► Show Spoiler
ליחד שם י"ה בו"ה בייחודא שלים בשם כל ישראל. איך שרייב די ווערטער מיט הוט און גארטל, להציל עשוק מיד עשקו, ווייל עס באדערט מיר וואס עס קומט דא אצינד פאר.
איך וועל דא אצינד אויסקלארן די פרשה, און ווייזן פארן עולם ווי אזוי מען טרינקט יענעמ'ס בלוט אומווילנדיגערהייט, פשוט דערפאר ווייל יענער איז שוואכער, ער איז א בן בלי שם, ער האט נישט קיינער וואס זאל זיך אננעמען פאר אים און ווייל ער קומט פון גואטאמאלא.
לאמיר זיין קלאר. דער יונגערמאן פאר זיך אליין דארף הילף אין געוויסע הינזיכטן. מען איז נאכנישט מחויב מיתה פאר דעם. די עסקנים פארען זיך פאר אים און מען פראבירט אים צו העלפן. אבער אין דעם פאל איז ער ציכטיג ריין. פארקערט, דעם אמת'ער שולדיגער אין די פרשה, ווערט ריינגעוואשן, אומבארעכטיגט, אבער לאמיר נישט אריינגיין דערין.
דא איז געווען א יונגערמאן (נישט דער וואס איז געסטראשעט געווארן, ווייל יענער איז הערשט שפעטער אריין אין בילד), א תושב קרית יואל, וואס איז געגאנגען אינמיטן די נאכט, אריינגעקלאפט אין א דירה פון א מיינאר, מיט די מטרה צו רעדן שמוץ צו א מינדעריעריגן. דער יונגערמאן האט אויסגעקליבן א שוואכן קרבן, ער איז נישט צוגעגאנגען צו א געהעריגע סאטמארע בחור, ווייל ער האט געוואוסט אז ער וועט שלעכט אפשניידן. ער האט אויסגעקליבן בקפידה, א מענטש וואס האט נישט קיין קרוב וגואל, אן אוד מוצל מאש, א צובראכענער בחור/יונגערמאן פון גואטאמאלא, אים אויסנוצנדיג אויף זיינע צוועקן און גערעדט מיט אים זאכן, וואס עס קומט נישט אז מען זאל רעדן מיט א מינדעריעריגן. לויט די אמעריקאנער געזעץ, וואלט יענער געקענט גיין יושב'ן פאר דעם אליין, אפגעזען ווער עס האט אנגעהויבן דעם שמועס און ווער עס איז נאכגעלאפן וועמען, און אין דעם פאל איז עס נישט קיין ספק אז יענער איז דער וואס האט עס אנגעהויבן.
הכל מודים, אלע גרסאות זענען מסכים און דערציילן, אז דער מינדעריעריגער האט נישט מיטגעארבעט מיטן יונגערמאן, און ער האט נישט געטון דאס וואס יענער האט אים געבעטן. פינטל. געוויסע עדות דערציילן, אז דער מינדעריעריגער איז ארויסגעקומען פון קאר, ווייס ווי די וואנט, דערשראקן צום טויט. דער באטראפענדער האט איבערדערציילט שפעטער די מעשה פאר אנדערע... איר קענט זיין זיכער, אז טאמער וואלט ער מיטגעארבעט מיטן יונגערמאן, און משתף פעולה געווען, דאן וואלט ער דאס נישט דערציילט ווייטער.
דער טעות וואס דער מינדעריעריגער האט געטון איז געווען, צו גיין פארלאנגען געלט פון איינעם וואס האט געוואלט פראטעקטן יענעם יונגערמאן. ער האט געמיינט אז ער געפינט זיך אין גואטאמאלא, און נישט געכאפט ווי אזוי זאכן ארבעטן דא אין אמעריקע. דאס איז גראדע נישט געווען זיין איינפאל, עפעס איינער האט אים געגעבן די עצה, זייענדיג עובר אויף יעצנו רע, און ער ווי א קליינער חכם, האט דאס אויסגעפירט. איר דארפט פארשטיין, אז ביז עטליכע חדשים צוריק האט ער זיך געפינען אין א קולט, אין א קליינע פלאץ, נישט כאפנדיג ווי אזוי עס ארבעט אויף די וועלט, ער איז נאכנישט בקי בטוב עולם ומלואו, און ער האט געמיינט אז ער סטראשעט פשוט א יונגערמאן וואס לויפט נאך שמוץ. וזהו.
יעצט, טראכט אריין ווי שטארק די נגיעות פון מענטשן פארפירן די מוחות, צו משפט'ן א מענטש געוואנדן לויט זיין ראסע:
שטעלט אייך פאר ווען די מעשה איז פארקערט. א יוצא לב טהור דערנענטערט זיך צו א זעכצן יעריגער בחור רעדן שמוץ, און דער זעכצן יעריגער בלעקמעילט אים. וואס וואלט זיך דא אפגעטון אין אמעריקע... הימל און ערד וואלטן זיך צוזאמענגעקומען... ניין, נישט אויף דער חסידי'שער מינדעריעריגער וואס האט געבלעקמעילט...
