כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
סאלי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
- Location: KJ
- x 175
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס האבן זיי קודם נישט געוואלט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אויב איך מעג פרעגן
און וועלכע שטאט גייט זיך משפחת גאלדמאן באזעצן?
און וועלכע שטאט גייט זיך משפחת גאלדמאן באזעצן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חסדי ד’!!! הודו לד’ כי טוב כי לעולם חסדו!!!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס איז די מצב פון די בני החכם? ווי אלט זענען זיי? ווילן זיי ארויסגיין פון שעלטער?
ייש"כ
ייש"כ
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז באמת צום באוואונדערן די עסקנות פון ר' יואל יושע העשיל, בשעת וואס ער איז די סאמע גרעסטע שונא ביי לב טהור און זיי וועלן אים באשמוצן און נישט וועלן האבן קיין שייכות מיט אים, אויב דארפן זיי וועלכע הילף, וועט ער זיך אריינווארפן בלב ובנפש צו העלפן יעדן איינציגן יוד פון לב טהור!
-
בוכהאלטער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
- Location: Monroe
- x 82
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די עסקנים מאכן מיך משוגע! איך ווער משוגע וואס זיי טוען אלס!סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 11:33 am חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
גאר דראמאטישע מינוטן האט זיך נארוואס אפגעשפילט, ווען די פאמיליע פון ר' אוריאל יוסף גאלדמאן מיט אלע קינדער זענען אנגעקומען היינט אינדערפרי פון גואטעמאלא אויף וואשינגטאן סטעיט, צו נעמען פון דארטן א קאנעקטינג פלייט אויף ניו יארק. ווען די קינדער זענען אדורכגעגאנגען פאספארט קאנטראל, האט אלעס אויסגעזעהן צו גיין כשורה, ווען די לופטפעלד באאמטע האבן אריבערגעלאזט אלע קינדער איינס ביי איינס. אבער ווען עס איז געקומען צום עלטסטן טאכטער, אשת האברך ר' ישראל הורוויץ, וואס האט אויך געהאט מיט זיך איר פיצל קינד פון בלויז עטליכע וואכן אלט, האבן די לופטפעלד אויטאריטעטן אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, און נישט געוואלט אריבערלאזן סיי די מאמע און סיי איר פיצל קינד. אלע בקשות און געבעטן אז מ'זאל איר אריבערלאזן צוזאמען מיט די גאנצע פאמיליע צו קענען גיין אויף ניו יארק איז געפאלן אויף טויבע אויערן, און די קאלטע לופטפעלד באאמטע האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן איר נישט ערלויבן אריבערצוגיין די בארדער, און זיי וועלן איר צוריקשיקן אויף גואטעמאלא צוזאמען מיט איר קינד, אין די צייט וואס די גאנצע פאמיליע וועט ווייטער פארן אויף ניו יארק.
עס איז איבריג צו שילדערן די כאאס און פאניק וואס האט ארומגענומען די גאנצע משפחה, הערנדיג די שוידערליכע נייעס אז די יונגע מאמע וואס איז נאך א מיינער, צוזאמען מיט איר פיצל קינד, וועלן חלילה דארפן צוריקפארן אויף גואטעמאלא אינגאנצן אליינס אן קיינעם פון די משפחה וועלכע וועלן אלע פארן קיין ניו יארק.
אין די פארלוירענע מינוטן ווען עס האט אויסגעזעהן אז די באאמטע וועלן ליידער מקיים פסק זיין און צוריקשיקן זיין עלטסטע טאכטער, האט די טאטע ר' אוריאל יוסף שנעל אנגערופן העסקן הנמרץ ר' יואל יהושע העשיל בלום, און אים פארציילט די געשיכטע וואס שפילט זיך אצינד אפ אין עירפארט. ווי נאר ר' יואל יהושע העשיל האט געהערט די שוידערליכע געשיכטע, האט ער זיך תיכף אריינגעווארפן אין די קעיס, און זיך גלייך פארבינדן מיט די סאמע גרעסטע עסקן אין כלל ישראל וואס ספעציאליזירט זיך אין די סארט קעיסעס און פארמאגט גאר הויכע קשרים מיט די רעגירונגס באאמטע. דער עסקן האט זיך תיכף פארבינדן מיט זיינע קשרים אין די הויכע פענסטער אין די סטעיט דעפארטמענט, און פרובירט פארהאנדלען מיט זיי אויסצוארבעטן אז מ'זאל פריי לאזן די יונגע מאמע מיט איר קליין קינד און זיי נישט צוריקשיקן קיין גואטעמאלא.
