נייעס פון קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
ווער עס איז מקפיד צו שלאגן כפרות אויף צום גדלי' און ער וויל נישט זיצן אין טרעפיק פאר א שעה+ זאל קויפן אפאר הינער ערב ראש השנה און צוריק טראגן איין צופרי... עס קומט א ערענסטע אנזעץ ווען די איינציגסטע לאקאציע אין אלטשטאט איז ביים בית השחיטה מיט די איינציגסטע אריינגאנג פון דינאוו...
- פיילס
-
- Screenshot 2025-09-18 131227.jpg (108.67 KiB) געזען געווארן 2194 מאל
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 535
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 846
Re: נייעס פון קרית יואל
גערעכט קאנטרי סעזאן איז דא עטליכע וומסב"ג חתונות, כאטש נישט צו סאך, אפשר 2 -3 , אבער משך דעם יאר איז דא היבש פון קרית יטב לב, און ווי אויך פון מאנטריאל, קאשוי, אינדיאנא, זשערסי סיטי און אפי' פון מאנסי איז געווען.מיין מיינונג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:49 pmנישט אלע חתונות וועלכע ווערן געפראוועט אין קרית יואל, זענען די צד הכלה תושבי ק"י (ווי למשל אין די קאנטרי סעזאן), דערפאר איז זייער אן אויסגעהאלטענע חשבון צו רעכענען נאר צד הכלה תושבי קרית יואל.גמח האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 3:51 pmאיך האב פארשטאנען..תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 3:38 pm
אז מ'קוקט וויפיל קרית יואל'ע מיידלעך האבן חתונה געהאט די יאר, וואס דעיס איז די וואוקס פון קרית יואל, בחורים וואס האבן חתונה גייען צו אנדערע שטעט, אדער זענען זיי שוין געווארן גערעכנט דורך די כלה'ס צד, ופשוט הוא.
איך האב געמיינט צו זאגן אז ווען מען וויל רעכענען חתונות וואס עס גייט זיין און א יאר /צוויי /פינף /צען וכדו רעכענט מען לויט וויפיל מיידלעך עס איז דא נישט בחורים וכנה''ל
אבער ווען מען רעדט פון חתונות וואס עס איז שוין געווען שרייבט מען נישט נאר צד הכלה וויבאלד יעדע חתונה האט צוויי זייטן , ופשוט הוא
ופשו... ס'גוט.
Re: נייעס פון קרית יואל
איינער ווייסט ווען איז די ערשטע מנין סליחות אין קרית יואל?
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 654
Re: נייעס פון קרית יואל
208 איז שלעכט? א מפיל קינד??...יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 2:30 pm ווער עס איז מקפיד צו שלאגן כפרות אויף צום גדלי' און ער וויל נישט זיצן אין טרעפיק פאר א שעה+ זאל קויפן אפאר הינער ערב ראש השנה און צוריק טראגן איין צופרי... עס קומט א ערענסטע אנזעץ ווען די איינציגסטע לאקאציע אין אלטשטאט איז ביים בית השחיטה מיט די איינציגסטע אריינגאנג פון דינאוו...
Re: נייעס פון קרית יואל
1- צווישן צוויי און דריי חתונות נישט פון קי מיידלעך מן הסתםמיין מיינונג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:49 pmנישט אלע חתונות וועלכע ווערן געפראוועט אין קרית יואל, זענען די צד הכלה תושבי ק"י (ווי למשל אין די קאנטרי סעזאן), דערפאר איז זייער אן אויסגעהאלטענע חשבון צו רעכענען נאר צד הכלה תושבי קרית יואל.גמח האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 3:51 pmאיך האב פארשטאנען..תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 3:38 pm
אז מ'קוקט וויפיל קרית יואל'ע מיידלעך האבן חתונה געהאט די יאר, וואס דעיס איז די וואוקס פון קרית יואל, בחורים וואס האבן חתונה גייען צו אנדערע שטעט, אדער זענען זיי שוין געווארן גערעכנט דורך די כלה'ס צד, ופשוט הוא.
איך האב געמיינט צו זאגן אז ווען מען וויל רעכענען חתונות וואס עס גייט זיין און א יאר /צוויי /פינף /צען וכדו רעכענט מען לויט וויפיל מיידלעך עס איז דא נישט בחורים וכנה''ל
אבער ווען מען רעדט פון חתונות וואס עס איז שוין געווען שרייבט מען נישט נאר צד הכלה וויבאלד יעדע חתונה האט צוויי זייטן , ופשוט הוא
ופשו... ס'גוט.
