קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
די קלענערע קינדער פון תלמוד תורה אין שטעטל ביי די ביהמ"ד אויף די ירושלים גאס אין שטעטל צוליב די בוי ארבעט ביים חדר - ב' האזינו תשפ"ו
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-09-28-at-10.28.28_6fc4260f-large.jpg (240.21 KiB) געזען געווארן 1617 מאל
-
- WhatsApp-Image-2025-09-29-at-15.13.18_dffc4992-large.jpg (191.77 KiB) געזען געווארן 1617 מאל
-
- WhatsApp-Image-2025-09-28-at-11.13.09_ee82edc9-large.jpg (215.66 KiB) געזען געווארן 1617 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
די גרעסערע קינדער פון תלמוד תורה אין שטעטל ביים לערנען אין היכל ראזענבערג אין שטעטל - ב' האזינו תשפ"ו
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-09-29-at-09.20.10_45edb2b4-large.jpg (159.57 KiB) געזען געווארן 1615 מאל
-
- WhatsApp-Image-2025-09-29-at-09.20.09_bca1fc03-large.jpg (157 KiB) געזען געווארן 1615 מאל
-
- WhatsApp-Image-2025-09-29-at-09.20.07_4b01e2b7-large.jpg (159.4 KiB) געזען געווארן 1615 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
ווייטערדיגע פארשריט מיט די ארבעט פאר די נייע שטאק פאר די חדר אין שטעטל - עש"ק האזינו תשפ"ו
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-10-03-at-11.21.54_4e0f4987-large.jpg (178.91 KiB) געזען געווארן 1485 מאל
-
- IMG-20250929-WA0327-large.jpg (244.13 KiB) געזען געווארן 1485 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
ווייטערדיגע פארשריט מיט די ארבעט פאר די נייע שטאק פאר די חדר אין שטעטל - א' זאת הברכה א' תשפ"ו
- פיילס
-
- WhatsApp-Image-2025-10-03-at-12.04.00_9c3c6021-large.jpg (169.97 KiB) געזען געווארן 1372 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
די ארבעט ביי די נייע שטאק ביי די בנין התלמוד תורה אין שטעטל רוקט זיך מיט א שנעלקייט ב"ה - א' זאת הברכה תשפ"ו
- פיילס
-
- IMG-20251005-WA0028-large.jpg (195.02 KiB) געזען געווארן 1325 מאל
-
- IMG-20251005-WA0026-large.jpg (191.66 KiB) געזען געווארן 1325 מאל
-
- IMG-20251006-WA0027-large.jpg (152.31 KiB) געזען געווארן 1325 מאל
-
כתריאל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
- Location: New York
- x 26
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
איינער האט די אדרעסס פון קרית ברסלב ספרים געשעפט?
תודה מראש
תודה מראש
נייע שטאק אין תלמוד תורה שפרודלט מיט תורה ותפלה פון תשב"ר
קרעדיט: ברסלב סענטער
ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, איז עס אבער ברוך השם א פאקט, אז יעצט ווען איר ליינט די שורות, זיצן שוין די קינדערלעך אין די צען נייע קלאסן פונעם נייעם שטאק וואס איז ארויפגעצויגן געווארן אויפן עקזיסטירנדן בנין התלמוד תורה אין שטעטל.
באלד נאכן זומער האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם בוי-מייסטער מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו ער זאל זיך אריינטון אין די קאמפליצירטע ארבעט פון ארויפציען א נייעם שטאק, און האט צוגעלייגט אז מען דארף עס מאכן זייער שנעל, עס זאל זיין גענצליך פארטיג אויף אסרו חג סוכות, כדי די קינדער וואס הייבן אן די נייע קלאסן זאלן עס קענען אנהייבן ניצן גלייך נאך יום טוב.
נאכן איבערגיין די פלענער, און זען וויפיל טעג עס איז נאך דא ביז אסרו חג, און וויפיל טעג צווישן די ימים טובים עס וועט בכלל זיין מעגליך צו ארבעטן, איז ר' שבתי נ"י צוריקגעקומען מיטן פאזיטיוון ענטפער אז מען וועט עס מיטן אייבערשטנ'ס הילף באווייזן.
ממש הארט פאר ראש השנה, נאכן באקומען די פערמיטן צו בויען, האט מען זיך גענומען צו דער ארבעט מיט פלייס און אייפער. מען האט געארבעט בייטאג און ביינאכט אן אויפהער. מען האט געארבעט איינער מיטן צווייטן.
