אין דעם ארטיקל שטייט אז זיי רעדן זיך אפ אז די אלע מחאות און פראטעסטן שטערט זיי זייער שטארק און נעמט אוועק צופיל כוחות פון די פאליציי זיך צו ברויכן ספראווען דערמיט, און שלאגט פאר, מען זאל אויפהערן ארעסטירן נאר צושטעלן מער פרומערע אפטיילונגען רח"ל און מען זאל נאר גיין בפה רך!
לויט דעם ארטיקל, מאובי תחכמני, וואלט מען ווען געברויכט גאר דראסטיש פארמערן די מחאות סיי בארץ און סיי בגולה.
וועלכע שלעפער טראק האט אהערגעברענגט די ווערטער, אזוי שלא מן הענין?...
ווער עס וויל גייט קענען בלייבן אינדערהיים, מען גייט נישט קיינעם צווינגן צו קומען צו מחאות אין ניו יארק!...
האסט נישט פארשטאנען וואס איך פרעג.
מחאות אין ניו יארק איז שוין געווען ב"ה. ביזדערווייל 2 שטיק.
דא איז אויפגעקומען א אינטערוויו פון די ראש אין א צבא אפטיילונג פון אריינברענגען סאלדאטן, וואו יענער קאמפלעינט אויף די מערכה פון פטר'ן בחורים, און אויך אויף די מחאות אין אר"י.
הוה ראי' אז די צוויי זאכן שטייען אין וועג. איינס שטייט אין וועג כלפי די בחורים דירעקט אז זיי ווערן ארויסגעדרייט, און איינס האט אן השפעה אויפן מצב.
דאס אז דו גלייכסט א מחאה אין מאנהעטן איז נישט א סיבה דאס אריינצומישן איבעראל וואו עס באלאנגט נישט.
וועלכע שלעפער טראק האט אהערגעברענגט די ווערטער, אזוי שלא מן הענין?...
ווער עס וויל גייט קענען בלייבן אינדערהיים, מען גייט נישט קיינעם צווינגן צו קומען צו מחאות אין ניו יארק!...
האסט נישט פארשטאנען וואס איך פרעג.
מחאות אין ניו יארק איז שוין געווען ב"ה. ביזדערווייל 2 שטיק.
דא איז אויפגעקומען א אינטערוויו פון די ראש אין א צבא אפטיילונג פון אריינברענגען סאלדאטן, וואו יענער קאמפלעינט אויף די מערכה פון פטר'ן בחורים, און אויך אויף די מחאות אין אר"י.
הוה ראי' אז די צוויי זאכן שטייען אין וועג. איינס שטייט אין וועג כלפי די בחורים דירעקט אז זיי ווערן ארויסגעדרייט, און איינס האט אן השפעה אויפן מצב.
דאס אז דו גלייכסט א מחאה אין מאנהעטן איז נישט א סיבה דאס אריינצומישן איבעראל וואו עס באלאנגט נישט.
איך הער וואס איר זאגט
אבער דאס אז איר גלייכט נישט קיין מחאה אין מאנהעטן, איז אויך נישט קיין סיבה אז איר זאל מחולק זיין מיט א מציאות, און מיט מרן בעל ויואל משה זצוק"ל אזוי ווי @פארטריבן האט שוין צוטירט פון ספר הקדוש ויואל משה.
קאכעדיג האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 6:10 pm
@דער תהלים איד ווי האלט דאס מיט די אלע קרוב צו הונדערט ארעסטירטע?
וועט עזרה ויעוץ זיי קענען ארויסנעמען כאטש אויף די הייליגע טעג ר"ה יו"כ סוכות?
כ'האף אז כאטש א גרויס חלק
איך ווייס נישט די נומערן. אבער מ'לויפט פון איין געריכט צום צווייטן.
המערכה בעיצומה.
דאס ווייס איך אז הצדיק ר' שמעון שלאפט נישט,
איך האב געפרעגט אויב מען גייט קענען באפרייען עכ"פ א גרויס חלק פון די אזויפיל ארעסטירטע אויף די ימים טובים טעג אז זיי זאלן קענען דאווענען אין זייער שולן, און זיין מיט זייערע משפחות,
בכלל, וואס קען מען למשל טענה'ן אין געריכט?
