כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:59 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 7:46 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 5:16 pm
מן המצר קראתי יה ענני במרחב יה.

יושב בסתר עליון,
צפה בתוך ליבי,
כבר הפעם המיליון,
שאני בוכה אליך אבי.
זייענדיג נאנט מיט דער כותב הקינה, האב איך זיך געשריבן מיט אים אויף בליץ-פאסט איבער די קינה. האט ער מיר געענטפערט ווי פאלגענד:

מעגליך אז איך בין זיך בכלל טועה, און נאר ווייל איך זיץ אין די ווייטאג קוק איך עס אזוי אן, און איך וועל פריילעך זיין צו הערן אז דאס איז נישט ריכטיג.
כבוד הצדיק, איך זאג דיר צו אז דו ביסט זיך טועה. עס האט הונדערט פראצענט מיט דיין ווייטאג וואס מאכט דיך פילן אזוי. איך באשולדיג דיך נישט ח”ו אבער איך זאג דיר צו אז קיינער פון יוצאים איז נישט אין מיינע אויגן קיין ברעקל ווייניגער חשוב ווי מיין אייגענע משפחה. עס טוט מיך באמת וויי אז דו שפירסט אזוי.
אגב, דו האסט באמת שטארקע טאלאנט, באלייכט די וועלט דערמיט.
מיר זענען נישט דא אים צו פארעכטן
אינז זעמער דא זיך צו פארעכטן
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1119
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 9:30 pm

ער זאגט נישט אז יעדער טראכט אזוי. אבער למעשה האט ער א שטארקע טענה. אז מען פארשפרייט זיינע פריוואטע כתבים אן רשות, און מען זיצט דא און מען גראבט מיט א לייכטקייט אין זיינע פריוואטע אינפאָרמאַציע, און צו זיין מאמע רעדט עברית אדער אידיש, אא”ו.
מען טוט נישט די זעלבע זאך אויף סתם אמעריקאנע קינדער (אפילו מיט כשרונות..)
פארוואס זאל ער נישט אזוי שפירן?

ווען איינער קומט צו צו דיר אין ביהמ"ד און ווייזט דיר אן אויף אן עלטערער איד וואס זיצט ביים תיקון טיש און פארברענגט מיט'ן עולם אז ער איז אן אוישוויץ איבערלעבער, וועסטו אודאי פרובירן אויפצוכאפן יעדעס ווארט וואס ער זאגט. נאכדעם וואס ער וועט אהיימגיין וועסטו אודאי פרעגן די אנוועזנדע וויאזוי דער איד הייסט, ווי אלט ער איז געווען ביי די מלחמה, וויפיל יאר ער איז געווען אין אוישוויץ, צו זיינע עלטערן האבן איבערגעלעבט וכו'. דאס קומט פון פילן אז ווייל יענער איז געווען אין אוישוויץ איז ער א צווייטער קלאס בירגער, אדער עס קומט פון רעספעקט פאר א איד וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט און אינטערעסע אין דעם איד'ס מיטמאכענישן?

ה"ה הכא.
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 9:39 pm

לענ”ד
קיינער מיינט נישט קיין שלעכט’ס חלילה
נאר. ס’איז דא מענטשן וואס זענען בטבע מער סענסעטיוו צו שפירן א צווייטענס הרגשים, און ס’איז דא וואס זענען ווייניגער, נישט פון מידות רעות וועגן, פשוט זיי לייגן נישט צו קיין קאפ, מען רעדט פון א נושא, פון א יחיד, מטבע הדברים שמועסט מען זיך אויס וואס עס קומט ארויף אויפן צונג, כאילו מען וואלט ווען געווען דא אין קאווע שטוב.
מען כאפט זיך נישט אז למעשה געפונט מען זיך דא אין רשות הרבים, יעדע נערישע תגובה און בילד, בלייבט פאראייביגט פאר יעדעם צו ליינען, וואס וועט דער יוצא אדער די משפחה שפירן ווען ער זעהט דאס?
אמת. עס איז זייער שווער צו זיך אפשטעלן טראכטן, מיט די היינטיגע מוחין... ספעציעל ווען קיינער וויל נישט בלייבן מיט זיין תגובה אין בויך. אבער מען מעג ווען יא אביסל פרובירן אריינצוקריכן פארשטיין די יוצאים’ס געפילן. אביסל סענסעטיוו.
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 10:27 pm
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 9:30 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:59 pm

כבוד הצדיק, איך זאג דיר צו אז דו ביסט זיך טועה. עס האט הונדערט פראצענט מיט דיין ווייטאג וואס מאכט דיך פילן אזוי. איך באשולדיג דיך נישט ח”ו אבער איך זאג דיר צו אז קיינער פון יוצאים איז נישט אין מיינע אויגן קיין ברעקל ווייניגער חשוב ווי מיין אייגענע משפחה. עס טוט מיך באמת וויי אז דו שפירסט אזוי.
אגב, דו האסט באמת שטארקע טאלאנט, באלייכט די וועלט דערמיט.
ער זאגט נישט אז יעדער טראכט אזוי. אבער למעשה האט ער א שטארקע טענה. אז מען פארשפרייט זיינע פריוואטע כתבים אן רשות, און מען זיצט דא און מען גראבט מיט א לייכטקייט אין זיינע פריוואטע אינפאָרמאַציע, און צו זיין מאמע רעדט עברית אדער אידיש, אא”ו.
מען טוט נישט די זעלבע זאך אויף סתם אמעריקאנע קינדער (אפילו מיט כשרונות..)
פארוואס זאל ער נישט אזוי שפירן?

