כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7394

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

אוטובאס האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 4:51 pm
משה חיים צבי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 4:25 pm איך זע דא אלע סארט מיינונגען איבער ר' שמואל פוקס, מיט אלע טענות, זע איך אז דער עולם פארשטייט בכלל נישט וואס עס איז דער מעשה מיט דער ר' שמואל פוקס

ער האט השגות מיט געדאנקען וואס קיינער האט נישט, און זיין היסטאריע אין לב טהור איז אסאך גרעסער און ברייטער ווי מענטשן מיינען...

איין מעשה וועל איך יעצט שרייבן וואס איז ארויפגעקומען פארלאפענעם שבת ווען מיר האבן פארברענגט מיט ר' שמואל אין גוואטומאלא.

עס איז געווען אדר תשפ"ב ווען ער האט געוואלט שיקן זיין בחור לערנען קיין ארץ ישראל, האט ער געשיקט פרעגן דער חכם אין טורמע אויב ער זאל שיקן זיין בחור, און אויב יא אין וועלכע ישיבה.

דער חכם האט גענטפערט אז ער זאל שיקן זיין בחור לערנען קיין ארץ ישראל, אבער ער האט צוגעלייגט עטליכע תנאים מיט א סדר לימוד אין וואס דער בחור זאל יעדן טאג עוסק זיין אין ארץ ישראל.

ער האט אויך צוגעלייגט אז דער בחור זאל וויסן אז דער ישיבה איז טאקע א גוטע ישיבה, אבער נישט דארט איז שלימות.

עד כאן המעשה, פארוואס דערצייל איך ענק עס? פשוט, ענק זאלן פארשטיין אז דער שמואל פוקס איז נישט סתם איינער, ער האט עפעס אינטער זיך איבער לב טהור.

איך בין שוין זייער נייגעריג וויאזוי די קאנטערווערסיע גייט זיך יעצט ווייטער ציען!

נא געגאנגעעעעען 1 - 2 - 3

און א שכיועך פאר רבי "משה חיים צבי" פארן שרייבן דא אויף אידטיש
מ'ברויך אן ערנסטן חוקר וואס זאל דערגיין וואס טוט זיך ביי ר' @שמואל פוקס אין קאפ איבער דעם נושא..😉
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

Positive האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 4:34 pm
אורך ימים האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 3:07 pm איך ווייס נישט פונקטלעך וואס מאיר יששכר זאגט
איך ווייס אזויפיל אז אין קאורט איז געווארן אויפגעוויזן בשבע חקירות אז דער יוד האט מחלל שבת געווען ביי פרשת טעללער
א מחלל שבת קען איך נישט אויסהערן.
איז נישט געווען גרעסער עבירות פון חילל שבת דארט, אזוי ווי שפיכת דמים וכו'? און אויף דעם האט מען אנגענומען די תשובה פון זיי. נו, וואָס איז מיט דעם אַנדערש?
ווען ער וועט תשובה טון וועלן מיר האבן דעם שמועס
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

משה חיים צבי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 4:25 pm איך זע דא אלע סארט מיינונגען איבער @שמואל פוקס מיט אלע טענות, זע איך אז דער עולם פארשטייט בכלל נישט וואס עס איז דער מעשה מיט דער ר' שמואל פוקס

ער האט השגות מיט געדאנקען וואס קיינער האט נישט, און זיין היסטאריע אין לב טהור איז אסאך גרעסער און ברייטער ווי מענטשן מיינען...

איין מעשה וועל איך יעצט שרייבן וואס איז ארויפגעקומען פארלאפענעם שבת ווען מיר האבן פארברענגט מיט ר' שמואל אין גוואטומאלא.

עס איז געווען אדר תשפ"ב ווען ער האט געוואלט שיקן זיין בחור לערנען קיין ארץ ישראל, האט ער געשיקט פרעגן דער חכם אין טורמע אויב ער זאל שיקן זיין בחור, און אויב יא אין וועלכע ישיבה.