בסייעתא דשמיא, נאך גאנצע דריי שעה פון ווען די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אויסשפילן, און נאך לענגערע פארהאנדלונגען אהין און צוריק מיט דעם עסקן, ר' יואל יהושע העשיל, און ר' אוריאל יוסף, איז געקומען די גאר פרייליכע בשורה, אז די סטעיט דעפארטמענט האט געגעבן איר ענדגילטיגע ערלויבעניש פריי צו לאזן דעם מאמע מיטן קינד, און זיי אריבערלאזן די גרעניץ צו פארן ווייטער קיין ניו יארק אינאיינעם מיט די גאנצע אמיליע!
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 153
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 136
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שוין געווען די געריכט פון די לאווער/לעווי קינדער?
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
-
שעפעריש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 117
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
- Location: Monsey
- x 995
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיי זענען אין שעלטער און האבן שוין גארנישט מיט לב טהור און קוקן ארויס צו אנהייבן א נייע לעבן אלץ יודן, נאר אזויווי כדי ארויסצוגיין דארף מען די קאפעראציע פון די עלטערן, ווארטן זיי דערווייל צווישן גוים
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
סאלי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
- Location: KJ
- x 175
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי לאזט מען אים בכלל רעדן פין תפיסה
א קולט איז אי ליגאל
דא גיט מען אים די רעכטן ווייטער אנצוגיין
א קולט איז אי ליגאל
דא גיט מען אים די רעכטן ווייטער אנצוגיין
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 407
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1303
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער רעדט צו די לופטסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.
ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.
https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
ווער איז נאך געבליבן אין גואטעמאלא אויב נישט לופט
(א דורש אל המתים)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
"דער וואס גייט נישט גיין אין די מיליטער גייען די ציונים הרג'ענען. פשוט"...סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:32 am היינטיגע רעקארדירונג פון נחמן העלבראנץ אין תפיסה, ווי ער טוהט ווידערהאלן זיין קלארע הוראה פאר די פארבליבענע לב טהור חבורה (?) אז זייערע אומשולדיגע קינדערלעך זאלן ענדערש פארבלייבן שמאכטן אינעם שעלטער טראץ די שרעקליכע געפארן וואס זיי שטייען אויס ברוחניות ובגשמיות, ווי איידער ארויסקומען צו די היימישע אידנטום אין אמעריקע אדער אנדערע לענדער, וויבאלד דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט איז גענצליך אפגע'שמד'ט און עס עקזיסטירט נישט דא קיין שום אידישקייט, דעריבער איז ענדערש צו פארבלייבן אפשמאכטן אין שעלטער מיט אלע אירע סכנות, אבי נישט צו קומען קיין אמעריקע און זיך אויסמישן מיט די אפגע'שמד'טע ערב רב.
ווי פארשטענדליך טוען די נאך געציילטע פארבליבענע אידן אין לב טהור זיך נישט רעכענען מיט די דאזיגע עקסטרעמע לעכעריגע פסק פונעם חכם, נאר גייען ווייטער פאראויס מיט די לעצטע פלענער און פארענדיגן די פראצעדור פון ארויסנעמען די קינדער פונעם שעלטער און ארויספארן קיין אמעריקע/קאנאדע/א"י, און זיך איינקוואטירן און באזעצן צווישן היימישע פרומע אידן.
https://www.dropbox.com/scl/fi/6macgyuh ... cha7b&dl=0
כדרלעומר!
וויפיל מאל דארפן די עסקנים קלארשטעלן אז יוצאי לב טהור זענען פארשטענדליכע קלוגער יונגעלייט, העכסט נארמאלע מענטשן? זיי זענען נישט קיין בהמות...
-
ברוך כבוד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 104
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
- Location: קעטסקילס
- x 403
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נישט דא קיין שום מהלך ארויסצונעמען דעם חכם'ס קינדער דורך משפחה מיטגלידער אן די מאמע'ס רשות?
