גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:02 pm צדיקים ילכו בם! פושעים יכשלו בם!

א דראמא איז פארגעקומען היינט ביי א מיליטערישע משפט וואו נגידי ורבני סאטמאר זענען אנגעקומען און פארגעשלאגן "א מיליאן דאלאר בעיל" אז דער געריכט זאל באפרייען א חסידישע בחור וואס שמאכטעט אין טורמע פאר'ן נישט גיין אינעם טמא'נעם מיליטער.

און: ליידער האט עס דער שופט צוריקגעוויזן, און דער בחור שמאכטעט ווייטער!!!

דער שליח כלל ישראל הרב שמעון שישא שליט"א וואס איז אין די תקופה אויף טעג און נעכט, צו באפרייען און בארואיגן טויזנטער בחורי ישראל איינער נאכן צווייטן פון געפענגעניש און פון פחדים פונעם שרעקליכן גזירת גיוס וואס פלאקערט אבנארמאל, האט דאסמאל באשלאסן צו מיטנעמען אין געריכט חשוב'ע געסט וואס זענען יעצט אין ירושלים, הלא המה הרה"ג המשפיע ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני סאטמאר, און הרבני הנכבד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי נגידי סאטמאר.

ביים משפט וואו דער שופט האט זיך ווייטער פאר'עקשנ'ט נישט צו באפרייען דעם חסידישן בחור וואס שמאכטעט שוין ליידער עטליכע וואכן אונטער שלאס און ריגל צווישן די טמא'נע טורמע ווענט אין פיין און ליידן רח"ל, האט הנגיד ר' אברהם פארגעשלאגן א ריזן סכום בעיל, זייענדיג מלא רחמנות אויף דעם בחור וואס איז כעת פון די ערשט7ע קרבנות צו זיין אזוי לאנג אפגעריסן פון זיין משפחה צווישן די שימלדיגע ווענט פון טורמע צווישן מיליטערישע פארברעכער.

אבער די רשעים האבן זיך פשוט נישט געלאזט, ניטאמאל אויף בעיל האבן זיי מסכים געווען אים צו באפרייען, און די רשעים האבן געצייגט פאר די וועלט זייער עקשנות צו פייניגן דעם חרדישן ציבור, מיט די ארגסטע עינויים קשים, האפנדיג אז כאטש טייל פונעם ציבור וועט זיך ברעכן צו גיין אין טמא'נעם מיליטער ח"ו!!!

אבער סאטמאר זענען אויך עקשנים! ערליכע אידן פארשפרעכן נישט צו זיין גלייכגילטיג! די לאנגע רייעס וואס ווארטן יעדע נאכט ביים "מרכז עזרה ויעוץ" וועלן אלע געענטפערט ווערן און געראטעוועט ווערן נישט צו פאלן חלילה אונטער די גראטעס פון די כופרים ורשעים היל"ת!!!
פיילס
333.jpg
333.jpg (367.55 KiB) געזען געווארן 837 מאל
222.jpg
222.jpg (350.85 KiB) געזען געווארן 837 מאל
444.jpg
444.jpg (279.42 KiB) געזען געווארן 837 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 634
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 462

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פארטריבן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:02 pm א דראמא איז פארגעקומען היינט ביי א מיליטערישע משפט וואו נגידי ורבני סאטמאר זענען אנגעקומען און פארגעשלאגן "א מיליאן דאלאר בעיל" אז דער געריכט זאל באפרייען א חסידישע בחור וואס שמאכטעט אין טורמע פאר'ן נישט גיין אינעם טמא'נעם מיליטער.
סתם צו פארשטיין,
פארוואס האט מען אנגעטראגן בעיל נאר פאר איינעם פון די בחורים, עס זיצן דאך דריי אידן, נישט אזוי?

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:02 pm אבער סאטמאר זענען אויך עקשנים! ערליכע אידן פארשפרעכן נישט צו זיין גלייכגילטיג! די לאנגע רייעס וואס ווארטן יעדע נאכט ביים "מרכז עזרה ויעוץ" וועלן אלע געענטפערט ווערן און געראטעוועט ווערן נישט צו פאלן חלילה אונטער די גראטעס פון די כופרים ורשעים היל"ת!!!
וויאזוי גייט די סאטארע עקשנות צו שטיין 'לאנגע רייעס ביי מרכז עזרה ויעוץ יעדע נאכט', העלפן באפרייען די דריי אידן וואס זיצן יעצט אין תפיסה?
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 361
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 331

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ר' משה »

