אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פ. לאקס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:16 pm מערקווירדיג: ער נוצט די לשון פון די נייע געזעץ צו בארעכטיגן זיינע טענות פארוואס א נישט עקוויווילענט מוסד זאל דארפן באקומען געלט.

נייע געזעץ.png

ער זאגט אז ביי די מאנדאטירטע סערוויסעס שטייט בלויז אז מען זאל עס געבן פאר א שולע וואס קומט נאך די פאדערונגען פון סעקשאן 3204 פון עדיוקעישאן געזעץ, וואס סעקשאן 2 דערפון איז די באקאנטע "סובסטענטשעל עקוויווילענט" פארלאנג. - טענה'ט ער אבער אז עס באדייט נישט אז די מוסד פאר זיך דארף נאכקומען יעדע חלק פון סובסטענטשעל עקוויווילענסי - ווייל ווען יא וואלט עס די געזעץ ארויסגעשריבן, אזויווי די געזעץ שרייבט קלאר ארויס אין די נייע אמענדמענט 6 אז מיט די נייע געזעץ קומט מען נאך סוב-סעקשאן 2 - וואס דאס איז די סובסטענשעל עקוויווילענט פארלאנג.
דעריבער טענה'ט ער אז ביי די געלטער וואו די געזעץ שרייבט נישט אזוי קלאר מוז זיין אז עס מיינט לאו דוקא די עקוויווילענט פארלאנג, נאר עס באציט זיך מער צו די די טעג און שעות פונעם מוסד...
ער שרייבט נישט אז דאס מיינט נאר לגבי 'די טעג און שעות' נאר אויך אז דער מוסד לערנט כאטש 'געוויסע סאבזשעקטס',
certain subjects.jpg
certain subjects.jpg (91.34 KiB) געזען געווארן 1127 מאל

פארשטיי איך נאך בכלל נישט וואס גייט ער פארדינען פון דיוק,
ווייל ער איז דאך מודה אז כאטש געוויסע סאבזשעקטס דארף דער מוסד יא לערנען כדי צו זיין בארעכטיגט פאר מענדעיטעד סערוויסעס,
יעצט די אלע מוסדות וואס זענען אונטער די אינוועסטיגעשאן (חוץ באבוב חדר), סיי די וואס האבן באקומען א פיינעל דעטערמינעשאן, און סיי די וואס האבן באקומען א פרילימינערי דעטערמינעשאן, האט די סטעיט דעמאלס געשריבן אז די אינספעקשאנס האבן אויפגעוויזן אז זיי קומען נישט נאך 'קיין איינע' פון די פיר קאור סאבזשעקטס וואס זענען פארלאנגט (אפילו לויט פעלדער), און אויך נישט די אלע איבריגע פארלאנגטע סאבזשעקטס,
יעצט וועלכע 'געוויסע סאבזשעקט' גייט מאכן אז איינע פון די מוסדות זאל קענען באקומען מענדעיטעד סערוויסעס נאכן ווערן באשטעטיגט אלץ 'נישט עקוויוועלענט' אויף 'קיין איינע' פון די סאבזשעקטס?

דאס איז חוץ פון אריינגיין אויב דער דיוק מאכט אפילו סענס אז די געריכט זאל דאס אננעמען
(בפרט ווען עס שטייט נישט ארויס קלאר פארקערט, דהיינו אז עס שטייט נישט ארויס אז מיינט 'נישט' די סוב-דיוויזשאן 2 וואס רעדט פון די עקוויוועלענסי מאנדאט, וועט די קאמישאנער לכאורה זיין בארעכטיגט אפצוטייטשן לחומרא, אזויווי ביי די פעלדער וואס יענע געריכט האט געפסקנט אז די רעגירונג אגענטור האט די רעכט וויאזוי אפצוטייטשן ווילאנג עס איז נישט סותר די לשון פון די געזעץ)
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פ. לאקס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 9:56 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 9:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:42 pm

ווייס איך נישט פארוואס ער האט דאס אריינגעגעבן.

אזויפיל ווייס איך זיכער, אז מ'האט אים געבעטן ער זאל נישט.
האט עס מר. שיק אריינגעגעבן אלס פערעלס פארטרעטער אדער בלויז אונטער זיין אייגענעם נאמען?
אלץ פערלס און אגודה
אויך בשם 'תורה ומסורה'

איך טראכט אז אפשר קען מען אפווארפן זיין גאנצע אמיקוס אז עס האט בכלל נישט קיין שייכות צו די יעצטיגע קעיס,

