הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

נאכן זעהן די בילדער וויאזוי קינדער זיצן אינדרויסן אויפן גאס מיט גארדס ביים טיר צוליבן בלויזן חטא אז זייערע עלטערן קענען נישט צאלן שכ"ל, עפן איך דעם טעמע צו הערן און אויס שמועסן דעת הקהל...
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

IMG_20250903_165421.jpg
IMG_20250903_165421.jpg (18.34 KiB) געזען געווארן 1414 מאל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 651

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

פארוואס דארף מען לאזן? סקול איז בעיביסיטינג
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1499
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5422

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך עדיטאריעל »

לעיקוואוד - א צאל מיידל שולעס אין שטאט האבן ארויסגעשיקט מעלדונגען צו די עלטערן אז צוליב די פינאנציעלע קריזיס וואס פלאגט די לאקאלע מוסדות התורה זעהן זיי נישט קיין וועג ווי אזוי צו קענען מאמענטאל צוריק עפענען די שולע פאר די נייע לערן יאר וואס הויבט זיך אהן אצינד.

די מיידל שולע בנות פנינה האט געמאלדן אז זיי שליסן דערווייל טויערן ביז אלע עלטערן ענדיגן באצאלן זייער שכר לימוד באלאנס בעפאר די נייע לערן יאר, צו קענען דעקן די פילע חובות וואס האט זיך אנגעזאמלט, און די מיידל שולע תפארת חיה האט געמאלדן אז דערווייל וועלן די תלמידות דארפן בלייבן אינדערהיים ביז מען טרעפט א לעזונג פאר די פינאנציעלע קריזיס, די שולעס האבן אנגעגעבן אז די לערערינס זענען שוין נישט געווארן באצאלט פאר א לענגערע צייט און אזוי אויך זיי קענען נישט באצאלן די רענט פאר די שולע געביידעס.

די עסקנים און מנהלי המוסדות אין שטאט ווארענען אז די פינאנציעלע קריזיס ווערט שווערער און שווערער פון יאר צו יאר, דערנאך וואס פילע עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד צוליב אייגענע פינאנציעלע שוועריקייטן אדער וויבאלד זיי האבן מער וויכטיגע פריאריטעטן ווי באצאלן פאר די חינוך פון זייערע קינדער, אזוי אויך צוליב וואס פילע עלטערן באצאלן נישט די שכר לימוד באצייטנס.
פיילס
D19F4g.jpeg
D19F4g.jpeg (52.29 KiB) געזען געווארן 1386 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 4:58 pm פארוואס דארף מען לאזן? סקול איז בעיביסיטינג
ניין, אבער פייניג נישט קיין קינדער ווייל זייער טאטע האט נישט קיין געלט..

חוץ מזה, פאר א"י'דיגע מוסדות, פאר צרפת וכו', טרעפט מען א נדבן הטפסר.. אבער דיינע אייגענע לאזטו זיצן אויפן גאס..
שיין אז דאס איז סאטמאר.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

עדיטאריעל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 4:59 pm לעיקוואוד - א צאל מיידל שולעס אין שטאט האבן ארויסגעשיקט מעלדונגען צו די עלטערן אז צוליב די פינאנציעלע קריזיס וואס פלאגט די לאקאלע מוסדות התורה זעהן זיי נישט קיין וועג ווי אזוי צו קענען מאמענטאל צוריק עפענען די שולע פאר די נייע לערן יאר וואס הויבט זיך אהן אצינד.

די מיידל שולע בנות פנינה האט געמאלדן אז זיי שליסן דערווייל טויערן ביז אלע עלטערן ענדיגן באצאלן זייער שכר לימוד באלאנס בעפאר די נייע לערן יאר, צו קענען דעקן די פילע חובות וואס האט זיך אנגעזאמלט, און די מיידל שולע תפארת חיה האט געמאלדן אז דערווייל וועלן די תלמידות דארפן בלייבן אינדערהיים ביז מען טרעפט א לעזונג פאר די פינאנציעלע קריזיס, די שולעס האבן אנגעגעבן אז די לערערינס זענען שוין נישט געווארן באצאלט פאר א לענגערע צייט און אזוי אויך זיי קענען נישט באצאלן די רענט פאר די שולע געביידעס.