ווען איינער קומט צו צו דיר אין ביהמ"ד און ווייזט דיר אן אויף אן עלטערער איד וואס זיצט ביים תיקון טיש און פארברענגט מיט'ן עולם אז ער איז אן אוישוויץ איבערלעבער, וועסטו אודאי פרובירן אויפצוכאפן יעדעס ווארט וואס ער זאגט. נאכדעם וואס ער וועט אהיימגיין וועסטו אודאי פרעגן די אנוועזנדע וויאזוי דער איד הייסט, ווי אלט ער איז געווען ביי די מלחמה, וויפיל יאר ער איז געווען אין אוישוויץ, צו זיינע עלטערן האבן איבערגעלעבט וכו'. דאס קומט פון פילן אז ווייל יענער איז געווען אין אוישוויץ איז ער א צווייטער קלאס בירגער, אדער עס קומט פון רעספעקט פאר א איד וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט און אינטערעסע אין דעם איד'ס מיטמאכענישן?

ה"ה הכא.
אין הנידון דומה בכלל מכמה אנפין, והעיקר
יעדער ווייסט אז יעדער אושוויץ איבערלעבער איז זייער שטאלץ דערמיט, ער וויל פארציילן, און ער שפירט גוט ווען זיינע זכרונות ווערן פארשפרייט ווי מער
משא’’כ הכא זאגט ער דאך אליין אז נישט , וכדבריו שמעתי מכמה יוצאים אחרים, איז רצונו של אדם זה כבודו. אדרבא, ס’איז דא וואס האבן נישט קיין פראבלעם, מען דארף פשוט זיכער מאכן פארן מפרסם זיין
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1119
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3748

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 10:37 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 10:27 pm
קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 9:30 pm

ער זאגט נישט אז יעדער טראכט אזוי. אבער למעשה האט ער א שטארקע טענה. אז מען פארשפרייט זיינע פריוואטע כתבים אן רשות, און מען זיצט דא און מען גראבט מיט א לייכטקייט אין זיינע פריוואטע אינפאָרמאַציע, און צו זיין מאמע רעדט עברית אדער אידיש, אא”ו.
מען טוט נישט די זעלבע זאך אויף סתם אמעריקאנע קינדער (אפילו מיט כשרונות..)
פארוואס זאל ער נישט אזוי שפירן?

ווען איינער קומט צו צו דיר אין ביהמ"ד און ווייזט דיר אן אויף אן עלטערער איד וואס זיצט ביים תיקון טיש און פארברענגט מיט'ן עולם אז ער איז אן אוישוויץ איבערלעבער, וועסטו אודאי פרובירן אויפצוכאפן יעדעס ווארט וואס ער זאגט. נאכדעם וואס ער וועט אהיימגיין וועסטו אודאי פרעגן די אנוועזנדע וויאזוי דער איד הייסט, ווי אלט ער איז געווען ביי די מלחמה, וויפיל יאר ער איז געווען אין אוישוויץ, צו זיינע עלטערן האבן איבערגעלעבט וכו'. דאס קומט פון פילן אז ווייל יענער איז געווען אין אוישוויץ איז ער א צווייטער קלאס בירגער, אדער עס קומט פון רעספעקט פאר א איד וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט און אינטערעסע אין דעם איד'ס מיטמאכענישן?

ה"ה הכא.
אין הנידון דומה בכלל מכמה אנפין, והעיקר
יעדער ווייסט אז יעדער אושוויץ איבערלעבער איז זייער שטאלץ דערמיט, ער וויל פארציילן, און ער שפירט גוט ווען זיינע זכרונות ווערן פארשפרייט ווי מער
משא’’כ הכא זאגט ער דאך אליין אז נישט , וכדבריו שמעתי מכמה יוצאים אחרים, איז רצונו של אדם זה כבודו. אדרבא, ס’איז דא וואס האבן נישט קיין פראבלעם, מען דארף פשוט זיכער מאכן פארן מפרסם זיין

איה"נ, איך רעד נישט פון די חלק פון מפרסם זיין יענעמ'ס פריוואטע זאכן אן רשות, בפרט ווען יענער האט בפירוש געבעטן מען זאל עס נישט מפרסם זיין. איך רעד אבער בכלליות פון דעם וואס ער פילט אז מען קוקט אים אן ווי א צווייטע קלאס בירגער, אויף דעם וויל איך קלאר שטעלן אז ס'איז טאקע אמת אז מ'קוקט אויף אים אבער מ'קוקט אים ארויף, נישט אראפ.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

גערוקט תגובות אויף בלאט 4 אין די בריוון אשכול
צו עפענען בלאט 5
כדי די נטפרי באנוצער זאלן קענען שרייבן בריוון
viewtopic.php?p=195708&sid=14bdd0d79e35 ... d2#p195708
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
alef
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 4:37 pm
x 76

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך alef »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 11:04 pm גערוקט תגובות אויף בלאט 4 אין די בריוון אשכול
צו עפענען בלאט 5
כדי די נטפרי באנוצער זאלן קענען שרייבן בריוון
viewtopic.php?p=195708&sid=14bdd0d79e35 ... d2#p195708
do you really need to be on a page to write?
did you try the direct link?
posting.php?mode=reply&t=2974
גארנישט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 5:23 pm
► Show Spoiler
(איך האב שוין פרובירט גיין אויף בלאט 1 און איך קען אזוי אויכעט נישט)
please explain what you tried
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משיח משיח »

@גארנישט נישטא קיין ווערטער אויף דיין לאנגע הערליכע בריוו'עלע, אזוי פיל הארץ און געפיל,
איין זאך קען איך דיר זאגן שכרך הרבה מאוד
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1728

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 11:04 pm גערוקט תגובות אויף בלאט 4 אין די בריוון אשכול
צו עפענען בלאט 5
כדי די נטפרי באנוצער זאלן קענען שרייבן בריוון
viewtopic.php?p=195708&sid=14bdd0d79e35 ... d2#p195708
אבער למען ד' איז יעצט בלאט 5 פארמאכט (און בלאט 4 אפן)

רבותי! עס איז צייט צו זען אז נטפרי זאל עפענען די סייט געהעריג, (עס איז דא אזא זאך איך ווייס נאר נישט וויאזוי)
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 533

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואסאפשט »

לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:28 pm באקומען פון א חבר

מיין דורך געפאלענעם אינטערוויא, מיטן 'לב טהור' בחור/אינגערמאן: פרייטאג דברים, ברוך השם די היצן האבן עטוואס נאכגעלאזט און א קילע פראנט האט מיטגעבראכט קאנטרי לופט אין די סיטי אריין, איך כאפ א שטיקל שפאציר'ל פארן דאווענען... מיגו כ'בין יעצט אין כלל ישראל שול...