2-לכאורה אין די אויבערדערמאנטע חשבון איז אריינגערעכענט אויך די פאר חתנות -נישט זיכער -
Re: נייעס פון קרית יואל
ערנסטע דורכברוך!!יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 2:30 pm ווער עס איז מקפיד צו שלאגן כפרות אויף צום גדלי' און ער וויל נישט זיצן אין טרעפיק פאר א שעה+ זאל קויפן אפאר הינער ערב ראש השנה און צוריק טראגן איין צופרי... עס קומט א ערענסטע אנזעץ ווען די איינציגסטע לאקאציע אין אלטשטאט איז ביים בית השחיטה מיט די איינציגסטע אריינגאנג פון דינאוו...
צום ערשטן מאל וועט בית השחיטה צושטעלן נאך א לאקאציע אינדרויסן פון שטאט א גאנצע וואך, און ערב יום כיפור מיט שוחטים!!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8505
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20800
Re: נייעס פון קרית יואל
איך בין זייער נתעורר געווארן פון א צעטל וואס כ'האב געזען נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול:
צוליב די וויכטיגע התעוררות האב איך געמאכט א שטארקע קבלה ביי מיר צום נייעם יאר, מער נישט נכשל צו ווערן אין פארן מיט די שמד-באסעס ח"ו...
למעשה האב איך געהאט א שווערע דורכפאל.
אפאר טריט שפעטער זע איך א צעטל אז מ'בעט צו קומען צום שובה דרשה מיט די טראנזיט באסעס.... צו פארגרינגערן טרעפיק ארום די ביהמ"ד.
וואס טו איך דא?...
צוליב די וויכטיגע התעוררות האב איך געמאכט א שטארקע קבלה ביי מיר צום נייעם יאר, מער נישט נכשל צו ווערן אין פארן מיט די שמד-באסעס ח"ו...
למעשה האב איך געהאט א שווערע דורכפאל.
אפאר טריט שפעטער זע איך א צעטל אז מ'בעט צו קומען צום שובה דרשה מיט די טראנזיט באסעס.... צו פארגרינגערן טרעפיק ארום די ביהמ"ד.
וואס טו איך דא?...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8505
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20800
Re: נייעס פון קרית יואל
צום באמערקן אז איך האב נישט גארנישט קעגן דאס מודיע זיין אז די באסעס זענען נאר פאר פרויען.
כאטש איך ווייס נישט צו ס'איז טאקע דא א צניעות פראבלעם אויב מענער נוצן עס, מיין בחור פלעגט עס נוצן און נישט זען קיין שום פראבלעם, פונקט ווי ער גייט אין גראסערי. קען זיין געוויסע צייטן איז ערגער, כ'ווייס נישט.
נאר צו מאכן א גאנצע קאמפיין צו מאכן פעלזן-פעסטע קבלות... כ'מיין... בקיצור. קען זיין ס'איז סתם עפעס א נעבעך.

- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2261
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7202
Re: נייעס פון קרית יואל
@דער תהלים איד , כ'האף נאר אז ס'איז נישט קהל אדער די ווילעדזש דער וואס פירט די קאמפיין..
Re: נייעס פון קרית יואל
איינער האט געהעקט דיין אקאונט?...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:23 pm איך בין זייער נתעורר געווארן פון א צעטל וואס כ'האב געזען נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול:
image000000 (1).jpg
צוליב די וויכטיגע התעוררות האב איך געמאכט א שטארקע קבלה ביי מיר צום נייעם יאר, מער נישט נכשל צו ווערן אין פארן מיט די שמד-באסעס ח"ו...
למעשה האב איך געהאט א שווערע דורכפאל.
אפאר טריט שפעטער זע איך א צעטל אז מ'בעט צו קומען צום שובה דרשה מיט די טראנזיט באסעס.... צו פארגרינגערן טרעפיק ארום די ביהמ"ד.