וויבאלד די גאנצע ערשטע קלאגע פון די קעיס איז א טענה אויף א זאך וואס איז נוגע ספעציפיש 'נאר' פאר די דריי מוסדות, און קיין איין אנדערע מוסד געפינט זיך נישט אין די זעלבע סיטואציע, וויבאלד זיי אלע לאזט די סטעיט יא נוצען די נייע געזעץ, און אפילו די פרילימינערי מוסדות,
דעריבער האבן די גאנצע כנופיא פון פערלס-אגודה-תורה ומסורה בכלל נישט קיין סטענדינג דא און האבן נישט דא וואס אריינצורעדן, אפילו זיי געבן זיך אן אלץ פארטרעטערס פון הונדערטער מוסדות, וויבאלד יענע אלע מוסדות זענען בכלל נישט אין די זעלבע מצב פון וואס די יעצטיגע קלאגע באציהט זיך,
ווידער אלע כלליות'דיגע טענות וואס די אמיקוס ברענגט אויף האט נישט נישט קיין שייכות מיט די יעצטיגע קעיס, ווי אויסגעשמועס פריער.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פ. לאקס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:16 pm -שולעס וואס זענען נישט עקוויווילענט זענען בארעכטיגט פאר MSM געלטער (רוב געלטער וואס מוסדות באקומען איז מטעם מענדעיטעד סערוויסעס)
למען הפונקטליכקייט, עס הייסט MSA (מ'ענדעיטעד ס'ערוויס ע'יד)
גראדע בין איך נישט זיכער אז רוב געלטער פון די מוסדות זענען פון דעם, איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל פראצענט, אבער לכאורה זיכער נישט רוב (עכ"פ אין די סיטי), עס זענען דא נאך היבש פראגראמען וואס זענען בכלל נישט אונטער MSA:
לאנטש איז היבש א גרויסע הכנסה
וואוטשערס אין די סיטי איז לעצטענס גאר א שטארקע סכום
אלע טייטל פראגראמען וואס די סטעיט פארטיילט אונטער די ESSA (ע'ווערי ס'טודענט ס'וקסידס ע'קט)
העדסטארט
UPK - פאר די וואס נעמען עס, (צי דורך די אייגענע נאמען, צי דורך א קאווער ארגאניזאציע)


און אויף די אלע דערמאנטע פראגראמען איז נאכנישט קיין וועג ארויס צי באקומען אויב מען איז נישט עקוויוועלענט,
ממילא ס"ה וואס ער פרובירט דא אפשר צו ראטעווען איז די באסעס וואס איז לכאורה גאנץ א נישטיגע סכום, און מענדעיטעד סערוויסעס,
וואס די אלע פריערדערמאנטע פראגראמען זענען לכאורה סאך סאך מער.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1638
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2727

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

עכ"פ, יעצט זעט מען בחוש ווער איז דער עכטער בעה"ב פון פערלס און עס האט די ערשטע און לעצטע ווארט וואס יא און נישט צו זאגן פאר די רעגירונג און אין קאורט.
ברלנד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8764
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 22031

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

1.jpg
1.jpg (336.23 KiB) געזען געווארן 1022 מאל
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 427
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1401

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמועות טובות »

לאמיר האפן דער שופט זאל האבן קאפ אין פלאץ און לערנען דרך ארץ פאר רבי אבי
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 427
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1401

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמועות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 10:09 am 1.jpg
און וואס שטייט אין 'דער איד' דערוועגן?
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 691
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1313

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואלף »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 10:09 am 1.jpg
לא מעוקצך ולא עמיקוצך...
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 381
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 318

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

די בעסטע ליין פון די אמיקוס וואס איך האב ליב, איז דאס.
פיילס
Screenshot 2025-08-06 120521.jpg
Screenshot 2025-08-06 120521.jpg (30.49 KiB) געזען געווארן 868 מאל
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 381
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 318

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

איינער האט א קאפיע פון "דער איד" ווען זיי האקן אויף "באבוב" ווען זיי האבן אריינגעגעבן זייער אמיקוס אין די פערלס קעיס?

איך ברויך עס נויטיג האבן.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 381
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 318

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

כפענ"ד קומט שטארק אריין דא OU'ס אמיקוס פון די פערלס קעיס, סך מער ווי דארט אלס אן אקטועלע עז עפלייד קעיס.

כ'בין נייגעריג אויב זיי גייען דא אויך אריינגעבן.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:09 pm איינער האט א קאפיע פון "דער איד" ווען זיי האקן אויף "באבוב" ווען זיי האבן אריינגעגעבן זייער אמיקוס אין די פערלס קעיס?

איך ברויך עס נויטיג האבן.
איינער קען אנצייגן א סיבה פארוואס באבוב אמיקוס בריוו זאל האבן געשטערט די פערלס קעיס?

איך ברויך עס נויטיג האבן.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:53 pm כפענ"ד קומט שטארק אריין דא OU'ס אמיקוס פון די פערלס קעיס, סך מער ווי דארט אלס אן אקטועלע עז עפלייד קעיס.

