אמעריקע האט עס גענומען פון איינעם און געגעבן צום צווייטן. גארנישט מיט ארץ ישראלבודקע האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 8:15 am אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי זאגט אז אוקראינע האט באקומען א פּאטריאט פארטיידיגונגס מיסיל סיסטעם פון מדינת ישראל.
דאס איז א טויש אין פאזיציע פון מדינת ישראל וואס האט זיך געהאלטן נוטראל אין די קריג אין די ערשטע יארן, פארמאגנדיג געמיינזאמע אינטערעסן מיט רוסלאנד אין סיריע.
IMG_20250928_081448_819.jpg
נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2218
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6950
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסלאנד האט דורכגעפירט א ברוטאלע אטאקע קעגן אוקראינע, שיסנדיג 595 דראונס און 48 מיסילס.
די אוקראינע עירפארס האט נוטראליזירט 611 פון זיי אבער די איבעריגע האבן יא דערגרייכט זייערע צילן מיט ברוכווארג פאלנדיג אויף 25 אנדערע ערטער.
אמווייניגסטנס פיר מענטשן זענען געשטארבן, אריינגערעכנט א 12 יעריג מיידל אין קיעוו און העכער 40 זענען פארוואונדעט געווארן.

-
יאנקל גרויס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 48
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 11:58 pm
- x 159
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
ברעיקינג: פרעזידענט טראמפ האט אויטאריזירט דער באנוץ פון לאנגשטרעקיגע דראונס און מיסילס פון אוקראינע, צו אטאקירן צילן אינעווייניג אין רוסלאנד.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארארדנט די גרעסטע מיליטערישע דרעפט אין 9 יאר, פארלאנגענדיג אז 135,000 זעלנער זאלן ווערן רעקרוטירט ביז יאר 2026.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2218
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6950
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
מיינסט אוודאי צו זאגן "26"
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2218
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6950
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסלאנד האט געשאסן 500 דראונס און 50 מיסילס אריין קיין אוקראינע אין א מאסיווע נאכט אטאקע אין וועלכע 5 זענען געשטארבן און אמווייניגסטנס 10 זענען פארוואונדעט געווארן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2218
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6950
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אוקראינע באשולדיגט כינע און העלפן רוסלאנד מיט סאטעליט שפיאנאזש און אינפארמאציע צו העלפן אידענטיפיצירן און אטאקירן סטראטעגישע לאקאציעס אין אוקראינע, בעידזשינג טוט לייקענען די באשולדיגונגען.
- חיימ'קע
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
- Location: אין די קינדער שיך
- x 516
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
רוסישער פרעזידענט פוטין און מדינת ישראל פרעמיער נתניהו דיסקוסירן טראמפ'ס שלום פלאן פאר עזה
די צוויי האבן גערעדט וועגן פרעזידענט טראמפ'ס גרויסע צוואנציג פונקטן פלאן צו ברענגען די עזה מלחמה צו אן ענדע, און פוטין האט ווידערהאלט אז ער וויל א דיעל וואס זאל זיך ענדיגן מיט א פולקאמע פאלעסטינער לאנד. די צוויי האבן אויך גערעדט וועגן טרעפן א לעזונג צו די איראנער נוקלעארע פראגראם אישו און וויאזוי צו קענען נאכמער סטאביליזירן די צושטאנד אין סיריע. עס איז די ערשטע מאל זייט אוגוסט וואס די צוויי רעדן, און ס'קומט אינמיטן באריכטן אז נתניהו האט פרובירט צו בארואיגן אנגעצויגנקייט צווישן פוטין און טראמפ.

איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
זעלענסקי קומט פרייטאג באזוכן טראמפ, ווי מען וועט אים גאר מעגליך באשטעטיגן טאמהאק מיסילס
- פיילס
-
- gettyimages-2230824105.jpg (115.96 KiB) געזען געווארן 715 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1483
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4752
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
איך גלייב זייער שווער אז אמעריקע וועט געבן טאמאהאוק קרוז מיסילס פאר אוקראינע.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
פארוואס?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 12:26 am איך גלייב זייער שווער אז אמעריקע וועט געבן טאמאהאוק קרוז מיסילס פאר אוקראינע.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
טראמפ רעדט יעצט מיט פוטין
- פיילס
-
- Screenshot_20251016_112657_Truth Social.jpg (135.24 KiB) געזען געווארן 614 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
- פיילס
-
- Screenshot 2025-10-16 132228.png (135.76 KiB) געזען געווארן 565 מאל
-
- 540370562.jpg (126.62 KiB) געזען געווארן 571 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1483
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4752
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:02 amפארוואס?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 12:26 am איך גלייב זייער שווער אז אמעריקע וועט געבן טאמאהאוק קרוז מיסילס פאר אוקראינע.
א קאמבינעישאן פון עטליכע פאקטארן. א לאנג רעינדזש קרוז מיסיל איז נישט סתם א מיסיל וואס איז מער פארגעשריטן ווי באליסטישע מיסילס, נאר עס איז א גענצליך באזונדערע פראדוקט - עקטושעלי, א גענצליך באזונדערע קאטעגאריע פון געווער. בלויז ארום 10 לענדער אפערירן בכלל אזעלכע סארט מיסילס! עס איז גאר א קאמפליצירטע מאשין צו מעינטענען, אפערירן און נוצן, און קומט מיט נאך אסאך טייערע, קאמפליצירטע, פארגעשריטענע עקוויפמענט וואס מען מוז האבן צו קענען בכלל נוצן די מיסילס.
כ'וועל אנכאפן אויסטראליע פאר א דוגמא. אויסטראליע האט אין 2023 געמאכט א דיעל מיט אמעריקע צו קויפן ביז 200 טאמאהאוק קרוז מיסילס (ווערנדיג די צווייטע לאנד צו קויפן די מיסילס, נאך ענגלאנד), פאר א פרייז פון כמעט 900 מיליאן דאלער. אויסער דעם האבן זיי געמאכט א דיעל צו קויפן נאך ארום 250 מיליאן דאלער ווערט עקוויפמענט, צו קענען אפערירן די מיסילס. דאס קומט אויס צו א סך הכל פון איבער פינף א האלב מיליאן דאלער פער מיסיל. אזוי אויך האט אויסטראליע נאר געקויפט די שיף-לאונטשד ווערסיע, וואס דאס צו קענען קויפן מוז מען האבן שיפן מיט די מעגליכקייט צו קענען טראגן די מיסילס און זייערע עקוויפמענט. די אנדערע אפשענס זענען סובמארין-לאונטשד (וואס אוקראינע האט זיכער נישט די מעגליכקייטן דערצו) און גראונד לאונטשד, וואס די גראונד לאונטשינג סיסטעם איז ממש ניי און איז דערווייל נאכנישט פארקויפט געווארן פאר קיינעם (כאטש עטליכע לענדער זענען אין געשפרעכן צו קויפן).
בקיצור, מען רעדט פון א העכערע שטאפל פון וואפן וואס בלויז געציילטע לענדער פארמאגן, איז זייער טייער און גאר קאמפליצירט און פאדערט אסאך עקספערטיז און עקוויפמענט צו אפערירן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2218
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6950
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
פרעזידענט טראמפ זאגט אז פוטין וואלט ווען געדארפט געווינען די מלחמה אין איין וואך, און עס גייט שוין אריין אין די פערטע יאר.
"איך ווייס נישט פארוואס ער זעצט פאר מיט די מלחמה, עס גייט אזוי שלעכט פאר אים."
פרעזידענט טראמפ זאגט אז רוסלאנד האט פארלוירן נאנט צו א מיליאן און אהאלב זעלנער אין די מלחמה.
"איך ווייס נישט פארוואס ער זעצט פאר מיט די מלחמה, עס גייט אזוי שלעכט פאר אים."
