סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך שמח »

עדיטאריעל האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 10:22 am
קריץ האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:25 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:11 pm פון וואנעט קומט דער ניגון?

איך האב עס געהערט די ערשטע מאל אויף דעי קליפ פון קאדאדטשקע אין בני ברק . ווען עס דעס געווען אושפוזין דמשה? אין ווער איז דעי זינגער?
כי אורך ימים ושנות חיים, כי אורך ימים ושנות חיים ושלום...
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך יאנטשי »

שמח האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 10:46 am

כי אורך ימים ושנות חיים, כי אורך ימים ושנות חיים ושלום...
דעציט.

איך האב געשריבן אז עס קוקט אויס ווי צוזאמגעשטעלט די ניגון מיט די ווערטער אויפן פלאץ, ווייל איך האב געקענט די ניגון פון ערגעץ.
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מטות »

ס'איז אינגאנצן 1 וואך אוועק פון שבת נח
וואס די רבי גייט עסן שבת מיט די בוחרים און צום נייעם זמן מיט פרישע הונדערטער בוחרים גייט ווייטער נישט זיין קיין פלאץ ביים טיש

סאיז יעצט די צייט פאר עסקנים צו טוען עפעס דערוועגן
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2854
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8773

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מטות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 11:28 am ס'איז אינגאנצן 1 וואך אוועק פון שבת נח
וואס די רבי גייט עסן שבת מיט די בוחרים און צום נייעם זמן מיט פרישע הונדערטער בוחרים גייט ווייטער נישט זיין קיין פלאץ ביים טיש

סאיז יעצט די צייט פאר עסקנים צו טוען עפעס דערוועגן
חלום עליכם... אזוי אויך פרישע צענדליגער אידן וועלכע גייען אפמאכן אז מען גייט אנהייבן צו קומען צום טיש, און נאכן זיך אפבריען די ערשטע וואך צוויי גייען סיי נאכאמאל סטאפן מיט א פרישקייט...
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

זעענדיג די שיינע צעטל פון די בחורים שמחת בית השואבה זאגט מיר איינער אין שול אז דא ליגט א גרויסע לאגא פון קהל אבער געלט האט יעדער געגעבן נאר נישט קהל.

להעלות האט געגעבן א חלק, די מוסדות האבן געגעבן א חלק, אבער קהל האט געענטפערט "סנישטא קיין געלט"... :oops:

AASD.jpg
AASD.jpg (368.7 KiB) געזען געווארן 1881 מאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:41 pm זעענדיג די שיינע צעטל פון די בחורים שמחת בית השואבה זאגט מיר איינער אין שול אז דא ליגט א גרויסע לאגא פון קהל אבער געלט האט יעדער געגעבן נאר נישט קהל.

להעלות האט געגעבן א חלק, די מוסדות האבן געגעבן א חלק, אבער קהל האט געענטפערט "סנישטא קיין געלט"... :oops:

AASD.jpg
און פונדעסטוועגן האט להעלות געוואלט אז ס'זאל האבן קהל'ס לאגא.

און בד"וו, די אויסגאבן צו אויפשטעלן און צונעמען די פארענטשעס, אויס ליידיגן די ביהמ"ד פון טישן, קלינען נאכדעם, האט קהל געצאלט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

וועכע פארענטשעס רעדסטו פון?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 3:06 pm וועכע פארענטשעס רעדסטו פון?
דאכט זיך מיך אז אויף דרום זייט איז געווען, און די אנדערע זייט איז געווען א סטעידזש
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

בקיצור, קהל האט געגעבן דאס ארויסטראגן די בענק און לייגן פלייוואדס. די ביה"כ פאפיר אויך?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 3:12 pm בקיצור, קהל האט געגעבן דאס ארויסטראגן די בענק און לייגן פלייוואדס. די ביה"כ פאפיר אויך?
דאס איז נאר בד"וו גערעדט.
וואס איך זאג איז, אז להעלות האט געוואלט האבן קהל'ס לאגא אפי' זיי געבן גארנישט
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
לכל קהלא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 296
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 4:20 pm
x 193

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לכל קהלא »

מטות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 11:28 am ס'איז אינגאנצן 1 וואך אוועק פון שבת נח
וואס די רבי גייט עסן שבת מיט די בוחרים און צום נייעם זמן מיט פרישע הונדערטער בוחרים גייט ווייטער נישט זיין קיין פלאץ ביים טיש

סאיז יעצט די צייט פאר עסקנים צו טוען עפעס דערוועגן
אויך אינגאנצען פונקטליך איין יאר און אינגאנצען צווי יאר פון ווען מען האט גערעדט פון דע נושא
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1304
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1954

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 3:12 pm בקיצור, קהל האט געגעבן דאס ארויסטראגן די בענק און לייגן פלייוואדס. די ביה"כ פאפיר אויך?
בערך די זעלבע הוצאות וואס מען האט דא פארטיידיגט פאר וואס מען דארף צאלן מעמבערשיפ... גוים, ארויסשטעלן בית מדרש ועוד וכדו
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
זרש
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 3:12 am
x 50

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך זרש »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:41 pm זעענדיג די שיינע צעטל פון די בחורים שמחת בית השואבה זאגט מיר איינער אין שול אז דא ליגט א גרויסע לאגא פון קהל אבער געלט האט יעדער געגעבן נאר נישט קהל.