כ'בין נייגעריג אויב זיי גייען דא אויך אריינגעבן.
אז דו ביזט יא אזא מבין, אפשר קומסטו אריין קלאר און אביסל מסביר וואס זענען געווען די טענות אין די OU'ס אמיקוס פון פערלס קעיס, און וויאזוי דאס גייט העלפן די טענות אין די יעצטיגע קעיס פאר די דריי מוסדות צו קענען זיין עקוויוועלענט דורך די נייע געזעץ וואס די סטעיט לאזט זיי נישט נוצן.
אינטערעסאנט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
x 217

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אינטערעסאנט »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:42 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 7:06 pm אין א פרואוו צו כאפן קרעדיט האט אבי שיק נארוואס אריין געגעבן פאפירן פאר אן אמיקוס בריף אינעם קעיס, וואו ער שטעלט זיך צווישן אנדערן אפן ארויס קעגן געוויסע זאכן וואס בארשאוו האט גע'טענה'ט אינעם קעיס.
ווייס איך נישט פארוואס ער האט דאס אריינגעגעבן.

אזויפיל ווייס איך זיכער, אז מ'האט אים געבעטן ער זאל נישט.
ווער האט אים געבעטן ער זאל נישט?
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:08 pm די בעסטע ליין פון די אמיקוס וואס איך האב ליב, איז דאס.
אמיקוס איז נישט געווארן געמאכט סתם כדי צו שרייבן א ליין וואס מען האט ליב, אמיקוס דארף עפעס העלפן די קעיס מיט עפעס א זאך וואס איז נישט געווארן אויפגעברענגט דורך די צדדים אליין, אזוי אבי שיק אליין שרייבט,
AMICUS4.jpg
AMICUS4.jpg (121.96 KiB) געזען געווארן 730 מאל

ממילא וואלט דער עולם געקענט באשטיין צו הערן א הסבר וואס און וויאזוי העלפט די ליין ארויס אין די קעיס, און וואס איז דאס מחדש עפעס וואס בארשאוו האט נאכנישט ארויסגעברענגט אין זיינע פאפירן אז אפילו אויב מען האט באקומען א פיינעל דעטערמינעשאן איז מען נאך אלץ א נאן-פאבליק סקול צו קענען נוצן די געזעץ.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

אינטערעסאנט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:42 pm
פ. לאקס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 7:06 pm אין א פרואוו צו כאפן קרעדיט האט אבי שיק נארוואס אריין געגעבן פאפירן פאר אן אמיקוס בריף אינעם קעיס, וואו ער שטעלט זיך צווישן אנדערן אפן ארויס קעגן געוויסע זאכן וואס בארשאוו האט גע'טענה'ט אינעם קעיס.
ווייס איך נישט פארוואס ער האט דאס אריינגעגעבן.

אזויפיל ווייס איך זיכער, אז מ'האט אים געבעטן ער זאל נישט.
ווער האט אים געבעטן ער זאל נישט?
זעה פריער
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 381
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 318

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 1:41 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:08 pm די בעסטע ליין פון די אמיקוס וואס איך האב ליב, איז דאס.
אמיקוס איז נישט געווארן געמאכט סתם כדי צו שרייבן א ליין וואס מען האט ליב, אמיקוס דארף עפעס העלפן די קעיס מיט עפעס א זאך וואס איז נישט געווארן אויפגעברענגט דורך די צדדים אליין, אזוי אבי שיק אליין שרייבט,

AMICUS4.jpg


ממילא וואלט דער עולם געקענט באשטיין צו הערן א הסבר וואס און וויאזוי העלפט די ליין ארויס אין די קעיס, און וואס איז דאס מחדש עפעס וואס בארשאוו האט נאכנישט ארויסגעברענגט אין זיינע פאפירן אז אפילו אויב מען האט באקומען א פיינעל דעטערמינעשאן איז מען נאך אלץ א נאן-פאבליק סקול צו קענען נוצן די געזעץ.
סאו איך גלייב אז די געריכט גייט עס ארויסווארפן, זעהענדיג אז מען איז דארט גארנישט מחדש, מען שרייבט בלויז וואס איך האב ליב.

וטעות לעולם חוזר כ'האב געמיינט אז אן אמיקוס איז געמאכט צו שרייבן ליינס וואס איך האב ליב, (כ'האב אזוי געמיינט צוליב וואס כ'האב געזעהן אז די אמיקוס איז גארנישט מחדש)
כציה צוריק, און כ'נעם מיך פאהר פון היינט און ווייטער נישט צו שרייבן ליינס וואס איך האב ליב, היות נישט פארדעם איז געמאכט געווארן אן אמיקוס.
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 601

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

דער עולם האט געווענליך ליב צו הערן תירוצים אויף די קשיות וואס ווערן געפרעגט, נישט קיין נארישע בעבישע צוריקווארפעריי.

