- IMG_20250909_120050.jpg (26.08 KiB) געזען געווארן 538 מאל
מדינת ישראל אין מלחמה
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קאטאר טוט סוספענדירן איר פארמיטלונג ארבייט צווישן מדינת ישראל מיט כאמאס אין ליכט פון די מדינת ישראל אטאקע אויף כאמאס פירער אין דאהא, אין די זעלבע צייט האט דער מדינת ישראל פארהאנדלער און אקטיוויסט גרשון באסקין דערקלערט אז די אטאקע האט אן קיין צווייפל אפגעהאקט די פארהאנדלונגן. באסקין, וועלכע איז געווען איינס פון די ארכיטעקטן פון די גלעד שליט אפמאך, איז די לעצטע טעג צוריק אויפגעקומען אויפ'ן אויבערפלאך, צוליב באריכטן אז ער איז געווארן אריין געברענגט ארויס צו העלפן פארהאנדלן פאר די פרישע פייעראפשטעל פארשלאג.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל האט אראפ געשאסן א דראון געשאסן דורך די האוטי רעבעלן פון תימן, די דראון איז געקומען צו פליען אין ריכטונג פון די שטאט אילת ווען איז געווארן אויפגעכאפט און געווארן אראפ געשאסן אן דעם וואס ווארענונג פייפערס זאלן זיך צוקלינגן. די אטאקע-פרואוו קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס א דראון אטאקע דורך די האוטיס האט באוויזן דורכצומאכן מדינת ישראל'ס דיפענס סיסטעמס און האט באטראפן דעם רמון לופטפעלד.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מדינת ישראל רעגירונג: די באשלוס דורכצופירן אן אטאקע אויף כאמאס פירער אין אויסלאנד איז געמאכט געווארן נאך די נעכטיגע טעראר אטאקע אין ירושלים, אין די זעלבע צייט האט דער סאודישער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן טעלעפאנירט דעם פירער פון קאטאר שעיך על טאני איבערצוגעבן זיין פראטעסט אקעגן די אטאקע. אזוי אויך האט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ארויס געשטעלט א סטעיטמענט אויסצודרוקן שטיצע פאר קאטאר וועלכע ברויזט אויף מדינת ישראל פאר'ן דורכפירן די אטאקע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
מאקרון פארדאמט די אטאקע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די ניו יארק סיטי פאליציי האט געהעכערט די זיכערהייט וואך ביי אידישע ערטער און סענסיטיווע לאקאלן אין ליכט פון די מדינת ישראל אטאקע אין קאטאר, אין א סטעיטמענט זאגט די פאליציי אז אויס פארזיכטיגקייט אין שאטן פון די אטאקע ווערן אריין געשיקט מער אפיצירן ביי רעליגיעזע, קולטור און דיפלאמאטישע ערטער לענגאויס די סיטי. די פאליציי זאגט אז אירע קרעפטן טוען אויך קאארדינירן מיט פעדעראלע באאמטע דערוועגן. די שריט פון די פאליציי איז א געווענטליכע באווארענונגס מאסנאם וואס ווערט גענומען דורכאויס ערעסנטע אינצידענטן אין די מיטל מזרח, נעמענדיג אין באטראכט די פאקט אז אזויפיל טויזנטער אידן וואוינען אין די סיטי.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
יו-ען גענעראל סעקרעטאר ענטאניא גוטערעש איז ארויס געקומען פארדאמען מדינת ישראל'ס אטאקע אויף כאמאס פירער אין קאטאר, זאגענדיג, אז דאס איז געווען א שרעקליכע פארלעצונג פון קאטאר'ס זעלבסשטענדיגקייט. דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט עס אויך פארדאמט, און געזאגט אז די אטאקע ווייזט אז מדינת ישראל האט נישט קיין אינטערעסע פאר שלום נאר זיכט בלויז אנצוהאלטן מלחמה. ערדואן זאגט אז מען זעט זייער קלאר אז מדינת ישראל האט אדאפטירט טעראריזעם אלץ אן אפיציעלע פאליסי און פלאנט נישט אפצוטרעטן דערפון.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
שמועות צירקולירן אז איראן האט אינטער געשריבען א דיעל וועלכער זיי פארפליכטען זיך צו נאכקומען אלע אויפזיכטען פון די אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2417
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7972
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
אויב געדענק איך גוט, האט טראמפ קלאר געווארענט אפאר טעג צוריק אז דאס קומט אויב זיי נעמען נישט אן די אפמאך פארשלאג, ניין?