פון בית מדרש שפאנט ארויס א דארן יונגען בחור'ל, אין זיין האנט האלט ער א ריזיגן טלית בייטל...

אופס, אזא יונגען בחור מיט א טלית בייטל?! ער מוז זיין פון די יוצאי לב טהור, ער איז גאר א אינגערמאן!

בליץ שנעל קריגט מיין טעאריע הענט און פוס, קודם כל דער בחור גייט מיט ניי אויסזעענדע קליידער - מוז זיין אז ער האט זיך יעצט אפגע'פטר'ט פון די בבל'ישע פורים שמאטע'ס, און זיך אנגעטון די נארמאלן דרעסקאוד, חוץ מזה - זיין פנים קוקט אויס עטוואס צו די טונקעלע זייט...

זיין קליינעם און דארן געשטעל שיקן מיר שוין מעסעדזשעס פון שווערע זמנים וואס ער איז אריבער... תיקונים...

איך האב שוין צוזאמגעשטעלט א קורצן אינטערוויא אפצוהאלטן מיט אים דא אויפן ארט, פארשטייט זיך נישט ווי א נייגעריגע פערד וואס שטעקט אריין די נאז... נאר מיט שלייער פון קירוב און היימיש מאכן אזויווי די עסקנים האבן געבעטן.

איך זע שוין די געשמאקע ארטיקל לכבוד תשעה באב אין אייוועלט, מיט די קעפל: "יחזקאל סגל לנדא מיט אן עקסקלוסיוו אינטערוויא מיט יוצאי לב טהור"

איך שפאן שוין צו צום אינגערמאן, מיט א ליסטע פון שאלות איבער די הנהגה אין ל"ט, די צייטן אין שעלטער, און איבער זיין איינגלידערונג אין ניו יארק, מיין האנט איז שוין אויסגעשטרעקט, און מיין צונג הייבט שוין אן ארויס שפייען דער שלום עליכם...

ווען פלוצלינג -

דער טיר פון בית מדרש גיבט זיך א עפן אויף, א אינגערמאן שפאנט ארויס און רופט זיך אן צום 'יוצא לב טהור': קום יענקי, איך נעם דיר אין חדר... גיב מיר מיין טלית בייטל, און זעץ זיך אריין אין קאר... ער גיבט איבער זיין טאטע די טלית בייטל, און דריקט צו צום הארץ זיין נייעם תפלין בייטעל...

פאאףףף... די גאנצע געביידע איז זיך צופאלן פארנט פון מיינע אויגן....

וד"ל
האסט פארגעסן עס צו עדיטן פון וועלכע חאווער האסט עס באקומען...

אבער די ארטיקל האט א הערליכע אויספיר וואס פאר סאום ריזען ברענגסטו עס נישט.
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

גארנישט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 6:39 am
על פי תורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 11:04 pm גערוקט תגובות אויף בלאט 4 אין די בריוון אשכול
צו עפענען בלאט 5
כדי די נטפרי באנוצער זאלן קענען שרייבן בריוון
viewtopic.php?p=195708&sid=14bdd0d79e35 ... d2#p195708
אבער למען ד' איז יעצט בלאט 5 פארמאכט (און בלאט 4 אפן)

רבותי! עס איז צייט צו זען אז נטפרי זאל עפענען די סייט געהעריג, (עס איז דא אזא זאך איך ווייס נאר נישט וויאזוי)
בכל אופן
קיינער זאל זיך ח''ו נישט צוריקהאלטן צו שרייבן א בריוו צוליב דעם
איר קענט עס שיקן צו מיין אישי
און איך וועל עס ארויפלייגן
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 7:46 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 5:16 pm
מן המצר קראתי יה ענני במרחב יה.

יושב בסתר עליון,
צפה בתוך ליבי,
כבר הפעם המיליון,
שאני בוכה אליך אבי.
זייענדיג נאנט מיט דער כותב הקינה, האב איך זיך געשריבן מיט אים אויף בליץ-פאסט איבער די קינה. עס האט אים זייער וויי געטון אז מען האט דאס ארויפגעלייגט אן זיין רשות. אויף מיין שאלה, צי איך זאל זען דערצו אז עס זאל אראפגיין פון אידטיש, האט ער מיר געענטפערט ווי פאלגענד:

...
די נקודה איז נישט אז מ'זאל עס אראפ נעמען, ס'איז שוין סיי ווי פארשפרייט.

ס'שטערט מיר נאר איין זאך, פארוואס טוהט ער דאס נאכאמאל און נאכאמאל, ס'איז שוין געווען יענע שמועס אויף קרעטשמע, (נאך עפעס איז געווען איך געדענק נישט פונטקליך), און ס'איז זייער נישט קיין שיינע זאך.

בעצם די גאנצע זאך איז א פריוואטע באשרייבונג, איך האב דאס געשריבן פאר מיר אליינס, און ווען איינער האט מיר שוין יא געבעטן אים דאס אריבערצושיקן איז דאס געווען מיט זייער א קלארע תנאי אז דאס גייט נישט ווייטער בשום פנים און זיכער נישט אויף פאבליק.

איך פיל מער און מער ווי מ'קוקט אויף מענטשן, אויף די מין פון מדבר און פונעם צווייטן זייט אויף די לב טהור חברה בכלל (וואס אויף דעם האב איך אויך טענות ווי אזוי מ'פירט זיך אויף מיט זיי), אבער יעצט רעד איך פון די יוצאים, קוקט מען זיי אן ווי א מדרגה נידריגער ביי די מענטשהייט בכלל, לאמיר זאגן אזוי ווי די שווארצע וכו', און דאס אליינס מאכט אז מ'זאל סתם אזוי אראפ קוקן, אבער די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז דאס אליינס מאכט אז מ'פארקוקט אויף אונזערע געפילן.