דו ביזט דאך דער קארעספאדאנט פון פערלס, און ביזט אויסגעקאכט אין זייער מהלך, ממילא האט מען געמיינט אז דו גייסט יעצט אויך קענען מסביר וואס איז די פשט פון די גאנצע אמיקוס,

דעריבער טאטע לעבן,
קענסטו ביטע שיין מסביר זיין וואס די ליין וואס דו האסט די בעסטע ליב איז מחדש אדער וויאזוי דאס העלפט פאר די קעיס?
קענסטו ביטע שיין מסביר זיין וואס איז געווען די טענות פון די OU אמיקוס און וויאזוי גייט עס דא העלפן?
קענסטו ביטע שיין מסביר צי איז דא א סיבה פארוואס די באבוב אמיקוס זאל שטערן פאר 'דער איד'?

אויב קענסטו דאס אלעס מסביר זיין איז גוט
אויב נישט איז נאך בעסער
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 165

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

מיטב הגיון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 12:09 pm איינער האט א קאפיע פון "דער איד" ווען זיי האקן אויף "באבוב" ווען זיי האבן אריינגעגעבן זייער אמיקוס אין די פערלס קעיס?

איך ברויך עס נויטיג האבן.
אייגענטליך, ביים פערל"ס קעיס האבן 'דער איד' [פערל"ס] געהאט 'פארלאנגט' פון באבוב, אז זיי זאלן ביטע אריישיקן אן אמיקעס בריוו פארן פערל"ס קלאגע

און אייגענטליך, האבן איצט די 'וועד העסקנים' וועלכע שטייען אין שפיץ פון די נייע קלאגע, ווען פערל"ס/אגודת ישראל האבן זיי אנגעפרעגט אויב זיי זאלן שרייבן אן אמיקעס בריוו,

האט מען זיי זייער קלאר געשטעלט , אז ניין !

עס וועט נאר שאדן מאכן פאר זייער קעיס

און די איבריגע איז היסטאריע...
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 165

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

פ. לאקס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 9:56 pm
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 9:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:42 pm

ווייס איך נישט פארוואס ער האט דאס אריינגעגעבן.

אזויפיל ווייס איך זיכער, אז מ'האט אים געבעטן ער זאל נישט.
האט עס מר. שיק אריינגעגעבן אלס פערעלס פארטרעטער אדער בלויז אונטער זיין אייגענעם נאמען?
אלץ פערלס און אגודה
און תורה ומסורה
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 381
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 318

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:34 pm דער עולם האט געווענליך ליב צו הערן תירוצים אויף די קשיות וואס ווערן געפרעגט, נישט קיין נארישע בעבישע צוריקווארפעריי.

דו ביזט דאך דער קארעספאדאנט פון פערלס, און ביזט אויסגעקאכט אין זייער מהלך, ממילא האט מען געמיינט אז דו גייסט יעצט אויך קענען מסביר וואס איז די פשט פון די גאנצע אמיקוס,

דעריבער טאטע לעבן,
קענסטו ביטע שיין מסביר זיין וואס די ליין וואס דו האסט די בעסטע ליב איז מחדש אדער וויאזוי דאס העלפט פאר די קעיס?
קענסטו ביטע שיין מסביר זיין וואס איז געווען די טענות פון די OU אמיקוס און וויאזוי גייט עס דא העלפן?
קענסטו ביטע שיין מסביר צי איז דא א סיבה פארוואס די באבוב אמיקוס זאל שטערן פאר 'דער איד'?

אויב קענסטו דאס אלעס מסביר זיין איז גוט
אויב נישט איז נאך בעסער
כ'בין ברוך ה' קיינעמס קאראספאנדענט, כ'בין ב"ה מיין אייגענער מענטש און דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער.

די סיבה פאר מיינע ענטפערס איז טאקע צוליב דאס, איז טאקע צוליב די קינדערישע נארישע פארפירישע בעיבישע וועג פון פרעגן קשיות ווס אט דו הערסט נישט אויף אהנצופירקלן, כדי זאכליכע תשובות זאלן זיין ווערטלאז, כדי צו לאזן הערן צווישן די שורות פארשידענע טאלקינג פאינטס וואס פאר זיך אליין איז עס גארבידזש, אבער ווען עס איז צווישן די שורות קען עס באפשר בעסער ווירקן, און העלפט אויך ווי שוין געשריבן אז זאכליכע תשובות אויף די עצם קשיא זאלן זיין ווערטלאז.

קיינמאל, אבער קיינמאל פרעגסטו פלעין צו דער זאך א פשוט'ע טריקענע שאלה אדער קשיא, אייביג און טאקע אייביג איז עס אהנגעפילט מיט שטותים פון זייטיגע טאלקינג פוינטס און פערזענליכע פליקערייען און טשעפערייען.

און דעריבער איז מען מקיים דעם כסיל כאולתו און דעם עם עקש תתפתל.

אבער גראדע ליגט אין מיינע ענטפערס אויך ענטפערס אויף א צינישן אופן אז איר לערנט פאלש אפ, (זעה ווייטער)

כיון שלקה הרי הוא כאחיך

טראץ וואס צוליב די אויבנדערמאנטע וואלט איך אנטזאגט צו ענטפערן אויף די אזויגערופענע שאלות אבער אז כ'האב אייך מוסר געזאגט, און איר פרובירט צו פרעגן די שאלות אויף עטוואס מער א רעספעקטירטן אופן וועלן מיר דאסמאל מאכן אן אויסנאם.