די עסקנים און מנהלי המוסדות אין שטאט ווארענען אז די פינאנציעלע קריזיס ווערט שווערער און שווערער פון יאר צו יאר, דערנאך וואס פילע עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד צוליב אייגענע פינאנציעלע שוועריקייטן אדער וויבאלד זיי האבן מער וויכטיגע פריאריטעטן ווי באצאלן פאר די חינוך פון זייערע קינדער, אזוי אויך צוליב וואס פילע עלטערן באצאלן נישט די שכר לימוד באצייטנס.
עפן א עקסטערע טעמע פארדעם..
אלע מוסדות מיטשענען זיך.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 815

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך תורה ויראה »

הישמע כזאת? יא אין קרית יואל איז שוין געווען אזוי, און די מצב דארט אין לעיקוואד האלט באלד ווי קרית יואל 8 יאר צוריק
אוועיטער
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 236

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בני יואל »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 4:53 pm נאכן זעהן די בילדער וויאזוי קינדער זיצן אינדרויסן אויפן גאס מיט גארדס ביים טיר צוליבן בלויזן חטא אז זייערע עלטערן קענען נישט צאלן שכ"ל, עפן איך דעם טעמע צו הערן און אויס שמועסן דעת הקהל...
די שאלה איז, צו דעס איז קינדער וואס די עלטערען קענען נישט אדער ווילען נישט……
נ.ב. דעס איז א סקול וואס איז שוין געווען פארמאכט אינמיטן יאר וועגן געלט
ביטע אינאכט נעמען: די לב טהור אשכול איז נישט געמאכט פאר פלעינע ניקס צו שרייבען, די נייעס דארט איז נאר צו שטופען א אדשענדע און סאיז נישט מוכרח אז וואס סשטייט דארט איז אמת
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך Think and Thank »

בני יואל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:08 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 4:53 pm נאכן זעהן די בילדער וויאזוי קינדער זיצן אינדרויסן אויפן גאס מיט גארדס ביים טיר צוליבן בלויזן חטא אז זייערע עלטערן קענען נישט צאלן שכ"ל, עפן איך דעם טעמע צו הערן און אויס שמועסן דעת הקהל...
די שאלה איז, צו דעס איז קינדער וואס די עלטערען קענען נישט אדער ווילען נישט……

דאס איז די שליסל. ווען מען האט עס געטון אין קר"י האט די גאס גערודערט, ביז די מוסד האט קלארגעשטעלט אז מען האט נישט אהיימגעשיקט קיינעם פאר נישט באצאלן שכר לימוד, מען האט נאר אהיימגעשיקט די וואס דער טאטע האט איגנארירט די פרואוון פון די הנהלה צו רעדן וועגן שכר לימוד. אז א טאטע האט געזאגט אז ער קען נישט יעצט צאלן האט מען נישט אהיימגעשיקט, אבער די וואס האבן פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן און איגנארירט יעדע פרואוו אויסצושמועסן די נושא, אזא איינער - מיט די עדיטוט אז די מוסד קומט מיר אלעס און איך בין נישט מחויב אפילו זיך צו מאכן ווי איך פרוביר עטוואס זיך צוצושטעלן צו העלפן באצאלן - איז מען טאקע נישט מחויב צו לאזן ווייטער רייטן אויפ'ן מוסד ווען די מוסד דערטרענקט זיך אין חובות (אזוי איז געווען די מצב דעמאלס אין קר"י).
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:15 pm

איך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך Think and Thank »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pm

דארף מען וויסן צו ער האט טאקע געוויינט צו זיי אדער נאר צו דיר און זיי האט ער איגנארירט.

(אין קר"י אין קהילת ויואל משה איז אין יענע צייטן געווען אסאך אזעלכע, און דאס איז געווען איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די קהילה און מוסדות זענען געווען אזוי צופראסקעט ווי זיי זענען געווען.)

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:19 pm

א. ניין, דער איד האט טאקע נישט קיין געלט (ער איז אויך נישט געווען אין קאנטרי..)

ב. יעדע מוסד מיטשעט זיך מיט אזאנע, די מהלך פון לייגן גארדס באלאנגט פאר א פובליק סקול, נישט פאר א אידישע מוסד, זיכער נישט סאטמאר.

מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2159
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7462

פאוסט דורך מסתמא »

איך האב נישט געקלערט אז הקדוש והטהור רבינו יואל זצוק"ל וועט אדורכגיין חיבוט הקבר, להיכן הגענו??? איך זאג ענק צו אז דער צדיק גייט זיך נוקם זיין. מינימום שבמינימום נעם אראפ דיין סאטמארע לעטטערהעד. סארי דאס איז אומאקצעפטירבאר.

