כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3419

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

איך קען אייך איין זאך זאגן.

אני הגבר, איך בין געווען אין כנישתא חדא פאר וואכן לאנג, עטליכע מאל און יעדע מאל עטליכע וואכן. איך האב מיטגעהאלטן פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט. אזעלכע קינדער וואס ר' יואל העניך פארמאגט, וואלטן זיך אסאך אידן אין אמעריקע געוואונטשן. ס'איז קיין ספק אז זיי שטייגן איבער דאס מערהייט פון רעגולער נארמאלע קינדער, מיט זייער אויפפירונג און באנעמונג. בלי ספק אז זיי וואלטן באטראכט געווארן אין א קלאס אלס די מציונים פון קלאס.

די יונגלעך קען איך פונדערנאנט, נאך וואס איך האב פערזענליך פארברענגט מיט זיי, זייענדיג א חלק פון דער חינוך סיסטעם אין כנישתא חדא, און די מיידלעך האב איך מיטגעהאלטן מפי השמועה, בתוך שאר נערות כנישתא חדא. מען רעדט דא פון די בעסטע פון די בעסטע קינדער. ווייניג מענטשן פארמאגן אזא שטוב און אזעלכע קינדער ווי ר' יואל העניך און א מוסד וואלט געדארפט זען פאר א זכיה, אריינצונעמען די קינדער.

לאמיר עס ארויסזאגן קלאר: עס איז נישט פארהאן קיין שום לעגעטימע נארמאלע סיבה, פארוואס נישט אריינצונעמען קינדער פון ר' יואל העניך. זיי יי קומען פון א רבני'שע אפשטאם (משפחת ראזנער), זיי זענען יראי-שמים, מקבלים, איידל, קבלת-עול, נארמאל, אויסגעצייכנט בין אדם לחבירו און בין אדם למקום, לויט ווי מען זאגט איז די געלט חלק אויך נישט קיין פראבלעם.

אויב אזוי, פארוואס מוטשענען זיי זיך מיט מוסדות?

איין תירוץ איז פארהאן, וואס איך קען זען מיט מיינע אויגן: פריוואטע חשבונות און פאליטיק, אומאויסגעהאלטענערהייט!

נ.ב. די קינדער פון ר' ישראל מלכא קען איך נישט פערזענליך (זיי זענען נישט געווען אין כנישתא חדא), אבער ר' ישראל פערזענליך קען איך. ער איז א דוגמא פון א געזעצטער נארמאלער יונגערמאן, מיט א קאפ אויף די פלייצע, זיצט מיט א נארמאלע בכבוד'דיגע דזשאב, א שיינער בעל-פרנסה, און ער איז נישט אונטערשטעליג פון א געווענליכער אמעריקאנער באלעבאס, וואס דארף נישט צוקומען היינט צו יענעמ'ס הילף.

וואס וויל מען דא פון די מענטשן, רבוש"ע?
בן עמרם
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 1:14 am
x 1

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בן עמרם »

מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:52 pm
משה חיים צבי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:34 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 5:23 pm

א גוטן ברודער! שלום עליכם!

נאר איין שאלה וואס כהאב נאך קיינמאל פארשטאנען:
וואס האסטו געטוהן אין יעקב נחום'ס אופיס אינדרויסן פון בבל ביי די tienda la montana Aldea el Amatillo פאר איבער 2 חדשים???
וואסערע חידושים האסטו גילערנט וואסרע שימוש האסטו באקומען דארטן?
א גוטן מיין טייערע ליבליכע הארציגע ברודער. שוין לאנג נישט גערעדט...

דו ווייסט טאקע נישט וואס מען האט געטון אין יענעם אפיס? דו האסט דאך געהאט דיין צימער הארט דערנעבן, און האסט מיטגעהאלטן די שווערע ארבעט אין די ספרים וואס מען האט דארט אויסגעשטעלט און מסדר געווען, האסט מיטגעהאלטן די אסיפות אין די טעג און אין די נעכט, האסט עס מיטגעהאלטן אינאיינעם מיט מיר.

נישט אזוי?
דיר האב איך טאקע נישט גיהערט צו פיל דרשנען ממילא האב איך גיפרעגט וואס האסטו דארטן געזיכט. זאגסט האסט גיארבעט אויף די רביןס ספרים, איך הער...
איך דארף נאך הערן פון דיר די גאנצע פרשה וואס יעקב נחום האט דעמאלטס געפירט קעגן אלעזר רומפלער...
מיר האט מער אויס גיזעהן ווי יעקב נחום האלט דיר דארטן כדי דיר צו לערנען ווי אזוי פירט מען א קהילה וואס דאס האט ער נישט גיוואלט אנדרע זאלן מיט האלטן ממילא האט ער זיך באזעצט אינעם דערויסענדיגע אפיס.