דער חכם האט גענטפערט אז ער זאל שיקן זיין בחור לערנען קיין ארץ ישראל, אבער ער האט צוגעלייגט עטליכע תנאים מיט א סדר לימוד אין וואס דער בחור זאל יעדן טאג עוסק זיין אין ארץ ישראל.

ער האט אויך צוגעלייגט אז דער בחור זאל וויסן אז דער ישיבה איז טאקע א גוטע ישיבה, אבער נישט דארט איז שלימות.

עד כאן המעשה, פארוואס דערצייל איך ענק עס? פשוט, ענק זאלן פארשטיין אז דער שמואל פוקס איז נישט סתם איינער, ער האט עפעס אינטער זיך איבער לב טהור.
ס'נישט מיינונגען וועגען שמואל פוקס ס'מיינונגען וועגען יענע תגובה, ווי ער האט עס ארויסגעברענגט אביסל צו דיפלאמאטיש.

אז ער האט געקענט נעמען די פירערשאפט, פאר א רייד, כדי אריינדרינגען דארט ווי ער האט געוואלט אנקומען, איז דאך זיין מומחות.

דער עולם האט געהאלטען אז מינות טאר מען נישט נאך שרייבן דיפלאמאטיש, נאר אפלאכאדיג אזוי ווי פאסט פאר ליצנותא דעבודה זרה.

ער איז א מומחה אין שרייבן סארקאסטיש-דיפלאמאטיש, אבער נישט יעדער ליינער דא כאפט דאס.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משה חיים צבי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 4:25 pm איך זע דא אלע סארט מיינונגען איבער ר' שמואל פוקס, מיט אלע טענות, זע איך אז דער עולם פארשטייט בכלל נישט וואס עס איז דער מעשה מיט דער ר' שמואל פוקס

ער האט השגות מיט געדאנקען וואס קיינער האט נישט, און זיין היסטאריע אין לב טהור איז אסאך גרעסער און ברייטער ווי מענטשן מיינען...

איין מעשה וועל איך יעצט שרייבן וואס איז ארויפגעקומען פארלאפענעם שבת ווען מיר האבן פארברענגט מיט ר' שמואל אין גוואטומאלא.

עס איז געווען אדר תשפ"ב ווען ער האט געוואלט שיקן זיין בחור לערנען קיין ארץ ישראל, האט ער געשיקט פרעגן דער חכם אין טורמע אויב ער זאל שיקן זיין בחור, און אויב יא אין וועלכע ישיבה.

דער חכם האט גענטפערט אז ער זאל שיקן זיין בחור לערנען קיין ארץ ישראל, אבער ער האט צוגעלייגט עטליכע תנאים מיט א סדר לימוד אין וואס דער בחור זאל יעדן טאג עוסק זיין אין ארץ ישראל.

ער האט אויך צוגעלייגט אז דער בחור זאל וויסן אז דער ישיבה איז טאקע א גוטע ישיבה, אבער נישט דארט איז שלימות.

עד כאן המעשה, פארוואס דערצייל איך ענק עס? פשוט, ענק זאלן פארשטיין אז דער שמואל פוקס איז נישט סתם איינער, ער האט עפעס אינטער זיך איבער לב טהור.
כ'וויל מוסיף זיין א נקודה וואס נישט יעדער ווייסט.
היי יאר איז הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א געפארן קיין גווטאמאלא מקבל צו זיין א ברכת שנה טובה פון גיסו הגה''צ הר''מ שליט''א. נאכן מיטמאכן די שווערע 4 שעה'דיגע רייזע איז ער ענדליך אנגעקומען צום שוואגער'ס הויז אבער צוליב דעם וואס מען שטייט ביפאר די הייליגע טעג און דער ר''מ נעמט אויף הונדריטער יודן א טאג -וואס דאס קאסט שווערע כוחות- האט דער משב''ק בשום אופן נישט געוואלט אריינלאזן. ער האט זיך געבעטן ברחמים אז ער וויל בלויז נעמען א ברכה און גיין, אבער דער געטרייער משב''ק האט קלארגעשטעלט אז יעצט קען מען נישט אריינגיין (עס האט דערמאנט די קבלת קהל ביי הגה''צ רי''מ שעכטער שליט''א אדער ביי האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א). ווי א פארצייטישער חסיד איז ר' יואל יושע העשיל פשוט אריינגעשפרינגען פון פענסטער און צוגעלאפן צום ר''מ און מקבל געווען ברכת קדשו, און אפילו זוכה געווען זיך אראפצוזעצן פאר א 2 מינוט'יגע שמועס. ונפרדו לשלום.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21039

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 5:13 pm

@שמואל פוקס האט געהעקט @על פי תורה'ס ניק?