@פארטריבן האסט שוין פארשאפט דע דרשה פון ר' משה דוד?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:25 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:02 pm א דראמא איז פארגעקומען היינט ביי א מיליטערישע משפט וואו נגידי ורבני סאטמאר זענען אנגעקומען און פארגעשלאגן "א מיליאן דאלאר בעיל" אז דער געריכט זאל באפרייען א חסידישע בחור וואס שמאכטעט אין טורמע פאר'ן נישט גיין אינעם טמא'נעם מיליטער.
סתם צו פארשטיין,
פארוואס האט מען אנגעטראגן בעיל נאר פאר איינעם פון די בחורים, עס זיצן דאך דריי אידן, נישט אזוי?
אפשר ווייל די אנדערע דריי זענען מער נוטה צו צד מהרי"י? אדער צו די מזרחי? אדער אפשר סתם א פריוואטע מחלוקה מיט זיי? לכאורה איינס פון די 3.

אדער, אפשר טראכט איך אז יעצט איז געווען איין משפט, און יעצט זענען די סאטמארע פונקט דארט געווען, און דער לויער האט געהאלטן אז ס'קען אפשר העלפן. אבער דאס איז א דוחק תירוץ.

פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:25 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:02 pm אבער סאטמאר זענען אויך עקשנים! ערליכע אידן פארשפרעכן נישט צו זיין גלייכגילטיג! די לאנגע רייעס וואס ווארטן יעדע נאכט ביים "מרכז עזרה ויעוץ" וועלן אלע געענטפערט ווערן און געראטעוועט ווערן נישט צו פאלן חלילה אונטער די גראטעס פון די כופרים ורשעים היל"ת!!!
וויאזוי גייט די סאטארע עקשנות צו שטיין 'לאנגע רייעס ביי מרכז עזרה ויעוץ יעדע נאכט', העלפן באפרייען די דריי אידן וואס זיצן יעצט אין תפיסה?
ס'ארבעט דורך AI.

אזוי ווי להבדיל RCCS העלפט אויסראטן די ביטערע מחלה. נעבעך... זיי מיינען זיי טוען עפעס אויף... חחח.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 634
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 462

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פארטריבן »

דו ביזט געוואלדיג, האסט איין תירוץ אויף אלע קשיות
חחחחח....
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 634
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 462

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פארטריבן »

ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:29 pm @פארטריבן האסט שוין פארשאפט דע דרשה פון ר' משה דוד?
אפשר פרעגסטו @שוהם, ער האט דאך געוואוסט צו נאכזאגן אז דער רעדנער האט דאס יא געזאגט.
אדרבה אפשר פארשאפסטו עס, און ווייז אויף אז איך בין נישט גערעכט.

איך האב געמיינט אז מערכת סאטמאר וועט ארומשיקן די דרשה אין זייערע אימעילס, דערווייל האבן זיי נאר געשיקט א באריכט, און אויך מיטגעשיקט מערערע בילדער, אבער נישט קיין איין דרשה.

אינטערעסאנט אז אינעם באריכט האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען:
בפרט האט זיך געהערט דער אלעמען באקאנטער סלאגאן: 'איזראעלי גאווערמענט שעמיאניו', וואס איז אויסגעשריגן געווארן על פני חוצות עטליכע מאל נאכאנאנד

אפשר קענט איר בעטן פון מערכת סאטמאר די רעקארדינגס פון די דרשות.
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 361
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 331

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ר' משה »

פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:58 pm

קאלל אריין קענסט עס דארט הערן
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 634
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 462

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פארטריבן »

אז דו ווייסט יא פונקטליך וואו מען קען הערן די דרשה, פארוואס קענסטו נישט אהערברענגען די שטיקל ווי מען הערט יענעם רעדנער זאגן דעם באקאנטן סלאגאן?
איך ווארט שוין קוים צו קענען מודה זיין אויף מיין טעות.
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 127

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך אוטובאס »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:31 pm
פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:25 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:02 pm א דראמא איז פארגעקומען היינט ביי א מיליטערישע משפט וואו נגידי ורבני סאטמאר זענען אנגעקומען און פארגעשלאגן "א מיליאן דאלאר בעיל" אז דער געריכט זאל באפרייען א חסידישע בחור וואס שמאכטעט אין טורמע פאר'ן נישט גיין אינעם טמא'נעם מיליטער.
סתם צו פארשטיין,
פארוואס האט מען אנגעטראגן בעיל נאר פאר איינעם פון די בחורים, עס זיצן דאך דריי אידן, נישט אזוי?
אפשר ווייל די אנדערע דריי זענען מער נוטה צו צד מהרי"י? אדער צו די מזרחי? אדער אפשר סתם א פריוואטע מחלוקה מיט זיי? לכאורה איינס פון די 3.

