
- Screenshot 2025-07-23 104044.png (840.22 KiB) געזען געווארן 1735 מאל
מסע ממלכתי עיר הבירה ווערט א פאקט! הונדערטער שלוחי דרחמנא גרייטן זיך צו פארוואנדלט ווערן אין די אנשי המעמד פון כלל ישראל, וועלכע וועלן אפרעכטן די סאמע העכסטע שתדלנות אין עסקנות ביי די העכסטע קארידארן פונעם אמעריקאנעם פאלק!
עסקני המסע זיצן אין די טעג מיט די פארשטייער און באהערדע אין און ארום וואשינגטאן צו פארזיכערן די קלאסאלע סוקסעס און הצלחה פון די ימי העסקנות.
קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג עקב הבעל״ט
אט טרעטן מיר אריין אין די ימי המסע, ווען די רעגעסטראציע וועט זיך עפענען, און דערמיט ווערט ארויסגעשטעלט די הויכפונקטן פונעם מסע העסקנים, שלוחי דרחמנא שע״י צדק.
די מסע ממלכתי וועט צווישן אנדערע רייכע הויכפונקטן, ארויסשטיין במלוא הדרה מיט רייכע פראגראמען, מאורעות, עסקנות און נאך.
דורכאויס די רייזע וועט מען אינאיינעם איינרייסן ביי די קדושי עליון וועלכע האבן באטראטן די אמעריקאנע ערד און געהייליגט דאס פלאץ, און אינאיינעם וועלן מיר איינרייסן ביי זיי להצלחת מסע הממלכתי און פאר די ווייטערדיגע הצלחה פון די אומגלויבליכע צדק עסקנות.
א חידוש׳פולע און העכסט רוחניות׳דיגע מאורע וועט פארקומען אינערהאלב די קארידארן פון די אמעריקאנע פאלק, וואו עס וועט פארקומען א מעמד לימוד התורה יחד כל העסקנים והשלוחים.
די הערליכע גראנדיעזע מעמד שלוחי דרחמנא, וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר, אפצוגעבן די ריכטיגע שבח והודאה פאר אלע שלוחים און אינאיינעם דורכגיין די פעולות פונעם עבר, אוואו מיר שטייען אצינד, און פארעפנטליכן די פלענער אויף ווייטער בס״ד.
עס דארף אנגעמערקט ווערן אז די מסע ממלכתי טוט באזונדער פאנדומענטירן און ערצייגן פאר די פאלטישע פירער און העכסטע פענסטער די ווייטגרייכנדע פעולות און כוח וועלכע צדק טוט פרעזענטירן, ווען די פאליטישענס וועלן זען מיט די אייגענע אויגן די מאסיווע באזע פון געטרייע עסקנים און זעלבסט מיטלעבן די אינטערעסע און גרייטקייט פון אזויפיל עסקנים, וועלכע וועט געוויס איבערלאזן א טיפן רושם און נאכמער הייבן דאס רעספעקט פון די ווייטגרייכנדע פעולות פון צדק.
גרייט אייך ברודער אויף היסטארישע טעג!
רעגעסטראציע עפנט זיך מארגן!
ביטע ווארט נישט אויפן לעצטן מינוט, זינט אלע נעמען מוזן אריינגעגעבן ווערן פאר סעקיוריטי מיט גענונג צייט
מיר ערווארטן אייער השתתפות אין דעם מסע ממלכתי