בקיצור די פרשה מיט רומפלער איז מיר זייער אינטערעסאנט

מיין הארץ פארפעלט א קלאפ צו זעהן ווי צוויי ליבליכע ברודער שמועסן זיך אויס די זכרונות,


@מענדי קעניג שוין גערעדט וועגן יענע קאשמארע נאכט אין אפיס דארט?
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1037

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 9:53 am מסיבת הכרת הטוב אינמיטן זומער
איי וואלטער וואלטער.....

שיין שבת געמאכט די לעצטע שטיק צייט הא?

איט'ס אווער מיי בראדער....

נישט צום ווידערזעהן בעז''ה...
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 319

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

שעפעריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 1:53 pm וואס האלט עטץ? ס'שוין צייט אויסצוטון די קליידער?
2555.jpg
איך מיין ווילאנג עס איז נישט א מענטש וואס גייט עס אנגעטאן קענסטו עם לאזען מיט דעם
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1943

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ביטע נישט דעבאטירן קיין שום מוסד דא.

מ'קען רעדן פון א נושא אן דערמאנען קיינעם ספעציפיש.

יישר כח אלע טייערע ווארימע חברים.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

הריני מוסר מודעה, איך וואוין נישט אין מאנסי, און האב נישט קיין אנונג וועלעכע מוסדות מען רעט וועגען, ומי ומי ההולכים.

איין זאך קען איך יא זאגן, מען זאגט נאך פון א סאך צדיקים:

"פון מלאכים ושרפים האבן זיי נישט קיין מורא, אבער פון ציבראכענע נשמות פון זיי האבן זיי זייער שטארק מורא"


יעדער וואס איז ארויס פון דעם קאשמאר וואס האט געהייסען ל"ט, אפילו נאך זיך אוועקשטעלען אויף די פיס ברוחניות ובגשמיות.

איז א שטיק שארב, ממש שברי שברים, ער שפירט ווי ס'פעלט עם יארן פון זיין לעבן.

דאס איז אלעס חוץ די שרעקליכע פיינפאלע אדארך גאנג, זיי זענען אריבער סיי ביפארן באשטעטיגן צי פארלאזן (קיינער פארלאזט נישט א פלאץ און קולטור ער איז אויף געוואקסען סתם, ווייל ער איז נייגעריג צי זען ווי אזוי ס'לעבט זיך אנדערש ווי).

סיי פון די החלטה צי פארלאזן בוז אנקומען אפילו עטוואס למנוחה, איז ממש יסורי וטלטולי גוף והנפש.

מיט משפחות ציפלוקט, איבערלאזן יעדער מ'האט געלעבט מיט אלעמאל, און אפירזוכן איינער וואס איז ארויס א פאר יאר פריער, און מ'האט דעמאלסט יענער מחרים געווען, ער זאל דיר אפשר פארשטיין.

בקיצור מען ברויך ציטירען אזוי ווי די פיש אין וואסער צוטירען בחודש אלול.

מיט א ווענדינג צו דער וואס קען העלפן ביי אריין נעמען די קינדער:

אנשטאט ווארטן אנגעווארעמט צו ווערען פון, א שרעקליך געשיכטע, ווי מ'מאכט אן אפיל און שוהל, צו סיי וואס.

אנשטאט זוכן יעצט א מצוה בבחינת עגלה עריפה מקיים צו זיין.

נעם אריין די קינדער, שטעל אפ דאס אידיש בלוט פארגיסענג, דא לאקאל אין מאנסי!!!!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
שמעיה
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:08 pm
x 72

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמעיה »

א טעמישע שאלה, אויב איך מעג.
אויב א געוויסע מוסד וויל נישט אריינעמען די קינדער,
דעמאלץ פארוואס זאל מען גיין עקשנות'דיג מיט איהם?
ס'פעלט אנדערע גוטע מוסדות אין שטעטל וואס וועלן יא אריינעמען די לעכטיגע קינדער?
פארוואס זאל מען זיך משפיל זיין עד עפר פאר איינער וואס האלט נישט דער ביי?
אויב דער מוסד האט נישט די זכיה צו טוהן צום ריכטונג, לאמיר גיין צו דער וואס האט יא דער זכיה דערצו.
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 851
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1390

