קרני פרה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 9:30 pmער זאגט נישט אז יעדער טראכט אזוי. אבער למעשה האט ער א שטארקע טענה. אז מען פארשפרייט זיינע פריוואטע כתבים אן רשות, און מען זיצט דא און מען גראבט מיט א לייכטקייט אין זיינע פריוואטע אינפאָרמאַציע, און צו זיין מאמע רעדט עברית אדער אידיש, אא”ו.מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:59 pmכבוד הצדיק, איך זאג דיר צו אז דו ביסט זיך טועה. עס האט הונדערט פראצענט מיט דיין ווייטאג וואס מאכט דיך פילן אזוי. איך באשולדיג דיך נישט ח”ו אבער איך זאג דיר צו אז קיינער פון יוצאים איז נישט אין מיינע אויגן קיין ברעקל ווייניגער חשוב ווי מיין אייגענע משפחה. עס טוט מיך באמת וויי אז דו שפירסט אזוי.שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 7:46 pm
זייענדיג נאנט מיט דער כותב הקינה, האב איך זיך געשריבן מיט אים אויף בליץ-פאסט איבער די קינה. האט ער מיר געענטפערט ווי פאלגענד:
מעגליך אז איך בין זיך בכלל טועה, און נאר ווייל איך זיץ אין די ווייטאג קוק איך עס אזוי אן, און איך וועל פריילעך זיין צו הערן אז דאס איז נישט ריכטיג.
אגב, דו האסט באמת שטארקע טאלאנט, באלייכט די וועלט דערמיט.
מען טוט נישט די זעלבע זאך אויף סתם אמעריקאנע קינדער (אפילו מיט כשרונות..)
פארוואס זאל ער נישט אזוי שפירן?
ווען איינער קומט צו צו דיר אין ביהמ"ד און ווייזט דיר אן אויף אן עלטערער איד וואס זיצט ביים תיקון טיש און פארברענגט מיט'ן עולם אז ער איז אן אוישוויץ איבערלעבער, וועסטו אודאי פרובירן אויפצוכאפן יעדעס ווארט וואס ער זאגט. נאכדעם וואס ער וועט אהיימגיין וועסטו אודאי פרעגן די אנוועזנדע וויאזוי דער איד הייסט, ווי אלט ער איז געווען ביי די מלחמה, וויפיל יאר ער איז געווען אין אוישוויץ, צו זיינע עלטערן האבן איבערגעלעבט וכו'. דאס קומט פון פילן אז ווייל יענער איז געווען אין אוישוויץ איז ער א צווייטער קלאס בירגער, אדער עס קומט פון רעספעקט פאר א איד וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט און אינטערעסע אין דעם איד'ס מיטמאכענישן?
ה"ה הכא.