בשפתך יושק כל דבר... פיין געזאגטאיד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 7:39 pm @בודקע , ס'קען זיין אז דו קענסט יא וכו'
אבער דיין מישן דא צרפת און טהרת הקודש מוסדות מאכט אויסזעהן אז דו האסט א צווייטע פראבלעם...
יא, ס'איז א רשעות דעס וואס מ'ווארפט ארויס וכו', אבער ס'האט גארנישט מיט די אנדערע געלטער!
ווייל יענע געלטער קען מען בלויז שאפן פאר יענע צרכים, און וויפיל מ'קען שאפן פאר די אייגענע מוסדות שאפן סייווי
יעדע מוסד דא אין אמעריקע נעמט שכ''ל, און ע''פ רוב צאלט מען, יעדע מוסד האט וועגן וויאזוי צו איינמאנען,
ביסט גערעכט אז דאס איז נישט די וועג, אבער די אופן וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס זעהט אויס ווי עפעס אנדערש דרוקט דיך
הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 261
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 651
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2189
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6737
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
מאכט סענס, שטימטThink and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:12 pmבודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:27 pmא. ניין, דער איד האט טאקע נישט קיין געלט (ער איז אויך נישט געווען אין קאנטרי..)Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:19 pm
דארף מען וויסן צו ער האט טאקע געוויינט צו זיי אדער נאר צו דיר און זיי האט ער איגנארירט.
(אין קר"י אין קהילת ויואל משה איז אין יענע צייטן געווען אסאך אזעלכע, און דאס איז געווען איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די קהילה און מוסדות זענען געווען אזוי צופראסקעט ווי זיי זענען געווען.)
ב. יעדע מוסד מיטשעט זיך מיט אזאנע, די מהלך פון לייגן גארדס באלאנגט פאר א פובליק סקול, נישט פאר א אידישע מוסד, זיכער נישט סאטמאר.
א. האסט (ווארשיינליך בכוונה) נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. מען רעדט נישט יא האבן ווס. נישט האבן, מען רעדט פון רעדן מיט די הנהלה און זאגן אז ער האט נישט ווס. זיי איגנארירן ווי זיי וואלטן געווען א קאר עקסטענדעד וואראנטי סקעמער.
ב. א געווענליכע מוסד האט עטליכע אזעלכע. א מוסד וואס האט מער ווי 25 פראצענט האט צוויי ברירות: שפארן די גאנצע מוסד אדער שטעלן גארדס.
איך בין נישט זיכער אז ווען איך בין אדמיניסטראטאר וואלט איך נישט ענדערש געשפארט די מוסד ווי איידער שטעלן גארדס, אבער ס'פארט דא א צווייטע זייט און איך בין ב"ה נישט אין נישט אין זיינע שיך.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
שומי שמים: נישט אידישע סעקיוריטי גארדס לאָזן נישט מיידלעך אריין און סאטמאר מיידל שולע אין לעיקוואד פארן חטא פון נישט האבן געצאלט שכר לימוד.
יעצט בשעת קליינע מיידלעך זענען פארשעמט אין גאס
מיט גארדס פארן געפארליכע חטא טיט מען בויען
מאדערנע בילדונגס פאר הונדערטער מיליאנען
דאלער אסאך פון זיי פאר בלויז פאליטישע צוועקן.
אפשר נעמט די געלט פון איין בילדונג און מאכט זיכער אז
קיין איינציגער יונגל און מיידל בלייבט נישט אין גאס

- פיילס
-
- Screenshot_20250903_190449_WhatsApp.jpg (479.8 KiB) געזען געווארן 1007 מאל
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 164
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 342
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
אן פחד נאכדעם עט מען זאגען ביים דינער די עלטערן זענען שותפים אינעם מוסד
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:31 pm אן פחד נאכדעם עט מען זאגען ביים דינער די עלטערן זענען שותפים אינעם מוסד
דאס איז שוין אן אלטע טענה. קענסט נישט ביים צאלן שכר לימוד טענה'ן אז ס'איז א ביזנעס וואס מוז פאדערן באצאלט פאר די סערוויסעס זיך צו דעקן, און ביים דינער וויינען אז ס'איז 'אונזער' מוסד און מיר מוזן טראגן די אחריות עס זאל זיך דעקן...
-
כלל ישראל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 69
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
- Location: Boro park
- x 133
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
הרב בודקע מיט'ן גאנצן רעספעקט איך וועל נישט אריינגיין אינעם נושא יעצט ווייל עס איז זייער ווייטאגליך ממה נפשך....