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

בן עמרם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 4:16 pm מיין הארץ פארפעלט א קלאפ צו זעהן ווי צוויי ליבליכע ברודער שמועסן זיך אויס די זכרונות,


@מענדי קעניג שוין גערעדט וועגן יענע קאשמארע נאכט אין אפיס דארט?
אפשר קענסטו טאקע דערציין אביסל מער איבער וואס מען רעדט...
פאר די תמימות'דיגע אמעריקאנע אידן...
משה חיים צבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:21 am
Location: גוואטעמאלע סיטי
x 635

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה חיים צבי »

איך וויל מיר דא באציען בנוגע דער פארשלאג וואס מען האט דא אויפגעברענגט צו מאכן א "לעבעדיגע אינטערוויו" מיט די עסקנים חוה"מ אזוי ווי עס איז געווען חוה"מ פסח אין בעהוץ, נאר אין דעם פאל זאל אני הקטן זיין א חלק פון דער פאנעל.

איך האב געהאט גערעדט איבער אזא געדאנק מיט ידידי העסקן ר' יואל יושע העשיל בלום, אבער בכלליות בין איך געווען מסופק צי עס איז ליבערשט צו מאכן א לעבעדיגע אינטערוויו, אדער א געשריבענע אינטערוויו.

א לעבעדיגע אינטערוויו האט א מעלה אז מען קען רעדן ברייטער, געשמאקער, זיך מער אויסשמועסן, און עס איז אויך מער פאן, עקשן בלע"ז, אבער פון די צווייטע זייט א געשריבענע אינטערוויו האט די מעלה אז מען קען מער פאקוסירן צו ענטפערן איבער יעדע סארט טעמע, וואס דאס איז וויירשיינליך בעסער פאר מיין מטרה.

אזוי אויך גלייב איך אז א אינטערוויו אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות... - ווערט געזען מער, און קען אנקומען ווייטער ווי א לעבעדיגע אויפטריט פון עטליכע שעה וואס נישט צופיל ביזנעסלייט און פארנומענע מענטשן וועלן האבן חשק צו אויסהערן.

אבער אדרבה, כ'בין גרייט צו הערן די מיינונגען פונעם ציבור חברים דא איבער וועלכע אופן איז בעסער.
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

משה חיים צבי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 2:51 pm
► Show Spoiler
ברוכים הבאים צו הר"ר חיים צבי שליט"א מלפנים ספרא דדיינא דק"ק לב טהור בעיר בבל אשר במדינת גואטעמאלא יצ"ו,

אחדשה"ט, האב איך געוואלט פרעגן א כלליות'דיגע שאלה.
אזויווי יעדער אין לב טהור ווייסט, האט דער רבי ז"ל מייסד געוועהן קהילת לב טהור מיט א מטרה צו אויפשטעלן א קהילה וואס וועט מקיים זיין גאנץ אידישקייט מיט אלע פרטים על דרך ישראל סבא מיט א ריינע אמונה וואס דאס רעכנט אריין התנגדות לציונות ולמדינתם הטמאה, דקדוק הלכה, צניעות, כשרות וכו' וכו' אלעס אן קיין פשרות און אן קיין חשבונות פון "היינטיגע צייטן" און צו די גאס האלט אז ס'איז נארמאל כידוע. אבער א חלק און מ'קען אפשר אפילו זאגן די עיקר חלק פון לב טהור איז געבויט אויף עבודה שבלב, דהיינו מצוות התלויות בלב, אהבה, יראה, דבקות אזויווי ס'ווערט אוסגעשמועסט אין אלע ספרים הקדושים.און דער רבי ז"ל האט געהאלטן אז בעיקבתא דמשיחא קען א מענטש נישט דינען דער אייבערשטער מיט זיינע אייגענע כוחות, נאר ער ברויך האבן א באזונדערע הארה מלמעלה, און דאס איז מען זוכה נאר דורך עבודת ההתבוננות. און לכבוד דעם האט ער מחבר געוועהן זיין ספר אור הוי' און פארפאסט פארשידענע נוסחאות פון התבוננות אז ס'זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, און אז דורך דעם זאל מען קענען צוקומען צו מקיים זיין אלע מצוות שבלב און צוקומען צו גרויסע הארות אין עבודת ה'. און לויט ווי מ'הערט איז די עבודת ההתבוננות למעשה געוועהן א שטארקע חלק פון לב טהור פאר'ן דאווענען און אינמיטן דאווענען וכו'.

