גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

מען האלט שוין ביים דעם אז אפילו אגודת ישראל פארטיי זעהט שוין נישט קיין אנדערע מהלך
נאר זיך בעטן אז די אידן אין חוץ לארץ זאלן זיי קומען צו הילף...

אט א ציטאט פונעם המודיע צייטונג, ווי זיי ווענדן זיך צו אידן אין חוץ לארץ:

"אחינו היקרים, יושבי ארצות הגולה: זקוקים אנו לעזרתכם; אך לא רק אנו זקוקים לה, אלא גם אתם יחד עמנו. עולם התורה בארץ ישראל הוא נס ודגל ליהדות התורתית בכל רחבי תבל. היום הזה דרושה לכולנו תמיכתכם, כדי שנוכל כאן, בארצנו הקדושה, להביא לידי ביטוי את המאבק הרוחני שיש לנו במי שמבקשים להוביל את עם ישראלי אלי חידלון, ירחם הבורא".
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7856
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18852

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימיש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2025 6:22 pm פארצייל אביסל
וואס האט דער רבי געזאגט?
Screenshot 2025-08-12 183849.jpg
Screenshot 2025-08-12 183849.jpg (112.87 KiB) געזען געווארן 844 מאל
IMG-20250813-WA0173.jpg
IMG-20250813-WA0173.jpg (199.31 KiB) געזען געווארן 844 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7856
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18852

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

באריכט פון סלונים:
Off Topic
במעמד הנשגב נשאו דברים בניו של האדמו"ר, הרה"צ רבי ישראל ברזובסקי, רב החסידות בביתר, והרה"צ רבי משה ברזובסקי, ראש הישיבה של החסידות בירושלים.

עוד נשא דברים העסקן הנודע של 'העדה החרדית', הרב שמעון שישא, שהבהיר את עמדת גדולי ישראל לעת זו.

במרכז המעמד התרגשו החסידים מהופעתו הכבודה של האדמו"ר, שטרח ממרומי גילו לכבד את המעמד ולשאת דברים חוצבי להבות אש מנהמת ליבו הטהור.

הרבי הרחיב בדברים, כשהוא מביא מדברי הגמרא במסכת ברכות: "בשעה שהוציאו את רבי עקיבא להריגה זמן קריאת שמע היה, והיו סורקים את בשרו במסרקות של ברזל, והיה מקבל עליו עול מלכות שמים. אמרו לו תלמידיו: רבינו, עד כאן? אמר להם: כל ימי הייתי מצטער על פסוק זה "בכל נפשך" - אפילו נוטל את נשמתך, אמרתי: מתי יבא לידי ואקיימנו, ועכשיו שבא לידי לא אקיימנו? היה מאריך באחד עד שיצאה נשמתו באחד".

הרבי הרחיב בדברים על דברי רבי עקיבא אשר כל ימיו ציפה לעת זו 'מתי יזכה להגיע לרגע של מסירות נפש', שיוכל להקדיש את ליבו ונפשו ואת כל מה שיש לו לה' יתברך.

במרכז דבריו עודד הרבי את החסידים להמשיך בעוז בדרך התורה הקדושה, תוך שהאדמו"ר מצהיר בריש גלי: "אי אפשר לאיים עלינו במעצרים, בכלא, בסנקציות או במכות אחרות. האיומים האלה לא ירתיעו אותנו, כי אנו אמונים על 'מכות אלו גרמו לי להיאהב לאבי שבשמים', על הזכות למסור נפש כדי להיות אהובו של מקום, וככל שהמכות חזקות יותר, כך גוברת ההרגשה של אהובו של מקום, ומתחזק הקשר בין יהודי לקב"ה, שכל חייו הוא מצפה לקשר כל כך עמוק עם אביו שבשמים.