אבער אייך באדערט נישט דאס אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער אין די מוסדות, האסט פשוט נאך א סיבה צו פארפירן אויף דיין פארטיי'ס קאמפעטישן איך קען מיר שוין פארשטעלן וואס די וואלסט געענפערט ווען עס וואלט געווען ביי דיר. הצלחה!
אבער אייך באדערט נישט דאס אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער אין די מוסדות, האסט פשוט נאך א סיבה צו פארפירן אויף דיין פארטיי'ס קאמפעטישן איך קען מיר שוין פארשטעלן וואס די וואלסט געענפערט ווען עס וואלט געווען ביי דיר. הצלחה!
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 164
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 342
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
מיין מאמע האט מען אהיימגעשיקט אלץ קינד און ארגענטינא חודשלך פאר אן יאר און זי וויל נישט רעדן פונעם קינדערישען יארען
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
איך קען פערזענליך באשטעטיגן אז צולייגער (פון אייוועלט - כ'ווייס נישט אויב דער היגער איז דער זעלבער) וואוינט אין לעיקוואוד און שיקט אין די סאטמארע מוסדות דארט.
צולייגער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:38 pmאקוראט ווי דער מוסד וואס האט היינט געשטעלט גארדס. איך שיק אין יענעם מוסד, איך מוטשע זיך אויך און זיי רעכענען זיך מיט מיר ודכותי אויף א מאסשטאבליכן פארנעם לא יאומן כי יסופר.
כ'בין גאנץ זיכער אז די מוסד רעכנט זיך נאך אזוי מיט עלטערן ווי די מוסד וואו דיינע קינדער גייען. על אף זייערע הכנסות פראפארציאנעל זענען פילפאכיג קלענער.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
הישמע כזאת??!!
וואו איז דאס אידיש הארץ???
עלטערן שיקן זייער קינד אין סקול וואוסענדיג אז זיי זענען נישט רעגיסטרירט און מ'וועט זיי נישט אריינלאזן.
וואס האסטו געוואלט פון דיין אומשילדיג קינד? פארוואס האסטו איר אזוי פארשעמט ברבים??
האסט נישט קיין געלט? טאקע א צרה, ס'דא אזויפיהל אידן - אריינגערעכנט פון די הנהלה - וואס לויפן העלפן א צווייטן, דארפסט נאר זיין דא צו מיטארבעטן.
אין יעדן פאל, אויב ווייסטו אז דיין קינד וועט האבן בושות, שיק איר נישט. נוץ נישט דיין קינד פאר ש שטעקן צו קענען שרייען אויף די הנהלה!

איין זאך וואס שטערט מיך יא איז טאקע דאס בויען טייערע לוקסריעזע בנינים פאר די מוסדות, מ'וואלט געמעגט שניידן אביסל פון די ״הערליכע פראכטפולע״ דיזיינס און טיילס, און האבן א קלענערע בודזעט.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
עס איז גרינגער צו באקומען א מיליאן דאלער פאר א 10 מיליאן בנין ווי 100 אלפים פאר א 1 מיליאן דאלער בנין
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
הייסט ער זאל גאר זיין דער רוצח און זאגן זיין קינד אז מגייט נישט אין סקול אדער חדר ווייל סאיז נישטא קיין געלט...וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:17 am הישמע כזאת??!!
וואו איז דאס אידיש הארץ???
עלטערן שיקן זייער קינד אין סקול וואוסענדיג אז זיי זענען נישט רעגיסטרירט און מ'וועט זיי נישט אריינלאזן.
וואס האסטו געוואלט פון דיין אומשילדיג קינד? פארוואס האסטו איר אזוי פארשעמט ברבים??
האסט נישט קיין געלט? טאקע א צרה, ס'דא אזויפיהל אידן - אריינגערעכנט פון די הנהלה - וואס לויפן העלפן א צווייטן, דארפסט נאר זיין דא צו מיטארבעטן.
אין יעדן פאל, אויב ווייסטו אז דיין קינד וועט האבן בושות, שיק איר נישט. נוץ נישט דיין קינד פאר ש שטעקן צו קענען שרייען אויף די הנהלה!
אוודאי דארף מען העלפן די מוסד און ווער עס קען זאל זיך אנשטרענגען יותר מכפי יכולתו אבער א מוסד וואס נעמט איין סענט צדקה טאר נישט ארויסווארפן קיין קינד
אויב ביסטו א ביזנעס ווי און ענד אר דאן סטאפ דינערס סטאפ בן גמלא וכו’
אויב נעמסטו נדבות פון אידן לעבסטו אויף נכסי ציבור און ביסט א שליח ציבור און דו קענסט נישט ארויסשיקן קינדער נגד רצון פון יעדע נדיב שבעולם
וויאזוי שרייט נאר דער ברייער: לאז יעדן פריקן סאטמארער אריין דא...