איז מיין שאלה יעצט, קודם כל וויפיל פון די עולם האט באמת מיטגעהאלטן מיט אלע טיפע לימודים און באמת מתבונן געוועהן פאר שעות ארוכות (נישט סתם געקלאצט מיט פארמאכטע אויגן), און בעיקר, האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון און מ'קומט טאקע צו צו אהבה ויראה, מדרגות אדער הארות אין עבודת ה'?

נ.ב. איך אנטשולדיג זיך פאר אלע וואס עס באדערט זיי אז איך יומענייז לב טהור צו פיהל. איך האלט אז די מצוה פון באשמוצן לב טהור איז א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס מיין הילף.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 656

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות...
חא חא דו ביסט גוט!
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 666

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

אפשר דארף מען מיט אזעלכע מוסדות גיין מיט טעראר אויף פארקערט אויב מען נעמט נישט אהן געבט מען נישט קיין געלט ביים דינער שרייבען די נאמען און אויסגאבעס [ברמיזה] מאויבי תחכמינו [איך שרייב פון היץ מיטהאלטענדיג אזעלכע מעשיות פון דערנאנט]
קרוב משפחה
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:26 pm
Location: Monsey
x 1

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרוב משפחה »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pm
משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות...
חא חא דו ביסט גוט!
יעדער איינער פארשייט אליינס ווי די אינטערוויא גייט זיין
וואס באהאלט מען?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7435

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm
► Show Spoiler
איך וואלט געזאגט אז קודם א אינטערוויו אין א מאגאזין, אזוי ווי דו זאגסט, איז געשריבן קלארער ארויס געברענגט די נקודות וואס מפרעגט, אבער פארשטייט זיך, נאכדעם זאל קומען א לייוו (לעבעדיגע) אינטערוויו ברבים, וואס דאס קען זיין גאר אינטערעסאנט פארן ציבור.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

קרוב משפחה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:51 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pm
משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות...
חא חא דו ביסט גוט!
יעדער איינער פארשייט אליינס ווי די אינטערוויא גייט זיין
וואס באהאלט מען?
ווילסט טאקע מ'זאל קלאר ארויסשרייבן אז ס'גייט זיין אינעם באלייכטונגען?
אוועיטער
חיימ'קע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
Location: אין די קינדער שיך
x 516

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חיימ'קע »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:58 pm
משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm
► Show Spoiler
איך וואלט געזאגט אז קודם א אינטערוויו אין א מאגאזין, אזוי ווי דו זאגסט, איז געשריבן קלארער ארויס געברענגט די נקודות וואס מפרעגט, אבער פארשטייט זיך, נאכדעם זאל קומען א לייוו (לעבעדיגע) אינטערוויו ברבים, וואס דאס קען זיין גאר אינטערעסאנט פארן ציבור.
אפשר גאר א שמועס צווישן די 2 חשובע ברידער...
איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 851
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1390

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

די חברה דארפן זיך אריינזעצן אין א פארמאכטן צימער, און זיך צולאזן אויף תולה ארץ אזש ס'זאל קומען רויעך פון די באלאטעס...

און נאכדעם זאל מען ארויסגעבן די ווידעאו.
העפי גיי
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:31 pm
x 26

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העפי גיי »

משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm איך וויל מיר דא באציען בנוגע דער פארשלאג וואס מען האט דא אויפגעברענגט צו מאכן א "לעבעדיגע אינטערוויו" מיט די עסקנים חוה"מ אזוי ווי עס איז געווען חוה"מ פסח אין בעהוץ, נאר אין דעם פאל זאל אני הקטן זיין א חלק פון דער פאנעל.

איך האב געהאט גערעדט איבער אזא געדאנק מיט ידידי העסקן ר' יואל יושע העשיל בלום, אבער בכלליות בין איך געווען מסופק צי עס איז ליבערשט צו מאכן א לעבעדיגע אינטערוויו, אדער א געשריבענע אינטערוויו.

א לעבעדיגע אינטערוויו האט א מעלה אז מען קען רעדן ברייטער, געשמאקער, זיך מער אויסשמועסן, און עס איז אויך מער פאן, עקשן בלע"ז, אבער פון די צווייטע זייט א געשריבענע אינטערוויו האט די מעלה אז מען קען מער פאקוסירן צו ענטפערן איבער יעדע סארט טעמע, וואס דאס איז וויירשיינליך בעסער פאר מיין מטרה.

