אבער יעצט ווייסן אלע יא.בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 2:35 pmהונדערט פראצענט אז 'אויב' איינעם'ס פאוסט האט צוגעברענגט אזאנס איז ראנג עס צו שרייבן דא!גארנישט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 10:40 amאויב איז די מציאות הדברים אז למעשה האט א תמימות'דיגע פאוסט דא אויף אידטיש אפגעהאלטן אידן פון ארויסקומען פון בבל און זיי געפינען זיך אין שעלטער פאר נאך 4 חדשים, אין די 4 חדשים גייען זיי נכשל ווערן מיט כל מיני עבירות, און זייער אידישקייט א גאנץ לעבן איז עט ריסק, און יעדער וואס שרייבט דא ווייסט דערפין, יעדער ווייסט אז א פאוס''ט דא קען ברענגן קאנסעקווענצעס בעולם המעשה איז וועם גייט אן צו אידטיש איז לכתחילה געמאכט פאר דעם אדער עס איז א מציאות וואס האט זיך געשאפן (לאמיר אפי' זאגן למורת רוחם פון א טייל אידטיש שרייבער, זאג אפי' רוב עס מאכט נישט אויס)בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 10:02 pm
אבער נעמען האסטידזש דעם סייט (וואס איז געמאכט פאר מענטשן זיך אויס צו שמועסן), און דרייוון די מוחות פונעם ציבור אויף א פארנעם, אז ווען איינער טראכט נישט הונדערט פראצענטיג ווי די עסקנים, ווערט ער שוין א גרעסערע שגץ ווי......... למשל, ווען איינער שרייבט א פאוסט וואס האט אדער יא אדער נישט צוריק געהאלטן איינעם פון ארויס קומען, און ער ווערט נאכדעם באוואשן אלץ א שופך דם, איז לענ"ד wrong, דא איז דאך געמאכט אויס צו שמועסן נושאים, ווילסט דא טוען עסקנות? אדרבה! כל הכבוד! אבער מ'קען נישט פארגעסן פון דעם פאקט אז דאס איז א סייט וואס האט זיך בכלל נישט געגרינדעט ספעציעל פאר לב טהור.
משל למה הדבר דומה, צו א איד וואס שמועסט אינדערהיים מיט זיין ווייב כל מיני נייעס, ער ווייסט אבער אז די FBI הערט זיך אונטער יעדעס ווארט, און ער ווייסט שוין פון פעלער וואס זיינע שמועסן האבן ליידער גורם געווען פאר אנדערע אידן גרויסע לעגאלע פראבלעמען, זאגט דער איד מיין הויז איז נישט קיין עסקנים קאמענד סענטער עס איז אפי' נישט געעפענט געווארן פאר די און די מערכה... וואס איז דער איד אויב נישט א רוצח? וועם גייט אן וואס איז די סיבה, למעשה איז די פאקט, אז דו קענסט נישט רעדן אינדערהיים פון אנדערע אידן עס קען זיי קאסטן א שווערע פרייז
אט דאס איז דא די מציאות מאכט נישט אויס וואס און פארוואס, ווען די עסקנים זעען דא א איד שרייבן ווערטער וואס קען אין דער ערד לייגן א משפחה לנצח נצחים, איז דא איין מהלך יענעם אנ'שייגאצן און דאס איז וואס קומט אים, און אזוי למשל מיט די קרעטשמע פרשה, אן אריינגיין אין פרטים (וואס איך ווייס גראדע בכלל נישט) איז דאך קלאר אז דאס וואלט אנגעווארפן א שרעק אויף אלע יוצאים, נו, וועם גייט אן פארוואס אידטיש איז געגרינדעט געווארן, דא איז דא א געלעגנהייט צו ראטעווען איבער 100 נשמות.
רבי לעבן! די צעגערנישן מאכן פשוט נישט קיין סענס!
איך פארשטיי דיין פראסטערעישן אז דאס איז די מציאות, אבער פארפאלן איינמאל דאס איז אזוי, דארף מען זיין אחריות'דיג און מען קען נישט טוען וואס מען וויל...
נישט דאס איז וואס איך ברענג ארויס, איך זאג נישט אז יענער איז גערעכט, איך רעד פונעם מציאות וויאזוי דא גייט צו די שמועס, אויב איינער איז נישט איינשטימונג מיט די דעת עסקנים ווערט ער נאכנישט קיין שגץ, און יעדער מעג דא ארויס ברענגען זיין מיינונג אן דארפן מורא האבן פון היץ, אוודאי דארף יעדער וואטשן וואס מ'שרייבט.
בד"וו אין אלע אנדערע טעמעס דארף מען אויך וואטשן וואס מ'שרייבט, וואס געשעט אויב איינער שרייבט עפעס ראנג ערגעץ אנדערש? מ'מעקט עס, עקזעקטלי דאס דארף זיין דא אויך, אבער די מיינד געים וואס קומט דא פאר דאס "האלט איך" איז ראנג.
און אגב, דיין משל מיט די F. B. I. איז בכלל נישט דומה, דו ביסט אזוי זיכער אז ווען יענער האט געשריבן זיין פאוסט האט ער געוואוסט וואס ס'גייט ארויס קומען פון דעם?
און א יוד האט א אחריות א מכשול זאל נישט ארויס גיין פון זיינע הענט.
מיר זענען יעצט נישט און א געריכט זאל, מיר זענען יודישע קינדער וואס ווילען אלע ציזאמען גוט זיין.
אמאל כאפט נישט איינער פון אונז וואס ער טוהט, דארף די רבי און קלאס אונז דערמאנען צי זיין וואויל, און צימאל, דארף מען אנשרייען איינער פון אונז.
קיינער מאכט נישט קיינעם קיין שגץ, אבער די פאקט איז, ס'ברענט ביי אונז אלע, די אויכעט צי העלפען כלל ישראל.
אזוי ווי מפארשטייט, אז ס'דא נושאים, וואס אויף א חרדי'שע פלאטפארם געבט מען אכטונג וויאזוי מען רעט אפילו נישט מעין דמעין ווייל ממעג נישט,יהיה מה שיהיה.
איז דא זאכן וואס מען דארף אכטונג געבען, ס'מיינט נישט אז מטאר נישט האבן א מיינונג, אויף דעם איז די אישי קנעפל געמאכט אויף.
פון מיין ערפארונג, די עסקנים ענטפערן ערליך יעדער טאג אלע שאלות וואס ווערען געפרעגט בכבוד'יג