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2831
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2831
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
היות אז לב טהור האבן אין די פריעדיגע חדשים אריין גיגעבן אסאך קלאגעס א קעגן די שופטים וועגן פארשידענע זאכן האב די שופטים מורא איבער צו געבן קאסטעדי פאר אנדערע אן די עלטרען זאלן מסכים זיין ווען סנישט דא קיין קלארע באווייז אז דעיע ספיציפיג עלטערן האבן אביוזט זייערע קינדער. (הגם אז נחמן האט חתונה גימאכט 2 פון זיינע טעכטער ביי די עלטער פון 13 און 12 מיט חיים יעקב און יואל רוזנער ווען זיי זענען גיווען 21 און 19)ברוך כבוד האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 1:42 pmנישט דא קיין שום מהלך ארויסצונעמען דעם חכם'ס קינדער דורך משפחה מיטגלידער אן די מאמע'ס רשות?
עס איז נאך אלץ מעגליך אבער זייער שווער.
- פארשטענדליך אידל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 107
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
- x 341
-
יושע שרייבער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 30
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:25 pm
- x 55
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קול בחצרות איז נישט געווען קיין אפציע?על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 01, 2025 3:37 am עטליכע האבן אנגעפרעגט אין אישי איבער אונזער אויסוואל זיך צו באניצן מיט די 'קווארטל' האטליין, אז עס איז א האטליין וואס איז אביסל בחור'יש... איז אויב אזוי פארוואס זאלן די מודעות געמאלדן ווערן דארטן?
איז אזוי, היות מיר האבן זיך אפגעבריעט פון קרעטשמע, האבן מיר געזוכט א פלאטפארמע וואו מיר זאלן האבן פולע קאנטראל אראפצונעמען און ארויפלייגן, און נישט דארפן בעטן יענעם און צוקומען צו זיין החלטה.
מצד שני זוכן מיר אויך נישט צו האבן אן אייגענעם האטליין, זיין פארנומען מיט די טעכנישע חלקים וכדו'.
די קווארטל האטליין האלט זיך אינמיטן ריברענדן, זיך אוועקצושטעלן אלץ אן אפיציעלע האטליין און ארויסגיין פון די בחור'ישע שוך.
והעיקר די פירערשאפט פונעם האטליין קענען מיר שוין א לענגערע צייט, און מיר האנדלן מיט זיי אין די עסקנות, און מיר האבן זיי קענעגעלערנט אלץ אמת'ע אחריות'דיגע און ערליכע מענטשן, וועלעכע וועלן אלעס טון צופרידן צו שטעלן די עסקנים.
און אט אזוי איז די שידוך געשלאסן געווארן.
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5722
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויכטיגע מעסעדזש בשם די עסקנים למען הצלת ילדי לב טהור, בנוגע די נעכטיגע סטעיטמענט פון נחמן העלבראנץ וואו ער האט באפוילן צו לאזן די אומשולדיגע קינדערלעך ווײטער שמאכטן און זיי נישט ארויסראטעווען פון שעלטער.