וואס טו איך דא?...
image000000.jpg
Re: נייעס פון קרית יואל
אפשר ווארט קודם אויף די ברייטע אפהאנדלונג וואס גייט נאכפאלגן....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:23 pm איך בין זייער נתעורר געווארן פון א צעטל וואס כ'האב געזען נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול:
image000000 (1).jpg
צוליב די וויכטיגע התעוררות האב איך געמאכט א שטארקע קבלה ביי מיר צום נייעם יאר, מער נישט נכשל צו ווערן אין פארן מיט די שמד-באסעס ח"ו...
למעשה האב איך געהאט א שווערע דורכפאל.
אפאר טריט שפעטער זע איך א צעטל אז מ'בעט צו קומען צום שובה דרשה מיט די טראנזיט באסעס.... צו פארגרינגערן טרעפיק ארום די ביהמ"ד.
וואס טו איך דא?...
image000000.jpg
Re: נייעס פון קרית יואל
היינט א וועלט וואו יעדער שמויגער קען מאכן א קאמפיין און 'כלל ישראל אויפוואכונג' מיט א קבלות קאמפיין און ארויסשיקן אויפקלערונג בראשורן אין די בתי מדרשים און אויף די פאסט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:31 pm צום באמערקן אז איך האב נישט גארנישט קעגן דאס מודיע זיין אז די באסעס זענען נאר פאר פרויען.
כאטש איך ווייס נישט צו ס'איז טאקע דא א צניעות פראבלעם אויב מענער נוצן עס, מיין בחור פלעגט עס נוצן און נישט זען קיין שום פראבלעם, פונקט ווי ער גייט אין גראסערי. קען זיין געוויסע צייטן איז ערגער, כ'ווייס נישט.
נאר צו מאכן א גאנצע קאמפיין צו מאכן פעלזן-פעסטע קבלות... כ'מיין... בקיצור. קען זיין ס'איז סתם עפעס א נעבעך.
אנגעהויבן מיט גוטע כוונות מיט שטיצע פון רבנים, און געענדיגט ביי אלע סארט אגענדעס. (כמעט זיכער די יעצטיגע קאמפיין ווערט געפירט דורך איינס פון די טעקסי פירמעס)
Re: נייעס פון קרית יואל
למען האמת איז שוין געווען אמאל עפעס פון קהל וועגן געוויסע שעות וואס בחורים זאלן עס נישט ניצן.יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 6:10 pmהיינט א וועלט וואו יעדער שמויגער קען מאכן א קאמפיין און 'כלל ישראל אויפוואכונג' מיט א קבלות קאמפיין און ארויסשיקן אויפקלערונג בראשורן אין די בתי מדרשים און אויף די פאסט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:31 pm צום באמערקן אז איך האב נישט גארנישט קעגן דאס מודיע זיין אז די באסעס זענען נאר פאר פרויען.
כאטש איך ווייס נישט צו ס'איז טאקע דא א צניעות פראבלעם אויב מענער נוצן עס, מיין בחור פלעגט עס נוצן און נישט זען קיין שום פראבלעם, פונקט ווי ער גייט אין גראסערי. קען זיין געוויסע צייטן איז ערגער, כ'ווייס נישט.
נאר צו מאכן א גאנצע קאמפיין צו מאכן פעלזן-פעסטע קבלות... כ'מיין... בקיצור. קען זיין ס'איז סתם עפעס א נעבעך.
אנגעהויבן מיט גוטע כוונות מיט שטיצע פון רבנים, און געענדיגט ביי אלע סארט אגענדעס. (כמעט זיכער די יעצטיגע קאמפיין ווערט געפירט דורך איינס פון די טעקסי פירמעס)
Re: נייעס פון קרית יואל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8505
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20800
Re: נייעס פון קרית יואל
ס'דא דא אזעלכע וואס מיינען אז איך בין אלעמאל פאר יעדע זאך וואס די 'סיסטעם' טוט.שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 5:44 pmאיינער האט געהעקט דיין אקאונט?...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 19, 2025 3:23 pm איך בין זייער נתעורר געווארן פון א צעטל וואס כ'האב געזען נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול:
image000000 (1).jpg
צוליב די וויכטיגע התעוררות האב איך געמאכט א שטארקע קבלה ביי מיר צום נייעם יאר, מער נישט נכשל צו ווערן אין פארן מיט די שמד-באסעס ח"ו...
למעשה האב איך געהאט א שווערע דורכפאל.
אפאר טריט שפעטער זע איך א צעטל אז מ'בעט צו קומען צום שובה דרשה מיט די טראנזיט באסעס.... צו פארגרינגערן טרעפיק ארום די ביהמ"ד.