"זו תמיד הייתה השאיפה בעם ישראל, לזכות להגיע לדרגה הזו של רבי עקיבא. הוא אמר את הדברים כדי שאנשים יראו לאיזו דרגה אדם יכול להגיע, שיהיה טוב לו בייסורים. טבע האדם שיש לו שאיפות לזכות לחיים טובים, הן ברוחניות והן בגשמיות, אבל רבי עקיבא כל ימיו, הצער הכי גדול והציפיה הכי גדולה שלו הייתה, מתי יגיע הרגע למסור את נפשו על קדושת ה'. כל הייסורים שהיו מנת חלקו לא הפחידו אותו, להיפך, הם היו אצלו האושר הכי גדול, הדבר שהוא ציפה לו כל חייו. וזו צריכה להיות השאיפה של כל יהודי, 'מתי יבוא לידי'?. כדי להגיע לדרגה הזו צריכים להיות מוכנים להקריב את הכל, עד הנשימה האחרונה".

את דברות הקודש חתם האדמו"ר ברוב ברכות, ומהכינוס הזה יצאו האלפים מחוזקים 'בדרך התורה נלך - באש ובמים'.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1064

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א האט פארופן א פראטעסט קומעדיגע מאנטאג
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1064

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:38 pm כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א האט פארופן א פראטעסט קומעדיגע מאנטאג
פון JDN
ערשטע מחאה אדירה אין אמעריקע צום יעצטיגן מערכה קעגן די גזירת הגיוס, וועט פארקומען קומענדיגן מאנטאג בפקודת הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר

אין די צייט וואס די יהדות החרדית אין ארץ ישראל שטורעמט די לעצטע פאר וואכן איבער די שרעקליכע פארשארפערטע גזירה פון גיוס בני הישיבות, מיט נאכאנאנדע אסיפות און מחאות אדירות, איבערהויפט אין די לעצטע פאר טעג זינט עטליכע בני ישיבות זענען ארעסטירט געווארן פארן בלויזן חטא פון זיך נישט שטעלן אין מיליטער, גרייט מען זיך אין אמעריקע אנצופאנגען א מאסיווע מערכה צו שטיין אויף די רעכטע זייט פון אחינו בני ישראל בארץ הקודש.

טראץ וואס מען שטייט אין די זוממער וואכן ווען כלל ישראל איז פארשפרייט אין פארשידענע געגנטער, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געלאזט הערן חוות דעת קדשו אז די וויכטיגקייט און נויט פון לאזן הערן א באלדיגע קול מחאה איז גאר שטארק, און מען מוז זאפארט פאררופן כאטש עפעס א מחאה צו פארזיכערן אז די יהדות הגולה שטייט פעלזן פעסט למען שלום אחינו היקרים, און צייגן קדם תבל ומלואה אז כלל ישראל וועט זיך נישט רירן פון די מסורה אויף קיין שום פאל.

אצינד איז באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגן מאנטאג פרשת ראה וועט פארקומען א גרויסארטיגע מחאה אדירה, א מאסן פיקעטינג פארנט פון די ציוניסטישע קאנסולאט אין מאנהעטן, וואו טויזענטער אידן וועלן זיך פארזאמלען בפקורת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויסצושרייען דעם קול מחאה, און מתפלל זיין פאר די וואוילזיין פון אחינו בני ישראל בארץ הקודש הנתונים בצרה ובמצוקה.

טעטיגע עסקנים פון איבעראל זענען שוין אקטיוו אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן, מען איז שוין געזעסן מיט די פאליציי, און ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אפהאלטן דעם עצרת, אזוי אויך מאכט מען זיכער מיט די אלגעמיינע מידיע ריזן אז די פראטעסט זאל געדעקט ווערן בכל רחבי העולם, עס זאל האבן די ריכטיגע אפקלאנג ולה' הישועה.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

וועלכע
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1218

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך צווייטער »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:51 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:38 pm כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א האט פארופן א פראטעסט קומעדיגע מאנטאג
וועלכע
אסאך טינט וועט נאך פארגאסן ווערן אויף די פראגע...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

האהא... אבער כ'פרעג עכט פון וועמען די באריכט איז
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1064

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך איד »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:39 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:38 pm כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א האט פארופן א פראטעסט קומעדיגע מאנטאג
פון JDN
ערשטע מחאה אדירה אין אמעריקע צום יעצטיגן מערכה קעגן די גזירת הגיוס, וועט פארקומען קומענדיגן מאנטאג בפקודת הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר

אין די צייט וואס די יהדות החרדית אין ארץ ישראל שטורעמט די לעצטע פאר וואכן איבער די שרעקליכע פארשארפערטע גזירה פון גיוס בני הישיבות, מיט נאכאנאנדע אסיפות און מחאות אדירות, איבערהויפט אין די לעצטע פאר טעג זינט עטליכע בני ישיבות זענען ארעסטירט געווארן פארן בלויזן חטא פון זיך נישט שטעלן אין מיליטער, גרייט מען זיך אין אמעריקע אנצופאנגען א מאסיווע מערכה צו שטיין אויף די רעכטע זייט פון אחינו בני ישראל בארץ הקודש.

טראץ וואס מען שטייט אין די זוממער וואכן ווען כלל ישראל איז פארשפרייט אין פארשידענע געגנטער, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געלאזט הערן חוות דעת קדשו אז די וויכטיגקייט און נויט פון לאזן הערן א באלדיגע קול מחאה איז גאר שטארק, און מען מוז זאפארט פאררופן כאטש עפעס א מחאה צו פארזיכערן אז די יהדות הגולה שטייט פעלזן פעסט למען שלום אחינו היקרים, און צייגן קדם תבל ומלואה אז כלל ישראל וועט זיך נישט רירן פון די מסורה אויף קיין שום פאל.

אצינד איז באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגן מאנטאג פרשת ראה וועט פארקומען א גרויסארטיגע מחאה אדירה, א מאסן פיקעטינג פארנט פון די ציוניסטישע קאנסולאט אין מאנהעטן, וואו טויזענטער אידן וועלן זיך פארזאמלען בפקורת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויסצושרייען דעם קול מחאה, און מתפלל זיין פאר די וואוילזיין פון אחינו בני ישראל בארץ הקודש הנתונים בצרה ובמצוקה.

טעטיגע עסקנים פון איבעראל זענען שוין אקטיוו אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן, מען איז שוין געזעסן מיט די פאליציי, און ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אפהאלטן דעם עצרת, אזוי אויך מאכט מען זיכער מיט די אלגעמיינע מידיע ריזן אז די פראטעסט זאל געדעקט ווערן בכל רחבי העולם, עס זאל האבן די ריכטיגע אפקלאנג ולה' הישועה.
ק''פ פון אייוועלט

עפ"י קריאת הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און גדולי הרבנים שליט"א:
מאסן-פיקעטינג אויסצושרייען זעקת יהדות החרדית איבער די שוידערליכע רדיפות דורך ציוניסטישער מיליטער אויף חרדישע בחורים

קומענדיגן מאנטאג ראה פארנט פון ציוניסטישן קאנסולאט - פתיחת המערכה: וועט עפענען דעם קאמף פון יהדות החרדית אקעגן די פרואוון אריינצורוקן חרדישע בחורים בכפי' אינעם טריפה'נעם מיליטער
גאר פייערדיגע דברות קודש פון כ"ק אדמו''ר שליט''א אין מחנה רב טוב מחנה יהודה שטורעמט אויף די חרדישע מידיא אין ארץ ישראל: אז ס'איז געקומען די זמן וואס רביה''ק זי''ע האט פאראויסגעזאגט אז א חרדישע איד וועט זיך נישט קענען געפונען מער אין ארץ ישראל!