אזוי אויך גלייב איך אז א אינטערוויו אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות... - ווערט געזען מער, און קען אנקומען ווייטער ווי א לעבעדיגע אויפטריט פון עטליכע שעה וואס נישט צופיל ביזנעסלייט און פארנומענע מענטשן וועלן האבן חשק צו אויסהערן.

אבער אדרבה, כ'בין גרייט צו הערן די מיינונגען פונעם ציבור חברים דא איבער וועלכע אופן איז בעסער.
אפשר קען מען מאכן אז די אינטערוויו פאר די מאגאזין זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמרא אזוי ווי א פאדקעסט (מיט אפאר געשמאקע יודן ש.פ. וכדו')
און נאך די מאגאזין קומט ארויס (אפשר א וואך שפעטער) זאל ארויסקומען די ווידיאו
(די מעלה איז אז מגייט דיך נישט דארפן איבערפרעגן אלעס אפאר מאל

האקט
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7435

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

@משה חיים צבי, דאס ווייס איך שוין נישט צו מפרעגט מיך, צו ס'איז שוין אפגעמאכט, וכו',
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3419

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

העפי גיי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:15 pm
אפשר קען מען מאכן אז די אינטערוויו פאר די מאגאזין זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמרא אזוי ווי א פאדקעסט (מיט אפאר געשמאקע יודן ש.פ. וכדו')
און נאך די מאגאזין קומט ארויס (אפשר א וואך שפעטער) זאל ארויסקומען די ווידיאו
(די מעלה איז אז מגייט דיך נישט דארפן איבערפרעגן אלעס אפאר מאל

נע, די מעלות וועט קיינמאל נישט לאזן, אז זייער אינטערוויא זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמערא. זיי זענען זייער פרום.
העפי גיי
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:31 pm
x 26

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העפי גיי »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:22 pm
העפי גיי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:15 pm
אפשר קען מען מאכן אז די אינטערוויו פאר די מאגאזין זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמרא אזוי ווי א פאדקעסט (מיט אפאר געשמאקע יודן ש.פ. וכדו')
און נאך די מאגאזין קומט ארויס (אפשר א וואך שפעטער) זאל ארויסקומען די ווידיאו
(די מעלה איז אז מגייט דיך נישט דארפן איבערפרעגן אלעס אפאר מאל

נע, די מעלות וועט קיינמאל נישט לאזן, אז זייער אינטערוויא זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמערא. זיי זענען זייער פרום.
טרייבסט איבער...לעצטנס האבן זיי שוין קאלערד קאמיקס אין די בעק...
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2331
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7702

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

שעפעריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:00 pm
קרוב משפחה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:51 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pm

חא חא דו ביסט גוט!
יעדער איינער פארשייט אליינס ווי די אינטערוויא גייט זיין
וואס באהאלט מען?
ווילסט טאקע מ'זאל קלאר ארויסשרייבן אז ס'גייט זיין אינעם באלייכטונגען?
כווייס נישט פארוואס, אבער פלצתי :lol:
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 656

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:21 pm @משה חיים צבי, דאס ווייס איך שוין נישט צו מפרעגט מיך, צו ס'איז שוין אפגעמאכט, וכו',
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
נע די מעלות וועט קיינמאל נישט לאזן, אז זייער אינטערוויו זאל גיין אין מאמענט


לייצעם אדירים :)
יקר ורבותא
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:09 pm
x 9

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יקר ורבותא »

אין דער בחינה פון נעוץ סופו בתחלתו: אז מ'האט אט אויפגעלעזט דער קולט - נאך אזויפיל יאהר אין עקזיסטענץ, איז אינטערעסאנט צו ברענגען אן אינטערעסאנטער אויסשניט וואס איז ערשינען אין אן העברעאישער צייטונג בשעתו (תש"ן), מיט גאר אינטערעסאנטע דעטאלן און היסטארישע בילדער.
פיילס
חדשות⁩, 18 ספטמבר 1990⁩.jpg
חדשות⁩, 18 ספטמבר 1990⁩.jpg (255.47 KiB) געזען געווארן 874 מאל
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

צו ר' @שמעיה
ווי געשריבן אויבן, האבן פארשידענע קלענערע מוסדות שוין גענומען קינדער און וויפיל קען מען זיך דען ארויפווארפן אויף קליינע מוסדות
דא רעדט פון די גרויסע מוסדות
כ'האף אז דו מיינסט נישט צו פרעגן פארוואס ר' יואל העניך שיקט נישט קיין וויזשניץ אדער פאפא
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
שרייב פאוסט