:lol:
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

download/file.php?id=50459
עס זעט מיר אויס אז דער עולם פארשטייט די טענות פון מאיר יששכר ראזנער
איך פארשטיי נישט קיין איין טענה זיינער
צו דען איז דא איינער אין כלל ישראל וואס האלט אז עס דארף זיין "פרידאם אוו ריליג'ען" חלילה וחס דאס האבען געהאלטען די צדוקים, קראים, משכילים און רעפארמער וכדו'
ערליכע אידען האבען געוואוסט עס איז דא תורה שבע"פ און מסורה און מען טאר זיך נישט רוקען פון דעם כמלא נימא (לא תגרע ולא תוסיף)
דאס וואס מען בעט די רעגירונג איז טייטש אז זיי האלטען פון די זאך זאלען זיי אונז לאזען זיך פירען ווי אונזער תורה
אבער חלילה וחס צו טראכטען אז אידען האלטן אז יעדער איינער קען מאכען א נייער תורה, אפילו פון פרומקייט דאס איז פשוט

און לגופו של טענה איז עס סתם נאריש ווייל אזויווי קיין איין סאטמארער מוסד וועט נישט ארייננעמען א קינד וואס זיין עלטערן קוקען טעלעוויזיע (און אפילו א א פשוטע ליטווישע וועלען זיי נישט ארייננעמען) אזוי אויך (און אפשר נאכמערער ווייל עס איז שווערער צו משפיע זיין אויף איינער וואס האלט זיך פרומער) קען מען פארשטיין אז א מוסד זאל נישט וועלען ארייננעמען א קינד (וואס וואוינט מיט זיינע עלטערען) וואס זיינע עלטערען זענען יעצט מיט דיעות פון לב טהור און פירען זיך בשיטתם און גייען אנגעטאהן מיט די קליידער והוא פשוט

אוודאי און אוודאי גייט דאס נישט אויף איינער וואס האט אפגעלאזט אינגאנצען די דרכים וואס דעמאלטס דארף מען ארייננעמען מיט אפענע הענט (וה"ה אויב די קינדער טראכטעו נישט אזוי און זיי זענען נישט אונטער די עלטערענס השפעה לדוגמא די קינדער פון מאיר יששכר)

דער אייבישטער זאל העלפען וילמדו תועים בינה און מען זאל שוין אלעמען קענען ארייננעמען אין די מוסדות בקרוב אמן
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

העתק מספה''ק אור האווייע חלק א' עמוד קי''ז וזל''ק:
ומי שכופר בכך אין כדאי להתעסק עמו כלל כי כופר בהידוע והמפורסם לעיני כל ישראל ובכל קבלת אבות האמיתית ועליו אמרו חז''ל שבאפיקורס ישראל אין להשיב על דבריו שנאמר תען כסיל כאוולתו.
עכל''ק.
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
מנחם גאלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:32 am
x 349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנחם גאלד »

איך גלייב אז אויב געוויסע שרייבער וואלטן נאר צוגעלייגט אביסל קאפ וואלט זיך נישט געקענט זיך שרייבן די שפיכת דמים'דיגע תגובות וואס מען האט דא געשריבן.

