די גדולי הדור די זקני ראשי הישיבות בארץ הקודש, אפצוהאלטן א גרויסארטיגע עצרת תפילה וזעקה ברחובה של עיר, אין ליכט פון די שרעקליכע רדיפת הדת אין ארץ ישראל, ווען די רשעי הציונים טוען אינפארסירן דעם גזירת הגיוס קעגן לומדי תורה היל"ת.
טראץ וואס די ארגינעלע פלאן איז געווען אפצוהאלטן דעם גרויסן עצרת היינטיגן זונטאג, האבן זיך די פלענער געטוישט ווען די עסקנים האבן זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן, און נאכן דורכגיין אלע אפציעס צו ערהאלטן באשטעטיגונג פון די שטאטישע באאמטע, און נאך א רייע ענינים אויסצוארבעטן, האט מען געלאזט אין גאנג א רייע העפטיגע אסיפות צווישן מערערע פראקציעס פון דאס יהדות החרדית בארץ הקודש, און אצינד איז געפאלן די גענויע פלענער אז א גרויסארטיגע "עצרת המיליאן" וועט ווערן אפגעהאלטן דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת לך לך ח' חשון.
היינט זונטאג דורכאויס די טאג איז פארגעקומען א זיצונג צווישן די הויפט עסקנים, פארשטייער פון מערערע חרדישע קרייזן, און די פאליציי הויפטן אין פארשידענע שטעט, וואו עס איז באשטעטיגט געווארן אז די עצרת וועט פארקומען ברחובה של עיר ביים אריינגאנג צו ירושלים עיר הקודש, פון די הויפט שאסייען ביז די גאסן פון שרי ישראל און מלכי ישראל בפלטרין של מלך, ווען לענגאויס די אלע גאסן וועלן זיך פארזאמלען הונדערטער טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, און צוזאמען מיט א כח הרבים איינרייסן ביים בורא כל עולמים לביטול רוע הגזירה, ווען צו די זעלבע צייט וועט מען ארויסברענגען דעם קול מחאה אדירה קעגן די רדיפת הדת בארצינו הקדושה.
א באזונדערע זיצונג איז פארגעקומען היינט אינעם לשכת העדה החרדית, אין שפיץ פונעם פוסק הדור מרא דארעא קדישא, ואתו עמו די שרי התורה חברי ביד"ץ העדה החרדית, אינאיינעם מיט חשובע ראשי ישיבות פון די ליטווישע קרייזן, און הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש רשת הישיבות עטרת שלמה, וואו מען האט דורכגעשמועסט די אפציעס צוזאמצוברענגען אלע שיכטן און קרייזן אויסצושרייען א פאראייניגטע קול מחאה אדירה, אין שפיץ פון אלע גדולי הדור, די חסידישע רביים, די ליטווישע ראשי הישיבות, די ספרדישע גדולי החכמים, און די מנהיגי ישוב הישן תחת דגל העדה החרדית.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט די גרויסארטיגע עצרת פארקומען דעם דאנערשטאג לך לך האלב נאך צוויי נאכמיטאג, און וועט ארייננעמען אמירת תהלים און סליחות בהתעוררות רב, און קבלת עול מלכות שמים פון אזא ריזן ציבור וואס וועט אפהילכן מסוף העולם ועד סופו. עס וועט נישט זיין קיין צענטראלע פלאטפארמע פאר א אויבן אן, נאר די גדולי ישראל אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות וועלן זיך געפונען אין באשטימטע ערטער איינגעטיילט לויט די גאסן. אצינד ווערט געמאכט די ווייטערדיגע צוגרייטונגען דורך א מאסיווע מיליטער פון עסקנים פון אלע שיכטן און קרייזן, ווען אלעס קוקט ארויס אויף איין ציהל:
לקדש שם שמים! קרעדיט JDN

- Screenshot 2025-10-26 145929.png (540.87 KiB) געזען געווארן 1652 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
קוקט אויס ווי די ביסט צו יונג ווייל ביי די פאריגע עצרת המיליון איז געווען די זעלבע
-
קאכעדיג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 208
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
און וואס נאך?און וועט ארייננעמען אמירת תהלים און סליחות בהתעוררות רב, און קבלת עול מלכות שמים פון אזא ריזן ציבור
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
פאריגעס מאל נאכן עצרת המיליון בארה"ק איז פארגעקומען א מאסן עצרת דאהי אין אמעריקא דורך די אגודה , גלייב איך מען קען ערוואטען די זעלבע זאך יעצט
@אגודה איז נישט א אפציעלע אגודה מיטארבעטער נאר ברענגט אהער באריכטען לטובת הכלל
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
ווילאנג דער נושא פון דעם עצרת איז נאר בנוגע 'לומדי תורה', איז דאס בכלל נישט קיין מלחמה אקעגן די גזירת הגיוס, אדרבה עס טוט נאר צוהעלפן די אלע וואס ווילן מאכן פשרות און זענען גרייט צו פארקויפן ביז 50% פון אידישע נשמות רח"ל צו פארברענען אין קאלעך אויוון.עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 26, 2025 3:00 pm ווי באריכטעט פארלאפענעם מיטוואך, איז איבערגעגעבן געווארן די קלארע דעת תורה פון די גדולי הדור די זקני ראשי הישיבות בארץ הקודש, אפצוהאלטן א גרויסארטיגע עצרת תפילה וזעקה ברחובה של עיר, אין ליכט פון די שרעקליכע רדיפת הדת אין ארץ ישראל, ווען די רשעי הציונים טוען אינפארסירן דעם גזירת הגיוס קעגן לומדי תורה היל"ת.
גזירת הגיוס האט נישט קיין שייכות מיט לומדי תורה, גזירת הגיוס איז א גזירת 'שמד' אויף 'יעדן איינציגן אידיש נפש' וואס טרעט אריין אין די שמעלץ טאפ פון די טריפה'נע ציוניסטישע מיליטער, און עס איז ב'יהרג ואל יעבור'.
אזויווי עס קלאר ארויסגעברענגט געווארן ביי די גרויסע עצרת מחאה אין מאנהעטטען פארנט פון די ציוניסטישע קאנסולאט פארגאנגענעם א' נח סיי דורך דעם יושב ראש הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער, און סיי ביי די רעזאלוציעס דורך הרב קעסטענבוים בשליחות אדמו"ר מהר"א מסאטמאר.
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
די פראטעסט איז ערווארטעט פארצוקומען ברצו"ה אום דאנערשטאג לך לך בשעה 2:30 אחה"צ.
וועט פארקומען בחוצות העיר ביים כניסה לעיר - גשר המיתרים, אראפ יפו ביז שרי ישראל און ארויף מלכי ישראל.
די פאליציי האט פארלאנגט 32,000 סדרנים, מ'האט זיי איבערגעגעבן אז אין פאל פון אומ-קאאפעראציע וועט מען זיי פשוט איינמעלדן וואו עס וועט פארקומען.
די בני תורה קרייזן תלמידי הגר"ש אויערבאך זצ"ל בנשיאות הגר"ע אוירבאך וואס האבן מתחילה געמאלדן אז זיי וועלן זיך נישט משתתף זיין צוליב וואס עס זענען נישט ערווארטעט קיין שארפע שריט מטעם יהדות התורה זענען מעגליך יא ערווארטעט זיך משתתף צו זיין לויט געוויסע באריכטן.
רש"ב סורוצקין האט אפגעהאלטן אסיפות מיט פארשטייער פון קהילות הק' גור באיאן וויזניץ ועוד און א באזונדערע אסיפה מיט עסקני חוגות הקנאים דערונטער הרב אהרן היימליך - סאטמאר מהר"יי, אין צוגאב צום אסיפת העדה החרדית (וואס איז געווען גאנץ היסטאריש וויבאלד הגאון ר' ח"א פריינד באטייליגט זיך נישט געווענליך ביי אזעלכע אסיפות).

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 522
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 815
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 27, 2025 2:29 am די פראטעסט עצרת תפילה וכינוס לאמירת תהלים איז ערווארטעט פארצוקומען ברצו"ה אום דאנערשטאג לך לך בשעה 2:30 אחה"צ.
וועט פארקומען בחוצות העיר ביים כניסה לעיר - גשר המיתרים, אראפ יפו ביז שרי ישראל און ארויף מלכי ישראל.
די פאליציי האט פארלאנגט 32,000 סדרנים, מ'האט זיי איבערגעגעבן אז אין פאל פון אומ-קאאפעראציע וועט מען זיי פשוט איינמעלדן וואו עס וועט פארקומען.
די בני תורה קרייזן תלמידי הגר"ש אויערבאך זצ"ל בנשיאות הגר"ע אוירבאך וואס האבן מתחילה געמאלדן אז זיי וועלן זיך נישט משתתף זיין צוליב וואס עס זענען נישט ערווארטעט קיין שארפע שריט מטעם יהדות התורה זענען מעגליך יא ערווארטעט זיך משתתף צו זיין לויט געוויסע באריכטן.
רש"ב סורוצקין האט אפגעהאלטן אסיפות מיט פארשטייער פון קהילות הק' גור באיאן וויזניץ ועוד און א באזונדערע אסיפה מיט עסקני חוגות הקנאים דערונטער הרב אהרן היימליך - סאטמאר מהר"יי, אין צוגאב צום אסיפת העדה החרדית (וואס איז געווען גאנץ היסטאריש וויבאלד הגאון ר' ח"א פריינד באטייליגט זיך נישט געווענליך ביי אזעלכע אסיפות).
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
שחרית
- פיילס
-
- unnamed (1).jpg (440.79 KiB) געזען געווארן 1147 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
תולדות אהרן
- פיילס
-
- תולדות אהרן.jpg (64.84 KiB) געזען געווארן 865 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
-
לינדען תושב
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 50
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
- Location: Linden
- x 66
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
מי רואה אותו יוצא ואינו יוצא: מטעם בית מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות איז היינט באשטעטיגט געווארן אז דער גאון וועט זיך פערזענליך באטייליגן מארגן דאנערשטאג ביים ריזן עצרת הרבבות - זעקת התורה בחוצות ירושלים. בנוסף האט דער פוסק הדור געהייסן פאר אלע וועלכע האבן אנגעפרעגט דעת קדשו, אז מען זאל זיך גיין משתתף זיין אין די עצרת, און מיט א פראייניגטן כח אויסשרייען דעם מלחמת השם ברמה קעגן די עוקרי הדת.
דער באשלוס איז געקומען נאך מערערע זיצונגען אינעם לשכת הבד"צ אין ירושלים, וואו עס זענען געווען אנוועזנד די שרי התורה מרנן ורבנן חברי הבד"צ שליט"א און אינאיינעם דורכגעטוהן די נושא בכובד ראש.
דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
גלייכצייטיג האט דער פוסק הדור געשטעלט קלארע תנאים פאר זיין אנשליסונג אינעם עצרת הרבבות, צום אלעם ערשט א התחייבות פון די אנדערע פירער פון דער עצרת, אז דער עצרת ווערט אויסגענוצט נאר אלס א רוף אנטקעגן דעם גזירת הגיוס בכלליות, און נישט נאר בלויז פאר ישיבה בחורים. און בנוסף זאל מען נישט אויסנוצן דעם עצרת פאר פראפאגאנדע פארן חוק הגיוס וואס איז רעכנט אריין פילע פשרות אויף טויזנטער חרדישע בחורים.
היינטיגן מיטוואך נאך וואס די עסקני העצרת האבן קלארגעשטעלט אז מען וועט נאכקומען די אלע פארלאנגען, איז געקומען דער קלארער באשלוס פונעם פוסק הדור שליט"א אז ער וועט זיך פערזענליך משתתף זיין אינעם היסטארישן עצרת אין צוגאב צו נאך מנהיגי הקהילות און רבנים יושבים על מדין פון די עדה החרדית.

- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
לינדען תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 7:58 pm דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
וואס האט אן עצרת תפילה מיט חובת מחאה?
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
פארוואס מאכט מען די עצרת תפילה אויף די גאס?Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:20 pmלינדען תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 7:58 pm דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
וואס האט אן עצרת תפילה מיט חובת מחאה?
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:24 pmפארוואס מאכט מען די עצרת תפילה אויף די גאס?Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:20 pmלינדען תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 7:58 pm דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
וואס האט אן עצרת תפילה מיט חובת מחאה?
האסט א זאל מיט פלאץ פאר דעם עולם?
אגב, שוין כמה פעמים געווען פראטעסטן אינדארס, נישט דאס איז די חילוק צווישן א פראטעסט און אן עצרת תפילה. די חילוק איז פשוט אין וואס מען טוט דארט - ביי א פראטעסט שרייט מען אויס דעם וויי געשריי, און ביי אן עצרת תפילה דאוונט מען. לויט ווי עס קוקט אויס פון די מודעות גייט מארגן זיין אך ורק אן עצרת תפילה.
-
צריכין פרנסה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 30
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
- Location: שמים וארץ
- x 98
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
איך האב א שאלה. איך וועל דאנקבאר זיין פאר א אויפריכטיגע תשובה.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:20 pmלינדען תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 7:58 pm דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
וואס האט אן עצרת תפילה מיט חובת מחאה?
איך בין ב"ה באקאנט אין די עדה החרדית, ווי אויך מיט א גרויס חלק פון די הנהלת העדה פון אלע פראקציעס.
איך וויל פשוט פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, פאר ארום 12 יאר צוריק איז געווען א נושא שנוי במחלוקת, וואס מרן הגאב"ד בעל שערי טובי' זצוקללה"ה איז ארויסגעטרעטן לאיסור מיט א מורא'דיגע שטארקייט, בעת וואס אין לשכת הביד"צ איז געווען פארשידענע מיינונגען, לאיסור חמור, לאיסור, לחצי היתר, ולהיתר גמור. עטליכע יאר דערנאך איז מרן הגאב"ד זצוק"ל ארויס מיט א בריוו אויף א איסור ליכנס כו', טראץ וואס אין הנהלת העדה איז מוסכם אז א רב, טראץ וואס ער איז רב אין שטאט, א פולשטענדיגע מרא דאתרא, דאך זאל ער נישט ארויסגעבן א צעטל אליינס, אויף א זאך וואס איז נאכנישט מוסכם אין בי דינא רבא. טראץ וואס די רב ז"ל האט זיך אלע יארן געהאלטן דערצו, אבער דא איז ער ארויס מגדרו, פארשטייענדיג מיט דעת תורתו הרמה אז אזוי איז ריכטיג.
באותו עת זענען געווען פארשידענע, צווישן זיי חשובים, וואס האבן גענומען די קוראזש און אפן פארהאלטן דעם הייליגן רב זכרונו לברכה, אויף א שיקול הדעת זיינע, ולא עוד, מ'האט דעם רב ז"ל דערגאנגען די יארן אזש די רב ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט אז ער קלערט פון זיך צוריקקערן צו אנטווערפן.
געוועזן דעמאלט'ס פארשידענע קהלות וואס זענען געשטאנען ביים מיינונג, אז די מענטשן זענען גערעכט, ואנו אין לנו אלא דברי רבותינו הביד"צ, ואין אחרי דבריהם כלום. און שוין יארן וואס זיי זאגן אז מ'גייט נישט צו קיין מחאות ווייל בי"ד הייסט נישט, און מיר פאלגן נאר בי"ד.