קיין איין איינציגע משפחה פון לב טהור גייט בעז"ה נישט פארבלייבן אין גואטעמאלא (אויסער די גרים וואס זענען ארטיגע געבוירענע), ווער עס טראכט יא פון דארט בלייבן, אפי' די קאורט האט אים צוריקגעגעבן די קינדער אן ארויסשיקן פון לאנד, דארף אין אכט נעמען, אז די PGN און די אימיגרעישן דעפארטמענט ארבעטן האנט ביי האנט מיט די אמעריקאנע, קאנאדישע, און ארץ ישראל'דיגע רעגירונגען, צו דעפארטירן ארויס פון גואטעמאלא אלע פאמיליעס וועלכע זענען נאך אין גואטעמאלא. ווי מ'שטייט יעצט האט שוין די ארץ ישראל'דיגע רעגירונג פארלאנגט אז מען זאל שיקן צו זיי קיין א"י אלע משפחות וואס פארמאגן ארטיגע בירגערשאפט, און דאס רעכנט אריין אפילו אזעלכע וואס האבן פאפירן פון 2 לענדער און איינס דערפון איז ארץ ישראל, גייען זיי אבער האבן א דין קדימה צו באקומען די משפחה צו זיי אין לאנד, און די משפחה וועט נישט קענען אליינס אויסוועלן צו וועלכע לאנד זיי ווילן גיין. אין צוגאב צו דעם, איז פארהאן געוויסע משפחות וואס האבן פאר סיי וועלכע סיבה בכלל נישט קיין פאפירן אין קיין שום לאנד, און די אלע משפחות וועלן אויך דעפארטירט ווערן קיין ארץ ישראל אויף די פארלאנג פון די ארטיגע רעגירונג. די גואטעמאלא רעגירונג טוהט שוין אין די צייט ענדיגן איבערקוקן אלע קלאגעס קעגן אלע געוועזענע לב טהור מיטגלידער וועלכע האבן געהאט שייכות מיט סיי וועלכע פארברעכנס אינערהאלב לב טהור - וואס דאס האט אפגעהאלטן ביז יעצט צו דעפארטירן סיי וועמען, ווי שוין דא געמאלדן א וויילע צוריק - זיכער צומאכן אז מען דעפארטירט נישט ארויס פון גואטעמאלא קיין איינער וואס שטייט אויס פאטענציאלע קלאגעס. איינמאל די גאנצע פראצעדור איז פארטיג, גייט זיך אנהייבן די דיפארטעישן פאר אלע ציווילע לב טהור מיטגלידער וועלכע זענען נאך פארבליבן אין גואטעמאלא.
עס ליגט א שטארקע אחריות אויף די משפחות פון די יוצאים צו האלטן א אויג אויף זייערע קרובים. אויב זעהט מען אז איינער פלאנירט אוועקצוגיין אדער איז שוין פאקטיש אוועקגעגאנגען צו סיי וועלכע אנדערע פלאץ פון וואו די ריסארס/קאסטעדי איז, (קיין גואטעמאלא קענען זיי נישט צוריק גיין, וויבאלד די אימיגרעישן דעפארטמענט גייט זיי נישט צוריק אריינלאזן דארט אין לאנד, אזוי ווי איינער פון די יוצאים האט זיך דאס שוין אליינס איבערצייגט אויף די אייגענע ביינער), וועלן די לענדער וואו די משפחות זענען אנגעקומען ארבעטן צוריק צונעמען די קינדער, און די עלטערן וועלן פארלירן סיי וועלכע רעכטן וואס זיי האבן נאך געהאט ביז דאן אויף זייערע קינדער , און אין געוויסע פעלער קענען עלטערן אויך אויסשטיין ערנסטע קלאגעס מיט יארן תפיסה.
די אידן דארפן זיין זייער געווארנט, אז אויב וועלן זיי נישט זיין גענוג אחריות'דיג צו האלטן א נאנטע אויג אויף די משפחה וואס זיי האבן ארויס געברענגט, קענען זיי אויסשטיין ערנסטע לעגאלע קאנסעקווענצן. מען ברויך זיין גאר פארזיכטיג און זיך פארבינדן מיט די לאקאלע אויטאריטעטן פאר סיי וועלכע חשד און פארדאכט. מיר עסקנים פון אונזער זייט זענען גרייט בס"ד צו שטיין צו הילף פאר סיי וועלכע משפחה עס ברויך הילף און אנווייזונגען וויאזוי צו האנדלען אין סיי וועלכע מצב.
בנוגע די משפחות וואס געפינען זיך נאך אין גואטעמאלא

בנוגע די משפחות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון גואטעמאלא
עס ליגט א שטארקע אחריות אויף די משפחות פון די יוצאים צו האלטן א אויג אויף זייערע קרובים. אויב זעהט מען אז איינער פלאנירט אוועקצוגיין אדער איז שוין פאקטיש אוועקגעגאנגען צו סיי וועלכע אנדערע פלאץ פון וואו די ריסארס/קאסטעדי איז, (קיין גואטעמאלא קענען זיי נישט צוריק גיין, וויבאלד די אימיגרעישן דעפארטמענט גייט זיי נישט צוריק אריינלאזן דארט אין לאנד, אזוי ווי איינער פון די יוצאים האט זיך דאס שוין אליינס איבערצייגט אויף די אייגענע ביינער), וועלן די לענדער וואו די משפחות זענען אנגעקומען ארבעטן צוריק צונעמען די קינדער, און די עלטערן וועלן פארלירן סיי וועלכע רעכטן וואס זיי האבן נאך געהאט ביז דאן אויף זייערע קינדער , און אין געוויסע פעלער קענען עלטערן אויך אויסשטיין ערנסטע קלאגעס מיט יארן תפיסה.