זענען די ארעסטן געווען קעגן די ארטיגע רשעות'דיגע חוקי סדום פון די מדינה?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 6:19 pm
און איך האב דיר געענטפערט.
טראל נישט ארום דא ווייל ס'דא אויגן וואס קוקן.
ביטע, כאטש מודיע זיין דעם ציבור יעדעס מאל ווען עס וועט געלונגן פאר די עסקנים ארויסצונעמען איינעם פון די קרוב צו הונדערט ארעסטירטע פון געפענגעניש,
ישר כח
יעצט באקומען פון איינעם אין אימעיל עטליכע סקרינשאטס (מיר האבן ב"ה נישט אליין קיין צוטריט דערצו)
ווי די פראטעסט פון פארגאנגענע וואך איז געזעהן געווארן אין סאושעל מידיע אין די הונדערטער טויזנטער
פאלגענד איז איינע פון די מעסעדזשעס וואס איז אין די לעצטע 3 טעג ביז יעצט געזעהן געווארן דורך 600,000 מענטשן
אויף ר"ה זענען געזעצן איבער 70 אידן אין תפיסה אין די מדינת השמד צוליב ווייל זיי ווילן זיין יודן!
ובראשם די צוויי מוסרי הנפש פון די היימישע ירושלימער יודן, די גבורי החיל ר' אליעזר צדוק בן ליבא גיטל מרים קויפמאן שליט"א ור' ארי' מרדכי בן מרים ראבינאוויטש וועלכע זיצן שוין אין 'בידוד' למען כבוד שמו יתברך ווייל זיי ווילן נישט זיצן צווישן אלע.. אויסגעשטעלט צו שרעקליכע פרצות בצניעות און נאך.,
וועד אסירי ציון אריינגעשיקט א שופר סימנים א מחזור פון ראש הישיבה הגאון האדיר ר' יושע דוד טורטשין שליט"א, דער שופר איז אגעקומען סוף ערשטע טאג העגרשט, געלבאזן תקיעות פאר אלעמען קידוש שמו ברבים נישט אריינצופאלן אין צבא השמד שיצאו מאפילה לאורה, זייט גריט להמשך המערכה דרשו ה' בהמצאו, וכל הרשעה כולה כעשן תכלה
א געוואלדיגער חיזוק בריוו געשיקט פאר די צוויי אסירי ציון פון מהרח"צ טייטלבוים שליט"א אב"ד קהל ויואל משה סאטמאר ורבי ארי ראזנפעלד שליט"א אין אלע ראשי הכוללים און די ראשי החבורות בשם 600 לומדי הכולל ויואל משה שליט"א פאר די צווויי מקדשי השם אסירי ציון
איינער פון די אסירים א גבור חיל דוד בן גיטא געזעצן ראש השנה הגם ס'קומט אים א 'חופשה' האבן זיי נישט געוואלט ארויסלאזן ראש השנה וועגן זייער רשעות, נאר א טאג שפעטער אויף דריי טעג
צום גדלי' איז ער ארויסגעלאזט געווערן אויף דריי טאג נאך זיצן פינף און ניינציג טעג! עס דראעט אים הונדערט פערציג טעג!
דער פארשאטנער 'ענף החרדי' אין מיליטער רופט א 'ימי תשובה' התעוררות סליחות זונטאג ו' תשרי אין די בניני הטומאה אין ירושלים, סיי די סאלדאטן, סיי די משפחות, 'נאר מענער'.. זיך צו שטארקן אריינצופאלן אין דעם שמד, אריינברענגן קרירות מפתה זיין און מסית זיין אריינצופאלן דעם צבא השמד.
א ווארימער שמועס אויף מערכת סאטמאר מיטן טאטן פון דעם העלדישן גבור חיל ר' אברהם קויפמאן שליט"א מיט א ברכת השנה פאר אלע הייליגע ארגעניזאציעס און פאר אלע וואס זענען געשטאנען צוהילף פאר די משפחות און מיט די מחאות פאר די גבורי החיל, ברענגט ארויס אז דער עצם גיין אין בידוד איז א גירא בעינא דשטנא אז דו ווילסט מיך איינשפארן, און איך וויל גיין דארט נאך ערגער... התבודדות... עס איז א מורא'דיגע שווערע זאך, אבער מיט א מורא'דיגע מסירות נפש און העלדישקייט!