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
totty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:33 amהייסט ער זאל גאר זיין דער רוצח און זאגן זיין קינד אז מגייט נישט אין סקול אדער חדר ווייל סאיז נישטא קיין געלט...וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 12:17 am הישמע כזאת??!!
וואו איז דאס אידיש הארץ???
עלטערן שיקן זייער קינד אין סקול וואוסענדיג אז זיי זענען נישט רעגיסטרירט און מ'וועט זיי נישט אריינלאזן.
וואס האסטו געוואלט פון דיין אומשילדיג קינד? פארוואס האסטו איר אזוי פארשעמט ברבים??
האסט נישט קיין געלט? טאקע א צרה, ס'דא אזויפיהל אידן - אריינגערעכנט פון די הנהלה - וואס לויפן העלפן א צווייטן, דארפסט נאר זיין דא צו מיטארבעטן.
אין יעדן פאל, אויב ווייסטו אז דיין קינד וועט האבן בושות, שיק איר נישט. נוץ נישט דיין קינד פאר ש שטעקן צו קענען שרייען אויף די הנהלה!
ניין, ער זאל זיין א נארמאלער מענטש און אויפהייבן די טעלעפאן ווען די הנהלה רופט.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5651
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 19973
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
צי ער דארף אריינלאזן צי נישט קען מען דעבאטירן, אבער פארוואס לאזן אויפן גאס? קענסט זיי נישט ארייננעמען אין מנהל'ס אפיס און אהיימשיקן מיט א טעקסי?? אז דער טאטע האט נישט קיין אחריות און צאלט נישט דארפן זיינע קינדער דורכגיין אזא השפלה?
פאר דער וואס גייט ענטפערן אז ער איז נישט מחויב זיי צו צאלן א טעקסי: די גארדס קאסטן מער געלט ווי פינף טעקסיס.

- טעכניש גערעדט
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 10:06 pm
- x 19
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
לויט ווי מ'שרייבט אויף אייוועלט זענען די קינדער געווען אויפן גאס פאר געציילטע מינוט ביז מ'האט זיי אריינגעלאזט.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1475
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 4679
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:04 am צי ער דארף אריינלאזן צי נישט קען מען דעבאטירן, אבער פארוואס לאזן אויפן גאס? קענסט זיי נישט ארייננעמען אין מנהל'ס אפיס און אהיימשיקן מיט א טעקסי?? אז דער טאטע האט נישט קיין אחריות און צאלט נישט דארפן זיינע קינדער דורכגיין אזא השפלה?
ווען איך בין געווען אין קעמפ האט דער ראש ישיבה איין דאנערשטאג ארויסגעווארפן א בחור (גראדע א וואוילער בחור וואס איז היינט א חשוב'ער יונגערמאן) פאר א וואך. דער בחור איז אהיימגעפארן, אבער זיין טאטע האט נישט געהאט קיין נערוון אים צו האלטן אינדערהיים, האט ער אים ארויפגעזעצט אויפ'ן באס און פרייטאג נאכמיטאג נאנט צום זמן איז דער בחור אנגעקומען צוריק אין קעמפ...
דאס איז אויך די סיבה פארוואס מען מוז שטעלן דוקא גוי'אישע, טונקלהויטיגע גארדס.
און מען מוז נאכאמאל באטאנען אז מען רעדט נישט פון "דער טאטע האט נישט קיין אחריות און צאלט נישט" נאר דער טאטע איגנארירט יעדע פרואוו פון די מוסד עס דורכצושמועסן מיט אים.
(נאכאמאל, כ'בין בכלל נישט איבערצייגט אז ווען איך שטיי אין אזא מצב וואלט איך נישט ענדערש פארמאכט די מוסד ווי שטעלן גארדס, אבער איך בין ב"ה נישט דארט און ער איז יא.)
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:05 pmעפן א עקסטערע טעמע פארדעם..עדיטאריעל האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 4:59 pm לעיקוואוד - א צאל מיידל שולעס אין שטאט האבן ארויסגעשיקט מעלדונגען צו די עלטערן אז צוליב די פינאנציעלע קריזיס וואס פלאגט די לאקאלע מוסדות התורה זעהן זיי נישט קיין וועג ווי אזוי צו קענען מאמענטאל צוריק עפענען די שולע פאר די נייע לערן יאר וואס הויבט זיך אהן אצינד.
די מיידל שולע בנות פנינה האט געמאלדן אז זיי שליסן דערווייל טויערן ביז אלע עלטערן ענדיגן באצאלן זייער שכר לימוד באלאנס בעפאר די נייע לערן יאר, צו קענען דעקן די פילע חובות וואס האט זיך אנגעזאמלט, און די מיידל שולע תפארת חיה האט געמאלדן אז דערווייל וועלן די תלמידות דארפן בלייבן אינדערהיים ביז מען טרעפט א לעזונג פאר די פינאנציעלע קריזיס, די שולעס האבן אנגעגעבן אז די לערערינס זענען שוין נישט געווארן באצאלט פאר א לענגערע צייט און אזוי אויך זיי קענען נישט באצאלן די רענט פאר די שולע געביידעס.
די עסקנים און מנהלי המוסדות אין שטאט ווארענען אז די פינאנציעלע קריזיס ווערט שווערער און שווערער פון יאר צו יאר, דערנאך וואס פילע עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד צוליב אייגענע פינאנציעלע שוועריקייטן אדער וויבאלד זיי האבן מער וויכטיגע פריאריטעטן ווי באצאלן פאר די חינוך פון זייערע קינדער, אזוי אויך צוליב וואס פילע עלטערן באצאלן נישט די שכר לימוד באצייטנס.
אלע מוסדות מיטשענען זיך.
עפן נישט קיין עקסטערע טעמע, ס'איז תלוי הא בהא.
א מוסד וואס פארשפארט ווען מ'צאלט נישט שכר לימוד איז הכל בסדר אבער א מוסד וואס וויל עס פארמיידן זענען רוצחים?
פארגעס נישט אז לעיקוואד מוסדות איז שוין געווען אין אן ערנסטער פינאנציעלער קריזיס (מעגליך מער ווי איינמאל), ער דארף ווארטן ביז זיין מוסד לייגט זיך צאם און דאן ארויסווארפן יעדן איינעם?
נאר וואס דען, ס'איז דא א פראבלעם וואס הייסט לב שליט על המוח און ווען א איד זעט ווי אומשולדיגע קינדער ווערן ארויסגעווארפן אויף עפעס וואס איז נישט זייער שולד ווערט ער פול מיט רחמנות און זיין געפיל שטופט אוועק זיין שכל.
(ובמאמר המוסגר איז דאס די מהלך פון אלע ליבעראלן, רחמנות באדייט אז מ'קען נישט צוקוקן קיין שווערע סצענעס אפילו יענער איז שולדיג, יעדער פארשטייט אז דאס איז די ריכטיגע/איינציגע זאך וואס מ'קען טון; 'איך' קען דאס נישט צוקוקן. והיינו טעמא דעזה היינו טעמא דבעיל רעפארם ועוד הרבה)
_________
@totty, אויב איז ער א ביזנעס בעט פון יעדן וויפיל ער קאסט פארן מוסד און מ'מאכט נישט קיין דינער און נישט קיין גמלא, היות ער איז א מוסד בעט ער אסאך אסאך ווייניגער פון וויפיל עס קאסט באמת פארן מוסד פער קינד, אבער היות ער איז נישט קיין געלט קוואל אויך נישט מוז מען זיכער מאכן אז כאטש דאס צאלט מען. און אז איינער צאלט נישט מאיזה סיבה שהוא איז נישטא קיין ברירה נאר פארשיקן זיינע קינדער.
אגב ווייסט איינער פארוואס דער מוסד וואס גייט שוין נאך געלט פאר האלב פון זיינע קאסטן דארף גיין נאך געלט פאר דער אנדערער האלב אויך? פאלט אים נישט איין אליינס צאמצונעמען געלט פאר זיין שכר לימוד?

איינער האט ציטירט מיין תגובה אויף אייוועלט.
כ'קען ווידערהאלן, עס זענען דא איבער פופציג טאטעס מיט א באלאנס פון פאראיאר וואס האבן זיך נאכנישט מסדר געווען. אבער זיי האבן פלעין אויפגעהויבן א טעלעפאן ווען מ'האט זיי געקאלט און גערעדט מיט דעם אדמיניסטראטאר אדער איינעם פון די הנהלה און גערעדט כדבר איש אל רעהו, (א טייל האבן געצאלט א שיבוש פון זייער בילל און א טייל האבן געזאגט קאל מיך נאך יום טוב), געסס ווהאט, זייערע קינדער זענען אריין אין בילדינג מיט א שמייכל, פאכנדיג זייער קארטל פאר די שומרי הפתח. זארגלאז און לוסטיג.
די טאטעס וואס זייערע קינדער זענען געווען אינדרויסן (ווי ערווענט, פאר א קורצע צייט) זענען די וועלכע האבן סתם איגנארט טעלעפאן קאלס און טעקסטס און אימעילס די לעצטע יאר און בעיקר די לעצטע זעקס וואכן. ניטאמאל האבן זיי געזאגט וואס מען שרייבט דא אדער אויף אנדערע קאנאלן און פלאטפארמעס.