איך ווייס ס'איז נישט יעדער, זיכער נישט, אבער עם כל הכבוד מוז איך זאגן אז געוויסע פון די עסקנים - נישט יעדער, זענען געפערליך דערמיט, איך פארשטיי אז מען האט געהאלפן ארויס צו גיין, א גרויסן דאנק, אבער מען האט ארויס גענומען מענטשן, נישט קיין חיות, מענטשן וואס האבן פונקט דיע געפילן ווי יעדן איינעם און ס'טוט פונקט אזוי וויי ווען מ'פארקוקט עס וכו'.

און דאס איז נישט נאר מיין אייגענעם ווייטאג, איך רעד גענוג מיט יוצאים א חלק האבן מורא דאס ארויס צו זאגן קלאר ווייל למעשה זענען זיי אנגעהאנגן אין זיי אין די עסקנים וכו' און אסאך זאגן דאס יא קלאר און ס'טוט זיי זייער וויי.

שוין ס'קען סיי ווי גארנישט העלפן איך האב סתם געוואלט ארויס ברענגן מיין נקודה, אויף יעצט איז עס שוין דערנאך, איך האב שוין באקומען סקרין שאטס מיט פיקטשערס דערפון פון כאטש 10 פלעצער, און ס'טוט מיר וויי ווייל קיינער האט מיר גארנישט געזאגט בכלל, איך רעד נישט אויף פרעגן אפי' נישט מודיע געווען.

אבער שוין דער באשעפער זאל העלפן.

דאס וואס איך האב יעצט געשריבן אז דו ווילסט קענסטו דאס יא שיקן און פארשפרייטן אויב דו ווילסט, אדרבה זאלן מענטשן אויפהערן דערמיט.

יישר כח אויף אלעס.

מעגליך אז איך בין זיך בכלל טועה, און נאר ווייל איך זיץ אין די ווייטאג קוק איך עס אזוי אן, און איך וועל פריילעך זיין צו הערן אז דאס איז נישט ריכטיג.
קיינמאל נישט געטראכט מיט גרינגשעצונג אויף קיינער.
איך מיין דער מפרסם און די עסקנים המפרסמים, מיינען איין זאך, מענטשען זאלן פארשטיין וואס זיי זענען אריבער, כדאי זיין מער עפינדליך צי זיי בכלל.
און זיי זוכן ארויס ציהעלפען וויפיהל מקען נאר.
איך וואט דאס ציגעשטעלט צי פרישע יתומים, וואס אויב מוועט זיי נישט אנקוקען, וועלען זיי זיין פארווייטאגט אז מקוקט זיי נישט אן.
טאמער וואט מען ווידער זיי געבען א טראפיקילע ציפיהל אטענטשין ווי זיי ווילען, ווערען זיי באליידיגט אז מ"מאכט א מצב"צפון זיי.
נו וויפיהל איז באמת די שיעור?
ס'נישט באמת א פונקטליכע ענטפער, א כלל איז יא דא, אבער בפרטות איז יעדער יתום אנדערש.
איך מיין אז דא איז אויכעט אזוי.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יענץ מבין »

קרני פרה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 9:30 pm
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:59 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 7:46 pm

זייענדיג נאנט מיט דער כותב הקינה, האב איך זיך געשריבן מיט אים אויף בליץ-פאסט איבער די קינה. האט ער מיר געענטפערט ווי פאלגענד:

מעגליך אז איך בין זיך בכלל טועה, און נאר ווייל איך זיץ אין די ווייטאג קוק איך עס אזוי אן, און איך וועל פריילעך זיין צו הערן אז דאס איז נישט ריכטיג.
כבוד הצדיק, איך זאג דיר צו אז דו ביסט זיך טועה. עס האט הונדערט פראצענט מיט דיין ווייטאג וואס מאכט דיך פילן אזוי. איך באשולדיג דיך נישט ח”ו אבער איך זאג דיר צו אז קיינער פון יוצאים איז נישט אין מיינע אויגן קיין ברעקל ווייניגער חשוב ווי מיין אייגענע משפחה. עס טוט מיך באמת וויי אז דו שפירסט אזוי.
אגב, דו האסט באמת שטארקע טאלאנט, באלייכט די וועלט דערמיט.
ער זאגט נישט אז יעדער טראכט אזוי. אבער למעשה האט ער א שטארקע טענה. אז מען פארשפרייט זיינע פריוואטע כתבים אן רשות, און מען זיצט דא און מען גראבט מיט א לייכטקייט אין זיינע פריוואטע אינפאָרמאַציע, און צו זיין מאמע רעדט עברית אדער אידיש, אא”ו.
מען טוט נישט די זעלבע זאך אויף סתם אמעריקאנע קינדער (אפילו מיט כשרונות..)
פארוואס זאל ער נישט אזוי שפירן?
לענ"ד איז דאס סאך מער א תש25 פראבלעם ווי א לב טהור פראבלעם.

צוזאמען מיטן אויפשטייג פון מידיע, און נאך מער פון סאשועל מידיע, איז אוועגעפאלן די פשוטע מענטשליכע מדה פון 'פרייוועסי'.

אנגעהויבן ביי א מענטש פאר זיך זעלבסט, די מאגאזינען האבן כמעט מדי שבוע בשבוע א פראנט קאווער סטארי איבער א 'לעבעדיגע' פערזאן, וואס לאזט אז מען זאל איהם באשרייבן אין פאבליק. און אויף סאשועל מידיע, פאוסט מען א יעדע מצוה אדער עבירה צו סיי וועלעכע משוגעת וואס מען טוט, א בילד פון די קינדערס נייע שוך, ווי מען טרייט אן א טלית און געשעפט, בייסט אריין און א שטיקל סטעיק אין מיאמי, וכו' וכו'.