להעלות האט געגעבן א חלק, די מוסדות האבן געגעבן א חלק, אבער קהל האט געענטפערט "סנישטא קיין געלט"... :oops:

AASD.jpg
די מעמד איז שוין געווען געקענסעלד א וואך פאר יו"ט צוליב די ארעמע קהילה

(אנפאנג האט געהייסן אז סגייט זיין א גרויסע בענד)
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 416

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

א חסיד פון רב האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 6:19 pm 🌴בצל מורינו🌴

"רבבות רבבה ירננו בקול - ובכן צדיקים יראו ושמחו וישרים יעלוזו"

מטעם די ועד החתונה שע"י הנהלת קהילתינו הק' ווערט געמאלדן אז שטייענדיג בלויז קארגע 6 וואכן אפגערוקט פונעם היסטארישן חתונה הגדולה איז באשטעטיגט געווארן דעם "מקום החתונה" פונעם עלסטן אור אייניקל פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און עלסטע אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך א לענגערע צייט איבערגיין אלע אפציעס און דן זיין בכובד ראש איבער אלע מעגליכקייטן כדי צו קענען אקאמאדירן דעם אסטראנאמישן ערווארטעטן ציבור, איז אצינד באשטימט געווארן אז די חתונה וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת וישלח הבעל"ט אין א מקום רחבת ידים אין צענטער פון וויליאמסבורג, אינעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהאוז פלאזא" אינעם נעווי יארד וועלכע איז ספעציעל גוט אויסגעשטעלט צו קענען ארייננעמען אזא פילקעפיגן ציבור און פארמאגט אלע צוגעהערן.

אין די יעצטיגע טעג לייגן די עסקני ועד החתונה אריין איבערמידליכע כוחות אהערצושטעלן דעם שטח לכבוד ולתפארת פאר דעם היסטארישן חתונה,
דער גיגאנטישער זאל וועט בעז"ה ווערן ספעציעל אויסגעשטעלט מיט די מאקסימאלסטע פלעצער צו קענען אקאמאדירן די צענדליגער טויזנטער אנ"ש פון לענגאויס אמעריקע און די הונדערטער געסט מעבר לים.

אזוי אויך ווערן געמאכט די לעצטיגע פלענער לקראת די שבעת ימי המשתה, וואס דאס רעכנט אריין אין זיך טראנספארטאציע פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, אש"ל מלא פאר די טויזענטער געסט תלמידי וחסידי סאטמאר מכל קצוי תבל במשך פון די דריי טעג יו"ט ושבת של שמחה, ועוד ועוד,
די עסקנים ארבעטן אויף אלע פראנטן זיכער צו מאכן אז אלעס איז מסודר כראוי וכיאות על צד היותר טוב, די פרטים וועלן נתפרסם ווערן בקרוב.

= צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה, שתולים בבית ה' בחצרות אלוקינו יפריחו, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו =

~🌴~
פיילס
IMG_20251020_180413_642.jpg
IMG_20251020_180413_642.jpg (102.72 KiB) געזען געווארן 1097 מאל
אלעס ארום די היסטארישער חתונה פונעם עלטסטן אור אייניקל ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א עלטסטע אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א

https://chat.whatsapp.com/FGO3KLNgqc82X9GBwK5TfT

https://t.me/Satmar_Chasuna
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א חסיד פון רב האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 6:19 pm
► Show Spoiler
זכרונות...
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 706

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גרינגראז »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:41 pm זעענדיג די שיינע צעטל פון די בחורים שמחת בית השואבה זאגט מיר איינער אין שול אז דא ליגט א גרויסע לאגא פון קהל אבער געלט האט יעדער געגעבן נאר נישט קהל.