אנן מהכא ואתון מהתם: אויפ'ן רוף פון אלע גדולי ישראל בארה"ק, וואס שרייען געוואלד איבער'ן שרעקליכן מצב פון דעם גזירת הגיוס אשר כמוהו לא נהייתה, וועלן טויזנטער רבנן ותלמידיהון אינאיינעם מיט די בעלי בתים ופני העדה, ארויסגיין אויסשרייען דעם 'זעקת הגולה' קבל תבל ומלואה, זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברידער אין ארץ הקודש. דער עצרת וועט דינען אלס 'פתיחת המערכה' צו עפענען דעם פראנט פון דעם יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט, אקעגן די באנייטע גזירות אויפ'ן אגרעסיווסטן פארנעם אין די היסטאריע פון מדינת השמד.
שטייענדיג אין א תקופה וואס דער גאנצער יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט שטורעמט און קאכט ווען מען זעט אז 'את אשר יגורנו בא', דער גזירת הגיוס וואס הויערט שוין יארן לאנג אויף די בחורים אין ארץ הקודש איז ענדגילטיג ארויף צום קלימאקס שטאפל, ווען די ארטיגע רעגירונג האט אויפגעהויבן א מעסער אויף אלע חרדישע בחורים, און ארויסגעשיקט גיוס-באפעלן אין די צענדליגער טויזענטער פאר 'יעדן איינציגסטן בחור' אין ארץ ישראל, און האבן שוין פאקטיש אנגעהויבן נאכיאגן די בחורים, און שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, ה' ירחם.
אין די גאסן פון ארץ הקודש זעט זיך אן ווי דער פלאקער פון יהדות החרדית ווערט שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג. עס גייען ארויס טעגליך אויף מחאות אין די גאסן, אויך פון אזעלכע קרייזן וואס פלעגן ביז היינט שטיין אין די זייט, אין א צייט וואס מען זעט ליידער די פאקטישע גזירות ווערן ליידער בפועל אויסגעפירט דורכ'ן שלטון הרשע בארה"ק, און עס ווערט ליידער ערגער און ערגער מדי יום ביומו.
דאס איז געקומען צום קלימאקס אין די לעצטערע וואכן, ווען די פאליציי האט ארעסטירט מיט שלעק און אכזריות ביי א מחאה אקעגן די בייזוויליגע חפירות אויף אור-אלטע מערות קבורה אין שטאט יאהוד, און דריי בחורים 'גבורי החיל' וואס זענען געפונען געווארן אלס דעזערטירער פון מיליטער, שמאכטן שוין זינט דאן אינערהאלב די מיליטערישע תפיסות. דאס קומט אין זעלבן צייט וואס עס איז שוין פארגעקומען א צאל איבערפעלער אויף שטיבער פון חרדישע בחורים, און טשעקפוינטס ווערן אויפגעשטעלט אויף די הויפט-שאסייען, מיט'ן ציל צו כאפן און אריינשליידערן אין מיליטערישע טורמעס די ערליכע בחורים וואס ווילן זיך נישט איבערגעבן פאר די כבשונות השמד פונעם טריפה'נעם מיליטער.
דעריבער עפ''י בקשות פון ראש גולת אריאל מרן רבינו שליט''א וגדולי הרבנים שליט"א אין אמעריקא געקומען צום החלטה, אז טראץ וואס מיר שטייען אין די זומער וואכן, ווען ס'איז שווער צאמצונעמען יעדן איינעם, איז אבער דער קריטישער חובת השעה מכריע, און האבן פאררופן א מאסן-פיקעטינג, מיט'ן ציל צו 'עפענען דעם מערכה', און צייגן פאר די שלטונות אז די יהדות החרדית אין חוץ לארץ וועט נישט שטיין גלייכגילטיג בזמן וואס די רשעים צופירן זיך די הענט, און טרויען זיך צו טשעפען מיט די סאמע גרינד-פרינציפן פונעם ערליכן אידנטום.
טראץ די קורצע צייט פון ווען דער עצרת איז פראקלימירט געווארן, ווערט אבער ערווארטעט אן איבערפלוס פון טויזענטער אידן וואס קענען נישט שטיין גלייכגילטיג אין אזא מצב, און וועלן ארויסקומען אין די מאסן אויסשרייען דעם וויי געשריי פונעם יהדות הגולה. ובפרט ווערט ערווארטעט די השתתפות פון טויזענטער כולל יונגעלייט און בני תורה פון איבער גרעיטער ניו יארק, וואס וועלן זיך צונויפנעמען אינאיינעם מיט די חשובע בעלי בתים און פני העדה, צו דעם ערשטן פיקעטינג זינט דעם פארשארפערטן מצב. עפ"י פקודת הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ליגט א פליכט אויף אלע אברכי הכולל, און פאר יעדן וואס האט די מעגליכקייט, צו נעמען אנטייל אין דעם דרינגנדן חובת המחאה.
און די פארלאפענע וואך איז געהערט געווארן ביי סעודת רעוא דרעוין דורך מרן רבינו שליט''א אין מחנה דברי יואל גאר פייערדיגע דברות קודש ווי רבינו שליט''א האט אויפגעשטורעמט איבער די מצב בארה''ק און ארויסגעברענגעט אז מיר דארפן ארויס גיין אויס שרייען אונזער וויי געשרייע און מזעיק זיין שמים וארץ, און אזוי אויך האט די רבי שליט''א בעת די באזוך אין מחנה רב טוב מחנה יהודה מיט גאר פלאמדיגע ווערטער בקול בוכים אויסעשריגן איבער די מצב און געשריגן אז יעצט זעהט מען קלאר וואס די רבי זי''ע האט געשריגן אז ס'וועט קומען א זמן וואס – ליידער- וועט א חרדישע איד זיך נישט קענען געפונן אין ארץ ישראל.
ווי די עסקנים געבן איבער, איז מען שוין געזיצן מיט די פאליציי, און ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אפהאלטן דעם עצרת, און מען בעט יעדן זיך צו האלטן צו די אנווייזונגען. גלייכצייטיג זיצט מען יעצט מיט פארשטייער פון די גרויסע מידיע נעצן, זיכער צו מאכן אז דער פראטעסט זאל ווערן מפורסם בכל רחבי העולם, און דער זעקת היהדות זאל אנקומען בעז"ה צו די ריכטיגע אויערן. ובשם ה' נעשה ונצליח.
האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה?! איש בל יעדר!
כל הגולה כמדורת אש! ברבבותינו מאנטיג פ' ראה מול הקאנסול הציוני!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2170
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2637