און אזוי אויך ווען עס קומט צו א צווייטע מענטש, האבן אונז פונקט אזוי פארלוירין די געפיל צו פרייוועסי.
טראכט אריין, ווען 'שמעלצער-דרעזנער' הערן פון עפעס א 14 יעריגע בחור וואס איז אריבער א שוועריקייט - און האט געשריבן א הערליכע קינה דערויף, וואלטן זיי נישט געטוהן וואס זיי קענען צו האבן אן אינטערוויו מיט די טאטע? 'אם חכם בני ישמח לבי גם אני'. און וואלטן זיי צו דען נישט פראבירט צו לייגן א האנט אויפן קינה אין דאס פעקלען אינעם שבת פעקל? און דערנאך וואלט געוועהן א גאנצע אשכול אויף אייוועלט דן צו זיין צו די בחורל האט עס אליינס געשריבן אדער געהאט הילף וכו'... און ווער רעדט נאך אויף סאשועל מידיע גרופס, ווי מען שמועסט לכתחילה אויס א צווייטענס לעבן בפרטי פרטיות.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2402

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

כוועל דא שרייבן א זאך וואס כהאב כמעט קיינמאל נישט אויסגעשמיסט אפילו צו מיינע נאנטע
איך דריי מיך אין ציווישן די היימישע עולם שוין 3 יאר און 90% פון די מענטשן וואס כהאב זיך אנגיטראפן האב איך באקומען די זעלבע עקספירינס.

אזוי איז ביי רוב מענטשן ווען דו טרעפסט זיך אן מיט א יוצא לב-טהור בערך די 2טע שאלה איז וויפל ווייבער האסטו? וויפל מאל ביסטו גיווען חתונה גיהאט? וואס האט מען געטוהן מיט דיין ווייב ווען ביסט גיווען באשטראפט און אפגיטיילט, אדער אנדרע פריוואטע שאלות וכו. נאך דעם קומסטו זאגן פאר דיינע חברים אדער שרייבן אויף אידטיש אז דו פילסט אין דיין הארץ א געפיל פון קוקסט יענעם ארויף אדער פילסט מיט יענעמס ווייטאג, א בחינה פון א רעספעקט וואס דו האסט צו א צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער וכדו, דיינע דיבורים זענען טאקע זייער שיין אבער דיינע מעשים זענען פארקערט. און יא, דו קענסט טראכטן וואס דו ווילסט קענסט עהם נאך דעם העלפן אסאך אבער די געפיל וואס דו האסט עהם גיגעבן איז זייער קלאר: איך בין זייער נייגעריג צו הערן וואס האסט צו פארקויפן, כגיי האבן פירסט הענט אינפארמעשין צו פארציילן פאר מיינע חברים/משפחה, איך בין דא פאר דיר ווי לאנג דו ביסט ניי און אינטערסאנט.

יעצט סנישט שלעכט צו זיין נייגעריג צו ווילן הערן צו זיך אונטערהאלטן מיט יענעמס היסטורי. נאר מדארף אכטונג געבן אויף געוויסע פרטים:
ב"ה סדא אזוי פיל אינטערסאנטע זאכן צו הערן און פארציילן וואס האט נישט צו טוהן מיט די מענטש פריוואט, מעשיות און מצבים וואס די קהילה איז אריבער בכליות און מענטשן פריוואט.

2 עס פעלט נישט אויס אריין צו גיין אין פריוואטע זאכן פון די מענטש וואס שטייט קעגן דיר, רוב מענטשן האבן נישט ליב צו שמיסן אויף זייערע אייגנע איבערלעבניש וואס אלץ מהאט געטוהן מיט זיי ווען די מעשה איז נאך פריש, און מענטשן האבן יא ליב צו שמיסן אויף לשון הרעס און בארעדן אנדרע.

3 רוב יוצא לב האבן כמעט אין זייער לעבן נישט גיזאגט: ניין, סא סליגט אויף דיין אחריות צו ליינען יענעמס אויגן און פארשטיין אויב ביסטו אריין אין א נושא וואס איז סענסטיו פאר יענעם.
4 אויב ביסטו בקשר מיט יענעם טעגליך קען זיין גאר א גוטע זאך אז דו לאזט יענעם אויס רעדן זיין פריוואטע איבערלעבניש צו איינעם וואס ער פילט זיך ווי א נאנטע חבר. געוויסע מענטשן קענען זיך פילן באקוועם אפילו צו שמיסן מיט אפאר חברים אויף אמאל. עס ווענט זיך.

דעס וואס איינער האט דא געשריבן א דוגמא צו צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער, דעס איז ממש נישט קיין פארגלייך. דו רעדסט פון א יוד וואס איז אריבער זאכן פאר יארן צוריק, ב"ה היינט צו טאגס אויפן אייגנע פיס מיט א משפחה און דורות און דא רעדסטו מיט איינעם וואס ביז אפאר חדשים צוריק האט מען גיטרעטן און דערשטיקט זיינע געפילן, די וואנד איז פריש.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2001
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6917

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

Wow!!!

זייער קלאר מסביר געווען
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 342

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

זייער קלאר און גוט

אגב אסאך מלחמה לעבער האבן אויך נישט געוואלט רעדן
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

יאיא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:22 pm זייער קלאר און גוט

אגב אסאך מלחמה לעבער האבן אויך נישט געוואלט רעדן
רובא דרובא האבען פאר יארן נישט גערעט קיין ווארט.
א קליין חלק פלעגען אויף תשעה באב, צי ביי די סדר נאכט, רעדן פון אויווען אויף.
צווישען די פוילישע וואס האבען פיהל מער געליטען האבן אסאך קיינמאל נישט גערעט, זיי האבן מורא געהאט זיי קענען אפשר, ציקומען צי קשיות, על מה עשה ה' ככה.
פלעגען זיי, דערשטיקן די נושע ממש מיט כח.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
יאיא
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 342

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

און קורצען די תריץ פון די מלחמה איבערלעבער קומט נישט אריין
נאר וואס יא
2025 איז די ענפער
ווען מען זעהט עפעס אויפן גאס פאר די טעלעפאון גלייך ארויס אפכאפן שיקן און ס'דערנאך
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

מענדי קעניג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:17 pm כוועל דא שרייבן א זאך וואס כהאב כמעט קיינמאל נישט אויסגעשמיסט אפילו צו מיינע נאנטע
איך דריי מיך אין ציווישן די היימישע עולם שוין 3 יאר און 90% פון די מענטשן וואס כהאב זיך אנגיטראפן האב איך באקומען די זעלבע עקספירינס.