ביי כלל ישראל איז יעדער איד אנגענומען, באליבט, און געשעצט, כלל ישראל איז גרייט צו העלפן יעדע איד, און אויב איינער דארף הילף זאל ער בעטן, און כלל ישראל וועט אים עס געבן, קומען שרייבן און אראפרייסן אנדערע חשובע צדיקים גייט זיי נישט העלפן, עס גייט קיינעם נישט שטיל מאכן, און עס איז א שאד די צייט.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7394

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 9:08 am
לאמיר זיך האלטן צום ענין מען דארף יעדעם ארויסהעלפן
מען רעדט איבער די נושא פארוואס יוצאים זענען אנגעווייטאגט אויף די מהלך
אט אט פארדעם דארף זיך יעדער אריין לייגן אינעם צווייטנס שיך, און פארשטיין, וואס ס'איז פארגעקומען, און בעיקר "פארוואס" ס'איז אזוי געווען, און כ'גלייב אז נאכדעם פארשטייט מען אז ס'איז באמת נישט דא קיין סיבה זיך ארום צו טראגן מיט שנאה אויף א איד, אין די צייט וואס זיין לאגע איז בכלל נישט בעסער געווען ווי דיין, ער איז אויך געווען פארכאפט אין די זעלבע נפשי'סדיגע תפיסה, און די סיבה פארוואס מ'איז געווארן וויי געטון פון אים איז לאו דווקא שלעכטקייט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2228
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

ביטע טייערע חשובע יוצאים. לאזט געמאכט. ווארט צו ביז דו ווערסט מסודר, מען וועט דיר העלפן, ווער עס האט דיר וויי געטון וועט דיר איבערבעטן.

ביטע לאז זאכן זיך פירן מיט א רואיגקייט. דאס אז עס ברענט דיר אז מען גיבט א קאמפלימענט, אפילו לאמיר זאגן אז עס קומט נישט, איך פארשטיי גוט פון וואו עס קומט, אבער די תורה זאגט דאך לא תקום ולא תטור. ביטע ביטע ביטע האלטס ענק איין, אלעס וועט פאלן אין פלאץ און יעדער וועט זיין צופרידן, גיב עס אביסל צייט און ביטע געטרוי די עסקנים, עס איז אמת אז די געלט איז געצוימט, אבער די הארץ נישט.

מען קען אזויפיל מאריך זיין. יעדער ווייסט אז אזויפיל פון ענק האט מען צוגענומען די זיווג און מען קען שוין נישט צוריקגיין ווייל מען האט נאכאמאל חתונה געהאט, יעדער ווייסט וואס מיינט האבן קינדער מיט צוטיילטע עלטערן, יעדער פארשטייט די יסורי איוב און צער און ווייטאג וואס די בלוט זידט און קאכט ווי זכריה הנביא’ס בלוט אין בית המקדש, אבער פארט... מיר זענען אידן. עס איז א לעבנס נסיון דאס זיך האלטן רואיג יעצט און לאזן אריבערמישן א בלאט. אבער טראכט נאר טראכט, ווילסטו דען אז דיין רודף זאל יעצט מיטמאכן די זעלבע? וויאזוי גייט דיין צער אוועקפליען דערפון? ווילסט זעהן יענעם זיך רייסן די האר פון קאפ און ליידן ציפקע צרות? עס איז א נאטורליכע און אפילו פשוטע מענטשליכע הרגש פון נקמה, אבער פארט, מיר זענען אידן. איך גלייב נישט אז דו ווילסט יענעם זעהן ליידן, ענדערש ווילסטו אז יענער זאל דיר איבערבעטן מיט אן אמת און אליינס פארשטיין די עומק הענין עוולה וואס ער האט געטון און פרובירן וואס עס איז שייך און בידו צו מתקן זיין, איינמאל דאס איז געטון בין איך זיכער אז אלץ איד ביסטו גרייט צו מישן א בלאט.