אלץ גייסטו שרייען אז עכט האט יענער יא געלט נאר ער קעירט נישט... זיי דיך משפיל פארנט פונעם גאנצן ועד, וכולי האי ואולי העט מען דיך נאכלאזן, כמובן מיטן דיך כסדר דרוקן און קוועטשן וכו' און האלטן חשבון כסדר אויב די מוסדות איז טאקע דיין טאפ פריאריטי, והא ראיה ביסט געגאנגען קיין פלארידע פאר עטליכע טעג (1000 דאללער טאטאל) צו אפשר מעגליך דאך איינשפארן א נערוון בראך פון לחץ. יע יע.... א נייע סאטמאר, יונגע שנוקעס אן קיין ברעקל לעבנס עקספיריענס אז אידיש בלוט קומט אהיים. רבינו יואל שטייט דיך נישט צו די האנט... דעי בעלאוניס איז גוט ביים דינער פארן יושב ראש. רבינו יואל איז דיך נישט מוחל. אז דו קענסט נישט פירן א חדר/סקול רשעות ריין, דאן אנטזאג דיך. זאל זיך עס צומאכן. דער אויבערשטער ברויך נישט דיין הילף.

איינער קען הלכות צדקה? וויפיל קומט מען פאר אן עני? וויפיל ער איז געוואוינט. די השפלה און לעוול פון טעראר אויף אידן וואס האבן באמת נישט קיין געלט שמעקט קמצא ובר קמצא'דיג. ווען א איד זאגט 'אין לי' און דו פארלאנגסט אן השפלה סעסיע צו זיכערמאכן אז יענער באגרייפט די עומק הענין גרעניצט זיך עס מיט שפיכת דמים און איז בעצם דער עיקר טעם פארוואס געוויסע איגנארירן די גאנצע ביל, זיי קענען עס נישט דערהייבן. בזיונות איז ביי רוב מענטשן טוב מותו מחייו. אנשטאטן זיין א משכיל אל דל פירט מען זיך ווי סדום ועמורה.

יא, איך ווייס אויכעט אז סאיז גרעי עריע, אבער לענ"ד איז עס אסאך נענטער צו שווארץ ווען מרעדט פון די כלליות'דיגע בילד.

און דער אמת איז אז ביי רוב סאטמארע מוסדותער איז די נושא פיין באלאנסירט - מרעדט פון ממש געציילטע אויסנאמען, און די יונגערע דור אדמינעסטרעיטערס.

נ.ב. אני הקטן בין אלץ און אלעמאל אין צייט בכסף מלא מיט די שכר לימוד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
באמבאסטיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:30 pm
x 125

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך באמבאסטיש »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:15 pm
בני יואל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:08 pm

די שאלה איז, צו דעס איז קינדער וואס די עלטערען קענען נישט אדער ווילען נישט……

דאס איז די שליסל. ווען מען האט עס געטון אין קר"י האט די גאס גערודערט, ביז די מוסד האט קלארגעשטעלט אז מען האט נישט אהיימגעשיקט קיינעם פאר נישט באצאלן שכר לימוד, מען האט נאר אהיימגעשיקט די וואס דער טאטע האט איגנארירט די פרואוון פון די הנהלה צו רעדן וועגן שכר לימוד. אז א טאטע האט געזאגט אז ער קען נישט יעצט צאלן האט מען נישט אהיימגעשיקט, אבער די וואס האבן פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן און איגנארירט יעדע פרואוו אויסצושמועסן די נושא, אזא איינער - מיט די עדיטוט אז די מוסד קומט מיר אלעס און איך בין נישט מחויב אפילו זיך צו מאכן ווי איך פרוביר עטוואס זיך צוצושטעלן צו העלפן באצאלן - איז מען טאקע נישט מחויב צו לאזן ווייטער רייטן אויפ'ן מוסד ווען די מוסד דערטרענקט זיך אין חובות (אזוי איז געווען די מצב דעמאלס אין קר"י).
איך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..
ביזט א ליגענער! די קענסט נישט קיינעם אין לעיקוואד!
דיין פראבלעם איז די רבי פון די מוסדות וד"ל
צען נארישע תגובות יעדע איינס מיט ווייטאג אויף צרפת וכו'

לענייננו די רבי וואס געבט געלט פאר צרפת מיט טהר"ק האט שוין צענדליגע מאל זיך מטריח געווען צו שאפן געלט פאר לעיקוואד,
אבער אן שכר לימוד קען זיך א מוסד נישט האלטן! ווער עס קומט נישט אראפ אין אפיס זיך אויסשמיסן האט נישט קיין רעכט צו שיקן אין די מוסדות!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

באמבאסטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:40 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:15 pm