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שבת קודש »

היימיש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 8:42 pm נישטא קיין אנדערע עצה
נאר ארויסגיין פראטעסטירן אין די גאסן פון ניו יארק

מאובי תחכמנו

געהערט נאכזאגן אז די סיטי מאכט שטארקע שוועריקייטן צו באקומען א פערמיט צו קענען פראטעסטירן לעבן דעם ציוניסטישן קאנסולאט, אפילו אויף א גאר קליינעם פארנעם [ווארשיינליך צוליב דעם דרוק פון די ציונים ימ"ש, וואס ווילן פארמיידן די סצענעס אז די ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות זענען נישט מסכים מיט זייערע מדינה און מיט זייערע גזירת על הדת]
אדרבה זאל מען זיך צאמנעמען אלע שיכטן און קרייזן ארויסגיין פארטעסטירען [נאר צו די אלע פאליטיקס וואס דאס גייט ברענגען האב איך נישט קיין נערווען]

וואס אבער גייט זיין די טענה פאר די גאס? אין אסאך לענדער מוז מען גיין אין מיליטער
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1218

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך צווייטער »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 2:45 pm

איך ווייס נישט פארוואס ס'איז דא אידן וואס זיי זענען שוואך ביי זיך און קוקן אן 'רעליגיע' ווי גאר א שוואכע זאך. איך מיין אז ס'קומט פון אייגענע נישט שטארקייט אין זיין אמונה (גארנישט פערזענליך), פון האלטן אז בעצם איז נישט-רעליגיעז מער מסתבר, נאר איך בין רעליגיעז ווייל איך בין אזוי אויפגעוואקסן. ס'איז א פונדעמענטאלע טעות וויאזוי מיר קוקן אן 'רעליגיע', מיר דארפן מיט די שכל הפשוט פארשטיין אז זיין רעליגיעז איז די מערסט מסתבר'דיגע זאך, און די וואס זענען נישט-רעליגיעז זענען שוטים גמורים.