וואס טו איך דא?...
image000000.jpg
ווער ס'קען מיר פריוואט ווייסט ווי ווייט איך בין דערפון... נאר וואס, רוב זאכן וואס מענטשן בארעדן קומען פון ראנג אינפא אדער א ראנג בליק און איז דעריבער אומריכטיג. אבער ס'איז כמובן דא גענוג ריכטיגע טענות וואס מאכן זיך, וואס איך וועל נישט אוועקמאכן ווען איינער זאגט עס.
אבער, מפני הנימוס וועל איך עס נישט שרייבן ברבים, ווייל ס'איז מענטשן מיט וועמען איך דיעל. איך וועל עס ענדערשט זאגן פאר זיי פערזענליך, וכדו'.
אין אונזער פאל, היות דער וואס טוט עס איז פארשלייערט, דאס האט נישט קיין שום נאמען, און איך ווייס באמת נישט גענוי וועלכע סיקריק אדער כ'ווייס וואס ס'שטייט דערונטער, מעג איך דאך זאגן הויעך אז דער וואס מאכט דאס ברויך אן אונטערזוכונג.
יא איה"נ, יענער האט א טענה פון צניעות, ווייל די ווילעדזש האט נישט גענוג באסעס צו אפטיילן און ס'איז בכלל יעצט אוממעגליך ווי כ'האב שוין אמאל מסביר געווען דא באריכות, און די שטעלונג פונעם טראנזיט סיסטעם איז אז מצדם איז עס צו פארגרינגערן פאר די פרויען, און אויב ס'איז נישט פאסיג פאר מענער איז נישט, זאלן זיי עס נישט נוצן.
אבער, אין פאקט האט מען צוגעלייגט שעות פון 6 פארטאגס ביז 12 ביינאכט, און די צייטן פון פארטאגס און ביינאכט זענען זיך מענער מחי' דערמיט, און דער וואס גייט ארויף אויף א באס וואס איז געפאקט מיט פרויען און ער שטיפט זיך אריין אין זיי (אויב ס'איז טאקע דא אזעלכע) איז עס יענעמס אחריות און קיינער דארף נישט ליידן וועגן יענעם צודרייטן.
וואס דרייסטע מיר איבער דא מיט פעלזן פעסטע קבלות? האסט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט?
Re: נייעס פון קרית יואל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8505
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20800
Re: נייעס פון קרית יואל
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 10:57 am נעכטן נאכט האב איך אביסל קלארער מברר געווען וועגן די ווילעדזש באסעס, KJ טראנזיט.
די ווילידזש מצדם ארבעט כסדר צו פארברייטערן נאך און נאך, ווי יעדער זעט. די קאסטן פון פעיראל כהיום איז בערך 5 מיליאן דאלאר, ארום 1.5 מיליאן דעקט זיך פון די פאסאדזשירן, ארום 3 מיליאן קומט היינט צוטאג פון די רעגירונג (די קאונטי גיט עס, ס'קומט פון 3 מקורות: פעדעראל, סטעיט, און קאונטי בודזשעטן און פראגראמען). ס'בלייבט אויך א דעפיציט אויפ'ן ווילעדזש, און זיי צאלן עס.
יעצט, וויאזוי פארברייטערט מען עס? דורך אויפווייזן פאר די קאונטי וויפיל מענטשן ס'נוצן עס. די ווילידזש ציילט פאסאדזשירן, און עקסטער שיקט די קאונטי אראפ אינפעקטארס וואס פארן מיט, און קוקן צו מ'ציילט ערליך, און צו מ'האלט די באסעס גוט, וכו'. כהיום האלט עס ביי איבער מיליאן פאסאדזשירן א יאר! און דערפאר איז געלונגען א וואוט אין די קאונטי אז זיי מוזן צוצושטעלן נאך. מען בויט יעצט 16 נייע באסעס, אבער די געברויך דערפאר איז שוין באמת יעצט דא.
ס'איז יעצט אין באנוץ 34 באסעס קע"ה, 5 דערפון זענען אלטע אפגענוצטע וואס מ'דארף אוועקווארפן די ערשטע מעגליכקייט... (ס'קומט שוין פון עירפארט אפגענוצט), 5 מוז מען האבן ספעיר ווייל אייביג מאכט זיך אז א באס גייט ארויס פון דינסט פאר א וואך צוויי און כעת איז נישטא קיין ערזאצן און ס'איז כמעט אוממעגליך אזוי, און 6 גייט זיין צו פארברייטערן די נייערע רוט'ס.