אזוי איז ביי רוב מענטשן ווען דו טרעפסט זיך אן מיט א יוצא לב-טהור בערך די 2טע שאלה איז וויפל ווייבער האסטו? וויפל מאל ביסטו גיווען חתונה גיהאט? וואס האט מען געטוהן מיט דיין ווייב ווען ביסט גיווען באשטראפט און אפגיטיילט, אדער אנדרע פריוואטע שאלות וכו. נאך דעם קומסטו זאגן פאר דיינע חברים אדער שרייבן אויף אידטיש אז דו פילסט אין דיין הארץ א געפיל פון קוקסט יענעם ארויף אדער פילסט מיט יענעמס ווייטאג, א בחינה פון א רעספעקט וואס דו האסט צו א צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער וכדו, דיינע דיבורים זענען טאקע זייער שיין אבער דיינע מעשים זענען פארקערט. און יא, דו קענסט טראכטן וואס דו ווילסט קענסט עהם נאך דעם העלפן אסאך אבער די געפיל וואס דו האסט עהם גיגעבן איז זייער קלאר: איך בין זייער נייגעריג צו הערן וואס האסט צו פארקויפן, כגיי האבן פירסט הענט אינפארמעשין צו פארציילן פאר מיינע חברים/משפחה, איך בין דא פאר דיר ווי לאנג דו ביסט ניי און אינטערסאנט.

יעצט סנישט שלעכט צו זיין נייגעריג צו ווילן הערן צו זיך אונטערהאלטן מיט יענעמס היסטורי. נאר מדארף אכטונג געבן אויף געוויסע פרטים:
ב"ה סדא אזוי פיל אינטערסאנטע זאכן צו הערן און פארציילן וואס האט נישט צו טוהן מיט די מענטש פריוואט, מעשיות און מצבים וואס די קהילה איז אריבער בכליות און מענטשן פריוואט.

2 עס פעלט נישט אויס אריין צו גיין אין פריוואטע זאכן פון די מענטש וואס שטייט קעגן דיר, רוב מענטשן האבן נישט ליב צו שמיסן אויף זייערע אייגנע איבערלעבניש וואס אלץ מהאט געטוהן מיט זיי ווען די מעשה איז נאך פריש, און מענטשן האבן יא ליב צו שמיסן אויף לשון הרעס און בארעדן אנדרע.

3 רוב יוצא לב האבן כמעט אין זייער לעבן נישט גיזאגט: ניין, סא סליגט אויף דיין אחריות צו ליינען יענעמס אויגן און פארשטיין אויב ביסטו אריין אין א נושא וואס איז סענסטיו פאר יענעם.
4 אויב ביסטו בקשר מיט יענעם טעגליך קען זיין גאר א גוטע זאך אז דו לאזט יענעם אויס רעדן זיין פריוואטע איבערלעבניש צו איינעם וואס ער פילט זיך ווי א נאנטע חבר. געוויסע מענטשן קענען זיך פילן באקוועם אפילו צו שמיסן מיט אפאר חברים אויף אמאל. עס ווענט זיך.

דעס וואס איינער האט דא געשריבן א דוגמא צו צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער, דעס איז ממש נישט קיין פארגלייך. דו רעדסט פון א יוד וואס איז אריבער זאכן פאר יארן צוריק, ב"ה היינט צו טאגס אויפן אייגנע פיס מיט א משפחה און דורות און דא רעדסטו מיט איינעם וואס ביז אפאר חדשים צוריק האט מען גיטרעטן און דערשטיקט זיינע געפילן, די וואנד איז פריש.
איך בין זייער איבערגענומען. מען דארף מאכן אווערנעס דערויף. אפשר זאלסטו אפילו געבן א אינטערוויו אויף קול מבשר דאס צו מסביר זיין.

פאר די קלארקייט, 1 מיט 4 זעעהן מיר אויס צו זיין די זעלבע.
קאלע סאדע
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 11:15 pm
Location: אין באקס
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קאלע סאדע »

מענדי קעניג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:17 pm כוועל דא שרייבן א זאך וואס כהאב כמעט קיינמאל נישט אויסגעשמיסט אפילו צו מיינע נאנטע
איך דריי מיך אין ציווישן די היימישע עולם שוין 3 יאר און 90% פון די מענטשן וואס כהאב זיך אנגיטראפן האב איך באקומען די זעלבע עקספירינס.

אזוי איז ביי רוב מענטשן ווען דו טרעפסט זיך אן מיט א יוצא לב-טהור בערך די 2טע שאלה איז וויפל ווייבער האסטו? וויפל מאל ביסטו גיווען חתונה גיהאט? וואס האט מען געטוהן מיט דיין ווייב ווען ביסט גיווען באשטראפט און אפגיטיילט, אדער אנדרע פריוואטע שאלות וכו. נאך דעם קומסטו זאגן פאר דיינע חברים אדער שרייבן אויף אידטיש אז דו פילסט אין דיין הארץ א געפיל פון קוקסט יענעם ארויף אדער פילסט מיט יענעמס ווייטאג, א בחינה פון א רעספעקט וואס דו האסט צו א צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער וכדו, דיינע דיבורים זענען טאקע זייער שיין אבער דיינע מעשים זענען פארקערט. און יא, דו קענסט טראכטן וואס דו ווילסט קענסט עהם נאך דעם העלפן אסאך אבער די געפיל וואס דו האסט עהם גיגעבן איז זייער קלאר: איך בין זייער נייגעריג צו הערן וואס האסט צו פארקויפן, כגיי האבן פירסט הענט אינפארמעשין צו פארציילן פאר מיינע חברים/משפחה, איך בין דא פאר דיר ווי לאנג דו ביסט ניי און אינטערסאנט.