און יא, ברוך השם, מען האט דאס באוויזן. די וואך, זונטאג פרשת נח, האט מען באנייט דעם הערליכן גרויסן שיינעם שטאק, וואס אנטהאלט אין זיך ברייטע קלאסן פאר יעדע כיתה באזונדער.
די גאנצע קהילה איז זייער דאנקבאר פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעארבעט אז דאס זאל קומען צום רעאליטעט, אלעס כדי אונזערע טייערע קינדער זאלן האבן א רואיג געשמאק ווינקל צו לערנען און דאווענען, קענען חזר'ן טאג נאך טאג אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און נאר צו אים ווענדט מען זיך ווען מען האט א פראבלעם.
באזונדער קומט זיך א הערצליכע דאנק פאר די באקאנטע באליבטע גבאי צדקה מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, וואס האבן גענומען אויף זייערע פלייצעס די אויפגאבע פון שאפן די איבער מיליאן דאלער וואס דער פראיעקט האט געקאסט. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן אלעס גוטס פאר די געוואלדיגע ארבעט.
אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן

- WhatsApp-Image-2025-10-20-at-11.28.27_e9a5ffd4.jpg (143.34 KiB) געזען געווארן 730 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
א בליק אריין אין די נייע הערליכע ליפטיגע קלאסן אינעם נייע תלמוד תורה אין שטעטל - ב' נח תשפ"ו
- פיילס
-
- IMG-20251016-WA0014-large.jpg (203.04 KiB) געזען געווארן 724 מאל
-
- IMG-20251020-WA0083-large.jpg (98.89 KiB) געזען געווארן 724 מאל
-
- IMG-20251020-WA0068-large.jpg (183.59 KiB) געזען געווארן 724 מאל
פרייליכער און ווארעמער ימים טובים אין שטעטל צוזאמען מיטן ראש ישיבה
קרעדיט: ברסלב סענטער
שבת נאך ראש השנה
פון א שבת נאך ראש השנה האט זיך אנגעהויבן איין לאנגע קייט פון ווארעמע דערהויבענע תפילות און דרשות. מען האט געלאנדעט צום שטעטל צוריק פון אומאן דאנערשטאג/פרייטאג. א גרויסער עולם איז אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי. ביי שחרית האט דער ראש ישיבה געבעטן פונעם עולם מען זאל זיך נישט אראפשלעפן צו האשקי שול כדי מען זאל זיך קענען אפרוען פונעם שווערן וועג און קענען פאסטן יום כיפור אן קיין שוועריקייטן. עס איז טאקע געווען א שטילער שבת ביים ראש ישיבה מיט א קליינעם ציבור. ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גערעדט ממש אפאר געציילטע ווערטער, נאכדעם וואס ער איז געווען פארקילט און הייזעריג און אפגעמוטשעט פונעם לאנגן וועג.
ערב יום כיפור
ערב יום הקדוש איז מען אויפגעשטאנען פארטאגס צו "כפרות שלאגן", וואס איז געווארן אהערגעשטעלט צום צווייטן יאר דורך די ברסלבע בית השחיטה, וואס ווערט געפירט דורך די חשוב'ע פעלבערבוים ברודער, און די שוחטים זענען געווען די צוויי חשובע אינגעלייט מו"ה רפאל פורסט הי"ו און מו"ה שלמה רוטה הי"ו.
מו"ה דוד יודא איידליס הי"ו האט אויפגעבויעט דעם גאנצן צענטער מיט אלע פיטשיווקעס וואס האבן אויסגעפעלט. עס איז געווארן אנגעפירט דורך דעם מענעדזשער מו"ה נח הערש ווייס הי"ו. אזוי אויך האבן ארויסגעהאלפן אויפן פלאץ נאך אינגעלייט און בחורים, כל אחד בשמו הטוב יבורך.
נאך שחרית האט דער שמש מו"ה ישראל פוקס הי"ו געטיילט - ווי דער מנהג - קוכן פאר אלעמען. דערנאך זענען אלע געגאנגען זיך צוגרייטן צום הייליגן טאג יום כיפור.
יום הכיפורים
פאר כל נדרי האט מען געהערט גאר פייערדיגע דיבורים, ווי דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו בעטן דעם אויבערשטן טאר מען נישט פראווען קיין עניוות, "מיינע תפילות טוען נישט אויף", נאר מ'דארף וויסן אז מיין תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן און יעדע תפילה טוט אויף. אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל ארויסנעמען אלע ווייטאג וואס מען האט איינער אויפן צווייטן, מען זאל אלעמען מוחל זיין, דעמאלט וועט דער אייבערשטער אונז אויך מוחל זיין און פארשרייבן א גוט יאר.
