על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 7:28 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 7:12 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 7:03 pm
שלום עליכם ידידי ר' @משה חיים צבי
אפשר קענט איר אדרעסירן אינעם אינטערוויאו די שאלה:
ב''ה אז די מוסדות התורה אין די גאנצע וועלט נעמען אן בחפץ לב ילדי לב טהור (חוץ אן אויסנאם פון געציילטע מוסדות וועלעכע ווילן זיך האלטן צו די מסורה פון 40 יאר צוריק פון זיין שלעכט). למעשה יעצט האלט מען ביי א פרישע שטאפל ווען אסאך געוועזענע חברי הנהלה פון לב טהור קומען אהער. למעשה איז אנגענומען אז זיי האבן באונס וברצון מצער געווען יודן. האלט איר אז מען מעג אננעמען זייערע קינדער אין די מוסדות?
(כמובן אז איך ווייס ב''ה די תשובה, איך וויל אבער כלל ישראל זאל עס וויסן)
כווייס אז דו האסט גיפרעגט מיין עלטרע ברודער און נישט מיר. נאך אלץ וויל איך זאגן מיין מיינונג.
אויב העסקן ר אברהם גרינהוט האט גיגעבן א הויז ווי צי וואוינען פאר א באקאנטע געוועזענע לב טהור פירער ומשפחתו אפילו ווען ער האט אסאך אחריות אויף זיינע הענט אבער וויבאלד זיינע קינדערלעך זענען אומשולדיג, און די תורה זאגט אונז לא ימתו אבות על בנים ובנים על אבותם, מען שטראפט נישט קיין קינדער אויף די חטאים פון זייער עלטרען. קענען די מוסדות אויך אזוי זיך פירן
איך וואלט געענפערט אנדערש.
לב טהור איז געווען א סיסטעם וואס האט ליידער געמאכט 'יעדן פייניגן יעדן' פינטל. יעדע יוצא לב טהור איז מסכים דערצו. כאטשיג פייניגן האט אסאך הגדרות האט אבער יעדער באיזה אופן ליידער געפייניגט א צווייטן. חוץ די 3 וויינגארטנס און שלמה העלבראנץ ובנו נחמן וואס זיי האבן בלויז געפייניגט אנדערע אבער נישט געהאט די זכי' צו ווערן געפייניגט.
ממילא איז נישט גערעכט צו דן זיין איינער וואס איז געווען אין די הנהלה. ווער קען דן מער מחמיר זיין ווי די 2 עסקנים ר' אברהם גרינהוט הי''ו און ר' יואל יושע העשיל בלום הי''ו וועלעכע די גאנצע וועלט האט מיטגעהאלטן ווי זיי האבן פארגאנגענעם דאנערשטאג געפירט א מלחמה כבידה מיט 2 עסקנים פון לב טהור, און די מינוט וואס די 2 האבן געמאלדן אז זיי פארלאזן לב טהור האט מען זיך געגעבן די הענט מיט די גרעסטע ליבשאפט און באמת זיך אינטערעסירט זיי צו העלפן מיט אלע כוחות. דאס קומט וויבאלד די מערכה איז פאר איין מינוט נישט געווען פערזענליך קעגן זיי צוליב טעם הנ''ל (אז יעדער האט געפייניגט יעדן וויבאלד דאס איז געווען די סיסטעם).
ממילא נישט נאר וואס זייערע קינדער מעג מען נישט מרחק זיין ח''ו נאר זיי אליין דארף מען שטארק מקרב זיין, און ספעציעל איינער וואס ווייסט אז מען באשולדיגט אים אין פייניגן אנדערע דארף נאך אסאך אסאך מער חיזוק ליבשאפט און אודאי ווערן אנגענומען אין יעדע קהילה און מוסד, וויבאלד ער האט נאך ליידער די מערסטע מיטגעמאכט דארט.
לייג עס אריין ביטע ביי דיין אינטערוויא מיט די מעלות אויסגאבע אדער סיי ווי די אינטערוויאו וועט ווערן געדריקט.
נער הייתי גם זקנתי.
איך האב מיטגעהאלטן די לב טהור אשכול מיום היווסדו און געליינט יעדער איינציגסטער תגובה (חוץ וואס מהאט געמעקט נאך פאר איך האב דערגרייכט צו עס ליינען).
סליגט מיר נאך גוט אין די ביינער די וועג וויאזוי מהאט גערעדט און געשריבן אין אנהייב.
די פעך און שוועבל וואס איז ארויס אנטקעגן יעדער איינציגסטער מאמע וואס האט נישט געוואלט ארויס נעמען די קינדער פון שעלטער; קעגן די טאטעס וואס האבן אנגעשלאגן די קינדער עד זוב דם.
