סך הכל היוצא לי מכל זה:
1. בודקע טענה'ט אז מ'האט פארשוויגן מיילער דורך מעקן און פארשרייען, מעקן מיין איך איז נישט עכט קיין טענה היות דא זענען פארהאן בעלי בתים. פארשרייען נעם איך אן צד Think and Thank, - ווי געשריבן פריער אין טאג - ניקס וואס האבן געפרעגט צום זאך און נישט אנטלאפן נאכן ענטפער האבן בדרך כלל באקומען א נארמאלע באציאונג, אויסנאמען זענען געווען ווי אויסגעשמועסט. בודקע טענה'ט אויף דעם "ליגנט".
2. פרשת קרעטשמע, איז מיר פערזענליך געווען א חידוש ווי ניקס וואס איך ווייס בידיעה אז זיי זענען נישט אויף איין פעיזש מיט די עסקנים (מילד גערעדט), האבן פה אחד צוגעשטימט צו די עסקנים ווערסיע, בודקע טענה'ט אז ער האט געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט פונעם בעל המעשה פארקערט, ביי די מעשה דאכט זיך איז שכל נוטה ווי Think and Thank האט שוין מסביר געווען אז מ'גלויבט מער זייטיגע צוקוקער ווי איידער דעם בא/שולדיגער.
3. העץ אויף קרעטשמע זענען די טענות געווען אביסל שטומפיג לדעתי, כ'מיין יעדער איז מודה אז דער האטליין טויג נישט אבער מ'האט טענות היתכן ווען מ'בריט זיך אפ מיט זיי קומט מען ארויס דערקעגן, איך פארשטיי עס נישט פונקטליך ווען א ביזנעס ניצט א באקאנטן שגץ פאר אן ארבעטער און דער ארבעטער בא'גנב'עט אים וועט מען פרעגן "פארוואס עפעס פונקט יעצט שרייסטו?"
4. עפעס איז אויך געווען פארהויכטע טענות היתכן די עסקנים קענען די טעלעפאן נומערן פון די אחראים ס'איז מיר נאך נישט קלאר פונקטליך וואס די עוולה איז.
אידער וועי, די טענה'ריי איז ארויס פון יעדן פראפארץ נאר אזויווי איך וויל נישט באריכטן ספעציפישע פאוסטס בעט איך הרב @חצקל משמש @אחת למעלה טוט א מצוה און נעמט קעיר פון דעם מאכערייקע דא, אויב וויל מען נישט ממש מעקן ביטע כאטש אפטיילן פון דא ביז וואו מיר האלטן יעצט און אריינפירן דא, ויפה שעה אחת קודם איידער דער עולם שטייט אויף און ס'הייבט אן גיין שחיטות.
(די געציילטע וויכטיגע פאוסטס גלייב איך אז @סענס אף יומער וועט מסכים זיין איבערצושרייבן.)
תזכו למצוות (נישט אזעלכע...)