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די ווייסע הויז האט אויסגעדרוקט אומצופרידענהייט מיט מדינת ישראל'ס באמבארדירונג אין קאטאר, די ווייסע הויז זאגט, אז אזא אטאקע אין א זעלבסשטענדיגע לאנד וועלכע איז אליאירט מיט אמעריקא און נעמט גרויסע ריזיקעס אויסצוהאמערן שלום וועט נישט פאראויס רוקן די אינטערעסן פון מדינת ישראל אדער פון אמעריקא. ווייסע הויז פרעס סעקרעטערי פרוי לעוויט זאגט אז קאטאר איז א לאנד וועלכע איז נאנט אליאירט און פריינטליך מיט אמעריקא, אויף א פארנעם אז פרעזידענט טראמפ שפירט זיך זייער שלעכט איבער די לאקאל פון די אטאקע. זי זאגט אז די אמעריקאנער מיליטער איז אינפארמירט געווארן פון פאראויס איבער די אטאקע פלאן, און פרעזידענט טראמפ האט ארויס געגעבן אן ארדער פאר סטיוו וויטקאף ער זאל אינפארמירן קאטאר דערוועגן. באזונדער דערציילט זי אז נאך די אטאקע האט טראמפ גערעדט מיט'ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, און קלארגעשטעלט אז ער וויל זען שלום. אזוי אויך האט טראמפ גערעדט מיט פרעמיער מיניסטער על טאני פון קאטאר צו דיסקוסירן די אטאקע און אירע נאכפאלגן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די פירער פון דייטשלאנד, ענגלאנד, פראנקרייך און שפאניע האבן אלע פארדאמט מדינת ישראל פאר די אטאקע אויף כאמאס פירער אין קאטאר, ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער זאגט אז די אטאקע האט פארלעצט קאטאר'ס זעלבסשטענדיגקייט, און שאפט א ריזיקע פון ווייטערדיגע אנגעצויגנקייטן אין די ראיאן. פראנקריךי'ס פרעזידענט עמענועל מעקרון זאגט אז אפגעזען די הונטערלאגע פון די אטאקעס איז אומאקצעפטירבאר צו נעמען שריט וועלכע טוען פארשפרייטן די מלחמה לענגאויס די ראיאן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
די אטאקע וואס מדינת ישראל האט היינט דורכגעפירט אויף כאמאס פירער אין קאטאר איז עפעס וואס מדינת ישראל האט פלאנירט שוין לאנגע חדשים, לויט די באריכט האט שוין מדינת ישראל געהאט א פריערדיגע דאטום עס דורכצופירן, אבער עס איז דעמאלטס געווארן אפגעלייגט. די באריכט איז ערשינען עטליכע שעה נאכדעם וואס די אפיס פונ'ם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט אנגעגעבן אז די באשלוס דורכצופירן די באמבארדירונג איז געקומען נאך די נעכטיגע טעראר אטאקע אין ירושלים אויף וואס כאמאס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
איראן האט געמאלדן אז די לאנד איז זיך דורכגעקומען אויף א נייע קאאפאראציע אפמאך מיט די יו-ען נוקלעארע אגענטור, די 'איי-עי-אי-עי', די מעלדונג איז געמאכט געווארן נאך א זיצונג וואס איז פארגעקומען אין קאירא צווישן איראן'ס אויסערן מיניסטער אבאס אראכטשי מיט'ן 'איי-עי-אי-עי' הויפט ראפאעל גראסי. די אלטע אפמאך צווישן די צוויי זייטן איז געווארן אפגעשטעלט דורך איראן עטליכע חדשים צוריק נאכדעם וואס מדינת ישראל מיט אמעריקא האבן אטאקירט איראן'ס אוראניום איינריכטונגן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
היינט אין עזה
- פיילס
-
- IMG-20250909-WA0084.jpg (34.01 KiB) געזען געווארן 313 מאל
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
טראמפ: די אטאקע אין קאטאר איז געווען נתניהו'ס החלטה, נישט מיינס, עס איז געווען צו שפעט עס צו אפשטעלן.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