דאס איז די שליסל. ווען מען האט עס געטון אין קר"י האט די גאס גערודערט, ביז די מוסד האט קלארגעשטעלט אז מען האט נישט אהיימגעשיקט קיינעם פאר נישט באצאלן שכר לימוד, מען האט נאר אהיימגעשיקט די וואס דער טאטע האט איגנארירט די פרואוון פון די הנהלה צו רעדן וועגן שכר לימוד. אז א טאטע האט געזאגט אז ער קען נישט יעצט צאלן האט מען נישט אהיימגעשיקט, אבער די וואס האבן פשוט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאן און איגנארירט יעדע פרואוו אויסצושמועסן די נושא, אזא איינער - מיט די עדיטוט אז די מוסד קומט מיר אלעס און איך בין נישט מחויב אפילו זיך צו מאכן ווי איך פרוביר עטוואס זיך צוצושטעלן צו העלפן באצאלן - איז מען טאקע נישט מחויב צו לאזן ווייטער רייטן אויפ'ן מוסד ווען די מוסד דערטרענקט זיך אין חובות (אזוי איז געווען די מצב דעמאלס אין קר"י).
איך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..
ביזט א ליגענער! די קענסט נישט קיינעם טין לעיקוואד!
דיין פראבלעם די רבי פון די מוסדות וד"ל
ע"פ דרך הטבע גיי איך מיך נישט טענהן מיט דיך אויע אונאו, אין פאקט קען איך יא. פינטל. געענדיגט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 236

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בני יואל »

דאנט געט מי ווראנג… די בילד ווי קינדער זיצען אויף די ערד איז הארצרייסענד און ווען איך קען ווען וואלט איך זיי געהאלפען וואס איך ברענג ארויס איז אז מרעדי פון א מוסד וואס איז נאכנישט אזי גוט אהערגעשטעלט פינאנציעל איז אויב אלטעזאכן צאלען נישט גייט זיך די גאנצע סקול צושפארען אזוי ווי אינמיטען ווינטער
ביטע אינאכט נעמען: די לב טהור אשכול איז נישט געמאכט פאר פלעינע ניקס צו שרייבען, די נייעס דארט איז נאר צו שטופען א אדשענדע און סאיז נישט מוכרח אז וואס סשטייט דארט איז אמת
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2159
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7462

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך מסתמא »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:07 pm הישמע כזאת? יא אין קרית יואל איז שוין געווען אזוי, און די מצב דארט אין לעיקוואד האלט באלד ווי קרית יואל 8 יאר צוריק
אה... ווייל סהאט געמעגט זיין... דער אדמיניסטרעיטער האט שוין איבערגעבעטן די פילצאליגע קינדער אדער ער ווארט נאך אז סזאל אים אהיימקומען?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 694

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך ChatGPT »

לכבוד @מסתמא

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם ספעציפישן פאל. אבער אז דו ניצט דעם נאמען פון רביה''ק צו שרייען דא.
מאך ביטע אביסל מער ריסערטש ווי אזוי די קאלעקשאנס פלעגן זיין בחיים חיותו, ווי אזוי מען האט זיך אויפגעפירט אלע יארן אינטער ר' ל"פ וכו'.

פרעג דיר נאך ווי אזוי עס פלעגט גיין דאס טיילן די "עסן קארטלעך" וכדומה נאך אין שטאט סאטמאר.

נאכאמאל, איך נעם נישט קין שטעלונג ווי אזוי זאכן זאלן צוגיין (עכ"פ ווילאנג איך זיץ נישט די אנדערע זייט טיש).
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

ChatGPT האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:46 pm לכבוד @מסתמא

גערעכט, אבער ס'מוז נישט מיינען אז די דעמאלטסדיגע חברי הנהלה זענען געווען גערעכט, עקטשולי, זיי זענען נישט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2159
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7462

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך מסתמא »

ChatGPT האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:46 pm לכבוד @מסתמא

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם ספעציפישן פאל. אבער אז דו ניצט דעם נאמען פון רביה''ק צו שרייען דא.
מאך ביטע אביסל מער ריסערטש ווי אזוי די קאלעקשאנס פלעגן זיין בחיים חיותו, ווי אזוי מען האט זיך אויפגעפירט אלע יארן אינטער ר' ל"פ וכו'.

פרעג דיר נאך ווי אזוי עס פלעגט גיין דאס טיילן די "עסן קארטלעך" וכדומה נאך אין סאטמאר.