איך האב ביי מיר א רשימה פון איבער דרייסיג גדולי תורה מורי הוראה דהעדה החרדית, וואס זענען מיטגעשטאנען מיטן רב ז"ל, און מפרסם געווען צעטלעך, משתתף געווען ביי כינוסים , וועגן דער אויבנדערמאנטע נושא. און האבן געליטן בזיונות מיט טעראר פארן ארויסשטעלן צעטלעך שלא ברשות בי"ד, אדער, בעסער געזאגט, שלא כדעת המוסכם של ההרכב המלא.
עד כאן, נו, ניחא, די אידן האבן אזא שיטה, פארשטיי איך גאנץ פיין.
פלוצלינג דערזעהט מען זיך מיט א פרישע נושא, מרן פוסק הדור שליט"א, האלט אז מ'דארף גיין, בי"ד וויל בשום אופן נישט מכריע זיין, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער, נאך די לחץ וואס מ'האט געלייגט, אז מרנן הביד"צ האלטן בפירוש "נישט" דערפון, עכ"פ זיכער נישט ארויס קלאר.
דאך, די אויבנדערמאנטע קהלות האבן פלוצלינג פארגעסן די תורות פון ועד העיר כו', הנהלה כו', לשכת הגזית. נישט דא קיין בי"ד, נישט דא קיין דעת תורה פון א הרכב מלא. מרן מרן פוסק הדור שליט"א הייסט גיין און מ'גייט. הלמאי, ירושלימ'ער רב האט געזאגט! אן קיין הנהלה, אן קיין הרכב, גארנישט מיט נישט.
מיין שאלה אין קורצ'ן:
מה נשתנה?
איך גלייב אז אסאך וועלן פראבירן צו ענטפערן, איך וויל בעטן, ביטע נאר ענטפערן צום דבר, נישט סתם דרייען מיט די צינג טול קוסם מבין עיניך.
-
ווייס פרעזידענט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 7:31 pm
- x 7
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
מרן הגאב"ד שליט"א, האט ארויס געלערנט פון יענע מעשה, אז אזוי פירט מען זיך, און אזוי נעמט מען אן,צריכין פרנסה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:36 amאיך האב א שאלה. איך וועל דאנקבאר זיין פאר א אויפריכטיגע תשובה.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:20 pmלינדען תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 7:58 pm דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
וואס האט אן עצרת תפילה מיט חובת מחאה?
איך בין ב"ה באקאנט אין די עדה החרדית, ווי אויך מיט א גרויס חלק פון די הנהלת העדה פון אלע פראקציעס.
איך וויל פשוט פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, פאר ארום 12 יאר צוריק איז געווען א נושא שנוי במחלוקת, וואס מרן הגאב"ד בעל שערי טובי' זצוקללה"ה איז ארויסגעטרעטן לאיסור מיט א מורא'דיגע שטארקייט, בעת וואס אין לשכת הביד"צ איז געווען פארשידענע מיינונגען, לאיסור חמור, לאיסור, לחצי היתר, ולהיתר גמור. עטליכע יאר דערנאך איז מרן הגאב"ד זצוק"ל ארויס מיט א בריוו אויף א איסור ליכנס כו', טראץ וואס אין הנהלת העדה איז מוסכם אז א רב, טראץ וואס ער איז רב אין שטאט, א פולשטענדיגע מרא דאתרא, דאך זאל ער נישט ארויסגעבן א צעטל אליינס, אויף א זאך וואס איז נאכנישט מוסכם אין בי דינא רבא. טראץ וואס די רב ז"ל האט זיך אלע יארן געהאלטן דערצו, אבער דא איז ער ארויס מגדרו, פארשטייענדיג מיט דעת תורתו הרמה אז אזוי איז ריכטיג.