בקיצור, ישראל עם קדוש, לאמיר נישט פארגעסן ווער מיר זענען און לאמיר ביישטיין דעם נסיון מיטן פשוט מקיים זיין דעם שב ועל תעשה, זיין א מאריך אף, זיין א מעביר על המידות, קיינער זאגט נישט אז עס איז נישט ביטער שווער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צופראסקעט »

לאמיר זיך אויסשמיסן אז מען זאל פארשטיין מיינע ווערטער
בודקע האט געשריבן
און צו אלע חשובע יוצאים: פארשטיי אז די וואס האבן דיך געפייניגט, זענען פונקט אזוי געפייניגט געווארן, ס'איז נישט געקומען פון בלויז שלעכטקייט, פונקט ווי דו ביסט ארויס געקומען פון דארט, און ווילסט אנהייבן א נייע לעבן פון פריש, זענען די וואס מ'האט אריין געשטעלט אין די פאזיציע פון "הנהלה" די זעלבע, זיי זענען די זעלבע יוצאים פון די זעלבע פארפלאגטע לעבן, און זיי ווילן אויך אנהייבן א לעבן פונדאסניי, און בעז"ה אין די זכות וואס דו וועסט זיי פארשטיין, וועט מען אין הימל דיך פארשטיין, און דיך אפשרייבן א שנה טובה ומתוקה
אין אויף דעם באצי איך מיך
"א חבר הנהלה"
געלוטן? גאנץ ווייניג
זיין ווייטאג אויף א יוצא 0
זיין הילף וואס ער האט באקומן פון עסקנים: עד פרוטה אחרונה

"א פשוטע יוצא"
געלוטן? בעסער נישט רעדן
זיין ווייטאג אויף אן חבר הנהלה? בעסער נישט רעדן
זיין הילף וואס ער האט באקומן פון עסקנים: טיקעטס מיט קליידער
איז וואס איך שרייב איז אז אוודאי זאל מען שיין אויפנעמן די חברי הנהלה אבער פארשטיי די ווייטאג פון די געליטענע
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2228
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 9:24 am איז וואס איך שרייב איז אז אוודאי זאל מען שיין אויפנעמן די חברי הנהלה אבער פארשטיי די ווייטאג פון די געליטענע
אוי פארשטייט מען, נאך ווי
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צופראסקעט »

קומט א באריכט פון א סליחות אין בבל היינט נאכט בלי נדר
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2287
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7394

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

צופראסקעט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 9:24 am לאמיר זיך אויסשמיסן אז מען זאל פארשטיין מיינע ווערטער
בודקע האט געשריבן
און צו אלע חשובע יוצאים: פארשטיי אז די וואס האבן דיך געפייניגט, זענען פונקט אזוי געפייניגט געווארן, ס'איז נישט געקומען פון בלויז שלעכטקייט, פונקט ווי דו ביסט ארויס געקומען פון דארט, און ווילסט אנהייבן א נייע לעבן פון פריש, זענען די וואס מ'האט אריין געשטעלט אין די פאזיציע פון "הנהלה" די זעלבע, זיי זענען די זעלבע יוצאים פון די זעלבע פארפלאגטע לעבן, און זיי ווילן אויך אנהייבן א לעבן פונדאסניי, און בעז"ה אין די זכות וואס דו וועסט זיי פארשטיין, וועט מען אין הימל דיך פארשטיין, און דיך אפשרייבן א שנה טובה ומתוקה
אין אויף דעם באצי איך מיך
"א חבר הנהלה"
געלוטן? גאנץ ווייניג גאר אסאך, זיי זענען בס"ה געווען הנהלה פאר 4 יאר פון זייער עטליכע אין 20.
זיין ווייטאג אויף א יוצא 0 ווענדט זיך ווער, און ווענדט זיך אויף וועלכע יוצא
זיין הילף וואס ער האט באקומן פון עסקנים: עד פרוטה אחרונה ווייל פאר זיי איז אסאך שווערער געווען אראפ צו בעקן פון ווי זיי קומען, נאכן קעמפן מיט די עסקנים מיט ציין און נעגל.