להעלות האט געגעבן א חלק, די מוסדות האבן געגעבן א חלק, אבער קהל האט געענטפערט "סנישטא קיין געלט"... :oops:

AASD.jpg
גערעכט זענען זיי... דו ווייסט וויפיל עס קאסט פאר קהל א שמחת תורה?? קהל האט נישט קיין געלט. פינטל.
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך מטות »

מטות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 11:28 am ס'איז אינגאנצן 1 וואך אוועק פון שבת נח
וואס די רבי גייט עסן שבת מיט די בוחרים און צום נייעם זמן מיט פרישע הונדערטער בוחרים גייט ווייטער נישט זיין קיין פלאץ ביים טיש

סאיז יעצט די צייט פאר עסקנים צו טוען עפעס דערוועגן
סווערט שוין נענטער
איינער ווייסט אפשר צו סאיז דא איינער וואס טוט דעראין?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך יאנטשי »

גרינגראז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 7:50 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:41 pm זעענדיג די שיינע צעטל פון די בחורים שמחת בית השואבה זאגט מיר איינער אין שול אז דא ליגט א גרויסע לאגא פון קהל אבער געלט האט יעדער געגעבן נאר נישט קהל.

להעלות האט געגעבן א חלק, די מוסדות האבן געגעבן א חלק, אבער קהל האט געענטפערט "סנישטא קיין געלט"... :oops:

AASD.jpg
גערעכט זענען זיי... דו ווייסט וויפיל עס קאסט פאר קהל א שמחת תורה?? קהל האט נישט קיין געלט. פינטל.
בכלל די גאנצע בחורישע שפראך פון 'קהל זאל באצאלן' ווי כאילו קהל פארמאגט א געלט בוים.

זיי קענען פאנדרעיזן, דו קענסט אויך, עפעס וואס די קהילה איז פאראנטווארטליך דארף קהל פאנדרעיזן, און עפעס וואס נישט, נישט.
פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:33 pm
x 17

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פריילאך »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:05 pm

נעם א קאלקיולעטער און רעכן אויס וויפיל מנינים צו חתן תורה/בראשית איז געווען אין די פאלישן. נאר בשעת די הקפות, און וויפיל איז עס געגאנגן, דו''ק ותשכח

לויט מיין חשבון מינימום 42 מנינים יעדע מנין איז געווען בערך פאר 3-4 טויזענט ביידע חתנים, טיימס 42 ...

און נדבנים אויף יעדע ריר.

ארעמע קהילה נעבעך...

אינטערעסאנט ביז אפאר יאר צירוק זענען געווען אזעלכע וואס פלעגן דאס טון ביז קהל איז געקומען אין זיי פארשיקט....
פאקט איז אז קהל לאזט נישט קיינעם פאנדרעיזן (איך רעדט ווען איינער וועט עס טון מער ווי אפאר מאל) און די עסקנים וואס וואלטן געווען גרייט עס צי טון זיכן זיך נישט קיין קאפוויי
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך בודקע »

זרש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:05 am
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:05 pm
גרינגראז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 7:50 pm
גערעכט זענען זיי... דו ווייסט וויפיל עס קאסט פאר קהל א שמחת תורה?? קהל האט נישט קיין געלט. פינטל.
בכלל די גאנצע בחורישע שפראך פון 'קהל זאל באצאלן' ווי כאילו קהל פארמאגט א געלט בוים.

זיי קענען פאנדרעיזן, דו קענסט אויך, עפעס וואס די קהילה איז פאראנטווארטליך דארף קהל פאנדרעיזן, און עפעס וואס נישט, נישט.
אינטערעסאנט ביז אפאר יאר צירוק זענען געווען אזעלכע וואס פלעגן דאס טון ביז קהל איז געקומען אין זיי פארשיקט....
פאקט איז אז קהל לאזט נישט קיינעם פאנדרעיזן (איך רעדט ווען איינער וועט עס טון מער ווי אפאר מאל) און די עסקנים וואס וואלטן געווען גרייט עס צי טון זיכן זיך נישט קיין קאפוויי
קהל לאזט יא פאנדרעיזן. ווענדט זיך וויאזוי.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 634

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לאקאלער רב »

פריילאך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:50 am
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:05 pm
גרינגראז האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 7:50 pm
גערעכט זענען זיי... דו ווייסט וויפיל עס קאסט פאר קהל א שמחת תורה?? קהל האט נישט קיין געלט. פינטל.
בכלל די גאנצע בחורישע שפראך פון 'קהל זאל באצאלן' ווי כאילו קהל פארמאגט א געלט בוים.

זיי קענען פאנדרעיזן, דו קענסט אויך, עפעס וואס די קהילה איז פאראנטווארטליך דארף קהל פאנדרעיזן, און עפעס וואס נישט, נישט.
נעם א קאלקיולעטער און רעכן אויס וויפיל מנינים צו חתן תורה/בראשית איז געווען אין די פאלישן. נאר בשעת די הקפות, און וויפיל איז עס געגאנגן, דו''ק ותשכח

לויט מיין חשבון מינימום 42 מנינים יעדע מנין איז געווען בערך פאר 3-4 טויזענט ביידע חתנים, טיימס 42 ...