יעצט סנישט שלעכט צו זיין נייגעריג צו ווילן הערן צו זיך אונטערהאלטן מיט יענעמס היסטורי. נאר מדארף אכטונג געבן אויף געוויסע פרטים:
ב"ה סדא אזוי פיל אינטערסאנטע זאכן צו הערן און פארציילן וואס האט נישט צו טוהן מיט די מענטש פריוואט, מעשיות און מצבים וואס די קהילה איז אריבער בכליות און מענטשן פריוואט.

2 עס פעלט נישט אויס אריין צו גיין אין פריוואטע זאכן פון די מענטש וואס שטייט קעגן דיר, רוב מענטשן האבן נישט ליב צו שמיסן אויף זייערע אייגנע איבערלעבניש וואס אלץ מהאט געטוהן מיט זיי ווען די מעשה איז נאך פריש, און מענטשן האבן יא ליב צו שמיסן אויף לשון הרעס און בארעדן אנדרע.

3 רוב יוצא לב האבן כמעט אין זייער לעבן נישט גיזאגט: ניין, סא סליגט אויף דיין אחריות צו ליינען יענעמס אויגן און פארשטיין אויב ביסטו אריין אין א נושא וואס איז סענסטיו פאר יענעם.
4 אויב ביסטו בקשר מיט יענעם טעגליך קען זיין גאר א גוטע זאך אז דו לאזט יענעם אויס רעדן זיין פריוואטע איבערלעבניש צו איינעם וואס ער פילט זיך ווי א נאנטע חבר. געוויסע מענטשן קענען זיך פילן באקוועם אפילו צו שמיסן מיט אפאר חברים אויף אמאל. עס ווענט זיך.

דעס וואס איינער האט דא געשריבן א דוגמא צו צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער, דעס איז ממש נישט קיין פארגלייך. דו רעדסט פון א יוד וואס איז אריבער זאכן פאר יארן צוריק, ב"ה היינט צו טאגס אויפן אייגנע פיס מיט א משפחה און דורות און דא רעדסטו מיט איינעם וואס ביז אפאר חדשים צוריק האט מען גיטרעטן און דערשטיקט זיינע געפילן, די וואנד איז פריש.
זייער שיין געשריבן און גוט ארויסגעברענגט.

ווי זאגט נאר לאנגסאם... אויב האסטו סיי-וועלכע פראבלעם אין שלום בית, רעד דיך אויס צו מיר! ווייל איך בין זייער זייער - - - - נייגעריג...
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 8:28 am
לעבער אייער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:28 pm באקומען פון א חבר

מיין דורך געפאלענעם אינטערוויא, מיטן 'לב טהור' בחור/אינגערמאן: פרייטאג דברים, ברוך השם די היצן האבן עטוואס נאכגעלאזט און א קילע פראנט האט מיטגעבראכט קאנטרי לופט אין די סיטי אריין, איך כאפ א שטיקל שפאציר'ל פארן דאווענען... מיגו כ'בין יעצט אין כלל ישראל שול...

פון בית מדרש שפאנט ארויס א דארן יונגען בחור'ל, אין זיין האנט האלט ער א ריזיגן טלית בייטל...

אופס, אזא יונגען בחור מיט א טלית בייטל?! ער מוז זיין פון די יוצאי לב טהור, ער איז גאר א אינגערמאן!

בליץ שנעל קריגט מיין טעאריע הענט און פוס, קודם כל דער בחור גייט מיט ניי אויסזעענדע קליידער - מוז זיין אז ער האט זיך יעצט אפגע'פטר'ט פון די בבל'ישע פורים שמאטע'ס, און זיך אנגעטון די נארמאלן דרעסקאוד, חוץ מזה - זיין פנים קוקט אויס עטוואס צו די טונקעלע זייט...

זיין קליינעם און דארן געשטעל שיקן מיר שוין מעסעדזשעס פון שווערע זמנים וואס ער איז אריבער... תיקונים...

איך האב שוין צוזאמגעשטעלט א קורצן אינטערוויא אפצוהאלטן מיט אים דא אויפן ארט, פארשטייט זיך נישט ווי א נייגעריגע פערד וואס שטעקט אריין די נאז... נאר מיט שלייער פון קירוב און היימיש מאכן אזויווי די עסקנים האבן געבעטן.

איך זע שוין די געשמאקע ארטיקל לכבוד תשעה באב אין אייוועלט, מיט די קעפל: "יחזקאל סגל לנדא מיט אן עקסקלוסיוו אינטערוויא מיט יוצאי לב טהור"

איך שפאן שוין צו צום אינגערמאן, מיט א ליסטע פון שאלות איבער די הנהגה אין ל"ט, די צייטן אין שעלטער, און איבער זיין איינגלידערונג אין ניו יארק, מיין האנט איז שוין אויסגעשטרעקט, און מיין צונג הייבט שוין אן ארויס שפייען דער שלום עליכם...

ווען פלוצלינג -

דער טיר פון בית מדרש גיבט זיך א עפן אויף, א אינגערמאן שפאנט ארויס און רופט זיך אן צום 'יוצא לב טהור': קום יענקי, איך נעם דיר אין חדר... גיב מיר מיין טלית בייטל, און זעץ זיך אריין אין קאר... ער גיבט איבער זיין טאטע די טלית בייטל, און דריקט צו צום הארץ זיין נייעם תפלין בייטעל...

פאאףףף... די גאנצע געביידע איז זיך צופאלן פארנט פון מיינע אויגן....

וד"ל
האסט פארגעסן עס צו עדיטן פון וועלכע חאווער האסט עס באקומען...

אבער די ארטיקל האט א הערליכע אויספיר וואס פאר סאום ריזען ברענגסטו עס נישט.
עס איז נישט זיין עכטע נאמען
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מענדי קעניג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:17 pm כוועל דא שרייבן א זאך וואס כהאב כמעט קיינמאל נישט אויסגעשמיסט אפילו צו מיינע נאנטע
איך דריי מיך אין ציווישן די היימישע עולם שוין 3 יאר און 90% פון די מענטשן וואס כהאב זיך אנגיטראפן האב איך באקומען די זעלבע עקספירינס.