אגב, האסטו פון א גוגל סוירטש:

many countries around the world recognize conscientious objection to military service based on religious (and sometimes moral or ethical) beliefs.
International human rights bodies, such as the UN Human Rights Committee and the Human Rights Council, recognize conscientious objection as part of the right to freedom of thought, conscience, and religion. The Human Rights Committee views states that do not allow for conscientious objection as violating human rights. Many countries have laws exempting citizens from military service if their religious or other beliefs prevent them from serving. Some nations, including Austria, Brazil, and Switzerland, offer alternative service options like civilian service or non-combatant military roles. Ideally, this alternative service should be consistent with the individual's reasons for objection.
However, the U.S. Commission on International Religious Freedom (USCIRF) notes that some countries do not recognize conscientious objection. In these places, individuals may face penalties like imprisonment or discrimination. Eritrea and Turkey are listed as examples where this right is not recognized. South Korea has also historically imprisoned objectors, although the situation is evolving. Even where recognized, there can be limitations, such as in Kyrgyzstan, where only members of specific registered religious groups can object. For more information on conscientious objection across countries, see USCIRF.
Historically, groups like Quakers, Mennonites, Amish, and the Church of the Brethren have opposed war based on their beliefs. Jehovah's Witnesses are known for their refusal of military service based on political neutrality, while some Seventh-day Adventists have served in non-combatant roles.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 949

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך תינוק הבורח »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 3:11 pm

די חרדים זענען דאך נישט מסכים צו טון שירות לאומי.
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 633
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1133

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פ. לאקס »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 3:38 pm

פונקט ווי די אראבער
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט

זיי אפפערן שירות לאומי ווען זייער רעליגיע ערלויבט עס, נישט ווי ביי אונזער פאל ווען דאס איז אויך נישט ערלויבט.

איך מיין בעיקר ארויסצוברענגן אז אפילו א גוי קען עס גוט פארשטיין, און ס'איז בכלל נישט קיין ראקעט סייענס צו זיי פארשטיין געבן.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7856
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18852

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מעמד שריפת הנפשות היינט דאנערשטאג רח''ל!!!

צענלדיגער חרדים זענען זיך היינט מתגייס אינעם אפטיילונג "תומכי לחימה" אינעם טמא'נעם צה״ל ר"ל
פיילס
IMG-20250814-WA0002.jpg
IMG-20250814-WA0002.jpg (150.05 KiB) געזען געווארן 425 מאל
IMG-20250814-WA0226.jpg
IMG-20250814-WA0226.jpg (331.42 KiB) געזען געווארן 425 מאל
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 216
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 153

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חכם »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 11:27 am מעמד שריפת הנפשות היינט דאנערשטאג רח''ל!!!

צענלדיגער חרדים זענען זיך היינט מתגייס אינעם אפטיילונג "תומכי לחימה" אינעם טמא'נעם צה״ל ר"ל
וואס איז תומכי לחימה?

עס כאפט א פחד ביים זעהן די בילדער.
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ווער איז דער סאו קאלד "עסקן"?
Moment Plus 551 Cover.jpg
Moment Plus 551 Cover.jpg (376.66 KiB) געזען געווארן 348 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2875
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 13796

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 2:17 pm ווער איז דער סאו קאלד "עסקן"?Moment Plus 551 Cover.jpg
בהמות דעי מאמענט.....

דער ''עסקן'' איז סך הכל א פראפעגאנדיסט פאר קול ברמה ראדיא.

אויב ער איז א עסקן בין איך משיח.

אינטרעסאנט, זיי האבן יעצט געהאט א סטאנציע מיט א עסקן פון מרכז היעוץ, אויב ווילן זיי נעמען א אגודה עסקן ברויכן זיי נישט זיכן עפעס א שמאגעגי.

נעקסטע וואך קומט הגאון ר' משה ווייסבערג שליט"א איבער די קברים אין יהוד. עפעס אזוי זעהט עס אויס
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 11:27 am מעמד שריפת הנפשות היינט דאנערשטאג רח''ל!!!

צענלדיגער חרדים זענען זיך היינט מתגייס אינעם אפטיילונג "תומכי לחימה" אינעם טמא'נעם צה״ל ר"ל
די צווייטע בילד זענען אויך פון די וועלכע שרייבן זיך אינעם טמא'נעם מיליטער???

דא דארט עכט הייימישע צורות!!!