מען האט ב"ה געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה האט געדאווענט פארן עמוד, וואס האט אריינגעברענגט א געוואלדיגע התעוררות אין אלע מתפללים.
נאך יום כיפור האט מען זיך געגרייט צום פרייליכן יום טוב סוכות. דאס יאר האט מען צוגעלייגט א סוכה אויך אין פארנט פונעם בית המדרש כדי צו פארגרינגערן צו שאקלען לולב און כאפן א טרינק.
ערשטע טעג סוכות
די ערשטע טעג פונעם יום טוב זענען אריבער מיט גרויס געהויבנקייט און געשמאק מיטן ראש ישיבה שליט"א. ביידע טעג פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט זוהר הקדוש אין סוכה פון בית המדרש און אויך ארומגערעדט דברי התחזקות. דערנאך האט מען געדאווענט מיט געשמאק, די הלל און הושענות זענען געווען גאר דערהויבן.
נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין דער סוכה. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות און גערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב.
דעם ערשטן טאג האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון די אושפיזין "אברהם אבינו". מען זעט אז די נסיון פון דער עקידה ווערט גערעכנט פאר אונזער טאטע אברהם און נישט פאר יצחק, וואס לכאורה ער איז דער וואס האט זיך געלאזט שחט'ן פארן אייבערשטן? נאר דער טעם פארוואס די תורה שרייבט עס צו פאר אברהם אבינו איז ווייל ער האט געהאט דעם נסיון אסאך שטארקער, צוליב דעם וואס זיין נאטור איז געווען א שטיק חסד, בשעת יצחק איז געווען מדת הגבורה, וואס דאס איז א שטארקער פעסטער נאטור נישט צו מורא האבן פון גארנישט.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז ווען א מענטש טוט חסד פון נאטור אויס, איז דאס נאכנישט אזא חידוש, ווי ווען ער גייט ארויס פון זיין וועג וואס קעגן זיין נאטור, דאך טוט ער דאס. דעמאלט איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן.
דעם צווייטן טאג האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון דעם וואס מען זעט אז יצחק אבינו איז געבוירן געווארן ווען אברהם מיט שרה זענען שוין געווען גאר אלט. שרה האט געלאכט ווען מען האט איר געזאגט אז זי גייט נאך האבן א קינד, אבער צום סוף האט דאס ווירקליך פאסירט. דאס ווייזט אונז אז מען טאר קיינמאל נישט אפמאכן "איך בין גוט אין מיין מצב וואס איך בין, איך גיי מער נישט בעטן דעם אייבערשטן ארויסצוקריכן פון מיין פראבלעם". חס ושלום אזוי צו טראכטן! דער אייבערשטער איז גרויס און קען דיר ארויסנעמען פון דיין פראבלעם וואו דו ביסט. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג וועסטו זיכער זען א ישועה.
דאנערשטאג ח"י תשרי - הילולת רבינו
דאנערשטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש. א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן פאר אין די סוכה פאר די מענער, פאר די פרויען איז געווען צוגשעטעלט אין ווייבער שול. אנשי שלומינו זענען געקומען צופארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה. ביי די סעודה האט מען געזונגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. אזוי אויך האט מען געזונגען נאך יום טוב'דיגע ניגונים.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש וואס האט אלעמען אנגעווארימט, ער האט גערעדט איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, בפרט די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, אז מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן.
יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פונדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל. דער אמת איז אבער אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
"מיר האלטן שוין 215 יאר נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן רבי'ן," האט דער ראש ישיבה געזאגט, "אבער דער פייער פון רבי'ן ווערט נאר שטערקער פון יאר צו יאר. עס איז מקרב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז זיין פייער וועט שוין ברענען ביז משיח וועט קומען." דער ראש ישיבה האט גאר שטארק געבעטן אנשי שלומינו צו האבן שכל און אנהייבן מאכן שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס דורך דעם וועט מען זיך קענען דערהאלטן אין אלע שווערע מצבים וואס מען פאלט נאר אריין.