סגעדענקט זיך נאך גאר גוט ווען די טויש אין די שטימונג איז אריבער פון די לב טהור מעמבערס צום לב טהור הנהלה מיטגלידער. ווען די יוצאים האבן אנגעהויבן ארויס צו קומען קיין אמעריקע און זיי האבן זיך נאך געדרייט מיט די בגדי ישע און מאנכע האבן עס אנגעקוקט מיט א קרומע בליק, און מהאט אויך געדארפט מוסדות'ער פאר זיי, איז מען דאן ארויס מיט אן אויפקלערונג'ס קאמפיין אז די יוצאים זענען סך הכל ברידער וואס האבן גאר אסאך געליטן און מען דארף זיי מקרב זיין.
מען האט דאן געמאכט א ליניע צווישן א לב טהור מעמבער און א לב טהור הנהלה מיטגליד וואס האט געפייניגט די לב טהור מעמבערס.
דאן איז אריבער נאך א תקופה און מהאלט שוין דא אז סאיז דא א ליניע צווישן א לב טהור הנהלה מיטגליד וואס איז געבוירן אין לב טהור, און א לב טהור הנהלה מיטגליד וואס איז געבוירן פאר דעם און האט זיך פון זיין אייגענע ווילן אנגעשלאסן אין לב טהור.
סגייט נישט אריבער גייין א לאנגע צייט און די ליניע גייט זיך ריקן ווייטער.
די שאנסן זענען גאר גרויס א די גרעסערע הנהלה מיטגלידער וואס זענען נאך דארט גייען אויך ארויס קומען, און דאן גייט די אפיציעלע ליניע זיך ריקן און זיי גייען אויך זיין אוקעי, נאר די פאר וואס זענען נאך געבליבן, זיי זענען בעצם די גרויסע פראבלעם.
און ווען די וויינגארטן'ס גייען ארויס קומען פון תפיסה און זאגן חטאתי עוותי פשעתי, גייט זיך די ליניע ריקן גאר ווייט, ממש ביז די חכם אליינס.
און ווען די חכם גייט ארויס קומען און תשובה טון, גייט זיך די ליניע ריקן ביז די פריעדיגע רבי וואס לעבט דאך שוין נישט, און אלעס אנדערש איז סך הכל זיינע תוצאות וואס ער האט אנגעארבעט און קיינער אנדערש איז נישט שילדיג.
ווען מהאט אנגעהויבן צו ריקן די ליניע די ערשטע מאל האט עס מיך גאר שטארק געבאדערט. איך האב געפילט ווי כאילו מען מאכט ליצנות פון די אינטעליגענץ פונעם עולם. סהאט זיך געפילט ווי מען גייט זאגן פארן עולם וואס מען דארף יעצט פילן אויף די לב טהור מעמבערס און די לב טהור הנהלה מיטגלידער, און אלע פאלגן נאך.
סהאט מיך געשטערט פארוואס מען מיינט אז די עולם איז אזוי נאריש אז מען גייט יעדן טאג טוישן די מהלך און אלע גייען נאכגיין און נאכטאנצן אלעס וואס די היינטיגע פארשלאגן זענען.
יעדן טאג האט מען געעפענט די אשכול און געפרעגט: ילמדני נא רבינו, וואס דארף איך היינט טראכטן אויף פלוני אלמוני?
-היינט דארפסטו טראכטן אז ער איז א רשע ימח שמו וזכרו.
-היינט דארפסטו טראכטן אז בעצם איז ער גוט נאר סאיז נישט זיין שילד.
א רגע, גלייך אין אנהייב איז עס שוין נישט געווען זיין שילד, נישט נאר יעצט. איז פארוואס נאר יעצט מעג איך טראכטן אויף אים אז סאיז נישט זיין שילד און אין אנהייב ווען איינער האט געזאגט אז ער איז נישט שילדיג האט מען אים פארשריגן, היתכן וואו קענסטו דאס זאגן?
כפארשטיי אז דאס האט אויסגעפעלט פאר די מערכה. סהאט מיך אבער געבאדערט ווי מען האט איינגעטיילט פארן עולם וואס און וויאזוי מען דארף טראכטן אויף יעדעם, און מהאט מחליט געווען פארן קהל וואס די דעת הקהל זאל זיין.
אבער לאמיר א רגע צוריק גיין צו די פריעדיגע נושא.
איך האב געשריבן אז צום סוף גייט יעדער ווערן אומשילדיג און די ליניע וואס טיילט אפ צווישן די גוטע און די נישט גוטע גייט זיך ריקן ביזן סוף.