פרעזידענט טראמפ זאגט אז רוסלאנד האט פארלוירן נאנט צו א מיליאן און אהאלב זעלנער אין די מלחמה.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
טראמפ זאגט אז פוטין וועט זיך מעגליך טרעפן מיט זאלענסקיחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pmאון ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
- פיילס
-
- Screenshot_20251017_134645_X.jpg (197.66 KiB) געזען געווארן 466 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2218
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6950
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
און צום דריטן מאל..
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
(מיין פעוועירד) דזשורנאליסט פיטער דואסי פון פאקס פרעגט זעלענסקי וואס די חילוק פון טראמפ אין ביידען איז.
זעלענסקי; טראמפ איז יעצט פרעזידענט און ביידען נישט, מילא נאר טראמפ קען ערלעדיגן א שלום אפמאך. אזוי אויך האט טראמפ יעצט איבערצייגט אז ער קען גוט פארהאנדלען א פייער אפשטעל אין די מיטל מזרח, מילא האף מיר אויך צו ערלעדיגן איינס.
טראמפ; די חילוק איז אז איינער איז עקסטרעם אומטויגליך און איינער איז עקסטרעם געלונגען...

- Screenshot_20251017_140739_Telegram.jpg (138.88 KiB) געזען געווארן 450 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
לויט באריכטן האט טראמפ געלייגט משונה'דיגע לחץ אויף זאלענסקי אנצונעמען די פוטין שלום אפמאך.
טראמפ האט געסטראשעט זעלענסקי אז פוטין וועט צומאלן אוקריינא אויב באקומט ער נישט וואס ער ברויך
(באריכט פון די דאזיגע וואס טענה'ן אויך אז טראמפ איז א פוטין פאפעט, נעמען מיט זאלץ..)
אזוי אויך קומט אריין די סיבה פארוואס טראמפ האט ארויסגעשטורעמט פונעם זיצונג אין אלאסקע. דאס איז געווען ווען פוטין האט זיך גענומען מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס ער מעג אינוואדירן אוקריינא, באגלייט מיט דראמאטישע היסטאריע לעקציעס, ביז טראמפ איז צוקראכט געווארן און געענדיגט דעם זיצונג...

- IMG_20251019_142321_933.jpg (142.69 KiB) געזען געווארן 373 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
אמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו וועלן אפהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pmאון ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
- פיילס
-
- IMG_20251020_224452_545.jpg (155.21 KiB) געזען געווארן 287 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
ס'איז שוין אין סטייל היינט...חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:57 pmאמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו האבן אפגעהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pmאון ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
מאנכע זאגן אז די טראמפ פוטין מיטונג קען נישט צושטאנד קומען נאכדעם וואס דעי צווי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף א פלאן.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:57 pmאמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו וועלן אפהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pmאון ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3794
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 22656
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
באשטעטיגט פון ווייסע הויז, די זיצונג וועט נישט צושטאנד קומעןחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:51 pmמאנכע זאגן אז די טראמפ פוטין מיטונג קען נישט צושטאנד קומען נאכדעם וואס דעי צווי קענען זיך נישט פאראייניגן אויף א פלאן.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:57 pmאמעריקאנער רוביא מיט רוסישע אויסערן מיניסטער לעווראוו וועלן אפהאלטן א אסיפות עסקנים אין הכנה צום זיצונג קומענדיגע וואך אין בודאפעסטחלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:19 pm
און ס'איז געבליבן אז מען וועט מאכן נאך א מיטונג.
לכאורה נעקסטע וואך אין אונגארן
- פיילס
-
- IMG_20251021_134056_833.jpg (107.99 KiB) געזען געווארן 157 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2317
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7652
Re: נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
סא יעצט וועט מען שוין שיקן טאמהאק? כמיין, וויפיל מאל דארף פוטין ווייזן קלאר פאר טראמפ אז ער האלט נישט ביים זיך אינטערגעבן?