שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 13, 2025 8:38 pm
► Show Spoiler
כבוד מלכים האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 13, 2025 7:28 pm
א טייל פון די פולע מנהגים און ענינים שונים ומשונים אינערהאלב לב טהור, ציעט מיר כסדר צו פארשטיין די כוונה און חשבונות ביי חלוקות והחלפות השמות. איך האב שוין אסאך געפרעגט יוצאים איבער זייערע נעמען, אבער קיינער ווייסט ער עכט נישט פארוואס און פארווען ער הייסט וויאזוי ער הייסט.
איינע פון די מערקבארע זאכן ביי די נעמען איז אז א גרויסע טייל קהילה, ווערט גערופן מיט די זעלבע ראשי תיבות, דער שם פא"י.
פ'נחס א'לעזר י'הושע (רומפלער)
פ'ייש א'וריאל י'וסף (גאלדמאן
פ'נחס א'ליהו י'דידיה (בח"י ראזנער)
פ'סח א'ליהו י'רחמיאל (בשמ"י ראזנער)
פ'סח א'בא ירחמיאל (וויינגארטן)
פ'נחס א'חא י'חיאל (וויינגארטן)
פ'נחס א'הרן י'חזקאל (גאלדמאן)
פ'סח א'ברהם י'ואל (גאלדמאן)
פ'רומא א'לטא י'כנא (מלכא/וויינגארטן)
פ'יגא א'לישבע י'וכבד (בד"ד מלכא)
פ'יגל א'לישבע י'וכבד (במ"י מלכא)
פ'רץ א'פרים י'שראל (מלכא)
פ'תחיה א'פרים י'הושע (אלטר)
פ'ערל א'לישבע י'כנא (לעווי)
פ'ערל א'סתר י'ענטא (לעווי)
פ'רץ א'ריה י'הודה (אלטר)
פ'רחה א'סתר י'הושבע (הורוויץ)
פ'נחס א'ליהו י'הושע (קמחי)
פ'תחיה א'ברהם י'חזקאל
פ'נחס א'ליהו י'הודה (גאטליעב)
פ'סח א'ביאפרת י'קומלך (מענדלאוויטש)
איינער פון זיי האט מיר אמאל געזאגט
אז דאס איז די ראשי תיבות פון 'פותח את ידך'
(אויב טרעפסטו איינעם דארט מיט פיר נעמען וואס הייבט זיך אן מיט א ו' ל' ח' ר' איז דאס מן הסתם אויף 'ומשביע לכל חי ר'צון)
ווען משוגע זאל ווייטוהן...
חחחחחחח.
די עכטע סיבה איז ווייל נחמן זאגט מיט דעם א סטעטמענט "די ביסט מיין קנעכט", "איך געב דיר נעמען וואס די ווייסט אפילו נישט פארוואס, איך ניץ די 3 ר"ת צי די נעמען איך געב דיר".
און ער זיכט נעמען ווי אויף אזעלעכע נעמען מיט די צירופים. קומט זיך עם אויף דעם אליין 10 יאר סיביר
האט איינער א מאל געהערט די נאמען יקומלך, תי יהושבע, אביאפרת, יכנא?
ווייסט איינער אין די לעצטע 300 יאר ביהדות אשכנז איין מענטש מיט די נאמן אחא?
בכלל די שינוי השמות, (גיימיר יעצט נישט רעדן וועג יעקב נחום לשבח קיין אייניציג ווארט. ווייל איך האב נישט אויף א גוט ווארט צי זאגען)
אבער איך וויל פארשטיין זיין טאטע האט עם געגעבען א נאמען ביי די ברית, ווי קומט ער צו טוישען יענעם זיין נאמען?!
די זעלבע מיט די אב"ד אהרן אריה טעלער, ער טוישט עם די נאמען, און דערוואגט זיך געבן זיין נאמען צי זיין זון.
רשעות שיגעון מיט שמוציג, ווי די אמאליגע רוסישע צער, רוימישע קיסר, און אכזריות'דיגע קעניג, אלע זיינער קנעכט זענען אפילו נישט עם ווערט זייער אייגינער נעמען.