נ.ב. ער שרייבט עס פאר נאך סיבות, לדוגמא צו שרייבן 700 יונגעלייט... גיי ווער געוואויר די אמת'ע פאקטן, כ'מיין דו וועסט נישט קענען סטאפן לאכן, נו שוין.
אנטשולדיגט! לאמיר רעדן אמת'ע פאקטן,
כולל ויואל משה זייט די ערשטע קאמפיין נאך קאוויד האט באצאלט צייטליך יעדע חודש משך די 4 יאר (ס'פלעגט גיין יעדע ט"ו לחודש)
ס'פלעגט זיין $75 א וואך פאר פרישע יונגעלייט און תשפ"ב איז מען ארויף צו $100 א וואך + 2 בחינות געלט וואס איז נאך $100 א חודש, אויסער שמירת הזמנים וואס אויב מ'לערנט די ערשטע שעה רצופות קעו מען נאכן ביז נאך $240 א חודש , ס"ה האט א פרישע יונגערמאן געקענט ארויסגיין מיט $740 א חודש, פון 2 יאר נאך די חתונה צאלט מען $125 א וואך, אין די צייט וואס אין מבצר הכוללים האט מען נאך דעמאלטס געצאלט $50 א וואך, אביסל שפעטער איז מבצר אויך ארויפגעגאנגען צו $100, און פארגעס נישט אז אין מבצר צאלט מען על התורה וואס איז א שוועריקייט פאר די אינגעלייט, די גמ"ח נעמט עס נישט אן, וכו' ,
פון סוף זוממער פאריאר האט מען אין ויואל משה כולל אנגעפאנגען מאכן קונצן מיט באצאלן און מ'האט באצאלט פאר סוכות, און משך דעם ווינטער גארנישט ביזן גרויסן קאמפיין, און איז א מוראדיגע פריידיגע אנטוויקלונג אז מ'צאלט שוין די פערטע חודש אין צייט ביום ראש חודש, השי"ת יעזור להלאה.
אמת מבצר צאלט אויך אין צייט, אבער נעקסט טיים פרעג דיך טאקע נאך פארדעם.
במציאות איז דא בערך 550 יונגעלייט כהיום אין ויאל משה, ווען מ'פלעגט שרייבן 500 פלעגט זיין כמעט 400, און מבצר מיט זייערע נומערן זענען נישט אנדערש.
מאכט אסאך סענס וואס דו שרייבסט.
איך מיין כמעט זיכער אז מבצר הכוללים האט יא אמת'ע נומערן איבער 1,000. (אריינגערעכנט די כולל לחתנים)
מעגליך, כ'קען נישט כהיום זייערע נומערן, אבער אפאר יאר צוריק ווען מ'פלעגט שרייבן 8-900 פלעגן זיי האבן בערך 700.
אגב די 700 שרייבט נאר די וואכנשריפט, ביים כולל קאמפיין האט די כולל געשריבן 600
תורה ויראה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:19 pm

איך קען דיר נישט זאגן צו די נומבער איז אמת, כ'וויס נישט פונקטליך ווי ס'האלט יעצט, אבער לפי ידיעתי, ווען די וואכנשריפט לייגט אריין פון די כולל, לייגט ער וואס די כולל הייסט אריינלייגן, נישט קיין אייגענע זאכן.