אויף די שאלה פון:
מסביר זיין וואס די ליין וואס דו האסט די בעסטע ליב איז מחדש אדער וויאזוי דאס העלפט פאר די קעיס?

קודם כל די ליין וואס איך האב די בעסטע ליב מוז נישט זייך אז עס איז עפעס מחדש, נישט יעדע איינציגע שורה מוז זיין אז עס איז עפעס מחדש, און איך מעג די בעסטע ליב האבן א שורה וואס איז גארנישט מחדש.

גראדע איז אבער די ליין זייער שטארק מחדש...

דער ליין זאגט אז פונקט ווי א פובליק סקול וואס הכל מודים אז עס איז א שלעכטע פובליק, קען מען נישט זאגן אז עס אויס פובליק סקול, און מען נעמט נישט ארויס די קינדער פון דארטן נאר האט א גאנצע לאנגע פראצעדור, ווי למשל אז עס מוז זיין 10 יאר אין א ציה פון די ערגסטע און נאך (זעה פוטנאוט 5) און עס הייסט ווייטער א פובליק סקול, קענסטו נישט זאגן אז א פריוואטע סקול איז אנדערש, און אפילו די האלטסט אז עס קומט נישט נאך אלע פארלאנגען פון סוסטענשאל עקוויוועלענסי הייסט דאס נאך א סקול, און ממילא קען עס נעמען די נייע פעטוועיס.

און ניין בארשאוו רעדט נישט פון דעם.

(און דאס אז דו גייסט יעצט ווערן די סטעיטס לאיער און מסביר זיין וואס די סטעיט קען ענטפערן דערויף איז אירעלעוואנט)

אויף די צווייטע שאלה פון:
ביטע שיין מסביר זיין וואס איז געווען די טענות פון די OU אמיקוס און וויאזוי גייט עס דא העלפן?

כ'וועל דא אויך נוצן דיינן ארגינעלע תגובה פון די שאלה:
"אפשר קומסטו אריין קלאר און אביסל מסביר וואס זענען געווען די טענות אין די OU'ס אמיקוס פון פערלס קעיס, און וויאזוי דאס גייט העלפן די טענות אין די יעצטיגע קעיס פאר די דריי מוסדות צו קענען זיין עקוויוועלענט דורך די נייע געזעץ וואס די סטעיט לאזט זיי נישט נוצן."

ווי עס שיינט האסטו בדווקא אויס געלאזט די חלק פון די קלאגע וואס זוכט אפצוווארפן די עצם נעגעטיוו דעטערמינעשאן (אויך צוליב מען זאל קענען נעמען די נייע פעטוועיס), (כ'האלט נישט אז דאס איז געווען בטעות)

OU טענה'ט אז דארט ווי עס איז נוגע רעלידזשעס אדער אנדערע קאנסטיטוציענעלע רעכטן, ביסטו מחיוב אפצוטייטן די געזעץ די גרינגסטע שייך וואס איז די ווייניגסטע אין קעגנערשאפט מיט די רעכטן, און דאס העלט שטארק וויאזוי מען דארף בפועל אפטייטשן די עדיוקעשאן געזעץ סיי אהן פעלדער און סיי מיט פעלדער, ספעציעל ווען די סטעיט טענה'ט דא אז זיי האבן א רעכט אפצוטייטשן שווער אפילו אויב עס מאכט סענס אפצוטייטשן אנדערש
Screenshot 2025-08-06 152647.jpg
Screenshot 2025-08-06 152647.jpg (17.69 KiB) געזען געווארן 485 מאל

אויף די דריטע שאלה פון:
ביטע שיין מסביר צי איז דא א סיבה פארוואס די באבוב אמיקוס זאל שטערן פאר 'דער איד'?

די תירוץ איז אז עס דארף טאקע נישט, און כ'וועל שוין נאכברענגען פונם אנדערן כותב הרב @היימישער

"אייגענטליך, ביים פערל"ס קעיס האבן 'דער איד' [פערל"ס] געהאט 'פארלאנגט' פון באבוב, אז זיי זאלן ביטע אריישיקן אן אמיקעס בריוו פארן פערל"ס קלאגע"

ענד דעטס עקזעקטלי מיי פוינט.

געווענליך ביי אזעלכע סארט קעיסעס, "זוכט" מען מען זאל אריינגעבן אן אמיקוס לטובה, יעצט אויב איינער וויל נישט, קען זיין ער האט א טענה, אבער ער איז דער וואס דארף זיך מסביר זיין פארוואס נישט, און נישט פארקערט.