אדער, אפשר טראכט איך אז יעצט איז געווען איין משפט, און יעצט זענען די סאטמארע פונקט דארט געווען, און דער לויער האט געהאלטן אז ס'קען אפשר העלפן. אבער דאס איז א דוחק תירוץ.

וויל איך אייך לאזן וויסן אז די דוחק תירוץ איז טאקע ריכטיג.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הארציגע דרשה פון הגאון רבי מאיר צוויבל אין מיליטערישער בית המשפט הציוני

(מערקט ווי זיי פארשטייען נישט זיין "לשה"ק" און פרעגן אויב דאס איז "אידיש"...)

ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 361
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 331

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ר' משה »

פארטריבן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 1:48 pm אז דו ווייסט יא פונקטליך וואו מען קען הערן די דרשה, פארוואס קענסטו נישט אהערברענגען די שטיקל ווי מען הערט יענעם רעדנער זאגן דעם באקאנטן סלאגאן?
איך ווארט שוין קוים צו קענען מודה זיין אויף מיין טעות.
ווייל איך קען נישט אראפנעמען דרשות פון דארט פארשטייסט?
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 653

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך totty »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:05 pm הארציגע דרשה פון הגאון רבי מאיר צוויבל אין מיליטערישער בית המשפט הציוני

(מערקט ווי זיי פארשטייען נישט זיין "לשה"ק" און פרעגן אויב דאס איז "אידיש"...)

שמועס אויף קול סאטמאר מיט הגה"צ המשפיע רבי מאיר צווויבל שליט"א נאכן אויפטרעטן אין בית המשפט הציוני היינט דארנעשטאג בשם רבבות אלפי ישראל בארץ ובגולה ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קעגן די ביטערע גזירה

ר' מאיר האט זיי געזאגט אז אין ניו יארק באזוכט ער חולים אין שפיטאל און דא דארף ער באזוכן אומשולדיגע אינגעלייט אין טורמע פארן חטא פון ממשיך זיין די דרך התורה והמסורה וואס מיר האבן פון מתן תורה ביז יעצט
https://portal.teleground.com//media/sa ... 121938.wav
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

totty האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:56 pm

@דער תהלים איד פראטעסטן פון טויזענטער אידן אין מאנהעטן אויסשרייען אין די גאסן קעגן גזירת הגיוס - אזאך וואס מרן רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט איינגעפירט - דאס גייט נישט גארנישט העלפן ....!

אבער א שארפע דרשה אין בית משפט הציוני גייט יא...!

אלא מאי, הרב צוויבל האלט נישט, אז מען ברויך נאר טוען זאכן וואס גייט זיכער העלפן, נאר מען מען ברויך פראבירן צו טוען 'אלעס' אין די וועלט וואס איז מעגליך,
ובפרט אזאך וואס די מייסד פון דיין קהילה האט נאך געהייסן טוען,
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

בנצי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 7:53 am
היימיש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 4:00 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 10:47 am
לערן איבער די טייטש פון ולמלשינים, שטייט. אין ערגסטן פאל, אויב האט רבי בנימין אינזין געהאט אויף וואס דאס ווארט ותכניעם גייט ארויף, איז עס "והזדים". און דאס קען מאכן סענס אז ער האט געהאלטן אז ער איז א זדון.

אבער באמת זעסטו פון זיינע ווערטער אז ער האט ניטאמאל דאס געמיינט. ער האט געהאלטן אז ער איז א "סכנה", ממילא זאל מען מתפלל זיין "ותכניעם" אז ער זאל נישט האבן קיין השפעה.

און אויך דאס איז נאר לויט די ידיעות וואס ער האט געהאט. די אינטערוויו פון בלוך מנהל הנחל האט ער אודאי נישט געזען, נאר די ליטווישע עקסטרעמיסטן זענען אפגעזיצן ביי אים, און דער גאנצער ווינט אין די עדה איז דעמאלס אזוי געלאפן, וזהו.

ממילא, די ארכי עקסטרעמיסטן וואס באנוצן זיך מיט זיין אויסדרוק פון ותכניעם אז כאילו ביי רבי בנימין איז הרב שטיינמאן געווען א בן גריון ח"ו, מאכן אים לכאורה גרויס צער בעולם העליון.
שיין צו זעהן ווי דער עולם טרייסט זיך מיט חלשות...