"א פשוטע יוצא"
געלוטן? בעסער נישט רעדן ליידער אמת
זיין ווייטאג אויף אן חבר הנהלה? בעסער נישט רעדן ליידער אויך אמת, אבער פארשטיי פארוואס ס'איז געווען אזוי, ליידער איז דאס די מציאות וואס געשעט אין א קולט.
זיין הילף וואס ער האט באקומן פון עסקנים: טיקעטס מיט קליידער טאקע א גרויסע ווייטאג אז ס'איז נישט דא אזויפיל געלט צו קענען אויס האלטן אזויפיל אידן מיט אלעס, און ווי געשריבן אויבן, איך האלט אז יעדע יוצא פון לב טהור דארף מען באגיסן מיט געלט.
איז וואס איך שרייב איז אז אוודאי זאל מען שיין אויפנעמן די חברי הנהלה אבער פארשטיי די ווייטאג פון די געליטענע ס'איז הונדערט פראצענט פארשטענדליך די ווייטאג פון יעדע איינציגסטע יוצא, און די הארץ גייט אויס פאר אלע, די געדאנק וואס איך שרייב אבער איז, אז זיין אנגעווייטאגט אויף די הנהלה ווייל דורך זיי זענען ליידער אסאך געווארן וויי געטון, איז נישט גערעכט, אויב פארשטייט מען פארוואס ס'איז ליידער געווען אזוי.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1330

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

לאמיר זאגן קלאר איך האב די פארגאנגענע צוויי טאג גערעדט צו דריי פון די געוועזענע חברי הנהלה
עס טוט זיי זייער וויי די וועג וויאזוי מען רעדט אויף זיי דא.

danger
פארשעמען אידן ברבים איז א שפּיל מיט פייער
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

און נאכאמאל:

כמה גדולים דברי חז''ל שאמרו:
לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו, שמתוך טובתו בא לידי רעתו (ב''ב קס''ד ב')

רבותי, עס וועט אייך גארנישט העלפן מען קען חז''ל נישט איבערקליגן
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2228
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

גם אני מצטרף צו @לעבער אייער . מען דארף פארשטיין אז מגייט אין זייער שעדליכע טערעטאריע דא. וואס מען גייט זאגן איז נישט גוט. מען האנדלט מיט צוויי עקסטרעמע צדדים. וואס זאל מען טון? ווער האט אן עצה? עס איז נישט דא!

א חבר הנהלה וואס האט אראפגעבעקט און האט למעשה געהאט א בעסערע לעבן מוז מען באצאלן אביסל מער ווי פאר סיי וועלכע יוצא, פשוט ווייל ער איז געוואוינט צו דעם, פשוט ער איז געקומען א ווייטע וועג. עס מיינט נישט חס ושלום אז איינער האלט אז דיין בלוט איז הפקר, חס וחלילה!!!

ביטע ביטע ביטע, יעדער זאל ערלויבן באלאנס, יעדער ווייסט אז דו יוצא וואס ביסט קיינמאל געווען אין די הנהלה האסט געליטן א מיליאן מאל מער, יעדער ווייסט עס קלאר. אבער ביטע ערלויב אז מיר אלע זאלן זיך פאראייניגן. מיר זענען אלע אידן. כזאג דיר צו אז אלעס וועט סוף כל סוף פאלן אין פלאץ. שטארק דיך ביטע קעגן דיך אליינס, אפגעזעהן ווי ביטער שווער עס איז. עס איז די טובה פאר יעדעם איינעם.

איך בעהט מיך ביי דיר, נישט ווייל דו ביסט נישט גערעכט, ביסט יא, ביסט 100% פראצענט גערעכט. אבער נישט אלעס האט צו טון מיט ’יא גערעכט’ אדער ’נישט גערעכט’. גאנץ הלכות תשובה איז געבויט אויף א נישט גערעכטע געשעעניש. ביטע, ברחמים ובתחנונים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

מנחם גאלד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 8:55 am איך גלייב אז אויב דער שרייבער פון די תגובות וואלט נאר צוגעלייגט אביסל קאפ וואלט ער נישט געקענט זיך ברענגען צו שרייבן די שפיכת דמים'דיגע תגובות וואס מען האט דא געשריבן איבער די נאכט.

