מדינת ישראל אין מלחמה

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

IMG_20250909_120050.jpg
IMG_20250909_120050.jpg (26.08 KiB) געזען געווארן 532 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

קאטאר טוט סוספענדירן איר פארמיטלונג ארבייט צווישן מדינת ישראל מיט כאמאס אין ליכט פון די מדינת ישראל אטאקע אויף כאמאס פירער אין דאהא, אין די זעלבע צייט האט דער מדינת ישראל פארהאנדלער און אקטיוויסט גרשון באסקין דערקלערט אז די אטאקע האט אן קיין צווייפל אפגעהאקט די פארהאנדלונגן. באסקין, וועלכע איז געווען איינס פון די ארכיטעקטן פון די גלעד שליט אפמאך, איז די לעצטע טעג צוריק אויפגעקומען אויפ'ן אויבערפלאך, צוליב באריכטן אז ער איז געווארן אריין געברענגט ארויס צו העלפן פארהאנדלן פאר די פרישע פייעראפשטעל פארשלאג.
IMG_20250909_121931.jpg
IMG_20250909_121931.jpg (27.54 KiB) געזען געווארן 513 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל האט אראפ געשאסן א דראון געשאסן דורך די האוטי רעבעלן פון תימן, די דראון איז געקומען צו פליען אין ריכטונג פון די שטאט אילת ווען איז געווארן אויפגעכאפט און געווארן אראפ געשאסן אן דעם וואס ווארענונג פייפערס זאלן זיך צוקלינגן. די אטאקע-פרואוו קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס א דראון אטאקע דורך די האוטיס האט באוויזן דורכצומאכן מדינת ישראל'ס דיפענס סיסטעמס און האט באטראפן דעם רמון לופטפעלד.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מדינת ישראל רעגירונג: די באשלוס דורכצופירן אן אטאקע אויף כאמאס פירער אין אויסלאנד איז געמאכט געווארן נאך די נעכטיגע טעראר אטאקע אין ירושלים, אין די זעלבע צייט האט דער סאודישער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן טעלעפאנירט דעם פירער פון קאטאר שעיך על טאני איבערצוגעבן זיין פראטעסט אקעגן די אטאקע. אזוי אויך האט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן ארויס געשטעלט א סטעיטמענט אויסצודרוקן שטיצע פאר קאטאר וועלכע ברויזט אויף מדינת ישראל פאר'ן דורכפירן די אטאקע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

מאקרון פארדאמט די אטאקע.
IMG_20250909_124300.jpg
IMG_20250909_124300.jpg (31.02 KiB) געזען געווארן 489 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די ניו יארק סיטי פאליציי האט געהעכערט די זיכערהייט וואך ביי אידישע ערטער און סענסיטיווע לאקאלן אין ליכט פון די מדינת ישראל אטאקע אין קאטאר, אין א סטעיטמענט זאגט די פאליציי אז אויס פארזיכטיגקייט אין שאטן פון די אטאקע ווערן אריין געשיקט מער אפיצירן ביי רעליגיעזע, קולטור און דיפלאמאטישע ערטער לענגאויס די סיטי. די פאליציי זאגט אז אירע קרעפטן טוען אויך קאארדינירן מיט פעדעראלע באאמטע דערוועגן. די שריט פון די פאליציי איז א געווענטליכע באווארענונגס מאסנאם וואס ווערט גענומען דורכאויס ערעסנטע אינצידענטן אין די מיטל מזרח, נעמענדיג אין באטראכט די פאקט אז אזויפיל טויזנטער אידן וואוינען אין די סיטי.
IMG_20250909_140509.jpg
IMG_20250909_140509.jpg (34.48 KiB) געזען געווארן 433 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

יו-ען גענעראל סעקרעטאר ענטאניא גוטערעש איז ארויס געקומען פארדאמען מדינת ישראל'ס אטאקע אויף כאמאס פירער אין קאטאר, זאגענדיג, אז דאס איז געווען א שרעקליכע פארלעצונג פון קאטאר'ס זעלבסשטענדיגקייט. דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט עס אויך פארדאמט, און געזאגט אז די אטאקע ווייזט אז מדינת ישראל האט נישט קיין אינטערעסע פאר שלום נאר זיכט בלויז אנצוהאלטן מלחמה. ערדואן זאגט אז מען זעט זייער קלאר אז מדינת ישראל האט אדאפטירט טעראריזעם אלץ אן אפיציעלע פאליסי און פלאנט נישט אפצוטרעטן דערפון.
IMG_20250909_140657.jpg
IMG_20250909_140657.jpg (32.64 KiB) געזען געווארן 430 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

שמועות צירקולירן אז איראן האט אינטער געשריבען א דיעל וועלכער זיי פארפליכטען זיך צו נאכקומען אלע אויפזיכטען פון די אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2417
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7969

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך שינאווער »