סוי די ווילעדזש איז דא פאר א רעוואלוציע פון פובליק טראנספארטעישן, און מ'קען זאגן אז ס'איז א ערנסטע דורכברוך. ווי געזאגט ביי מיר אין שטוב נוצט מען עס כמעט טעגליך, ס'איז א נייע וועלט.
דא קומט אריין די נושא פון מענער. היות ס'איז דא באסעס פון 6 פארטאגס ביז 12 ביינאכט, אויטאמאטיש האט עס אנגעהויבן אפעלירן צו מענער אויך. בעיקר האט זיך עס אנגעהויבן ווען ס'האט זיך געעפנט שכונת ויואל משה, און דארט איז נישטא קיין געהעריגע וועג צו "כאפן א היטש", ממילא די בחורים און די כולל אינגעלייט האבן אנגעהויבן נוצן די טראנזיט. האט זיך אנגעהויבן א בקשה מ'זאל מאכן עפעס א סדר וועגן מענער און פרויען.
דער פראבלעם איז נאר אז ס'איז א שטאטישע זאך, און די שטאט גייט נישט צושטעלן קיין עקסטערע באסעס פאר מענער און פרויען. אפילו א מחיצה, אדער קאליר'ס וואס מ'האט געמאכט ביי רוח החיים פארק, איז גוט פאר א פארק וואס מ'האט געהאט א איינמאליגע גרענט. א באס סיסטעם וואס זיי דארף דעקן די פעיראל און האבן כסדר אינספעקטארס, זוכט נישט קיינער אז ס'זאל ווערן איין טאג אפגעשפארט, ומובן היא.
איי די מענער ווילן דאך אויך פארן?
איז מצד די ווילעדזש, זאלן מענער טאקע נאר פארן ווען ס'איז נישט פול. די עיקר צייטן ווען די אישו ווערט איז 10 און 6 אזייגער ווען כולל אינגעלייט נוצן עס, אדער פרייטאג ווען די בחורים האבן נישט קיין באסעס, און יומא דפגרא'ס. האט מען געמאכט א מיטינג ביים רבי'ן, מ'האט אויפגעברענגט צו מענער זאלן אפשר גיין פון די בעק טיר (מ'קען צולייגן א געלט מאשין ביי די בעק טיר), איז אבער די בעק טיר נישט אין די בעק נאר אינמיטן, און די פרויען פארנעמען אלעמאל מער ווי האלב. זאגן אז די מענער זאלן ארויפגיין אין פראנט און פרויען אין בעק, וועלן די פרויען נישט קענען ארויפקומען מיט קערעדזשעס (די בעק טיר האט עפעס סטעפס, איך האב עס אויך נישט ארויס גענוי אבער ביי די פראנט וואקן זיי ארויף מיט קערעדזש גראדערהייט, עפעס אזוי).
האט דער רבי געזאגט אז די פרויען מוזן בלייבן הונדערט פראצענט באקוועם, דער עיקר איז עס פאר זיי, וויבאלד זיי טארן נישט דרייוון, און זיי קענען אויך נישט כאפן א היטש. אז מענער קענען אויך מיטגיין איז גוט, אז נישט זאל עס בלייבן נאר פרויען.
ס'קען זיין אז אויב וועט דער כולל אנהייבן צושטעלן באסעס פאר די אינגעלייט (די קאלעדזש פראגראם קען עס אפשר צושטעלן פונקט ווי ביי די בחורים, כ'ווייס נישט), און מ'וועט טרעפן א לעזונג פאר בחורים ווען זיי האבן נישט קיין באסעס (אדער זאגן אז די באסעס זענען נישט פאר בחורים?) וועט אויטאמאטיש אלעס זיין מסודר, פונקט ווי אין גראסערי... ווילאנג ס'איז נישט קיין שטופעניש קען יעדער באשליסן צו ס'איז פאר אים אדער נישט. אבער דאס קען איך נישט זאגן.