ביי כלל ישראל איז יעדער איד אנגענומען, באליבט, און געשעצט, כלל ישראל איז גרייט צו העלפן יעדע איד, און אויב איינער דארף הילף זאל ער בעטן, און כלל ישראל וועט אים עס געבן, קומען שרייבן און אראפרייסן אנדערע חשובע צדיקים גייט זיי נישט העלפן, עס גייט קיינעם נישט שטיל מאכן, און עס איז א שאד די צייט.
זייער שטרקע ווערטער פון א ייד אזוי מנחם וואס העלט א סאך יוצאים
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1712
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2819

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 9:36 am לאמיר זאגן קלאר איך האב די פארגאנגענע צוויי טאג גערעדט צו דריי פון די געוועזענע חברי הנהלה
עס טוט זיי זייער וויי די וועג וויאזוי מען רעדט אויף זיי דא.

danger
פארשעמען אידן ברבים איז א שפּיל מיט פייער
לאמיר זאגן קלאר איך האב די פארגאנגענע צוויי טאג גערעדט צו דריי פון די געוועזענע חברי לב טהור, עס טוט זיי זייער וויי די וועג וויאזוי מען רעדט דא.

יעדער פארשטייט פון ווי זיי קומען, אויך פארשטייט יעדער פארוואס מען העלפט זיי ארויס, אבער די עוולות דארף מען מתקן זיין און מען קען נישט אוועק וואקן און ווערן הרב הצדיק,
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

דאכט זיך אז יעדער זעט שוין אז יעדע תגובה אין דעם נושא לכאן ולכאן טרעט אויף א צווייטע יוד'ס בלוט,
איז אפשר גייט מען צום קומעדיגן נושא?

וואס טוט זיך למעשה מיטן אויספארקויף אין בבל? די סעיל איז פארלענגערט געווארן?
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15248

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אני הקטן וויל פערזענליך מפייס זיין אויב איך האב וויי געטון סיי וועם דורכאויס דעם שמועס (הגם על פי רוב האב איך זיך טאקע געהאלטן שטיל וויסנדיג אז מען טרעט אויף גלאז) ביטע מיר אויך פארשטיין כי לטובה כוונתי און נישט ח''ו צו וויי טון א צווייטע יוד.

מהיום והלאה נעם איך נישט קיין שום שטעלונג אין דעם גאנצן נושא.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2228
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:21 am אני הקטן וויל פערזענליך מפייס זיין אויב איך האב וויי געטון סיי וועם
הה”ד
Rest in peace
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1790

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

איינער קען מיר אויסקלארן וואס דא גייט פאר?
ווער האט טענות אויף וועם ?
ווי גיסט מען געלט? ווי ווייט איך ווייס איז שוין נישט דא קיין געלט אין די קאסע, מיט שווערע הונדערטער אלפים אין חובות
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1330

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:21 am אני הקטן וויל פערזענליך מפייס זיין אויב איך האב וויי געטון סיי וועם דורכאויס דעם שמועס (הגם על פי רוב האב איך זיך טאקע געהאלטן שטיל וויסנדיג אז מען טרעט אויף גלאז) ביטע מיר אויך פארשטיין כי לטובה כוונתי און נישט ח''ו צו וויי טון א צווייטע יוד.

מהיום והלאה נעם איך נישט קיין שום שטעלונג אין דעם גאנצן נושא.
גם אני מצטרף
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

לכבוד די געוועזענע חברי ההנהלה פון לב טהור שליט"א,
מאכטס ענק נישט צופיל צו טוהן פון א פאר אידן דא וואס האלטן אז זיי זענען מחויב צו דן זיין יעדער איינער און מחליט זיין קלאר יענעם'ס מדריגה אין אידישקייט, און צו ער איז שוין א צדיק גמור אדער אפשר נאך נישט, כאילו זיי זענען איינגעשטעלט צו זיצן אויפ'ן ב"ד של מעלה. זארגטס ענק נישט. איך מיין אז רוב היימישע אידן אין אמעריקע, ווען עטס זאלטס זיי זאגן וויאזוי עטס הייסטס, וואלטן זיי אפילו נישט געוואוסט אז עטס זענטס געוועהן א חלק פון די הנהלה פון לב טהור און האבן אפילו נישט געהערט פון די הנהלה. (נישט יעדער זיצט אויף אידטיש.) און מ'וועט זיך אויפפירן מיט אייך פונקט ווי מ'פירט זיך אויף מיט יעדער אנדערע איד.
שרייב פאוסט