אזוי איז ביי רוב מענטשן ווען דו טרעפסט זיך אן מיט א יוצא לב-טהור בערך די 2טע שאלה איז וויפל ווייבער האסטו? וויפל מאל ביסטו גיווען חתונה גיהאט? וואס האט מען געטוהן מיט דיין ווייב ווען ביסט גיווען באשטראפט און אפגיטיילט, אדער אנדרע פריוואטע שאלות וכו. נאך דעם קומסטו זאגן פאר דיינע חברים אדער שרייבן אויף אידטיש אז דו פילסט אין דיין הארץ א געפיל פון קוקסט יענעם ארויף אדער פילסט מיט יענעמס ווייטאג, א בחינה פון א רעספעקט וואס דו האסט צו א צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער וכדו, דיינע דיבורים זענען טאקע זייער שיין אבער דיינע מעשים זענען פארקערט. און יא, דו קענסט טראכטן וואס דו ווילסט קענסט עהם נאך דעם העלפן אסאך אבער די געפיל וואס דו האסט עהם גיגעבן איז זייער קלאר: איך בין זייער נייגעריג צו הערן וואס האסט צו פארקויפן, כגיי האבן פירסט הענט אינפארמעשין צו פארציילן פאר מיינע חברים/משפחה, איך בין דא פאר דיר ווי לאנג דו ביסט ניי און אינטערסאנט.

יעצט סנישט שלעכט צו זיין נייגעריג צו ווילן הערן צו זיך אונטערהאלטן מיט יענעמס היסטורי. נאר מדארף אכטונג געבן אויף געוויסע פרטים:
ב"ה סדא אזוי פיל אינטערסאנטע זאכן צו הערן און פארציילן וואס האט נישט צו טוהן מיט די מענטש פריוואט, מעשיות און מצבים וואס די קהילה איז אריבער בכליות און מענטשן פריוואט.

2 עס פעלט נישט אויס אריין צו גיין אין פריוואטע זאכן פון די מענטש וואס שטייט קעגן דיר, רוב מענטשן האבן נישט ליב צו שמיסן אויף זייערע אייגנע איבערלעבניש וואס אלץ מהאט געטוהן מיט זיי ווען די מעשה איז נאך פריש, און מענטשן האבן יא ליב צו שמיסן אויף לשון הרעס און בארעדן אנדרע.

3 רוב יוצא לב האבן כמעט אין זייער לעבן נישט גיזאגט: ניין, סא סליגט אויף דיין אחריות צו ליינען יענעמס אויגן און פארשטיין אויב ביסטו אריין אין א נושא וואס איז סענסטיו פאר יענעם.
4 אויב ביסטו בקשר מיט יענעם טעגליך קען זיין גאר א גוטע זאך אז דו לאזט יענעם אויס רעדן זיין פריוואטע איבערלעבניש צו איינעם וואס ער פילט זיך ווי א נאנטע חבר. געוויסע מענטשן קענען זיך פילן באקוועם אפילו צו שמיסן מיט אפאר חברים אויף אמאל. עס ווענט זיך.

דעס וואס איינער האט דא געשריבן א דוגמא צו צווייטע וועלט מלחמה איבער-לעבער, דעס איז ממש נישט קיין פארגלייך. דו רעדסט פון א יוד וואס איז אריבער זאכן פאר יארן צוריק, ב"ה היינט צו טאגס אויפן אייגנע פיס מיט א משפחה און דורות און דא רעדסטו מיט איינעם וואס ביז אפאר חדשים צוריק האט מען גיטרעטן און דערשטיקט זיינע געפילן, די וואנד איז פריש.
ר' מענדי היקר
זייער קלאר געשריבן, און דאס הארץ טוט זייער וויי צו הערן אזא עקספיריענס. קען זיין אז מענטשן קוקן דיר שוין טאקע אן אלץ איינער וואס איז שוין אוועקגעשטעלט וויבאלד מען זעט דיינע מעלות, און דיין געשמאקייט, ממילא קוקט מען דיר אן אלץ איינער וואס איז שוין מסודר און מען מעג שוין פרעגן.

איך דריי מיך א גאנצן טאג ארום מיט קינדער אדער בחורים וואס קומען פון לב טהור. איך וואלט געזאגט אז 75 פראצענט מענטשן וועלן מיר רופן צו א זייט שטיל און פרעגן אויב זיי מעגן פרעגן שאלות פון די קינדער און בחורים, אבער זיי גייען נישט צוגיין דירעקט פרעגן שאלות.

עס איז יא דא 25 פראצענט מענטשן וועלעכע זענען נישט סענסעטיוו, און פרעגן גלייך 'דו האסט געכאפט מלקות'? איך וועל יענעם געווענליך צוריקפרעגן וויאזוי ס'גייט זיין שלום בית וכדו'.

מען דארף טאקע ברענגן מער אווערנעס.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

אויב מקען בעטן @על פי תורה צי אפדייטן די עולם, ווען די בריוו גיין אריין צי די 3 אברכי השעלטער.

און אפדייטן אויב זיי האבן פידבאק, וואס געבט חשק צי שרייבן נאך, און בעיקר צי וויסען וועלכע נוסח בריוו זיי צי שרייבן.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

גרינטליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 4:47 pm אויב מקען בעטן @על פי תורה צי אפדייטן די עולם, ווען די בריוו גיין אריין צי די 3 אברכי השעלטער.

און אפדייטן אויב זיי האבן פידבאק, וואס געבט חשק צי שרייבן נאך, און בעיקר צי וויסען וועלכע נוסח בריוו זיי צי שרייבן.
אי''ה
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 4:51 pm
גרינטליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 4:47 pm אויב מקען בעטן @על פי תורה צי אפדייטן די עולם, ווען די בריוו גיין אריין צי די 3 אברכי השעלטער.

און אפדייטן אויב זיי האבן פידבאק, וואס געבט חשק צי שרייבן נאך, און בעיקר צי וויסען וועלכע נוסח בריוו זיי צי שרייבן.
אי''ה
יישר כח!!!

שרייב פאוסט