טראמפ מיט א פרישע ווארענונג צו כאמאס, נאך וואס חיזזבלה האט באפרייט א מדנ״י בירגער וואס איז א שוועסטער פון א אמעריקאנע בירגער וואס זיי האבן געהאט פארכאפט.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קאטאר לייקענט די מעלדונג פון די ווייסע הויז אז די ארטיגע רעגירונג איז אינפארמירט געווארן פון פאראויס איבער די אטאקע, קאטאר זאגט אז סטעיטמענטס וועלכע גייען ארום דערוועגן זענען פאלטש, נאר די ווארהייט איז אז די רוף פון אמעריקא צו קאטאר איז געקומען ווען מען האט שוין געהערט די מדינת ישראל אויפרייסן. גלייכצייטיג האט די ווייסע הויז געמאלדן אז דורכאויס די פאון געשפרעך וואס פרעזידענט טראמפ האט היינט אפגעהאלטן מיט'ן פרעמיער מיניסטער פון קאטאר, האט טראמפ פארשפראכן אז אזעלכע אטאקעס וועלן מער נישט פארגעקומען.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פרעזידענט טראמפ מעלדט די באפרייאונג פון פרוי צורקאוו, א מדינת ישראל-רוסישע פרוי וועלכע געפונט זיך שוין 900 טעג אין געפענגעניש אין איראק, לויט ווי דער פרעזידענט געט איבער געפונט זי זיך מאמענטאל ביי די אמעריקאנער אמבאסאדא אין באגדאד. צורקאוו, וועלכע פלעגט זיין אקטיוו אין מיטל מזרח פארש ארבייט און איינגעשריבן אין אן אמעריקאנער אוניווערסיטעט, איז פארכאפט געווארן דורך די שייאיטישע איראנער-געשטיצטע קאטעיב חיזבאלא מיליצע נאכ'ן באזיכן איראק אויף איר רוסישע פאספארט דורכצופירן פארש ארבייט. דעטאלן וויאזוי איר באפרייאונג איז צושטאנד געקומען איז נישט באקאנט, אבער שוין א לענגערע צייט וואס מען ווייסט אז וואשינגטאן ארבייט פאר איר באפרייאונג.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 264
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 682
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
אוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:27 pm כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
??זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:33 pmאוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:27 pm כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
ליצים מיט א בילד פון חאמאס ווארטזאגער היינט.
- פיילס
-
- IMG-20250909-WA0108.jpg (47.18 KiB) געזען געווארן 182 מאל
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 264
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 682
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
פאר אזא אקט זאל מען כאטש האבן פארדינט עפעס פיינע פיש זאפט. סתם פאר נאך א הויכראנגיגע ווארטזאגער?... נע. נע שוין.בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:47 pm??זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:33 pmאוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:27 pm כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
Re: מדינת ישראל אין מלחמה
קענסט נאך קיינעם נישט גלייבן ווער ס'איז טויט און ווער נישטזאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:29 pmפאר אזא אקט זאל מען כאטש האבן פארדינט עפעס פיינע פיש זאפט. סתם פאר נאך א הויכראנגיגע ווארטזאגער?... נע. נע שוין.בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:47 pm??זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:33 pm
אוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.