עווריבאדי טשילל דאון.

פארוואס איז קיינעם נישט איינגעפאלן אז אפשר דאך האבן די מנהלי המוסדות רעכט? פעלט עלטערן וואס קוקן אן שכ"ל ווי נר למאור? נאר כדלעיל במאמר המוסגר; מ'זעט א שווער בילד און די שכל כאפט א דרימל.צולייגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 1:59 am איינער האט ציטירט מיין תגובה אויף אייוועלט.
כ'קען ווידערהאלן, עס זענען דא איבער פופציג טאטעס מיט א באלאנס פון פאראיאר וואס האבן זיך נאכנישט מסדר געווען. אבער זיי האבן פלעין אויפגעהויבן א טעלעפאן ווען מ'האט זיי געקאלט און גערעדט מיט דעם אדמיניסטראטאר אדער איינעם פון די הנהלה און גערעדט כדבר איש אל רעהו, (א טייל האבן געצאלט א שיבוש פון זייער בילל און א טייל האבן געזאגט קאל מיך נאך יום טוב), געסס ווהאט, זייערע קינדער זענען אריין אין בילדינג מיט א שמייכל, פאכנדיג זייער קארטל פאר די שומרי הפתח. זארגלאז און לוסטיג.
די טאטעס וואס זייערע קינדער זענען געווען אינדרויסן (ווי ערווענט, פאר א קורצע צייט) זענען די וועלכע האבן סתם איגנארט טעלעפאן קאלס און טעקסטס און אימעילס די לעצטע יאר און בעיקר די לעצטע זעקס וואכן. ניטאמאל האבן זיי געזאגט וואס מען שרייבט דא אדער אויף אנדערע קאנאלן און פלאטפארמעס.
עווריבאדי טשילל דאון.
זאת ועוד 'דער שטארקער איז אייביג אומגערעכט'.
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
Going on recordבודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pmאיך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:15 pm
דאס איז די שליסל. ווען מען האט עס געטון אין קר"י האט די גאס גערודערט, ביז די מוסד האט קלארגעשטעלט אז מען האט נישט אהיימגעשיקט קיינעם פאר נישט באצאלן שכר לימוד, מען האט נאר אהיימגעשיקט די וואס דער טאטע האט איגנארירט די פרואוון פון די הנהלה צו רעדן וועגן שכר לימוד. אז א טאטע האט געזאגט אז ער קען נישט יעצט צאלן האט מען נישט אהיימגעשיקט, אבער די וואס האבן פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן און איגנארירט יעדע פרואוו אויסצושמועסן די נושא, אזא איינער - מיט די עדיטוט אז די מוסד קומט מיר אלעס און איך בין נישט מחויב אפילו זיך צו מאכן ווי איך פרוביר עטוואס זיך צוצושטעלן צו העלפן באצאלן - איז מען טאקע נישט מחויב צו לאזן ווייטער רייטן אויפ'ן מוסד ווען די מוסד דערטרענקט זיך אין חובות (אזוי איז געווען די מצב דעמאלס אין קר"י).
די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
נישטא 'קיין איין טאטע אין סאטמאר לעיקוואד', וואס האט:
1) א באלאנס פון בלויז $1,500
2) געוויינט צו די הנהלה איין מאל אין די לעצטע צוויי חדשים אז יעצט האט ער נישט
3) ס'איז אמת אז ער מוטשעט זיך, אפי' נאר אביסל
4) זיין טאכטער איז געווען אויפן גאס היינט.
אויב איז יא דא, איך בין נאנט מיט עטליכע נדיבי עם אין לעיקוואד וואס האבן א געפיל און געבן גערן נדבת לבם פאר מענטשן וואס האבן א פשוט'ע לעבנסשטייגער, דארפן האבן אפאר דאלער ממש צו דעקן דעם בילל און דאס קען זיי ראטעווען. הכלל, אויב איז די מעשה אמת, ברענג מיר דעם נאמען פון דעם טאטן און אויב די פרטים זענען אמת וועל איך אי"ה שאפן די געלט אין די נעקסטע פאר שעה. דער טאטע וועט האבן אפגעצאלט די $1,500 ביז עלף פארמיטאג דאנערשטאג תצא תשפ"ה.
אבער נאר אויב אלע פרטים זענען אמת...