דא, און איבערהויפט אין בלאט, פרובירט מען אראפצומאלן כאילו דאס עצם שרייבן אן אמיקוס איז א שלעכטע זאך, וואס מען טוט ווען מען וויל עפעס "אוועקנעמען פון איינעם, ווען מען האלט אז יענער טוט נישט קיין גוטע זשאב וכו' וכו',

דאס איז א פאררעטערישע און השחתה'דיגע וועג אראפצולייגן דעם ענין פון אמיקוס, כדי צו פארדעקן די עוולה פון נישט לאזן פערלס פיילן בלויז פאר שלעכטקייט.

און צוליב דעם פרעג איך מיט א צינישקייט צו מען האט געהאקט אויף באבוב.

אויב אין אן אמיקוס נאר מחדש צו זיין וואס יענער פארפעלט אדער פארזעהט, פארוואס האט פערלס געזוכט אז באבוב זאל אריינגעבן אן אמיקוס? פארוואס האבן זיי דאס נישט אליין געשריבן?
אלא מאי איז דאס פאלש אפגעלערנט וואס אמיקוס איז און דאס איז בדווקא פאלש אפגעלערנט כדי צו פארדעקן די אייגענע השחתה.



(און אויסער די סיבה פון העלפן פאר דעם ספעציפישן קעיס, האט פערלס אן אינטערעסע אין אנדערע קעיסעס אין אלגעמיין וואס פערלס זוכט צו זיכער מאכן אז יענע אינטערעסן ווערט ארויסגעברענגט, ספעציעל איבער אויסטייטשן די פסק פון קאורט אוו אפיעלס ווי מער גונסטיג שייך {וואס אויך בארשאוו האט אזוי געהאלטן נאר דער צד ה'דער בלאט" האט בשום אופן נישט געוואלט, וואס דאס האט אויפגעהאלטן דאס פיילן די קלאגע פאר עטליכע טעג, א געפערליכע השחתה פאר זיך, ועוד חזון למועד דאס צו באהאנדלן}, האט ער אלע רעכטן און אפילו א חיוב ציילן אן אמיקוס)

מוז מיר מאכן דא א קנייטש.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8764
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 22031

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בעפאר מ'גייט אריין אין א שמועס אויב און פארוואס א פיערלס עמיקוס איז שעדליך.

האט דער בעל הקעיס געבעטן דעם פערלס לויער עס נישט צו טון? אויב יא, פארוואס האט ער עס יא געטון?
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 165

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

אט האט איר א דוגמא וואס עס מיינט א פערל"ס פארטיידיקונג

אין זיין איצטיגע אפירמעישאן בריוו וואס אבי שיק האט אריינגעשיקט צוזאמען מיטן זיין אמיקעס בריוו, ליינט זיך ווי פאלגענד:

1) איך אבי שיק, בין א לויער פאר פערל"ס, אגודת ישראל, תורה ומסורה, וויל אריינגעבן אן אמיקעס בריוו.

2) פערל"ס: מיסיע נומער איינס איז, צו באשיצן די רעכטן פון עלטערן צו קענען 'אויסקלויבן' א ישיבה... מיסיע נומער צוויי, צו באשיצן ישיבות אז די רעגירונג זאל נישט נוצען מער רעכט וויפיל זיי מעגן.

3) פערל"ס שטייט אין שפיץ צו אדוואקירן פאר די ישיבות, סטודענטן, און זייערע עלטערן, [הג"ה: מיטן מסכים זיין מיט די רעגירונג אז מען קען און מען ברויך זיין סאבסטענשיל עקוויוועלנד צום פאבליק סקול] און האט לעצטענס געקלאגט די רעגולאציעס, און באקומען א אורטייל וועלכע האט קלארגעשטעלט, אז די רעגולאציעס, פארלאנגן נישט אז מען מוז ארויסנעמען די קינדער פון א מוסד, און טוט נישט בארעכטיגן שפארן מוסדות התורה, [הג"ה, מודה אז די סטעיט איז געווען גערעכט אז עס שטייט טאקע נישט אין די רעגולאציעס] ווי אויך האט שוין פערל"ס אריינגעשיקט אמיקעס בריוון אין אנדערע געריכטן [הג"ה: ביים פארטיידיגן העפטיג דעם פעלדער געזעץ, וואס די עסקנים פון פערל"ס האבן געווארענט אז די פעלדער געזעץ איז סכנה גדולה...]