באותו עת זענען געווען פארשידענע, צווישן זיי חשובים, וואס האבן גענומען די קוראזש און אפן פארהאלטן דעם הייליגן רב זכרונו לברכה, אויף א שיקול הדעת זיינע, ולא עוד, מ'האט דעם רב ז"ל דערגאנגען די יארן אזש די רב ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט אז ער קלערט פון זיך צוריקקערן צו אנטווערפן.
געוועזן דעמאלט'ס פארשידענע קהלות וואס זענען געשטאנען ביים מיינונג, אז די מענטשן זענען גערעכט, ואנו אין לנו אלא דברי רבותינו הביד"צ, ואין אחרי דבריהם כלום. און שוין יארן וואס זיי זאגן אז מ'גייט נישט צו קיין מחאות ווייל בי"ד הייסט נישט, און מיר פאלגן נאר בי"ד.
איך האב ביי מיר א רשימה פון איבער דרייסיג גדולי תורה מורי הוראה דהעדה החרדית, וואס זענען מיטגעשטאנען מיטן רב ז"ל, און מפרסם געווען צעטלעך, משתתף געווען ביי כינוסים , וועגן דער אויבנדערמאנטע נושא. און האבן געליטן בזיונות מיט טעראר פארן ארויסשטעלן צעטלעך שלא ברשות בי"ד, אדער, בעסער געזאגט, שלא כדעת המוסכם של ההרכב המלא.
עד כאן, נו, ניחא, די אידן האבן אזא שיטה, פארשטיי איך גאנץ פיין.
פלוצלינג דערזעהט מען זיך מיט א פרישע נושא, מרן פוסק הדור שליט"א, האלט אז מ'דארף גיין, בי"ד וויל בשום אופן נישט מכריע זיין, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער, נאך די לחץ וואס מ'האט געלייגט, אז מרנן הביד"צ האלטן בפירוש "נישט" דערפון, עכ"פ זיכער נישט ארויס קלאר.
דאך, די אויבנדערמאנטע קהלות האבן פלוצלינג פארגעסן די תורות פון ועד העיר כו', הנהלה כו', לשכת הגזית. נישט דא קיין בי"ד, נישט דא קיין דעת תורה פון א הרכב מלא. מרן מרן פוסק הדור שליט"א הייסט גיין און מ'גייט. הלמאי, ירושלימ'ער רב האט געזאגט! אן קיין הנהלה, אן קיין הרכב, גארנישט מיט נישט.
מיין שאלה אין קורצ'ן:
מה נשתנה?
איך גלייב אז אסאך וועלן פראבירן צו ענטפערן, איך וויל בעטן, ביטע נאר ענטפערן צום דבר, נישט סתם דרייען מיט די צינג טול קוסם מבין עיניך.
והא ראי’ה ער איז נאך ביז היינט פסול פון ווערן גאב"ד, ביי די אנדערע זייט, ווייל ער האט זיך געוואגט צו זאגן אנדערש ווי יענעם אייגענעם צעטיל פונעם גאב"ד זצ"ל.
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
בכלל, האט ער הוראה למעשה אז דער גאב"ד גייט אפילו בית דין גייט נישט... ליתר שאת האט ער עס געשריבן נישט אויפן דרוקסארט פון עדה החרדית...ווייס פרעזידענט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:52 am
מרן הגאב"ד שליט"א, האט ארויס געלערנט פון יענע מעשה, אז אזוי פירט מען זיך, און אזוי נעמט מען אן,
והא ראי’ה ער איז נאך ביז היינט פסול פון ווערן גאב"ד, ביי די אנדערע זייט, ווייל ער האט זיך געוואגט צו זאגן אנדערש ווי יענעם אייגענעם צעטיל פונעם גאב"ד זצ"ל.
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
פארוואס האט דובר העצרת ארויסגעלייגט א מעלדונג אז סתם צעטלעך פארטרעטן נישט זייער מיינונג?נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:24 pmפארוואס מאכט מען די עצרת תפילה אויף די גאס?Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:20 pmלינדען תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 7:58 pm דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
וואס האט אן עצרת תפילה מיט חובת מחאה?