בקיצור, ס'ווענדט זיך וואו די שפילער פונעם שפיל שטייען - איז דער שמוציגער א חסידי'שער איד און דער סקעמער א לב-טהור, דעמאלס רעדט קיינער נישט פון דעם עלטערן, נאר מען פארפירט קעגן א קליינעם זעכצן יעריגער לב-טהור. אבער אויב איז דער עלטערער א לב-טהור און דער סקעמער איז א חסידי'שער יונגערמאן, דעמאלס וואלט דאס דער סקעמער געמעגט טון... אלעס ווענדט זיך וועלכע זייט די שפילער פונעם שפיל שטייען.
כלפי מה דברים אמורים?
די עסקנים האבן זיך געפראווט און אויפגעוויזן קדם עולם ומלואו, אז די קינדער און בחורים וואס קומען ארויס פון לב-טהור, זענען ערליכע, הערליכע, ריינע, געשמאקע לעכטיגע נשמות, וועמען עס פעלט גארנישט. זיי לערנען היינט אין מוסדות התורה אין ניו-יארק, און טראץ אלע פחדים וואס מען האט געציטערט פון די קינדער ווי פון דעם טייוול אליין, איז נאכנישט אנגעקומען "קיין איין" קאמפלעין קעגן א קינד וואס איז ארויסגעקומען פון לב-טהור. אלע מוסדות זענען צופרידן און אפילו נאכמער ווי צופרידן פון די קינדער.
קומען מענטשן, און באשולדיגן א זעכצן יעריגער אומשולדיגער יונגערמאן, בשעת מען איז מחפה און מען פארדעקט אויף דעם אנדערן עלטערן יונגערמאן. פארוואס? - עה, ווייל יענער איז דאך א גואטאמאלא לב-טהור, אן קיין עלטערן און באקאנטע... אויף אים קען מען טרעטן... דערמיט פארגיסט מען, נישט נאר זיין בלוט, נאר די בלוט פון אלע קינדער און בחורים, יוצאי לב-טהור...
לאמיר פארשטיין נאך א נקודה.
וואלט דאס געשען צווישן צוויי היימישע אידן, א בחור'ל סטראשעט א יונגערמאן און זוכט ארויסצונעמען פון אים געלט, פאר שמוץ וואס דער עלטערער איז אים נאכגעלאפן (וכבר היה לעולמים), וואלט זיך קרעטשמע דערוואגט ארויפצולאזן אזא מעסעדזש, מיטן תירוץ אז "מ'דארף מאכן עווערנעס"? - דעמאלס וואלט דער נוסח געווען, "עה, מ'קען נישט באשמוצן א היימישן יונגערמאן" (פונעם בחור וואלט מען ניטאמאל געקלערט). אבער יעצט? - איז דאך הותר דמו! - ער איז דאך א לב-טהור'ניק. אמת?
שעים אן הים!
לאמיר גיין א טריט ווייטער.
דאס וואס קרעטשמע האט אצינד געטון, איז גאר שרעקליך! פיל מער פון וואס מען מיינט. דאס איז א האר-אויפשטעלנדע עוולה!
ווי אזוי דארף יעצט טראכטן, א קינד, א יוצא לב-טהור, ווען ער הערט די מעסעדזש אויף קרעטשמע, אדער ווען ער ליינט געוויסע תגובות פון דעם עולם דא?
אזא בחור קלערט אצינד, אז ער איז אן אסקופה הנדרסת. אויב עס קומט צו אים אן עלטערער און וויל פון אים האבן עפעס אומאיידעלע ענינים, האט ער נישט קיין ברירה, ער מוז זיך לאזן. ער האט נישט קיין רעכטן זיך קעגנצושטעלן יענעם. טאמער וועט ער זיך דערוואגן זיך קעגן צו שטעלן, וועט פאסירן צו אים דאס וואס עס האט אצינד פאסירט... ער וועט ארויפגיין אויף קרעטשמע און ער וועט בארעדט ווערן. ער איז דאך לב-טהור, ער האט נישט קיין רעכטן.
דאס איז די מעסעדזש וואס א נארמאלע יונגל, בחור, א יוצא לב-טהור באקומט דערפון! - נישט אנדערש. זיי אלע ליינען דא אידטיש, אלע הערן וואס עס קומט אצינד פאר, און אזוי קומט ארויס פון קרעטשמע און פון טייל שרייבער דא, אז א יוצא לב-טהור איז הפקר לכל.... דערוואגן זאלן זיי זיך צו רעדן פאר זייערע רעכטן. די בלוט קאכט אין מיר, ווען איך טראכט דערפון!