4) תורה ומסורה
: טוט שטיצן ישיבות אין דעי סקולס איבער גאנץ אמעריקא, [הג"ה: וועלכע שטעלן 'יא' צו א פולקאמע סאבסטענשיל עקוויוועלנד עדיוקעישאן] זייערע מעמבערשיפ באשטייט פון איבער 675 דעי סקולס און ישיבות, מיט א ס"ה פון איבער צוויי הונדערט טויזענט קינדער, [הג"ה: וועלכע האבן נישט קיין שום פראבלעם צו לערנען די אלע פארלאנגטע סאבדשעקס וואס די רעגירונג פארלאנגט] רוב פון די סקולס זענען אין ניו יארק,

די מיסיע פון תורה ומסורה, צו פארזיכערן אז יעדע קינד באקומט די העכסטע סטאנדארטן אין אידישע חינוך, צוזאמען מיט די נויטיגע סקילס, צו פירן א סוקסעספול לייף, און ווערן א פראדאקטיוו מעמבער פון סאסייעטי, [הג"ה: ווי שוין ערווענט, מיטן 'יא' נאכקומען אלע פארלאנגן פון די רעגירונג, וואס ווערט פארלאנגט אין דעם גזירת החינוך] זענען אויך געווען א טייל צו קלאגן די רעגולאציעס [הג"ה: וואס די אפעלאט און קאורט אף אפיעלס האבן ליידער אפגעווארפן די קלאגע און פולקאם אלעס באשטעטיגט]

5) אגודת ישראל: געגרינדעט אום יארע 1922, איז א נאציאנאלע ארגענעזאציע, הויפטקווארטירט אין נ"י, איז אפיליעטעד מיט בתי מדרשים קהילות אין נארט אמעריקא, זענען די פירער צו אדוואקירן פאר אידישע אינטערסן, [הג"ה: א שטייגער ווי ארבייטן פאר די עדיוקעישאן דעפט, און שטיפן די מוסדות אז זיי זאלן נאכקומען אלע זייערע גזירות...] וכו'

6) צענדליגער ישיבות האבן שוין געהאט א ריוויא, טייל זענען געפונען געווארן צו זיין סאבסטענשיל עקוויוועלנד, [רח"ל] אבער 12 מוסדות האבן שוין באקומען א פרילימינערי נעגעטיוו דיטירמינעישאן, ממילא האט פערל"ס, אגודה, תורה ומסורה, א שטארקע אינטערעסע צו פארזיכערן אז... די עדיוקעישאן דעפט, טוט נישט איבערגיין זייערע אויטאריטעיט און אויסטייטשן און אימפלעמענטן די 2022 רעגולאציעס... [הג"ה: א זאך וואס די אפעלאט דיוויזע, און קאורט אף אפיעלס האבן שוין קלאר באשטעטיגט אז די רעגולאציעס פון 2022 זענען און פולן קראפט, און מעגן ווערן אומפלעמענטעט]

בסך הכל:

דער איצטיגער קעיס איז א קלאגע פון דריי ערליכע חסידישע מוסדות התורה, וועלכע ווילן נישט, און קענען בשום אופן נישט, נאכקומען דעם גזירת החינוך, וועלכע פארלאנגט אז מען זאל לערנען אזוי ווי אין פאבליק סקול.

2) די דריי מוסדות התורה, זענען יארן לאנג געווען פארמאל אינטער פערל"ס, מיינענדיג, אז פערל"ס פירט א העלדישן קאמף צו באשיצן דעם חינוך הטהור, און אז קיינער זאל נישט ברויכן משנה זיין אפילו א קוצו של יוד.

3) די רגע די מוסדות האבן געכאפט, אז אויב וויל מען גיין מיט פערל"ס מוז מען נאכקומען אלע רעגירונגס פארלאנגן, און אין דעם פאל, אריינשיקן א טיים ליין און פלאן, פאר די רעגירונג, ווען און וויאזוי מען גייט נאכקומען אלע זייערע פארלאנגן פונעם גזירת החינוך, האבן זיי אויף א שיינעם אופן געשיקט פערל"ס ליפטערן, און געזיכט אן אנדערן אדוואקאט וואס זאל טענה'ן און טוען וואס זיי ווילן, און נישט ברויכן נאכגיין בלינדערהייט וואס פערל"ס אדוואקאט באפעלט.

4) איצט קומען די 3 מוסדות התורה, וועלכע ווילן נישט נאכגעבן דעם גזירת החינוך, און פראבירן צו טענה'ן אז דער נייער געזעץ האט געטוישט די מציאות, און זיי ווילן עס קענען נוצן פאר זייערע אינטערסן.

5) קומט דער פערל"ס אדוואקאט, וואס לא די, וואס מען האט עם קלאר געבעטן אז ער זאל זיך נישט אריינמישן אין דעם קעיס, קומט ער אן, און זאגט אז ער קומט בשם 'אגודת ישראל', וועלכע האט פולקאם קאאפירט מיט די גזירת החינוך, ווי אויך בשם 'תורה ומסורה' וועלכע האט א נעץ פון 200,000 קינדער וועלכע האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיטן גזירת החינוך און לערנען 'אלעס' וואס די רעגירונג פארלאנגט, פארקערט, [יאפע"ד וויל בס"ה אז די אלע חסידישע מוסדות זאלן ווערן פארוואנדעלט אין תורה ומסורה מוסדות!]