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
פאר די אלע וואס ווילדעווען וויל איך נאר געבן אביסל חומר למחשבה סאטמאר ביהמ"ד הגדול אין וויאלמסבורג איז די איינציגסטע ביהמ"ד ווי די מקוה האט נישט קיין געיט
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
און אזוי דערציילט ר' שלמה פעדער פון קרית יואל:מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:34 pm איך האב נישט געקלערט אז הקדוש והטהור רבינו יואל זצוק"ל וועט אדורכגיין חיבוט הקבר, להיכן הגענו??? איך זאג ענק צו אז דער צדיק גייט זיך נוקם זיין. מינימום שבמינימום נעם אראפ דיין סאטמארע לעטטערהעד. סארי דאס איז אומאקצעפטירבאר.
אלץ גייסטו שרייען אז עכט האט יענער יא געלט נאר ער קעירט נישט... זיי דיך משפיל פארנט פונעם גאנצן ועד, וכולי האי ואולי העט מען דיך נאכלאזן, כמובן מיטן דיך כסדר דרוקן און קוועטשן וכו' און האלטן חשבון כסדר אויב די מוסדות איז טאקע דיין טאפ פריאריטי, והא ראיה ביסט געגאנגען קיין פלארידע פאר עטליכע טעג (1000 דאללער טאטאל) צו אפשר מעגליך דאך איינשפארן א נערוון בראך פון לחץ. יע יע.... א נייע סאטמאר, יונגע שנוקעס אן קיין ברעקל לעבנס עקספיריענס אז אידיש בלוט קומט אהיים. רבינו יואל שטייט דיך נישט צו די האנט... דעי בעלאוניס איז גוט ביים דינער פארן יושב ראש. רבינו יואל איז דיך נישט מוחל. אז דו קענסט נישט פירן א חדר/סקול רשעות ריין, דאן אנטזאג דיך. זאל זיך עס צומאכן. דער אויבערשטער ברויך נישט דיין הילף.
איינער קען הלכות צדקה? וויפיל קומט מען פאר אן עני? וויפיל ער איז געוואוינט. די השפלה און לעוול פון טעראר אויף אידן וואס האבן באמת נישט קיין געלט שמעקט קמצא ובר קמצא'דיג. ווען א איד זאגט 'אין לי' און דו פארלאנגסט אן השפלה סעסיע צו זיכערמאכן אז יענער באגרייפט די עומק הענין גרעניצט זיך עס מיט שפיכת דמים און איז בעצם דער עיקר טעם פארוואס געוויסע איגנארירן די גאנצע ביל, זיי קענען עס נישט דערהייבן. בזיונות איז ביי רוב מענטשן טוב מותו מחייו. אנשטאטן זיין א משכיל אל דל פירט מען זיך ווי סדום ועמורה.
יא, איך ווייס אויכעט אז סאיז גרעי עריע, אבער לענ"ד איז עס אסאך נענטער צו שווארץ ווען מרעדט פון די כלליות'דיגע בילד.
און דער אמת איז אז ביי רוב סאטמארע מוסדותער איז די נושא פיין באלאנסירט - מרעדט פון ממש געציילטע אויסנאמען, און די יונגערע דור אדמינעסטרעיטערס.
נ.ב. אני הקטן בין אלץ און אלעמאל אין צייט בכסף מלא מיט די שכר לימוד.
ס'איז געווען תשכ"ג ביי דער גרויסער פינאנציעלער קריזיס האט מען דאן בפקודת דעם רבי'ן אנגעהויבן שטארק דרוקן אויף שכ"ל, דער רבי האט דאן געזאגט אז שכ"ל זאל ווערן אן אויטאמאטישער חוב וואס גייט נישט אראפ מיט די צייט אויב מען באצאלט נישט.
ער - ר' שלמה - האט געהאט אריינגענומען צו זיך אין שטוב אויפצוציען א קינד פון א צעבראכענע שטוב וואס האט נישט געהאט געהעריג קיין עלטערן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן שכר לימוד פאר דעם קינד. איז ער אריבער צו דער הנהלה און געבעטן אז מ'זאל אים פארשטיין ס'איז נישט זיין קינד, ער האט ממש נישט אבער זיי האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט.
בצר לו איז ער אריין צום רבי'ן און ער איז געווען זיכער אז ווען דער רבי וועט הערן אז מ'נעמט נישט אריין א קינד און דערצו א יתום וואס האט נישט ווער ס'זאל אים צאלן וועט דער רבי ווערן אויפגעציטערט און שרייען "פארדעם דארף איך האבן א מוסד?!"
למעשה דער רבי הערט אים אויס און פרעגט אים "וואס טו איך ווען איך דארף האבן געלט פאר א מצוה? איך גיי נאך געלט. גיי דו אויך נאך געלט!" זאגט ער פארן רבי'ן אז ער ארבעט און ער האט נישט ווען צו גיין נאך געלט. פרעגט אים דער רבי "זונטאג ארבעטסטו?" זאגט ער ניין, "נו אויב אזוי גיי נאך געלט זונטאג!"
