איך פארשטיי נישט פארוואס פשוט סתם נייעס און באריכטן קען מען נישט אפשמועסן מיט די היימישע נייעס ליינס, קול מבשר, וכדומה.הלכה כמכריע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 7:22 pm ווען אנגעזעהענע עסקנים נוצן אפיציעל א פלאטפארמע - ובפרט א קאנטערווערסיעלע וואס לייגט ארויף מכל הבא ליד אן צענזור - געבט דאס א געוויסע לעגיטמאציע, אויסער וואס בפועל ברענגט דאס אסאך מענטשן זיך קובע זיין דערויף, אין די צייט וואס פארשידענע ישיבות האבן לעצטנס ארויסגעגעבן בריוון קעגן קרעטשמע אז עלטערן זאלן זעהן די קינדער זאלן דאס נישט הערן.
כמיין אז די חשוב'ע עסקנים טוען יעצט דעם זעלבן טעות מיטן בויען דעם בחורישן קווארטל, די עצם זאך פון בחורישע האטליינס איז זייער נישט געוואונטשן אויסער וואס דאס פילט אן די ישיבות מיט סעלפאונס, איז די חומר דערויף געווענליך זייער ווייט פון וואס עלטערן ווילן די בחורים זאלן הערן, און מיט נארישע פאליטיק פון אראפרייסן דעם רבינ'ס ברודער וכו'.
לבי אומר לי אז דאס נוצן קווארטל איז פשוט א נקמה אין קרעטשמע צו בויען א קאמפעטישן.
איך מיין אז עס וועט גארנישט פעלן פון די מערכה אז די עסקנים וועלן עפענען א אייגענע ליין, ס'מוז נישט זיין נייעס יעדע 15 מינוט, די נייעס וואס איז דא איז גענוג אינטערעסאנט און דער עולם וועט אהינלויפן געשפאנט.
כמיין אז פאר אפאר 100 דאלער א יאר קען מען האבן א האטליין, איינער קען מנדב זיין?...
און אפילו בחצרות, אדער די אלע אנדערע קהילה ליניעס.