און ער וויל דא מכלמורשט 'ארויסהעלפן' 3 מוסדות התורה וועלכע קענען נישט און ווילן זיך 'נישט' צושטעלן די גזירת החינוך

6) והעולה על כולנה, קען ער נאך שרייבן אז ער קומט דא גאר בלויז פאר זיינע 12 מוסדות התורה פון פערל"ס וועלכע האבן באקומען א פרילימענערי נעגעטיוו דעטערמינעישאן, און צוליב דעם האבן זיי זיך געבראכן און האבן יא אריינגעשיקט א טיים ליין ענד פלאן, אז זיי גייען נאכקומען די גזירת החינוך בכל פרטי' ודוקדוקי',
אז וואס?
אז מען זאל נישט קענען 'אויסטייטשן' און 'אימפילימענטן' די 2022 רעגולאציעס, וואס די העכסטע געריכט אין ניו יארק האט שוין געגעבן די גרינע ליכט פאר די סטעיט אז זיי קענען עס יא אימפלימענטן...!

און אנדערע ווערטער,
אנשטאט צו זאגן, אז איך וויל קומען באפעסטיגן עכ"פ די טענות פון די דריי מוסדות התורה וועלכע האבן 'יא' א 'פראבלעם' מיטן גזירת החינוך, 1) אז מען ברויך פסל'ן די דיטירמינעישאן ווייל די רעגירונג האט נישט גענוצט לימודי קודש, 2) אויפן בעסטן פאל, זאל די רעגירונג עכ"פ לאזן די דריי מוסדות התורה נוצן דעם נייעם געזעץ

קומט ער זאגן אז איך בין דא מיט אן אמיקעס בריוו, פאר מיינע 12 מוסדות וואס געבן זיך יא אונטער פארן גזירת החינוך, אז וואס... אז מען זאל נישט קענען אימפלעמענטן וואס... די גיידליינס... די רעגולאציעס פון 2022 וואס די העכסטע געריכט האט שוין לאנג באשטעטיגט...!

אט דאס איז בלויז א קליינער ביישפיל, פארוואס נאך 10 יאר שווערע הוראוואניע פון פערל"ס אגודת ישראל, תורה ומסורה, אדוואקאט, האלט מען נאך בעפאר דעם אלף...
היימיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 3:31 pm
x 165

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימיש »

@מיטב הגיון איר כאפט נישט די פאוינט

עס איז געווען ביי די קאוויד עפאכע, נאכדעם וואס די אפיציעלע עסקנים און אידישע ארגענעזאציעס האבן גארנישט געטון צו עפענען בתי מדרשים און די מוסדות, האט עפעס אידעלע מיטן נאמען אלחנן פאר, אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די רעגירונג וועגן פארשפארן מוסדות און בתי מדרשים,

אגודת ישראל האט דאן זיך געוואנדען און געפרעגט אויב זיי זאלן אריינגעבן אן אמיקעס בריוו [פארשטייט זיך, כדי צו אויך קענען זיין אין די העדליינס אויב וועט זיין א געווינס]
אלחנן לויער האט געמאכט א שטיקל ריסירטש וואס עס געווען די מהלך פון אגודת ישראל בנוגע שפארן בתי מדרשים און האט געזעהן אז ליידער האבן זיי פולקאם קאאפירט מיט די רעגירונג, האט זיין לויער עם געזאגט ווי פאלגענד: אז אן אמיקעס פון אגודת ישראל וועט דא נאר קאליע מאכן שטיי ווייט פון זיי

און כך הוה, ער האט זיי געבעטן אז זיי זאלן נישט אריינגעבן אן אמיקעס, און אגודת ישראל האט געפאלגט און זיי האבן נישט אריינגעגעבן קיין אמיקעס [יו דאנט געט די פאונט אז ווען מען זאגט דיר אז שרייב נישט פאלגט מען]
און דער אלחנן האט טאקע געוואונען דעם קעיס

וואס דאס האט טאקע אנגעמאכט בושות פאר אגודת ישראל, און ביים נעקסטע מאל וואס קאומא האט פראבירט צו שפילן מיט די בתי מדרשים דאן איז שוין אגודת ישראל געלאפן אויף אלע פיר אין געריכט, [איינע פון די ריכטער האט טאקע גענוצט אגודת ישראל קאאפירן מיט די רעגירונג קעגן זיי]

פארשטיי אז פערל"ס זאגט זייער קלאר איינמאל און נאכאמאל : מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די גזירת החינוך, בלויז מיט די קאנסקעווענצן...
און די דריי מוסדות האבן יא א פראבלעם מיט די גזירת החינוך און ווען אבי שיק קומט אריין אין בילד, [נאך בעפאר מען קוקט אפילו וואס ער טענה'ט] איז דאס א גרויסע מינוס

איך ערווארט נישט אז די וועסט דיך טוישן, נאר געשריבען פאר די אנדערע לייענער
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 894
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1521

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

כדי צו קענען פיילן דעם אמיקוס ברויך ער קענען אויפווייזן פארוואס ער איז א בעל דברים דא...
שרייב פאוסט