איך האב געפרעגט צו ווען מען גייט למעשה אויסוואקסן די רוטס, און די קאונטי וועט שוין מוזן געבן דאפלט, 2 באסעס צו יעדע רוט, וועט מען יא קענען מאכן אומאפיציעל אז איין באס זאלן מענער נוצן און איינס פרויען, איז די תשובה אז ס'איז נישט עכט מעגליך, ווייל אפילו ס'ווערט פארדאפלט וועט עס נישט גיין אויטאמאטיש אלע רוטס נאר ס'וועט גיין איינגעטיילט נאר לויט ווי ביזי יענע רוט איז, און בכלל זענען פרויען אלעמאל די רוב ווייל ווי געזאגט זיי דרייוון נישט און כאפן נישט קיין היטשעס, ממילא איז בכלל נישט דא קיין לעגאלע און פראקטישע וועג דערפאר.
סוי, צו סאמערייזן, די ווילעדזש שטעלט צו די מאקסימום פון זייער זייט, אבער ס'איז א גאווערמענט זאך מיט אינספעקשאנס און מ'קען נישט מאכן קיין מחיצות וכו', ממילא קוקט מען בעיקר אויף די פרויען וואס האבן נישט קיין קארס און היטשעס, אבער מצד די ווילעדזש, מענער וואס ווילן קענען עס נוצן אין רואיגע צייטן ווען ס'איז נישט פול, מעגליך אז אויב וועט מען צושטעלן פאר כולל און לעזן די בחורים אישו וועלן עס מענער קענען מער נוצן, אבער כעת איז דא צייטן ווען ס'ווערט ממש א שטופעריי און דערפאר האט חומת העיר מודיע געווען אז מענער זאלן עס נישט נוצן בכלל נאר פרי פארטאגס און שפעט ביינאכט.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3896
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 23899
Re: נייעס פון קרית יואל
צען מינוט צום זמן ראש השנה און די חברה האבן זיך דערמאנט צו ארבעטן אויף מאונטן נאך עטליכע חדשים וואס מען האט נישט געהערט פון זיי, קעגן די פסק פונעם מרא דאתרא אז ארבעטער דארפן שוין זיין אינדרויסן פון שטאט. טרעפיק פון דא ביז קאנארסי
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
Re: נייעס פון קרית יואל
למעשה האט די מידווייף פונעם קאמפעטישאן געטון דאס זייניגע, עזר הייבט אן צוצושטעלן א מידווייף סערווייס...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 15, 2025 1:55 pmסוי דיין טענה איז נאר, אז הלמאי מ'טוט עס נאר ווען די קאמפאטישן קומט ארויס.
האט דיר געענטפערט איינער וואס ווייסט (נישט איך) אז די קאנספיראציע שטימט נישט, ווייל דא האט מען נישט אויפגענומען א מידווייף ווי יענע וואס דויערט א וואך אויפצונעמען, נאר מ'האט אויפגענומען א גרויסע זאך וואס דויערט מסתמא א יאר צייט מינימום אנצוקומען דערצו און עס פיינעלייזן.
קום נישט יעצט צוריק ווי טראגיש ס'איז יא אדער נישט געווען, ווייל ס'נישט נוגע. כאפסט?
Re: נייעס פון קרית יואל
אדער האט די נייע דיירעקטאר אנגעהויבן זיין ארבעט מיט א פלייסיגקייט, און איינגעשטעלט די סערוויסעס וואס זענען געווען פלאנירט פון פאראויס.יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:28 amלמעשה האט די מידווייף פונעם קאמפעטישאן געטון דאס זייניגע, עזר הייבט אן צוצושטעלן א מידווייף סערווייס...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 15, 2025 1:55 pmסוי דיין טענה איז נאר, אז הלמאי מ'טוט עס נאר ווען די קאמפאטישן קומט ארויס.
האט דיר געענטפערט איינער וואס ווייסט (נישט איך) אז די קאנספיראציע שטימט נישט, ווייל דא האט מען נישט אויפגענומען א מידווייף ווי יענע וואס דויערט א וואך אויפצונעמען, נאר מ'האט אויפגענומען א גרויסע זאך וואס דויערט מסתמא א יאר צייט מינימום אנצוקומען דערצו און עס פיינעלייזן.
קום נישט יעצט צוריק ווי טראגיש ס'איז יא אדער נישט געווען, ווייל ס'נישט נוגע. כאפסט?
די מיד-ווייפערי סערוויס דא איז נישט עפעס א הפקר מהלך וואס הצלה וועט שוין זארגן.. עס גייט ווערן באגלייט (oversight) דורך די געהעריגע דאקטוירים, ממילא איז עס מיט א שטאפל ארויף.