רחמנא לצלן ווי מען האלט דא!!!!!!!!!!
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 147

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך היימיש »

איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:38 pm כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א האט פארופן א פראטעסט קומעדיגע מאנטאג
אין 'דער איד' לייען איך ווי פאלגענד:

עפ"י קריאת הקודש ווערט פארופן א 'מאסן-פיקעטינג' איבער די שוידערליכע רדיפות פון די ציוניסטישען מיליטער אויף חרדישע בחורים

אגב, פארוואס שרייבט נישט 'דער איד' אויך ארויס אז דאס איז קעגן די גאנצע 'גאנצע גזירות הגיוס' און אויך די לעצטערע רדיפות?

איצט איז דאך יעדער מודה אז עס א ביטערע גזירה

נייעס איבער גיוס פון אנדערע פלאפארמעס:

מיטוואך עקב
    • נעכטן זענען טויזנטער אידן אינאיינעם מיט רבנים און אדמורים געגאנגען פראטעסטירן פארנט פון די מיליטערישע טורמע ווי די בחורים ווערן געהאלטן.
    • א היסטארישע כינוס איז אפגעהאלטן געווארן אין סלאנים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א. די רבי האט געזאגט אז טורמע, סאנקציעס אדער אנדערע מכות וועלן נישט ארבעטן, ווייל מיר זענען גרייט זיך מוסר נפש צו זיין.
    • נעכטן האבן די פאליציי ארעסטירט א יונגערמאן אין לופטפעלד ווען ער האט פראבירט צו פארלאזן די לאנד. די יונגערמאן וועלכע איז געווען פארשטעלט איז געפירט געווארן צום טורמע.
    • די ‘מגן ומושיע’ ארגענעזאציע וואס איז ספעציעל געגרינדעט געווארן צו העלפן בני הישיבות זיך ספראווען מיט די גזירת גיוס, ווארנט אן די בני הישיבות בחורים און יונגעלייט אז מזאל זיך נישט אריינלייגן אין א מקום סכנה, דאס הייסט ערטער ווי פאליציי דרייען זיך, און אוודאי נישט גיין אין לופטפעלד אדער פראבירן צו פארלאזן דאס לאנד.
    • פאר דאנערשטאג איז פאררופן געווארן א מאסיווע עצרת תפילה פארנט פון די טורמע ווי די בני הישיבות ווערן געהאלטן. צענדליגער טויזנטער זענען ערווארטעט אין שפיץ פון אדמורים רבנים און ראשי ישיבה. פרטים וועלן נאכפאלגן

דאנערשטאג עקב - August 14

  • מד”י באאמטע האבן זיך געטראפן מיט דער פארזיצער פון די וועד הישיבות ר’ חיים אהרן קויפמאן, ווי זיי האבן דורכגעשמועסט די ענין, מאהאט זיך פארשטאנען אז דא זוכט מען נישט צו מאכן א מלחמה צווישן די מיליטער און חרדים. בלויז מזאל אפלאזן די בני הישיבות ווי ביז היינט.
  • דינסטאג נאכט האבן די מיליטער ארעסטירט נאך א בחור פון זיין הויז אין בת-ים פארן זיך נישט שטעלן אין לשכת הגיוס. די בחור איז לויט קוועלער א בעל-תשובה וואס האט נאכן פרום ווערן אויפגעהערט צו ענטפערן די גיוס בריוון. לויט די מיליטער איז דאס נישט געווען א חלק פון די גזירת הגיוס אויף בני הישיבות נאר א רוטינע אינפארסירונג.
  • א חבר אין די דגל התורה פארטיי האט געזאגט אז לויט יעצטיגע פלענער וועט די מיליטער ארויסלאזן די בחורים פון טורמע ביז קומענדיגן וואך. ער זאגט ווילאנג דאס געשעט נישט גייט מען נישט נאכלאזן.
  • דערווייל זענען די ביז-יעצטיגע ארעסטירטע געווען פון פארשידענע געמישטע שטעט ווי אשקלון תל אביב און חיפה, לויט די באריכטן האט די מיליטער נישט קיין חשק צו עפענען א פראנט מיט די חרדים און זיי האבן דעריבער געפרוירן די פלענער פון די ריזיגע ארעסט-אפעראציעס אין שטעט ווי ירושלים און ב”ב וואס האט זיך געזאלט אנפאנגען בין הזמנים.
אגב, נאר די שפראך פון מלחמה פארשטייען זיי, און נאר דאס ארבייט בעז"ה
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 949