איך וועל זאגן די אמת, איך האלט און האב אייביג געהאלטן אז די ליניע איז לכתחילה געווען ביים סוף. אויך ווען די דעת הקהל (וואס מען האט מחליט געווען וואס סזאל זיין) איז נאך געווען ווייט פון דארט.
און דאס איז צוליב א פשוטע סיבה וואס דאס איז 'אין ילד רע, יש ילד שרע לו'.
סאיז נישט פארהאן קיין שלעכט קינד, סאיז פארהאן א קינד וואס איז אים שלעכט.
און די געדאנק אין איין ווארט איז אז קיינער איז נישט בעצם שלעכט. סאיז דא מענטשן וואס טוען שלעכטע זאכן און מען דארף עס אפהאלטן, אבער די מענטש איז נישט שלעכט.
און לאמיר גיין גלייך צום סוף.
איך האב געהאט א שמועס מיט
@על פי תורה א שטיק צייט צוריק אין אישי איבער דעם, האט ער מיך געזאגט אז א חלק פון די איצטיגע הנהלה זענען געבוירן געווארן דארט און קיינמאל געוויסט פון עפעס אנדערש, אבער די אנדערע, א שטייגער ווי די חכם, איז געבוירן געווארן און אויפגעהאדעוועט געווארן אין נארמאלע אומשטענדן, ער האט געלערנט אין א נארמאלע חדר און זיינע אלע געשוויסטער זענען ארויס געקומען נארמאלע געלונגענע ציוויליזירטע מענטשן, נאר ער האט פון זיין אייגענע ווילן אויסגעוועלט צו גיין די וועג, משא"כ די אנדערע הנהלה מיטגלידער וואס זענען דארט געבוירן.
און אזוי אויך מיט די וויינגארטן'ס און נאך וואס זענען געווען אין די דרויסענדיגע וועלט און געזען אן עולם כמנהגו נוהג, און מיט דעם אלעם האבן זיי זיך אליינס אויסגעוועלט צו גיין אין לב טהור און טון וואס זיי האבן געטון.
האב איך אים צוריק געשריבן אז ער האט א פוינט, אבער סאיז נישט פונקט אזוי.
די חכם איז געבוירן געווארן אין א משפחה וואס איז נעבעך נישט געווען קיין געזונטע אטמאספער. אלעס האט זיך געדרייט ארום די טאטע וואס איז געווען איינער וואס האט געדארשט נאך מאכט און פאוער. קיין נארמאלע געזונטע ליבליכע ערציאונג מיט ליבשאפט האט ער קיינמאל באקומען.
זיין טאטע נעבעך איז געווען קראנק אויף תיקונים, קענסטו דען וויסן וויפיל זיין יונגע נפש'ל האט געדארפט מיטמאכן פארן מתקן זיין דעם טאטענ'ס תיקונים?
פעלט דען נעבעך מענטשן וואס זענען ערצויגן געווארן נישט אין לב טהור און אינדערהיים זענען זיי אריבער גיהנום עלי אדמות?!
איז ער דען שולדיג?! האט ער דען אליינס אויסגעוועלט זיין לעבן?! איז ער שלעכט?! אדער זיינע אומשטענדן וואו ער איז ערצויגן געווארן האבן אים געלערנט אז דאס איז די וועג פון לעבן?!
יא, ער האט געשוויסטער וואס זענען ארויס געקומען בעסער ווי אים, אבער פעלט דען צוויי ברידער'ס פון אן אומגעזונטע שטוב וואס נאר איינער איז אפגעפארן און די אנדערע נישט?! יעדער איינער איז דאך אן עולם ומלואו און מען קען נישט צוגלייכן איינער צום אנדערן. יעדער האט זיך זיינע אייגענע נאטירן, און יעדער האט עפעס אנדערש מיטגעמאכט אין לעבן. איינער איז מער א געפיליגער וואס אלעס אפעקטירט אים אסאך מער, און אנדערע זענען מער קעלטערע פון נאטור אויס וואס דאס געבט זיי א שטארקייט צו קענען אריבער גיין געוויסע אומשטענדן. און אזוי איז דא נאך פיל מיט חילוקים צווישן געשוויסטער און צוגלייכן איז אומריכטיג.
און אז מען איז שוין דארט לאמיר א רגע רעדן פון די אחים לבית וויינגארטן. כווייס נישט צו מקען רעדן דא דערפון, אבער דער וואס ווייסט ווייסט אז קיין נארמאלע ווארימע ליבליכע שטוב האבן זיי נעבעך נישט געהאט. א געזונטע ערציאונג פון אלס קינד האבן זיי ליידער נישט געהאט. נעבעך. וואס האבן זיי געוואלט?! אביסל מיטגעפיל און ליבשאפט!