(איך ווייס אז איך שרייב זאכן וואס זענען נישט פאפולער צו זאגן, אבער דאס איז די מציאות ביי די נושא..)
Re: נייעס פון קרית יואל
ראש השנה צופרי ביידע טעג האט מען געארבעט פלייסיג ביי מירון קר. בעקערטאון, געטון און אפגעענדיגט בו ביום, כ'גלייב אז צוליב די טרעפיק וואס וואלט אנגעמאכט אין א רענדעם טאג, נישט מעגליך אפילו זיך פארצושטעלן וואס דאס וואלט געמאכט. ס'קומט זיך א הכרת הטוב.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 6:22 pm צען מינוט צום זמן ראש השנה און די חברה האבן זיך דערמאנט צו ארבעטן אויף מאונטן נאך עטליכע חדשים וואס מען האט נישט געהערט פון זיי, קעגן די פסק פונעם מרא דאתרא אז ארבעטער דארפן שוין זיין אינדרויסן פון שטאט. טרעפיק פון דא ביז קאנארסי
אבער יא, ס'איז אינטערסאנט ס'איז לכאורה אקעגן די פסק פונעם מרא דאתרא, ר"ה אכט אזייגער אינדערפרי און ס'טוט זיך א געארבעטעריי. @דער תהלים איד קום אריין אויסקלארן.
ביסט טאקע נישט אפיטרופוס אבער האסטעך דאך עפעס אינסייד קאנעקשן אלזא קום ארויס מיט א שטיקל בירור.
Re: נייעס פון קרית יואל
וועלכע תקנה רעדט מען דא?בנצי האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:22 amראש השנה צופרי ביידע טעג האט מען געארבעט פלייסיג ביי מירון קר. בעקערטאון, געטון און אפגעענדיגט בו ביום, כ'גלייב אז צוליב די טרעפיק וואס וואלט אנגעמאכט אין א רענדעם טאג, נישט מעגליך אפילו זיך פארצושטעלן וואס דאס וואלט געמאכט. ס'קומט זיך א הכרת הטוב.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 6:22 pm צען מינוט צום זמן ראש השנה און די חברה האבן זיך דערמאנט צו ארבעטן אויף מאונטן נאך עטליכע חדשים וואס מען האט נישט געהערט פון זיי, קעגן די פסק פונעם מרא דאתרא אז ארבעטער דארפן שוין זיין אינדרויסן פון שטאט. טרעפיק פון דא ביז קאנארסי
אבער יא, ס'איז אינטערסאנט ס'איז לכאורה אקעגן די פסק פונעם מרא דאתרא, ר"ה אכט אזייגער אינדערפרי און ס'טוט זיך א געארבעטעריי. @דער תהלים איד קום אריין אויסקלארן.
ביסט טאקע נישט אפיטרופוס אבער האסטעך דאך עפעס אינסייד קאנעקשן אלזא קום ארויס מיט א שטיקל בירור.
עס איז דא א תקנה פון רבין אז ארבעטער פאר פריוואטע פראיעקטן וואס טארן ממילא נישט ארבעטן אום שב"ק זאלן שוין אויפהערן ארבעטן און פארלאזן די שטאט גענוג פרי כדי עס זאל נישט צוקומען זיי זאלן בלייבן נאכן זמן (ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אין ב"ג אפאר וואכן צוריק)
ווען מען רעדט פון ארבעטן פאר די ווילעדזש איז די פראבלעם בלויז אלס מראות עין דאכצעך, אויב איז עס א דרויסענדיגע קאמפאני וואס ארבעט פאר זיך, למשל O&R גייט עס בכלל נישט אן, אויב איז עס א גויאישע קאנטראקטאר אזויווי יעצט בין איך נישט זיכער אבער עס זענען זיכער דא ווען מען מעג, אפילו שארן די שניי וואס די ווילעדזש טוט אליינס מעג מען.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2261
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7202
Re: נייעס פון קרית יואל
אויב איז דא איינער וואס האט א השפעה אויף ר' מ.ד. וואס מאכט חלוקות פרייטאג אינמיטן טאג ביי קאר. גארפילד ווען ביורן, אין די צייט וואס די גאסן זענען אנגעשטויסן, זאל אים פליז זאגן ער זאל מיך ווארטן ביי מיין אפיס...