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך תינוק הבורח »

היימיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 5:44 pm נייעס איבער גיוס פון אנדערע פלאפארמעס:

מיטוואך עקב
    • נעכטן זענען טויזנטער אידן אינאיינעם מיט רבנים און אדמורים געגאנגען פראטעסטירן פארנט פון די מיליטערישע טורמע ווי די בחורים ווערן געהאלטן.
    • א היסטארישע כינוס איז אפגעהאלטן געווארן אין סלאנים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א. די רבי האט געזאגט אז טורמע, סאנקציעס אדער אנדערע מכות וועלן נישט ארבעטן, ווייל מיר זענען גרייט זיך מוסר נפש צו זיין.
    • נעכטן האבן די פאליציי ארעסטירט א יונגערמאן אין לופטפעלד ווען ער האט פראבירט צו פארלאזן די לאנד. די יונגערמאן וועלכע איז געווען פארשטעלט איז געפירט געווארן צום טורמע.
    • די ‘מגן ומושיע’ ארגענעזאציע וואס איז ספעציעל געגרינדעט געווארן צו העלפן בני הישיבות זיך ספראווען מיט די גזירת גיוס, ווארנט אן די בני הישיבות בחורים און יונגעלייט אז מזאל זיך נישט אריינלייגן אין א מקום סכנה, דאס הייסט ערטער ווי פאליציי דרייען זיך, און אוודאי נישט גיין אין לופטפעלד אדער פראבירן צו פארלאזן דאס לאנד.
    • פאר דאנערשטאג איז פאררופן געווארן א מאסיווע עצרת תפילה פארנט פון די טורמע ווי די בני הישיבות ווערן געהאלטן. צענדליגער טויזנטער זענען ערווארטעט אין שפיץ פון אדמורים רבנים און ראשי ישיבה. פרטים וועלן נאכפאלגן
סלונים, נישט סלאנים.
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 789
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1217

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

היימיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 4:48 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 12:38 pm כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א האט פארופן א פראטעסט קומעדיגע מאנטאג
אין 'דער איד' לייען איך ווי פאלגענד:

עפ"י קריאת הקודש ווערט פארופן א 'מאסן-פיקעטינג' איבער די שוידערליכע רדיפות פון די ציוניסטישען מיליטער אויף חרדישע בחורים

אגב, פארוואס שרייבט נישט 'דער איד' אויך ארויס אז דאס איז קעגן די גאנצע 'גאנצע גזירות הגיוס' און אויך די לעצטערע רדיפות?

איצט איז דאך יעדער מודה אז עס א ביטערע גזירה
:roll: פרעג נישט,

ס'איז געווען א גאנצע קאמיטע, ס'איז געגאנגען אויף טישן און בענק, מ'האט ארויסגענומען ווערטער און אריינגעלייגט, צום סוף איז עס אנגעקומען צום בית רבינו, און דער רבי האט געהייסן עס לייגן אזוי...
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 789
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1217

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

היימיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2025 5:44 pm נייעס איבער גיוס פון אנדערע פלאפארמעס:

מיטוואך עקב
  • די ‘מגן ומושיע’ ארגענעזאציע וואס איז ספעציעל געגרינדעט געווארן צו העלפן בני הישיבות זיך ספראווען מיט די גזירת גיוס, ווארנט אן די בני הישיבות בחורים און יונגעלייט אז מזאל זיך נישט אריינלייגן אין א מקום סכנה, דאס הייסט ערטער ווי פאליציי דרייען זיך, און אוודאי נישט גיין אין לופטפעלד אדער פראבירן צו פארלאזן דאס לאנד.
די ארגאניזאציע פון ישראל'יק פרוש?..
שרייב פאוסט