פארוואס דארף עדה"ח גיין צו א מעמד וואס איר אפיציעלע ציל איז דורכצופירן א געזעץ וואס וועט מחייב זיין 50 אחוז חרדים צו גיין אין מיליטער? (@דער תהלים איד; פאר אכט יאר איז צוריק נישט געווען קיין חלום איבער אזא געזעץ.)
דו ווייסט וויאזוי ס'קען זיין אז מזרחי, תלמידי הרב קוק און ישיבות הסדר וואס גייען לכתחילה אין מיליטער גייען זיך מארגן משתתף זיין?
פארוואס דארף עדה"ח גיין צו אן עצרת וואס וועט דעמאנסטרירן די וויכטיגקייט פון לימוד התורה למען קיום המדינה?
להוי ידוע:
ועד הישיבות די גרעסטע פאררעטער פונעם יהדות החרדית בארה"ק זענען די אפיציעלע מארגנים פונעם מארגנדיגן עצרת.
דער פארדאר***** שרייבער הידוע פון משפחה מאכט זיכער צו לאזן הערן אויף יעדע פלאטפארמע אז "העצרת הוא לא נגד גיוס הוא בעד לימוד התורה".
רבני חב"ד האבן ארויסגעלייגט א קו"ק אז מ'זאל זיך משתתף זיין "הגם די חשיבות פון חיילי צה"ל איז אויסטערליש חשוב דאך מ'קען נישט גיין בכפיה".
דאס אז הגאון ר' משה האט בכח תורתו מכריע געווען יא צו גיין מאכט נאך נישט שווער אויף די וואס האבן באשלאסן אנדערש.
און נקודה למחשבה, ר' משה האט זיך אויסגענומען (קרעדיט בחצרות)
1. אז די עצרת זאל נישט זיין דירעקט נאר פאר גיוס בני הישיבות נאר בכלליות פאר גיוס חרדים.
2. אז די עצרת זאל נישט גענוצט ווערן פאר פראפעגאנדע צום חוק הגיוס.
וואס די מארגנים האבן געזאגט ווייס איך נישט איך גלייב אז זיי האבן צוגעזאגט זיך צוצושטעלן ווייל איך זע אז ער גייט, אבער פאקטיש ווערט געטון אקוראט דאס פארקערטע, אייכלער לויפט ארום שרייען אז די עצרת וועט לייגן דרוק אז דער חוק זאל ווערן דורכגעפירט, ועוד מה שהבאתי למעלה.
-
לעבעדיגע איד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 120
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
- x 122
Re: 'עצרת המיליאן' אין ליכט פון גזירת גיוס ה' לך אין ירושלים
ערשטענס האט דא איינער פריער געשריבען אז ס׳איז געבליבען אין בי״ד אז יעדער קען אליינס באשליסען,צריכין פרנסה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:36 amאיך האב א שאלה. איך וועל דאנקבאר זיין פאר א אויפריכטיגע תשובה.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 8:20 pmלינדען תושב האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 29, 2025 7:58 pm דער גאון האט ארויסגעברענגט ביי די אסיפות אז עס האנדלט זיך דא פון א מלחמת מצוה מיט מסירות נפש, און אז דער חיוב מחאה איז א חיוב דאורייתא ממש, ווייל אז אן די תורה זענען מיר אלע פארלוירן. מיר מוזן ווייזן וויפיל מסירות נפש מיר האבן דערפאר כדי צו זעהן א ישועה למעלה מדרך הטבע, כלשונו.
וואס האט אן עצרת תפילה מיט חובת מחאה?
איך בין ב"ה באקאנט אין די עדה החרדית, ווי אויך מיט א גרויס חלק פון די הנהלת העדה פון אלע פראקציעס.