במשך דריי יאר נאכאנאנד איז ר' שלמה געגאנגען יעדן זונטאג נאך געלט פאר א פרעמד קינד כדי די סאטמארע מוסדות זאלן אים נישט ארויסווארפן, און דער רבי האט נישט געזאגט אז די הנהלה קען נישט קיין הלכות צדקה, משכיל אל דל, יונגע שנוקעס אדער אידיש בלוט.
גיי פארשטיי
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
צו די מעשיות וואס איך האב געברענגט האסטו זיך נישט באצויגן, איך פרעג נישט פארוואס. ופשוט הוא שאין הנידון דומה לראיה ווען עס רעדט זיך גיין נאך געלט פאר יענעם ווערסוס אליינס זיך מבזה זיין, כדארף עס אפילו מסבירן??? אתמהה... און אפילו ר' שלמה אליינס, ווען ער קען ווען נישט גיין נאך געלט משום איזה סיבה וואלט א ודאי רבינו יואל געלאזט ווארפן יענע יתום... והא ראיה סאיז דא א בן גמלא פראגראם וואס נעמט צוזאמען געלט פאר קינדער פון עלטערן וואס צאלן נישט... אבסורדשוהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 6:31 amאון אזוי דערציילט ר' שלמה פעדער פון קרית יואל:מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:34 pm איך האב נישט געקלערט אז הקדוש והטהור רבינו יואל זצוק"ל וועט אדורכגיין חיבוט הקבר, להיכן הגענו??? איך זאג ענק צו אז דער צדיק גייט זיך נוקם זיין. מינימום שבמינימום נעם אראפ דיין סאטמארע לעטטערהעד. סארי דאס איז אומאקצעפטירבאר.
אלץ גייסטו שרייען אז עכט האט יענער יא געלט נאר ער קעירט נישט... זיי דיך משפיל פארנט פונעם גאנצן ועד, וכולי האי ואולי העט מען דיך נאכלאזן, כמובן מיטן דיך כסדר דרוקן און קוועטשן וכו' און האלטן חשבון כסדר אויב די מוסדות איז טאקע דיין טאפ פריאריטי, והא ראיה ביסט געגאנגען קיין פלארידע פאר עטליכע טעג (1000 דאללער טאטאל) צו אפשר מעגליך דאך איינשפארן א נערוון בראך פון לחץ. יע יע.... א נייע סאטמאר, יונגע שנוקעס אן קיין ברעקל לעבנס עקספיריענס אז אידיש בלוט קומט אהיים. רבינו יואל שטייט דיך נישט צו די האנט... דעי בעלאוניס איז גוט ביים דינער פארן יושב ראש. רבינו יואל איז דיך נישט מוחל. אז דו קענסט נישט פירן א חדר/סקול רשעות ריין, דאן אנטזאג דיך. זאל זיך עס צומאכן. דער אויבערשטער ברויך נישט דיין הילף.
איינער קען הלכות צדקה? וויפיל קומט מען פאר אן עני? וויפיל ער איז געוואוינט. די השפלה און לעוול פון טעראר אויף אידן וואס האבן באמת נישט קיין געלט שמעקט קמצא ובר קמצא'דיג. ווען א איד זאגט 'אין לי' און דו פארלאנגסט אן השפלה סעסיע צו זיכערמאכן אז יענער באגרייפט די עומק הענין גרעניצט זיך עס מיט שפיכת דמים און איז בעצם דער עיקר טעם פארוואס געוויסע איגנארירן די גאנצע ביל, זיי קענען עס נישט דערהייבן. בזיונות איז ביי רוב מענטשן טוב מותו מחייו. אנשטאטן זיין א משכיל אל דל פירט מען זיך ווי סדום ועמורה.
יא, איך ווייס אויכעט אז סאיז גרעי עריע, אבער לענ"ד איז עס אסאך נענטער צו שווארץ ווען מרעדט פון די כלליות'דיגע בילד.
און דער אמת איז אז ביי רוב סאטמארע מוסדותער איז די נושא פיין באלאנסירט - מרעדט פון ממש געציילטע אויסנאמען, און די יונגערע דור אדמינעסטרעיטערס.
נ.ב. אני הקטן בין אלץ און אלעמאל אין צייט בכסף מלא מיט די שכר לימוד.
ס'איז געווען תשכ"ג ביי דער גרויסער פינאנציעלער קריזיס האט מען דאן בפקודת דעם רבי'ן אנגעהויבן שטארק דרוקן אויף שכ"ל, דער רבי האט דאן געזאגט אז שכ"ל זאל ווערן אן אויטאמאטישער חוב וואס גייט נישט אראפ מיט די צייט אויב מען באצאלט נישט.