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ספר ליקוטי מוהר"ן איז אים געווען די שווערסטע ספר צו לערנען, עס האט אים גענומען אסאך יארן ביז ער האט אנגעהויבן שפירן א טעם."ווען איינער זאל מיר זאגן אז איך וועל נאך אמאל שרייבן א שיינעם גרינגן פירוש אויף ליקוטי מוהר"ן וואס אפילו קינדער קענען פארשטיין, וואלט איך דאס נישט געקענט גלייבן, אבער דאס איז היינט די מציאות אז נאכן לערנען דעם ספר אזוי פיל מאל איז דאס היינט אן אפענער ספר פאר מיר."
נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה.
שבת חול המועד
דער שבת קודש איז דורך גאר פרייליך און געשמאק מיט גאר שיינע און ווארימע תפילות.
ביי די קידוש האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון די הושענות וואס מען זאגט שבת, "הושענא יושבת וממתנת עד כלות שבת הושענא", וואס פון דא זעט מען די חשיבות פון א איד וואס היט שבת און טוט נישט קיין מלאכה גאנץ שבת. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט נאך א פשט וואס מען קען זאגן אויף דעם, אז דאס איז א תפילה וואס א איד בעט דעם אייבערשטן, "הושענא העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל נישט זיין פון די מענטשן וואס ווערן צופלאצט פונעם שבת, און ווילן נאר זיך ארויסזען דערפון, העלף מיר האבן א טעם אינעם שבת, עס זאל זיין א זאך וואס איך קוק ארויס דערויף ווען וועט שוין דער שבת אנקומען."
און אזוי ווייטער האט מען גערעדט גאר שיינע דברי חיזוק פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט.
הושענה רבה
זונטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען געליינט משנה תורה, דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין דער סוכה. ביי דער סעודה האט מען געזונגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה. מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפילה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל.
דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר.
אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג צווישן אנשי שלומינו.
הושענא רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות. צווישן יעדע שטיקל פון די הושענות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויף אן אנדערן ענין. די התעוררות איז געווען גרויס, אלע האבן תשובה געטון און געבעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיך קענען פארנעמען גוטע קבלות, און געבעטן אויף א גוט קוויטל פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל (מען קערן די דרשות אויף קול ברסלב).
צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די גרויסקייט און די חשיבות פון יעדע תפילה וואס א איד בעט דעם אייבערשטן. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה מעורר געווען זיך צו מאכן א חשבון הנפש אויב מען דארף האבן א טעלעפאון אדער נישט. דאס איז נישט א זאך וואס מען קען אוועקנעמען פון א מענטש; דאס דארף יעדער מענטש זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן לויט זיין מצב. אבער דאס איז זיכער אז מען מוז זיך היטן די אויגן, וואס דאס איז דער יסוד פון א איד.
ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן. א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין.
נאכן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות.
שמיני עצרת
שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד. מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים.
מ'האט געקענט זען אז אנשי שלומינו זענען באמת פרייליך מיט די תורה. ס'איז נישט קיין געמאכטע מעשיות וואס מ'טאנצט פאר א שטיק צייט און דערנאך לאזט דאס נאך. ניין! די טענץ און די שמחה האבן אנגעהאלטן פון אנהייב די ערשטע הקפות ביז די לעצטע הקפה פון שמחת תורה.
דער ראש ישיבה האט במשך די הקפות אריינגעברענגט א געוואלדיגע פרישקייט אין אלעמען און געזען אז מ'זאל טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה, איש בל יעדר. דער ראש ישיבה האט זיך גאר שטארק אפגעגעבן מיט די חשוב'ע קינדער, געזונגען מיט זיי שיינע אידישע ניגונים, און געטיילט פיינע ממתקים פאר ווער עס האט שיין געזונגען.
שמחת תורה
שמחת תורה אינדערפרי, פאר יעדע הקפה, האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר דיבורים, ארויסברענגענדיג פארוואס מען טאנצט און וואס מען זאל בעטן דעם אייבערשטן ביי די הקפה. יעדע הקפה איז דאך אנטקעגן אן אנדערע מדה, וואס דעמאלט בעט מען דעם אייבערשטן פאר יענע מדה. למשל, ביים דריטן הקפה וואס איז אנטקעגן תפארת, האט דער ראש ישיבה מסביר געווען אז תפארת איז צוזאמגעשטעלט פון חסד און גבורה. עס איז דא אמאל א מענטש וואס ביי אים איז אייביג חסד, עס גייט אים אלעס גוט. ווידעראום איז דא איינער וואס ביי אים איז גבורה, עס גייט אים ליידער נישט גוט. אבער פון די אנדערע זייט איז דא א מענטש וואס ביי אים איז תפארת - ער לעבט מיטן אייבערשטן סיי ווען עס גייט בחסד און סיי ווען עס פארט אויף די גבורה'דיגע וועג. אלץ ווייסט ער אז עס איז תפארת, עס איז שיין, ווייל דער אייבערשטער האט עס מיר געשיקט.