הכל מודים אז הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצוק"ל האט געהייסן אז מען זאל עם 'אויך' אינזין האבן ביים די ברכה פון ולמלשינים וואס חז"ל הקדושים האט צוגעלייגט צו די שמ"ע, צוליב דעם וואס כלל ישראל האט זיך צוזאמען געליטן פון די משרבו המינים,
נאר ער האט נישט געמיינט די ווארט נאר יענע ווארט...

כ'גלייב אז קיינער וואלט נישט געוואלט אז זיין זיידע זאל האבן געווען איינער, וואס מען האט עם בשעתו געברויכט אויך אינזין האבן, ערגעץ וואו אין צווישן די ברכת ולמלשינים....
אויב די ווערטער פון ר' בנימין טראגן נישט צופיל געוויכט אין דיינע אויגן, דאן לאז דיך אינגאנצן ארויס און דערמאן אים נישט.

אז דו דערמאנסט אים יא, זאג וואס ער האט געזאגט, לאז עס וויאזוי עס איז, לייג נישט צו, "הוסיפה על הצווי לפיכך באה לידי גרעון הוא שנאמר (משלי ל) אל תוסף על דבריו" (רש"י בראשית)

ווען עס וואלט נישט געשטאנען 'ותשפילם ותכניעם' אין ברכת ולמלשינים, וואלט ער אים "נישט" געהייסן אינזין האבן ביי ברכת ולמלשינים.

ער איז נישט אין כלל;

נישט אין "תעקר",

נישט אין "תשבר",

נישט אין "תמגר",

נישט אין "תכלם"

ער איז אפילו ראוי צו זיין צווישן די מנהיגי בישראל.

זיין "איינציגסטע" פראבלעם אין דעם פאל, איז - לדעתו - נאר, אז ער האט זיך באטראכט ווי "דער גדול הדור" און ממילא פעלט נישט אויס זיך אויסצושמועסן און הערן די מיינונג פון אנדערע גדולי הדור, וואס די תוצאות פון דעם קען זיין א סכנה פאר כלל ישראל.

און דערויף דארף מען מתפלל זיין אז ער זאל באקומען "הכנעה און משפיל זיין דעתו", אז וואס? אז ער זאל זיך יא דורכרעדן און אויסהערן די מיינונג אויך פון אנדערע גדולי ישראל.

הלואי זאל דאס אויך זיין מיין איינציגסטע פראבלעם... מי יתן אז ר' בנימין זאל אויף מיר זאגן אזעלכע דיבורים...

לערן דאס איבער גרינטלעך אן קיינע נגיעות. אדער לאז אים אינגאנצן אפ. מ'דארף האלטן א זאך אין פלאץ, און עס לאזן אין פראפארציע, דעמאלטס האט עס א ווערד.
אינטערסאנט אז ער האט נישט געהייסן פשוט מען זאל זאגן א קאפיטל תהילים, אז ער זאל אויסהערן אן אנדערע מיינונג, נאר געהייסן איניזן האבן ביי ברכת ולמלשינים...
בנצי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 275

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בנצי »

היימיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 4:29 pm

טאקע א גוטע שאלה.
באט יו גאט די פאוינט. שכ'ח.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Merkaz Poster 2.jpg
Merkaz Poster 2.jpg (185.77 KiB) געזען געווארן 535 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

משנתו - ברייטערע גליון לאור המצב

Screenshot 2025-08-22 003758.jpg
Screenshot 2025-08-22 003758.jpg (276.4 KiB) געזען געווארן 462 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Merkaz Poster 3.jpg
Merkaz Poster 3.jpg (195.74 KiB) געזען געווארן 440 מאל
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1712
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2820

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך טיפע טאשן »

איך זעה אז די איבערבליק האט זיך פון פריש געעפענט
גליון ''איבערבליק'' - ואתחנן תשפ''ה.pdf
(1.67 MiB) דאונלאודעד 43 מאל
גליון ''איבערבליק'' - פרשת עקב תשפ''ה.pdf
(1.74 MiB) דאונלאודעד 51 מאל
.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4827
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6517

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמח »

טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:31 pm איך זעה אז די איבערבליק האט זיך פון פריש געעפענט
גליון ''איבערבליק'' - ואתחנן תשפ''ה.pdf
גליון ''איבערבליק'' - פרשת עקב תשפ''ה.pdf.
לאור המצב...
שופר גייט זיך אויך צוריק עפענען?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:31 pm איך זעה אז די איבערבליק האט זיך פון פריש געעפענט
גליון ''איבערבליק'' - ואתחנן תשפ''ה.pdf
גליון ''איבערבליק'' - פרשת עקב תשפ''ה.pdf.
פוי.