בנוגע די אידן וואס האבן גענומען ריסארס/קאסטעדי ארויסצונעמען די קינדער פון גואטעמאלא
די אידן דארפן זיין זייער געווארנט, אז אויב וועלן זיי נישט זיין גענוג אחריות'דיג צו האלטן א נאנטע אויג אויף די משפחה וואס זיי האבן ארויס געברענגט, קענען זיי אויסשטיין ערנסטע לעגאלע קאנסעקווענצן. מען ברויך זיין גאר פארזיכטיג און זיך פארבינדן מיט די לאקאלע אויטאריטעטן פאר סיי וועלכע חשד און פארדאכט. מיר עסקנים פון אונזער זייט זענען גרייט בס"ד צו שטיין צו הילף פאר סיי וועלכע משפחה עס ברויך הילף און אנווייזונגען וויאזוי צו האנדלען אין סיי וועלכע מצב.
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5722
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
אין די יעצטיגע מינוטן קומט אריין די גאר פריידיגע בשורה אז די קינדער פון משפחת לאווער-לעווי זענען ב"ה נארוואס באפרייט געווארן פונעם שעלטער יעצט ביים געריכט אין גואטעמאלא!
די רעדע איז איבער די ניין קינדער בליע"ה פון מרת לעווי, קינדער פון איר ערשטע מאן ר' יהושע לעווי ע"ה, און די עלטערע ברודער יואלי לעווי וואס האט שוין פארלאזט לב טהור אפאר יאר צוריק, איז געקומען נעמען resource אויף זיינע יונגערע געשוויסטער, און בס"ד האט די געריכט באשטעטיגט זייער באפרייאונג און געגעבן ערלויבעניש פאר די גאנצע פאמיליע, טאטע און מאמע מיט אלע קינדער, ארויסצופארן אויף דער פריי קיין ארץ ישראל.
אין נאך א רינגעלע אינעם קייט פון די פרייליכע בשורה, האט די געריכט געגעבן ערלויבעניש פאר כמעט אלע קינדער זאפארט צו באפרייט ווערן פונעם שעלטער (אויסער צוויי וועלכע דארפן נאך דורכגיין געוויסע טעסטס), טראץ דעם וואס זיי פארן נאכנישט היינט ארויס פון גואטעמאלא.
די דאזיגע באפרייאונג צייכנט אפ די ערשטע פאמיליע וועלכע פארלאזט לב טהור און ציהט זיך אריבער קיין ארץ ישראל, נאכדעם וואס ביז היינט איז דאס געווען פון די הארבסטע עבירות אין לב טהור זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל.
די גאר פרייליכע בשורה קומט נאך לאנגע חדשים פון גאר שווערע שטרויכלונגען און שטיינער וואס די קעיס איז אויסגעשטאנען, ווען אלע פרואוון ביז אהער ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע קינדער האבן ליידער נישט געברענגט קיין רעזולטאטן, אבער הודו לד' אז אצינד איז די דאזיגע פרשה געקומען צו א פרייליכע ענדע, ווען די אומגעהויערע כוחות און טויזענטער דאלארן וואס די געטרייע עסקנים האבן אריינגעגאסן, אלעס צו צושטאנד ברענגען זייער באפרייאונג, האט זיך ענדליך אויסגעצאלט ווען די באפרייאונג איז שוין אצינד ב"ה א ווירקליכע מציאות!
נאך די דאזיגע באפרייאונג האלט מען שוין בסייעתא דשמיא, אז אינעם שעלטער זענען פארבליבן א סך הכל פון בלויז 30 קינדער, ארויס פון 180 קינדער ביים אנהייב פון די מערכה!
דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיך אינגיכן אויסליידיגן די שעלטער אינגאנצן, מיט די פולקאמע באפרייאונג פון אלע פארבליבענע קינדערלעך. מי שגמלך הוא יגמלך!

חלא בר חמרא
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 196
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
- Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
- x 820
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אמן!!!
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געוואלדיג!!!!
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 839
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1355