איך וויל פשוט פארשטיין וויאזוי עס ארבעט, פאר ארום 12 יאר צוריק איז געווען א נושא שנוי במחלוקת, וואס מרן הגאב"ד בעל שערי טובי' זצוקללה"ה איז ארויסגעטרעטן לאיסור מיט א מורא'דיגע שטארקייט, בעת וואס אין לשכת הביד"צ איז געווען פארשידענע מיינונגען, לאיסור חמור, לאיסור, לחצי היתר, ולהיתר גמור. עטליכע יאר דערנאך איז מרן הגאב"ד זצוק"ל ארויס מיט א בריוו אויף א איסור ליכנס כו', טראץ וואס אין הנהלת העדה איז מוסכם אז א רב, טראץ וואס ער איז רב אין שטאט, א פולשטענדיגע מרא דאתרא, דאך זאל ער נישט ארויסגעבן א צעטל אליינס, אויף א זאך וואס איז נאכנישט מוסכם אין בי דינא רבא. טראץ וואס די רב ז"ל האט זיך אלע יארן געהאלטן דערצו, אבער דא איז ער ארויס מגדרו, פארשטייענדיג מיט דעת תורתו הרמה אז אזוי איז ריכטיג.
באותו עת זענען געווען פארשידענע, צווישן זיי חשובים, וואס האבן גענומען די קוראזש און אפן פארהאלטן דעם הייליגן רב זכרונו לברכה, אויף א שיקול הדעת זיינע, ולא עוד, מ'האט דעם רב ז"ל דערגאנגען די יארן אזש די רב ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט אז ער קלערט פון זיך צוריקקערן צו אנטווערפן.
געוועזן דעמאלט'ס פארשידענע קהלות וואס זענען געשטאנען ביים מיינונג, אז די מענטשן זענען גערעכט, ואנו אין לנו אלא דברי רבותינו הביד"צ, ואין אחרי דבריהם כלום. און שוין יארן וואס זיי זאגן אז מ'גייט נישט צו קיין מחאות ווייל בי"ד הייסט נישט, און מיר פאלגן נאר בי"ד.
איך האב ביי מיר א רשימה פון איבער דרייסיג גדולי תורה מורי הוראה דהעדה החרדית, וואס זענען מיטגעשטאנען מיטן רב ז"ל, און מפרסם געווען צעטלעך, משתתף געווען ביי כינוסים , וועגן דער אויבנדערמאנטע נושא. און האבן געליטן בזיונות מיט טעראר פארן ארויסשטעלן צעטלעך שלא ברשות בי"ד, אדער, בעסער געזאגט, שלא כדעת המוסכם של ההרכב המלא.
עד כאן, נו, ניחא, די אידן האבן אזא שיטה, פארשטיי איך גאנץ פיין.
פלוצלינג דערזעהט מען זיך מיט א פרישע נושא, מרן פוסק הדור שליט"א, האלט אז מ'דארף גיין, בי"ד וויל בשום אופן נישט מכריע זיין, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער, נאך די לחץ וואס מ'האט געלייגט, אז מרנן הביד"צ האלטן בפירוש "נישט" דערפון, עכ"פ זיכער נישט ארויס קלאר.
דאך, די אויבנדערמאנטע קהלות האבן פלוצלינג פארגעסן די תורות פון ועד העיר כו', הנהלה כו', לשכת הגזית. נישט דא קיין בי"ד, נישט דא קיין דעת תורה פון א הרכב מלא. מרן מרן פוסק הדור שליט"א הייסט גיין און מ'גייט. הלמאי, ירושלימ'ער רב האט געזאגט! אן קיין הנהלה, אן קיין הרכב, גארנישט מיט נישט.
מיין שאלה אין קורצ'ן:
מה נשתנה?
איך גלייב אז אסאך וועלן פראבירן צו ענטפערן, איך וויל בעטן, ביטע נאר ענטפערן צום דבר, נישט סתם דרייען מיט די צינג טול קוסם מבין עיניך.
און צווייטענס פארדריי נישט קיין יוצרות ווער ס׳האט געליטען פון וועמענס טעראר…