און נדבנים אויף יעדע ריר.

ארעמע קהילה נעבעך...
איך בין נישט דא צו פארענפערן קיינעם, איך בין נאר אביסל אינוואלווד אין איינע פון די קלענערע גרעסערע בתי מדרשים דקהילתינו סאו איך קען א טראפקעלע נאמבערס וואס עס קאסט אויפצוהאלטן א בית מדרש.

נאר צו געבן א קליינע משל, O&R פאר בית מדרש הגדול פאר חודש תשרי שאץ איך פאר ארום 100 אלפים אויב נישט מער...

אחוץ פון דעם קאסט יעדע ריר אלפים ורבבות, קיינער ארבעט נישט היינט אימזיסט, אפשר אפשר די בחורים וואס הענגן די נוי סוכה...

דו הערסט נאר וואס יענער שנד'רט, פאלט דיך נישט ביי אז עס איז אויך דא עקספענסעס, און גרויסע.
פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:33 pm
x 17

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פריילאך »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:02 am

ל"ג בעומר קאסט אויך פאר קהל רבבות,
האט א גבאי צדקה וועם דער עולם קען, אמאל געוואלט וויסן די הוצאות והכנסות פון ל"ג בעומר, האט ער געפרעגט די נדבנים וויפיל זיי געבן, און געפרעגט די קאמפעניס וואס ס'קאסט פארשידענע זאכן, און געמאכט א ס"ה וואס מיינסטו ס'געווען...

און פון די ארעמע קהילה האט מען מודה געווען צו זיין ליסט און געבעטן שווייגן...

יעדער איז מודה אז קהל האט טאקע גרויסע עקספענסעס,
אבער יעדער זעט אויך די הכנסות.

אז מ'וויינט איז א גוטע סימן.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 634

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך לאקאלער רב »

פריילאך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 11:14 am
לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 10:02 am
פריילאך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:50 am
נעם א קאלקיולעטער און רעכן אויס וויפיל מנינים צו חתן תורה/בראשית איז געווען אין די פאלישן. נאר בשעת די הקפות, און וויפיל איז עס געגאנגן, דו''ק ותשכח

לויט מיין חשבון מינימום 42 מנינים יעדע מנין איז געווען בערך פאר 3-4 טויזענט ביידע חתנים, טיימס 42 ...

און נדבנים אויף יעדע ריר.

ארעמע קהילה נעבעך...
איך בין נישט דא צו פארענפערן קיינעם, איך בין נאר אביסל אינוואלווד אין איינע פון די קלענערע גרעסערע בתי מדרשים דקהילתינו סאו איך קען א טראפקעלע נאמבערס וואס עס קאסט אויפצוהאלטן א בית מדרש.

נאר צו געבן א קליינע משל, O&R פאר בית מדרש הגדול פאר חודש תשרי שאץ איך פאר ארום 100 אלפים אויב נישט מער...

אחוץ פון דעם קאסט יעדע ריר אלפים ורבבות, קיינער ארבעט נישט היינט אימזיסט, אפשר אפשר די בחורים וואס הענגן די נוי סוכה...

דו הערסט נאר וואס יענער שנד'רט, פאלט דיך נישט ביי אז עס איז אויך דא עקספענסעס, און גרויסע.
ל"ג בעומר קאסט אויך פאר קהל רבבות,
האט א גבאי צדקה וועם דער עולם קען, אמאל געוואלט וויסן די הוצאות והכנסות פון ל"ג בעומר, האט ער געפרעגט די נדבנים וויפיל זיי געבן, און געפרעגט די קאמפעניס וואס ס'קאסט פארשידענע זאכן, און געמאכט א ס"ה וואס מיינסטו ס'געווען...

און פון די ארעמע קהילה האט מען מודה געווען צו זיין ליסט און געבעטן שווייגן...

יעדער איז מודה אז קהל האט טאקע גרויסע עקספענסעס,
אבער יעדער זעט אויך די הכנסות.

אז מ'וויינט איז א גוטע סימן.
דאס פאלט דיר נישט ביי אז פון ל"ג בעומר'ס אינקאם קאווערט מען טבת'ס לעקטער בילל? ס'איז בכלל נישט ראנג, אזוי איז א געזונטע ביזנעס אויסגעשטעלט.
פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 3:33 pm
x 17

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך פריילאך »

מ'רעדט דא צו די קהלה האט געלט אדער נישט,
יעדער ווייסט ס'דא הוצאות,
אבער אין רוב מענטשנ'ס אויגן וואס צאלן אסאך געלט א יאר פאר מעמבערשיפ און זיצן געלט, און זעען די הכנסות משך פונעם יאר, האט די קהלה אסאך געלט.
שרייב פאוסט