ביי איין הקפה האט מען געזונגען "נאך א בעיבי, נאך א בעיבי", האט דער ראש ישיבה זיך אנגערופן: "מיר זינגען דאס זייער געשמאק דא אין שול, אבער דער אמת'ער דאנק קומט זיך פאר די אידישע פרויען וואס געבן זיך אזוי אפ מיט די קינדער. עס זענען דא מענטשן וואס צוקריגן זיך בשעת א ברית ווייל מען האט זיי נישט געגעבן א כיבוד צו האלטן דאס בעיבי, וואס באמת איז דאס א גרויסע שטות. קענסט האלטן דאס בעיבי אינדערהיים בשעת עס וויינט, וויג עס און שאקל עס." דער ראש ישיבה האט געזאגט: "מען האט געזען אן אינטערעסאנטע זאך בשעת מוהרא"ש איז אוועק. יענע מינוט האבן עפעס די בעיביס זיך גענומען וויינען. איך האב דאס געהאט ביי מיר, און אויך אנדערע אינגעלייט האבן מיר געזאגט אז זיי האבן דאס אויך געהאט, ווייל בשעת עס זענען דא דינים וויינען די בעיביס און מיט דעם גייען אוועק די דינים. די געטרייע מאמעס וויגן דאס קינד, שטייען אויף אינמיטן די נאכט צו בארואיגן דאס קינד. דאס נעמט אוועק אלע דינים פון אידישע קינדער."
במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר האבן מיט וואס צו פרייען זיך אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן. און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף דער וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענער וועלט.
ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דעם חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו" - אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן.
מוצאי יום טוב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ אויפן ניגון "שובו לכם לאהליכם". מען האט זיך געזעגנט איינער פונעם צווייטן מיט א שמחה אז מען האט געהאט די זכיה זיך צו פרייען צוזאמען במשך דעם יום טוב.
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. עס וועט געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט. די דרשות פון חיזוק און התעוררות האבן זיכער עושה רושם געווען אויף אלעמען אויפן לאנגן ווינטער וואס קומט. מ'האט זיך גוט אויפגעפרישט די נשמה מיט די אלע תפילות און דרשות וואס מ'האט געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מ'האט זיכער גע'פועל'ט א גוט זיס יאר.

- IMG-20251013-WA0200-large.jpg (169.68 KiB) געזען געווארן 716 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
פרייליכע טענץ נאך א הערליכע יום טוב מיטן ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל - מוצאי שמחת תורה תשפ"ו
- פיילס
-
- IMG-20251016-WA0004-large.jpg (221.84 KiB) געזען געווארן 713 מאל
-
- IMG-20251016-WA0006-large.jpg (186.48 KiB) געזען געווארן 713 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
שטעטל נייעס פרשת נח תשפ"ו
- פיילס
-
- שטעטל נייעס פרשת נח תשפו_page-0001.jpg (270.03 KiB) געזען געווארן 600 מאל
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
קוקט אויס זייער שיין די מקוה
ואוס איז פשט פון די אפענע דאך, פשוט ווייל מ'איז נאך נישט אנגעקומען צו לייגן טיילס?
אגב זעה איך קעמרעס, קוקט אויס אז ס'איז שוין געווארן די נארם איבעראל
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
שוין פיר באסעס זעה איך, בליעה"ר
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
ווי עס קוקט מיר אויס איז ליבערטי די שנעלסטע וואקסנדע נייעסטע שטעטל, סיי בכמות און סיי באיכות, סיי די מענטשן, סיי הייזער, סיי בתי מדרשים, געשעפטן און סערוויסעס.
איך זוך די טאל צו סוקסעס. עס פעלט זיך אויס נאך אזעלכע שטעטלעך אין קרית יואל
איך זוך די טאל צו סוקסעס. עס פעלט זיך אויס נאך אזעלכע שטעטלעך אין קרית יואל
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
-
קאכעדיג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 208
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
כ'מיין אז ס'איז איין זאך:
קאפ אין וואנט - אין יעדע הינזיכט
קוק נישט אויף גארנישט און אויף קיינעם.