זענען זיי דען שולדיג?! קען מען זיי דען באשולדיגן?! האבן זיי אליינס אויסגעוועלט זייערע לעבן?! וואלטן זיי דען נישט ענדערשער געקענט באשטיין צו האבן ליבליכער ווארימע קינדער יארן און א געזונטערע נפש מיט א געזונטערע שטוב?!
אין די פסיכעלאגישע וועלט איז דא אן אפיציעלע טערמין פאר די מענטשן וואס האבן א גאר שטארקע נויט צו זיין אין קאנטראל און אין פאוער און האבן אינטער זיך אינטערטאנען. און סהאט הסברים פארוואס א מענטש זאל האבן א געברויך דערפאר, און על פי רוב קומט עס פון פעלנדע עטעטשמענט פון אלס קינד. דאס זענען מענטשן וואס זיי פילן אזוי שטארק אראפ געקלאפט ביי זיך אינדערווייניג אז די איינציגסטע וועג וויאזוי ער קען פילן רואיג און דערשטיקן די אינערליכע ווייטאגליכע געפילן איז נאר דורך געוועלטיגן אויף אנדערע וואס דאס געבט זיי א געפיל אז זיי זענען אוקעי און זיי זענען בסדר.
היוצא לנו מכל זה; קיינער איז נישט שלעכט און אויך נישט די פריעדיגע רבי. נישטא אזא מיך זאך אז איינער זאל זיין א שלעכטע מענטש.
סאיז יא דא אזא מין זאך אז איינער קען מאכן שלעכטע זאכן, און דאן דארף מען אים אפשטעלן און אומשעדליך מאכן. און סליגט א פליכט אויף די מענטש צו נעמען פאראנטווארטליכקייט און פאררעכטן די שאדן וואס ער האט אפגעטון.
די מענטש אבער איז נישט שלעכט. ער האט געטון א שלעכטע זאך און מען דארף אים אפשטעלן און ער דארף נעמען אחריות אויף זיינע מעשים.
צום שלוס.
מיין איצטיגע לאנגע פאוסט איז כדאי ארויס צו העלפן און פארמיידן א פראבלעם.
ווען די איבערגעליבענע לב טהור הנהלה מיטגלידער גייען אויך ארויס גיין פון דארט גייט זיין גאר א שטארקע פראבלעם פאר די וואס זענען מחליט וואס די דעת הקהל זאל זיין. נעמליך, מהאט שוין געריקט די ליניע גאר ווייט אז אפילו די וואס זענען געווען אין די לב טהור הנהלה זענען אויך פון די גוטע חברה ווילאנג ער איז געבוירן דארט, אבער אויב איז ער געבוירן געווארן פאר דעם דאן איז ער נישט גוט. איז וויאזוי גייט מען עס יעצט רוקן נאך ווייטער אז אפילו די וואס זענען געבוירן געווארן פריער זענען אויך אויף די גוטע זייט?!
איך זעה טאקע אז מען האט שוין אנגעהויבן צוצוגרייטן די רפואה צום מכה און מהאט דא געשריבן אז די ריש מתיבתא האט אויך געליטן פון די פריעדיגע רבי.
איז וויל איך ענק זאגן מורי ורבותי עטס דארפסט זיך נישט מיטשענען. סאיז אוקעי. מאיז שוין יעצט מגלה דעת אז די גאנצע זאך פון אנהייב איז נישט געווען ריכטיג און סאיז נישט פארהאן אזא מין זאך ווי א שלעכטע מענטש. יא, אויך ווען די חכם גייט ארויס קומען וועט מען אים אויפנעמען מיט אפענע ארעמס [ווילאנג ער אנערקענט אין וואס ער האט געטון און ער איז אומשעדליך און ער נעמט אחריות אויף זיינע מעשים] און מען גייט "נישט" דארפן זוכן הסברים פארוואס מען זאל אים אויפנעמען, זינט קיינער איז נישט שלעכט. און אויך נישט די וויינגארטן'ס.
יעצט איז דאך חודש אלול און קומענדיגע זונטיג הייבט מען שוין אן סליחות, איז דאך ממש א פאסיגע צייט צו צוענדיגן אז קיינער איז נישט שלעכט, יעדער וויל זיין וואויל, אסאך מאל איז פארהאן א 'שעור שבעיסה' וואס מאכט אונז טון נישט גוטע זאכן. אבער בעצם זענען מיר אלע וואויל.
"קל מלך יושב רחמים... ומוחל עוונות עמו".