אויב געדענק איך גוט, האט טראמפ קלאר געווארענט אפאר טעג צוריק אז דאס קומט אויב זיי נעמען נישט אן די אפמאך פארשלאג, ניין?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די ווייסע הויז האט אויסגעדרוקט אומצופרידענהייט מיט מדינת ישראל'ס באמבארדירונג אין קאטאר, די ווייסע הויז זאגט, אז אזא אטאקע אין א זעלבסשטענדיגע לאנד וועלכע איז אליאירט מיט אמעריקא און נעמט גרויסע ריזיקעס אויסצוהאמערן שלום וועט נישט פאראויס רוקן די אינטערעסן פון מדינת ישראל אדער פון אמעריקא. ווייסע הויז פרעס סעקרעטערי פרוי לעוויט זאגט אז קאטאר איז א לאנד וועלכע איז נאנט אליאירט און פריינטליך מיט אמעריקא, אויף א פארנעם אז פרעזידענט טראמפ שפירט זיך זייער שלעכט איבער די לאקאל פון די אטאקע. זי זאגט אז די אמעריקאנער מיליטער איז אינפארמירט געווארן פון פאראויס איבער די אטאקע פלאן, און פרעזידענט טראמפ האט ארויס געגעבן אן ארדער פאר סטיוו וויטקאף ער זאל אינפארמירן קאטאר דערוועגן. באזונדער דערציילט זי אז נאך די אטאקע האט טראמפ גערעדט מיט'ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, און קלארגעשטעלט אז ער וויל זען שלום. אזוי אויך האט טראמפ גערעדט מיט פרעמיער מיניסטער על טאני פון קאטאר צו דיסקוסירן די אטאקע און אירע נאכפאלגן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די פירער פון דייטשלאנד, ענגלאנד, פראנקרייך און שפאניע האבן אלע פארדאמט מדינת ישראל פאר די אטאקע אויף כאמאס פירער אין קאטאר, ענגלאנד'ס פרעמיער מיניסטער זאגט אז די אטאקע האט פארלעצט קאטאר'ס זעלבסשטענדיגקייט, און שאפט א ריזיקע פון ווייטערדיגע אנגעצויגנקייטן אין די ראיאן. פראנקריךי'ס פרעזידענט עמענועל מעקרון זאגט אז אפגעזען די הונטערלאגע פון די אטאקעס איז אומאקצעפטירבאר צו נעמען שריט וועלכע טוען פארשפרייטן די מלחמה לענגאויס די ראיאן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

די אטאקע וואס מדינת ישראל האט היינט דורכגעפירט אויף כאמאס פירער אין קאטאר איז עפעס וואס מדינת ישראל האט פלאנירט שוין לאנגע חדשים, לויט די באריכט האט שוין מדינת ישראל געהאט א פריערדיגע דאטום עס דורכצופירן, אבער עס איז דעמאלטס געווארן אפגעלייגט. די באריכט איז ערשינען עטליכע שעה נאכדעם וואס די אפיס פונ'ם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט אנגעגעבן אז די באשלוס דורכצופירן די באמבארדירונג איז געקומען נאך די נעכטיגע טעראר אטאקע אין ירושלים אויף וואס כאמאס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

איראן האט געמאלדן אז די לאנד איז זיך דורכגעקומען אויף א נייע קאאפאראציע אפמאך מיט די יו-ען נוקלעארע אגענטור, די 'איי-עי-אי-עי', די מעלדונג איז געמאכט געווארן נאך א זיצונג וואס איז פארגעקומען אין קאירא צווישן איראן'ס אויסערן מיניסטער אבאס אראכטשי מיט'ן 'איי-עי-אי-עי' הויפט ראפאעל גראסי. די אלטע אפמאך צווישן די צוויי זייטן איז געווארן אפגעשטעלט דורך איראן עטליכע חדשים צוריק נאכדעם וואס מדינת ישראל מיט אמעריקא האבן אטאקירט איראן'ס אוראניום איינריכטונגן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
פעינטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1750

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך פעינטיג »

היינט אין עזה
פיילס
IMG-20250909-WA0084.jpg
IMG-20250909-WA0084.jpg (34.01 KiB) געזען געווארן 307 מאל
אוועיטער
פעינטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1750

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך פעינטיג »

טראמפ: די אטאקע אין קאטאר איז געווען נתניהו'ס החלטה, נישט מיינס, עס איז געווען צו שפעט עס צו אפשטעלן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

פעינטיג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 4:39 pm טראמפ: די אטאקע אין קאטאר איז געווען נתניהו'ס החלטה, נישט מיינס, עס איז געווען צו שפעט עס צו אפשטעלן.
IMG_20250909_165746.jpg
IMG_20250909_165746.jpg (99.77 KiB) געזען געווארן 279 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

טראמפ מיט א פרישע ווארענונג צו כאמאס, נאך וואס חיזזבלה האט באפרייט א מדנ״י בירגער וואס איז א שוועסטער פון א אמעריקאנע בירגער וואס זיי האבן געהאט פארכאפט.
IMG_20250909_170016.jpg
IMG_20250909_170016.jpg (29.94 KiB) געזען געווארן 269 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