-
שפאט ביליג
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 30
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:18 am
- x 60
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
און דער עולם זיכט עס זאל מצליח זיין, און זעט אלעס פאזיטיוו .
און דער עולם, יעדער איינער באנאזאם לייגט צו א פלייצע ,זה בכה וזה בכה , און סאיז נישט דא וועם צו בלעימען אדער קריטיקערן, סאיז טיעם ווארק.
נישט ווי למשל געוויסע וויליאמסבורג'ע משפחות וואס האבן געמופט אויף לינדען, און זענען נישט געווען צופרידן פון די לינדענע קאוטשעניו זאפט , גייען זיי ארום באשמוצן די שטאט ווי אימער ,און שרייבן גנאי אויף אלע סאושעל מידיע און פאורומס וועבסייטס, אנשטאט ארויס צו העלפן .
פארשטייט זיך אז פארקויפן הייזער פאר אינוועסטערס און פארדינגען פאר גוים עקזעסטירט נישט אין קרית ברסלב ,וועגן יעדער ארבייט אינאיינעם.
משא"כ אין לינדען האבן די אייגענע ברודער אינטערגעברענגט די וועד, דאס נישט פארקויפן פאר אינוועסטערס און ארויפציען די פרייזן,
סתם אנגעכאפט לינדען פאר א משל ,אבער יעדע פלאץ קענסטו דאס זען, מענטשן ווארטען אז איינער זאל צושטעלן פארן עולם ביליגע הייזער אויף א גאלדענע טאץ, עס גייט קיינמאל געשען
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
-
שפאט ביליג
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 30
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:18 am
- x 60
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
נישט ממש , סאטמאר מהר"יי אין קרית יטב לב-בלומינגבערג עסט מען שטרוי שוין איבער 10 יאר ,הערשט יעצט ריקן זיך גרויסע זאכן דארט, וועט מען זען אויב עס וועט זיך פארקויפן די פרישע איבער 500 דירות וואס ווערן יעצט געבויעטנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 6:54 pmיעדער איינציגער "מנהיג" קען דאס באווייזן.
פראבלעם איז אז אלע פרובירן צו מאכן נוטראלע שטעטלעך.
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
דאס איז ווייל זיי שיקן מענטשן אויף 6 פלעצער. זאלן זיי ווען פראקלאמירן איז בלומינגבורג "איז" זייער עתיד, וואלטן שוין געוואוינט דארט לכה"פ טויזנט משפחות.שפאט ביליג האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 9:02 pmנישט ממש , סאטמאר מהר"יי אין קרית יטב לב-בלומינגבערג עסט מען שטרוי שוין איבער 10 יאר ,הערשט יעצט ריקן זיך גרויסע זאכן דארט, וועט מען זען אויב עס וועט זיך פארקויפן די פרישע איבער 500 דירות וואס ווערן יעצט געבויעטנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 6:54 pmיעדער איינציגער "מנהיג" קען דאס באווייזן.
פראבלעם איז אז אלע פרובירן צו מאכן נוטראלע שטעטלעך.
-
קאכעדיג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 208
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
נישט ממש.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 12:48 pmדאס איז ווייל זיי שיקן מענטשן אויף 6 פלעצער. זאלן זיי ווען פראקלאמירן איז בלומינגבורג "איז" זייער עתיד, וואלטן שוין געוואוינט דארט לכה"פ טויזנט משפחות.שפאט ביליג האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 9:02 pmנישט ממש , סאטמאר מהר"יי אין קרית יטב לב-בלומינגבערג עסט מען שטרוי שוין איבער 10 יאר ,הערשט יעצט ריקן זיך גרויסע זאכן דארט, וועט מען זען אויב עס וועט זיך פארקויפן די פרישע איבער 500 דירות וואס ווערן יעצט געבויעטנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 6:54 pm
יעדער איינציגער "מנהיג" קען דאס באווייזן.
פראבלעם איז אז אלע פרובירן צו מאכן נוטראלע שטעטלעך.
רוב חסידי מהר"יי ווילן נישט באלאנגען אין א קהלה וואס די עתיד דערפון איז בלומינבורג...
ס'קען נאר ארבעטן אין א פארמאכטע קהלה ווי מ'פאלגט קאפ אין וואנט, מ'קוקט נישט אויף גארנישט און קיינעם.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: קרית ברסלב - ליבערטי, ניו יארק
מ'זעהט דאך אז ס'האט שוין די פרעימס פאר די דראפ סילינג, און עטליכע האבן שוין די דראפ סילינג.