מ'לאזט דא פאוסטן פאשקעווילן?
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שוהם »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 4:49 pm

אפשר ביסטו מסביר מיט וואס ס'איז א פאשקעוויל עכ"פ מער ווי דורותינו און תורותינו?
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1520
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4941

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Think and Thank »

שוין די צווייטע טאג וואס די חולי נפש פילן פאר וויכטיג צו שיקן א ראבאקאל מיט ר' מאיר צוויבל'ס לעבער-טריפנדע וואטעווער, און טאקע דוקא אין די צייט פון געבן נאכטמאל און לייגן די קינדער שלאפן.

קראנקע משוגעים, נעמטס א נארמאלע דזשאב!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8549
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שוהם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 4:49 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 1:31 pm איך זעה אז די איבערבליק האט זיך פון פריש געעפענט
גליון ''איבערבליק'' - ואתחנן תשפ''ה.pdf
גליון ''איבערבליק'' - פרשת עקב תשפ''ה.pdf.
פוי.

מ'לאזט דא פאוסטן פאשקעווילן?

אפשר ביסטו מסביר מיט וואס ס'איז א פאשקעוויל עכ"פ מער ווי דורותינו און תורותינו?

גוט איך וועל דיר מסביר זיין.

ס'איז א שמוציגע פאשקעוויל, "נישט" ווייל ס'איז געווידמעט צו שטיפן די נייע מערכה קעגן די עדה החרדית, אז כאילו עס עקזיסטירט נישט מער קיין עדה החרדית, נאר עפעס א נייע לעגענדע פון "מנהיגי קהילות הקודש" וויאזוי יעדער רב און רבי און ראש ישיבה ווערט אנגערופן בעת וואס די חברי הביד"ץ ווערט נישט דערמאנט ווי כאילו זיי פראטעסטירן פשוט נישט:
image000000 (1).jpg
image000000 (1).jpg (509.98 KiB) געזען געווארן 670 מאל

נישט דאס איז מיין אישו דערמיט... סיי ווייל ס'איז באהאלטן, ס'איז נאכנישט קיין פאשקעוויל צוליב דעם, און סיי ווייל איך וועל לאזן פאר די עדה החרדית זין אנייצע צו געבן...

נאר וואס דען?

א אנדערע משל...:
image000000.jpg
image000000.jpg (568.28 KiB) געזען געווארן 670 מאל
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שוהם »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 6:48 pm
שוהם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 5:35 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 4:49 pm

פוי.

מ'לאזט דא פאוסטן פאשקעווילן?

אפשר ביסטו מסביר מיט וואס ס'איז א פאשקעוויל עכ"פ מער ווי דורותינו און תורותינו?

גוט איך וועל דיר מסביר זיין.

ס'איז א שמוציגע פאשקעוויל, "נישט" ווייל ס'איז געווידמעט צו שטיפן די נייע מערכה קעגן די עדה החרדית, אז כאילו עס עקזיסטירט נישט מער קיין עדה החרדית, נאר עפעס א נייע לעגענדע פון "מנהיגי קהילות הקודש" וויאזוי יעדער רב און רבי און ראש ישיבה ווערט אנגערופן בעת וואס די חברי הביד"ץ ווערט נישט דערמאנט ווי כאילו זיי פראטעסטירן פשוט נישט:

image000000 (1).jpg

נישט דאס איז מיין אישו דערמיט... סיי ווייל ס'איז באהאלטן, ס'איז נאכנישט קיין פאשקעוויל צוליב דעם, און סיי ווייל איך וועל לאזן פאר די עדה החרדית זין אנייצע צו געבן...

נאר וואס דען?

א אנדערע משל...:

image000000.jpg
איבער מנהיגי קהילות הקודש איז עס ווייל צוליב פאליטיק אין דער עדה האט מען נישט געקענט מסדר זיין צו מאכן דעם פראטעסט ביי כלא 10 האט מען עס געמאכט מיט אלע קהילות החונים תחת דגל העדה החרדית (וואס האבן געוואלט - ס'איז געווען דאכט זיך דריי וואס האבן נישט געוואלט).

____
איבער דיין משל איז טאקע אן עולה, איך האב עס נישט געליינט האב איך נישט געוואוסט דערפון. (פארשטייט זיך ווייל ס'איז נישט אמת).

שרייב פאוסט