ער - ר' שלמה - האט געהאט אריינגענומען צו זיך אין שטוב אויפצוציען א קינד פון א צעבראכענע שטוב וואס האט נישט געהאט געהעריג קיין עלטערן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן שכר לימוד פאר דעם קינד. איז ער אריבער צו דער הנהלה און געבעטן אז מ'זאל אים פארשטיין ס'איז נישט זיין קינד, ער האט ממש נישט אבער זיי האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט.
בצר לו איז ער אריין צום רבי'ן און ער איז געווען זיכער אז ווען דער רבי וועט הערן אז מ'נעמט נישט אריין א קינד און דערצו א יתום וואס האט נישט ווער ס'זאל אים צאלן וועט דער רבי ווערן אויפגעציטערט און שרייען "פארדעם דארף איך האבן א מוסד?!"
למעשה דער רבי הערט אים אויס און פרעגט אים "וואס טו איך ווען איך דארף האבן געלט פאר א מצוה? איך גיי נאך געלט. גיי דו אויך נאך געלט!" זאגט ער פארן רבי'ן אז ער ארבעט און ער האט נישט ווען צו גיין נאך געלט. פרעגט אים דער רבי "זונטאג ארבעטסטו?" זאגט ער ניין, "נו אויב אזוי גיי נאך געלט זונטאג!"
במשך דריי יאר נאכאנאנד איז ר' שלמה געגאנגען יעדן זונטאג נאך געלט פאר א פרעמד קינד כדי די סאטמארע מוסדות זאלן אים נישט ארויסווארפן, און דער רבי האט נישט געזאגט אז די הנהלה קען נישט קיין הלכות צדקה, משכיל אל דל, יונגע שנוקעס אדער אידיש בלוט.
גיי פארשטיי
דער עיקר אז די האסט ציטירט דעי פאוסט וואס כהאב געשריבן, דאס איז פון מיינע זכותים דעם חודש אלול.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 965
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1071
Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!
@בודקע דער אפפער איז אויפן טיש ביז היינט נאכט.צולייגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 2:53 amGoing on recordבודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pmאיך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:15 pm
דאס איז די שליסל. ווען מען האט עס געטון אין קר"י האט די גאס גערודערט, ביז די מוסד האט קלארגעשטעלט אז מען האט נישט אהיימגעשיקט קיינעם פאר נישט באצאלן שכר לימוד, מען האט נאר אהיימגעשיקט די וואס דער טאטע האט איגנארירט די פרואוון פון די הנהלה צו רעדן וועגן שכר לימוד. אז א טאטע האט געזאגט אז ער קען נישט יעצט צאלן האט מען נישט אהיימגעשיקט, אבער די וואס האבן פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן און איגנארירט יעדע פרואוו אויסצושמועסן די נושא, אזא איינער - מיט די עדיטוט אז די מוסד קומט מיר אלעס און איך בין נישט מחויב אפילו זיך צו מאכן ווי איך פרוביר עטוואס זיך צוצושטעלן צו העלפן באצאלן - איז מען טאקע נישט מחויב צו לאזן ווייטער רייטן אויפ'ן מוסד ווען די מוסד דערטרענקט זיך אין חובות (אזוי איז געווען די מצב דעמאלס אין קר"י).
די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
נישטא 'קיין איין טאטע אין סאטמאר לעיקוואד', וואס האט:
1) א באלאנס פון בלויז $1,500
2) געוויינט צו די הנהלה איין מאל אין די לעצטע צוויי חדשים אז יעצט האט ער נישט
3) ס'איז אמת אז ער מוטשעט זיך, אפי' נאר אביסל
4) זיין טאכטער איז געווען אויפן גאס היינט.
אויב איז יא דא, איך בין נאנט מיט עטליכע נדיבי עם אין לעיקוואד וואס האבן א געפיל און געבן גערן נדבת לבם פאר מענטשן וואס האבן א פשוט'ע לעבנסשטייגער, דארפן האבן אפאר דאלער ממש צו דעקן דעם בילל און דאס קען זיי ראטעווען. הכלל, אויב איז די מעשה אמת, ברענג מיר דעם נאמען פון דעם טאטן און אויב די פרטים זענען אמת וועל איך אי"ה שאפן די געלט אין די נעקסטע פאר שעה. דער טאטע וועט האבן אפגעצאלט די $1,500 ביז עלף פארמיטאג דאנערשטאג תצא תשפ"ה.
אבער נאר אויב אלע פרטים זענען אמת...
לאז מיר פליז וויסן, יישר כח