קאטאר לייקענט די מעלדונג פון די ווייסע הויז אז די ארטיגע רעגירונג איז אינפארמירט געווארן פון פאראויס איבער די אטאקע, קאטאר זאגט אז סטעיטמענטס וועלכע גייען ארום דערוועגן זענען פאלטש, נאר די ווארהייט איז אז די רוף פון אמעריקא צו קאטאר איז געקומען ווען מען האט שוין געהערט די מדינת ישראל אויפרייסן. גלייכצייטיג האט די ווייסע הויז געמאלדן אז דורכאויס די פאון געשפרעך וואס פרעזידענט טראמפ האט היינט אפגעהאלטן מיט'ן פרעמיער מיניסטער פון קאטאר, האט טראמפ פארשפראכן אז אזעלכע אטאקעס וועלן מער נישט פארגעקומען.
IMG_20250909_172816.jpg
IMG_20250909_172816.jpg (28.61 KiB) געזען געווארן 236 מאל
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:01 pm טראמפ מיט א פרישע ווארענונג צו כאמאס, נאך וואס חיזזבלה האט באפרייט א מדנ״י בירגער וואס איז א שוועסטער פון א אמעריקאנע בירגער וואס זיי האבן געהאט פארכאפט.
IMG_20250909_170016.jpg

פרעזידענט טראמפ מעלדט די באפרייאונג פון פרוי צורקאוו, א מדינת ישראל-רוסישע פרוי וועלכע געפונט זיך שוין 900 טעג אין געפענגעניש אין איראק, לויט ווי דער פרעזידענט געט איבער געפונט זי זיך מאמענטאל ביי די אמעריקאנער אמבאסאדא אין באגדאד. צורקאוו, וועלכע פלעגט זיין אקטיוו אין מיטל מזרח פארש ארבייט און איינגעשריבן אין אן אמעריקאנער אוניווערסיטעט, איז פארכאפט געווארן דורך די שייאיטישע איראנער-געשטיצטע קאטעיב חיזבאלא מיליצע נאכ'ן באזיכן איראק אויף איר רוסישע פאספארט דורכצופירן פארש ארבייט. דעטאלן וויאזוי איר באפרייאונג איז צושטאנד געקומען איז נישט באקאנט, אבער שוין א לענגערע צייט וואס מען ווייסט אז וואשינגטאן ארבייט פאר איר באפרייאונג.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 682

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:27 pm כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
אוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:33 pm

??
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
אוועיטער
פעינטיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1750

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך פעינטיג »

ליצים מיט א בילד פון חאמאס ווארטזאגער היינט.
פיילס
IMG-20250909-WA0108.jpg
IMG-20250909-WA0108.jpg (47.18 KiB) געזען געווארן 176 מאל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 682

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:47 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:33 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:27 pm כאמאס: 5 פון אירע מיטגלידער זענען אומגעקומען אין די אטאקע אין קאטאר, אבער מדינת ישראל איז דורכגעפאלן אומצוברענגן פירער פון די גרופע, אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די גרופע באשטעטיגן די טויט פון הימאם על חיה, א זון פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, ווי אויך דזשיהאד לאַבּאַד אל בּילאַל, וועלכע געדינט אלץ אפיס דירעקטער פאר חאליל על חיה. די גרופע האט פארעפענטליכט נאך דריי נעמען פון אומבאקאנטע מענטשען, וועלכע האבן ווארשיינליך געדינט אלץ לייב וועכטער אדער ראטגעבער. אין די זעלבע צייט האט קאטאר'ס אינערן מיניסטעריום באשטעטיגט אז איינס פון אירע זיכערהייט וועכטער זענען אומגעקומען אין די אטאקע. די געביידע, וועלכע איז אינטער וואך דורך קאטאר זייט די שמיני עצרת אטאקע, ווערט ווייטער באוואכט דורך די ארטיגע רעגירונג וועלכע האט אריין געברענגט בולדאזערס אויפצוגראבן די ברוכווארג כדי צו קענען ארויס שלעפן די אומגעקומענע.
אוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?
??
פאר אזא אקט זאל מען כאטש האבן פארדינט עפעס פיינע פיש זאפט. סתם פאר נאך א הויכראנגיגע ווארטזאגער?... נע. נע שוין.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2873
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10713

Re: מדינת ישראל אין מלחמה

פאוסט דורך בודקע »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:29 pm
בודקע האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:47 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:33 pm

אוטש. פארשטינקענע פיש געגעסן און די שטאט פארגעסן?
??
פאר אזא אקט זאל מען כאטש האבן פארדינט עפעס פיינע פיש זאפט. סתם פאר נאך א הויכראנגיגע ווארטזאגער?... נע. נע שוין.
קענסט נאך קיינעם נישט גלייבן ווער ס'איז טויט און ווער נישט
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
שרייב פאוסט