נאכאמאל, איך נעם נישט קין שטעלונג ווי אזוי זאכן זאלן צוגיין (עכ"פ ווילאנג איך זיץ נישט די אנדערע זייט טיש).
ווילסט וויסן? ר' ליפא פריעדמאן פלעגט האלטן קינדער בחינם אין כסף אפיציעל. ר' ישראל דזשופניק ז"ל פלעגט אפילו ספאנסערן קינדער אין אנדערע מוסדות (מיין צוגעקומענע זיידע). ר' לייבוש לעפקאוויטש האט פארגעשלאגן פאר א מאדערן ארטאדאקס איד אריינצונעמען זיינע קינדער וועמען מהאט אהיימגעשיקט וועגן שכר לימוד (איך קען לייגן די נאמען מיט די מעשה, איך קען יענעם איד פערזענליך), זיין זון אברמי לעפקאוויטש האט אנגערופן יענע מאדערענע מוסדות סטראשענען אז זיי גייען זיכערמאכן אז זייערע דאונערס סטאפן זיי צו שטיצן. דאס זענען געווען די סאטמארע ראשי קהילה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך בודקע »

באמבאסטיש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:49 pm בודקע ביזט א שקרן! הער אויף באשמיצן א מנהיג ישראל פאר די קענסט די פאקטן וויפיל געלט ער שאפט פאר לעיקוואד ווס צרפת!

יעדע מהר"יי אשקול פירקעלסטו אן מיט בחורישע נערישע תגובות!
viewtopic.php?p=203306#p203306
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 963
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1074

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך איד »

@בודקע , ס'קען זיין אז דו קענסט יא וכו'
אבער דיין מישן דא צרפת און טהרת הקודש מוסדות מאכט אויסזעהן אז דו האסט א צווייטע פראבלעם...

יא, ס'איז א רשעות דעס וואס מ'ווארפט ארויס וכו', אבער ס'האט גארנישט מיט די אנדערע געלטער!
ווייל יענע געלטער קען מען בלויז שאפן פאר יענע צרכים, און וויפיל מ'קען שאפן פאר די אייגענע מוסדות שאפן סייווי

יעדע מוסד דא אין אמעריקע נעמט שכ''ל, און ע''פ רוב צאלט מען, יעדע מוסד האט וועגן וויאזוי צו איינמאנען,
ביסט גערעכט אז דאס איז נישט די וועג, אבער די אופן וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס זעהט אויס ווי עפעס אנדערש דרוקט דיך
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 74

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך ראובן »

די שאלה איז וואס איז יא די וועג? נישט אז איך זאג אז אזוי יא, אבער ווען איר זיצט אינעם אדמיניסטראטער בענקל, וואס איז די מהלך?
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 342

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך וויענער חסיד »

סאיז דא א נייע פראבלעם אין בארא פארק מוסדות טשארדזשען זיי שכר לימוד עלטערן מיט וואוטשערס
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: הישמע כזאת בישראל אז מ'לאזט נישט אריין קינדער אין סקול וועגן שכ"ל?!

פאוסט דורך Think and Thank »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:27 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:19 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 5:17 pm

איך ווייס פון איינעם וואס האט א באלאנס פון 1500 דאלער, און ער האט געוויינט צו זיי אז ער האט נישט יעצט צו צאלן, און יא.. איינע פון די מיידלעך וואס זיצן דארט אויפן גאס איז זיין טאכטער..

דארף מען וויסן צו ער האט טאקע געוויינט צו זיי אדער נאר צו דיר און זיי האט ער איגנארירט.

(אין קר"י אין קהילת ויואל משה איז אין יענע צייטן געווען אסאך אזעלכע, און דאס איז געווען איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די קהילה און מוסדות זענען געווען אזוי צופראסקעט ווי זיי זענען געווען.)
א. ניין, דער איד האט טאקע נישט קיין געלט (ער איז אויך נישט געווען אין קאנטרי..)

ב. יעדע מוסד מיטשעט זיך מיט אזאנע, די מהלך פון לייגן גארדס באלאנגט פאר א פובליק סקול, נישט פאר א אידישע מוסד, זיכער נישט סאטמאר.

א. האסט (ווארשיינליך בכוונה) נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. מען רעדט נישט יא האבן ווס. נישט האבן, מען רעדט פון רעדן מיט די הנהלה און זאגן אז ער האט נישט ווס. זיי איגנארירן ווי זיי וואלטן געווען א קאר עקסטענדעד וואראנטי סקעמער.

ב. א געווענליכע מוסד האט עטליכע אזעלכע. א מוסד וואס האט מער ווי 25 פראצענט האט צוויי ברירות: שפארן די גאנצע מוסד אדער שטעלן גארדס.

איך בין נישט זיכער אז ווען איך בין אדמיניסטראטאר וואלט איך נישט ענדערש געשפארט די מוסד ווי איידער שטעלן גארדס, אבער ס'פארט דא א צווייטע זייט און איך בין ב"ה נישט אין נישט אין זיינע שיך.
שרייב פאוסט