פארשטיי איך נאך בכלל נישט די עברי טייטש וויאזוי לשיטתו וועט עפעס פון זיינע טענות אפילו צוהעלפן פאר די יעצטיגע קעיס,
מיר קוקט אויס ווי אלע זיינע ארגומענטס זענען בכלל נישט ממין הטענה פון די קלאגע וואס די דריי מוסדות האבן אריינגעגעבן,
דהיינו, ווי אויסגעשמועסט כמה פעמים אין די פריערדיגע בלעטער, איז די ערשטע פון די דריי קלאגעס אין די יעצטיגע קעיס וואס דאס איז בעיקר נוגע פאר די דריי מוסדות, (און דאכט זיך מיר אז די TRO האט מען טאקע באקומען געבעיסד אויף די טענות פון די קלאגע), וואס די דריי ספעציפישע מוסדות לאזט די סטעיט זיי נישט נוצען די נייע געזעץ צוליב דעם וואס זיי האבן שוין באקומען די פיינעל דעטערמינעשאן נאך פאר די געזעץ איז אריין אין קראפט, און די קלאגע איז אז זיי זאלן יא זיין בארעכטיגט דערצו אפילו נאכדעם וואס זייער פיינעל דעטערמינעשאן בלייבט אין עפעקט, מכח עטליכע טענות ווי אויסגעשמועסט דורך @פ. לאקס
פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 3:32 pm די ערשטע קלאגע איז אן ארטיקל 78, וואס בעט די געריכט צו אנולירן די באשלוס פון די סטעיט אז די 6 מוסדות קענען נישט נוצן די נייע געזעץ.
די טענות אינעם קלאגע זענען
- די נייע געזעץ פארמאגט נישט קיין שום פארלאנג פאר לימודים
- די נייע געזעץ פארמאגט נישט קיין שום ווארט וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז זיי מאכן אן אויסנאם אז געוויסע שולעס קענען עס נישט נוצן
- די נייע געזעץ פארמאגט "יא" שטארקע לשונות וואס מאכן עס די ברייטסטע מעגליך אז יעדער זאל עס קענען נוצן.
- די נייע געזעץ זאגט קלאר אז עס איז שטערקער ווי "סיי וועלכע" געזעץ אדער רעגולאציע וואס זאגט אנדערש.
- די מוסדות מיט א נעגאטיווע דעטערמינעישאן זענען קלאר ווייטער שולעס
- די פאקט אז די געזעץ ערלויבט צו טוישן מהלך ווען מען וויל צייגט אז די געזעץ צילט עס צו מאכן זייער גרינג פאר מוסדות עס נוכצוקומען, און וויל נישט שטעלן קיין באגרעניצונגען.
- די פעיז אין פעריאד אינעם געזעץ צייגט אויך אז די געזעץ האט געצילט צו פארזיכערן אז ווי מער מוסדות זענען ווי מער באשיצט, נישט צו שטעלן באגרעניצונגען.
יעצט וואלט איך זייער געוואלט פארשטיין וויאזוי קען איינע פון די פאלגענדע טענות העלפן אז מכח דעם זאל די סטעיט יא דארפן לאזן די דריי מוסדות נוצן די נייע געזעץ נאכדעם וואס זיי האבן שוין באקומען א פיינעל דעטערמינעשאן.
(חוץ די איינע טענה אז מכח די ניייע געזעץ קען יעצט יעדער זיין עקוויוועלענט, וואס דאס איז דאך סתם איבערגעחזרט דאס וואס בארשאוו האט געבויט זיין קעיס דערויף, און אויף דעם דארף מען נישט צוקומען צו קיין אמיקוס פון אבי שיק)
פ. לאקס האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 10:16 pm אבי שיק'ס אמיקוס איז אפיציעל לטובת די מוסדות קעגן די סטעיט, באזירט אויף די פאלגנדע טענות:
-עלטערן דארפן צושטעלן עדיוקעישאן
-זיי קענען שיקן אין א פריוואטע שולע
-די קינדער דארפן נישט באקומען זייער גאנצע חינוך אין איין לאקאציע
-די נייע געזעץ שטעלט קלאר אז אויף דערווייל זענען אלע מוסדות עקוויווילענט (דאס איז גארנישט מחדש ווייל דאס איז דאך די גאנצע טענה פון בארשאוו)
-די קאורט אוו אפיעלס אורטייל באשטעטיגט די אלע אויבנדערמאנטע טענות
-קינדער וואס גייען צו שולעס וואס זענען נישט עקוויווילענט זענען בארעכטיגט פאר באסעס
-קינדער וואס גייען צו נישט עקוויווילענט שולעס זענען בארעכטיגט פאר ספעשל עד
-שולעס וואס זענען נישט עקוויווילענט זענען בארעכטיגט פאר MSM געלטער (רוב געלטער וואס מוסדות באקומען איז מטעם מענדעיטעד סערוויסעס)
-צוליב די נייע געזעץ זענען אלע מוסדות אטאמאטיש עקוויווילענט
די איינציגסטע 'פארשטענדליכע' און 'פרישע' טענה וואס איז נאכנישט געווען אין בארשאוו'ס גאנצע קלאגע זענען די פאלגענדע ווערטער, וואס דאס איז ווארשיינליך די עיקר ציהל פון די גאנצע אמיקוס: