מעג מען קאפירן סידי'ס?
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 535
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 910
מעג מען קאפירן סידי'ס?
געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.
ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.
איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.
איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
א געזונטע ווינטער.
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1233
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס??
ע"פ הלכה איז לכאורה נישט קיין שום פראבלעם, אויב דיין חבר האט באצאלט פארן סידי, פארוואס זאל ער דיר נישט מעגן מאכן א קאפי?פייל און בויגן האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:10 pm געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.
ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.
איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
אפשר אלס ועשית הישר והטוב, איז בעסער נישט צו מאכן קיין קאפי.
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס??
א סידי וואס איז נאך דא צו באקומען אין די געשעפטן האבן מיר געזאגט אפאר דיינים אז עס איז אסוררעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:15 pmע"פ הלכה איז לכאורה נישט קיין שום פראבלעם, אויב דיין חבר האט באצאלט פארן סידי, פארוואס זאל ער דיר נישט מעגן מאכן א קאפי?פייל און בויגן האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:10 pm געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.
ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.
איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
אפשר אלס ועשית הישר והטוב, איז בעסער נישט צו מאכן קיין קאפי.
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
- מאדערן ארט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
- Location: אין סטאדיאו
- x 369
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
כ'האב יארן צוריק געהערט א דרשה דערפון פון הרב פאפלאנאש, כ'געדענק נישט פינקטליך די גאנצע זאך, אבער עפעס א שורה ליגט מיר אין קאפ, אז מען מעג עס קאפיען נאר פאר איין גוטע חבר...
אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1258
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 4928
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
פאפלאנאש טענה'ט אז ער האט נאך נישט געטראפן קיין שום צד לאיסור,מאדערן ארט האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:46 pm כ'האב יארן צוריק געהערט א דרשה דערפון פון הרב פאפלאנאש, כ'געדענק נישט פינקטליך די גאנצע זאך, אבער עפעס א שורה ליגט מיר אין קאפ, אז מען מעג עס קאפיען נאר פאר איין גוטע חבר...
אפשר אלץ ואהבת (וואס איז גראדע גאר א שטארקע צד, מסתמא גרעסער ווי סיי וועלכער אנדערע איסור וואס מען קען טרעפן,
יעצט איז אזוי, אלץ די געלט און כח וואס ער האט אינוועסטעד, קיין איין זינגער חלומ'ט נישט פון מאכן אדער אפילו צוריק מאכן זיין געלט, פארוואס אינוועסט ער? אמאל צו ווערן פאפולער, און אמאל צו בויען דאס געשטאלט פונעם שוין געווארענעם פאפולערן "סעלעברעטי"...
אבער! אלץ הכרת הטוב, דאס איז א צווייטע נקודה, ס'הייסט פשוט ווייז אים ארויס אין אנערקענונג פארן דיר מהנה זיין מיט אזא שיינע סידי אז ער איז דיר ווערט דעם צוואנציקער
כנלע"ד
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
שטא קיין אוסריםSpa 42 האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
איר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.Spa 42 האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1258
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 4928
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
די פראבלעם פון נאכמאכן איינעמ'ס געדאנק, איז נאר ווען מ' פארקויפט עס און מ' מאכט ביזנעס דערפון.שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pmאיר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.Spa 42 האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
אבער מאכן פאר מיר און מיינע חברים א קאפי?? Wוואטס די פראבלעם??
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 535
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 910
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
עס איז נישט קיין שום איסור, ס"ה די סידי פירמעס/ארויסגעבער פרובירן ארויפצולייגן איסורים ווייל זיי ווילן מאכן געלט.Spa 42 האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:27 pmדי פראבלעם פון נאכמאכן איינעמ'ס געדאנק, איז נאר ווען מ' פארקויפט עס און מ' מאכט ביזנעס דערפון.שמח האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pmאיר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.Spa 42 האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
אבער מאכן פאר מיר און מיינע חברים א קאפי?? Wוואטס די פראבלעם??
א געזונטע ווינטער.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 402
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
אפי' אויב איר זענט מברר אז עס איז נישט קיין שאלה פון גניבה, קען מען נאך אלץ נישט זאגן א בלענקעט סטעיטמענט "עס איז נישט קיין שום פראבלעם".פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 11:33 pmעס איז נישט קיין שום פראבלעם, ס"ה די סידי פירמעס/ארויסגעבער פרובירן ארויפצולייגן איסורים ווייל זיי ווילן מאכן געלט.
וואס טוט זיך מיט ועשית הישר והטוב?
ואהבת לרעך?
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 535
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 910
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
כ'האב געמיינט צו זאגן אז עס איז נישט קיין שום איסור אלס גניבה.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 11:55 pmאפי' אויב איר זענט מברר אז עס איז נישט קיין שאלה פון גניבה, קען מען נאך אלץ נישט זאגן א בלענקעט סטעיטמענט "עס איז נישט קיין שום פראבלעם".פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 11:33 pmעס איז נישט קיין שום פראבלעם, ס"ה די סידי פירמעס/ארויסגעבער פרובירן ארויפצולייגן איסורים ווייל זיי ווילן מאכן געלט.
וואס טוט זיך מיט ועשית הישר והטוב?
ואהבת לרעך?
א געזונטע ווינטער.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1593
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3720
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
אויב ווילסטו וויסען די טריקענע הלכה, וואס פעלט אויס די הקדמה?פייל און בויגן האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:10 pm געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.
ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.
איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
די שאלה נעמט אריין גאר א ברייטע ספעקטרום. אנגעהויבן פון די נקודה צי איינער וואס האט געקויפט א ספר / ביכל / צייטונג / סידי מעג דאס לאזן נוצן / פארבארגן פאר א צווייטן - וואס האט נישט געצאלט דערפאר - דרייסיג יאר שפעטער, און געענדיגט ביי א פארשוין וואס פארעפנטליכט פאר כל הקהל הקודש א לינק צו דאונלאודן יענעם'ס נייע סידי אדער די ווי די וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן און לכבוד דעם קויפט עס קיינער נישט און ער דערלייגט הונדערט טויזנט דאלאר, אפגערעדט פון א פרוטה ריוח.
די יסודות'דיגע חילוק איז אין דעם, אז ווען דו מאכסט א קאפיע איז פשט אז דאס איז שוין א נייע זאך, ווען דו קויפסט א ספר קען עס נאר איין מענטש אויף אמאל נוצן, און ביי דעם איז נישט קיין ספק אז ער מעג עס פארבארגן פאר א צווייטן אויך, משא"כ מיט די נייע מציאות אז 2 מענטשן אויפאמאל און מער קענען האבן און נוצן דעם אריגינעלן חפץ און איינס נעמט גארנישט אראפ פון די אנדערע.
הגם עס איז אנגענומען אז מען קען נישט אסר'ן פון טון עפעס מיט א חפץ וואס מען האט שוין געקויפט, אינקלודינג מאכן א קאפי, איז פארט נישט אויסגעשלאסן דער מהלך אז דער מוכר האט קיינמאל נישט פארקויפט די עקטשועל מידיא, נאר דעם רשות און די מידיאם עס צו הערן. אוודאי דער סי די אליין, דער חפץ איז טאקע דיינס, אבער נאר לצור על פי צלוחית. ווער זאגט אז די עלעקטראנישע - צי מאגנעטישע - דאטא וועלכע איז סטארד אויף דעם חפץ, איז אויך געווארן דעם קונה'ס? ד.ה. אז די זעלבע 'לופהאל' וואס מען וויל נוצן צו מתיר זיין, וויבאלד עס איז נישט געווען אמאל דער מושג פון 'אינטעלעקטועל פראפערטי', איז עס נישט נכלל אין די דיני ואיסורי גניבה, די זעלבע קען מען זאגן אז עס איז נישט נכלל אין 'דיני מכירה' און איז באמת קיינמאל נישט פארקויפט געווארן, אפשר גאר העלפט נישט קיין מכירה אלס דבר שאין בו ממש.
עכ"פ, לסבר את האוזן, איז בפשטות דא די זעלבע פראבלעם מיט קאפיען א געקויפטע סי די, ווי צו אריינהעקן אין א די ווי די וועלכע קומט אינסטאלירט מיט סאפטוועיר אז מען זאל עס נאר קענען נוצן נאכן באצאלן א אפצאל, אדער אפשר גאר - אויב איז מותר צו קאפיען - מעג מען אויך אריינהעקן אינעם זינגערס קאמפיוטער צו הערן די סידי נאך בעפאר עס איז פארטיג געווארן... אמער, מען טרעפט דאך נישט קיין איסור אויף העקן אין די תורה. אויב איז דער יסוד אז יענער האט נישט קיין רעכט צו פארלאנגן און באגרעניצן וויאזוי זיך צו באנוצן מיט די דאטא וועלכע געפינט זיך אויפן סידי וואס ער האט פארקויפט, איז אין לדבר סוף.

דאס מיינט אז ווען איך געב א היטש פאר א איד טאר איך נישט אנצינדן א סידי וואס יענער האט נישט געקויפט?
פארקויפן א סידי איז זיכער נישט א מכירת רשות שמיעה פאר איין יחיד.
פארקויפן א סידי איז זיכער נישט א מכירת רשות שמיעה פאר איין יחיד.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
היינט איז עס אויך נוגע ביי א ספר צו מ'מעג שיקן א PDF ווערסיע פונעם ספר...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1593
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3720
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
די שאלה איז פארוואס גייט עס נישט אריין אין כלל פון איסור הסגת גבול?
איך האב נאכנישט געזעהן קיינעם מיט א געהעריגע ביאור אויף דעם. יעדער איז נאר פארנומען מיט גניבה, און ועשית הישר והטוב.
איך האב נאכנישט געזעהן קיינעם מיט א געהעריגע ביאור אויף דעם. יעדער איז נאר פארנומען מיט גניבה, און ועשית הישר והטוב.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
ברייטער מער אויס איבער דעם איסור, איז דען דא אזא איסור בכלל? דאס איז געווען א תקנה וואס איז איינגעפירט געווארן דורך די רבנים צו פארזיכערן אז די דרוקעריי פון ספרי קודש זאל אנגיין געהעריג און די מורא פאר קאנקורענץ זאל נישט צוריק האלטן דרוקער פון אריינטאנצן אין קאסטבארע פראיעקטן. עס איז דערפאר געווען באגרעניצט אין צייט, רוב מאל א 10 יאר אפשניט.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
נו פארשטייט זיך אז דער מוכר ערלויבט עס אנצוצינדן ביי זיך אינדערהיים און אין די קאר, און אפילו פורים נאכמיטאג אויפן ספיקער אין די לאקאלע שול. אבער קאפיען איז גאנץ קלאר אז ער לאזט נישט. און בהנחה אז ער האט די רעכט צו ארויפלייגן באגרעניצונגען, דארף מען קוקן אויף דעם, צי ער לאזט די השתמשות אדער נישט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1593
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3720
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
ניין, די גמרא אין סנהדרין, בבא בתרא, מכות. ברענגן דאס שלא ירד לאומנות חבירו.Programming האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:07 am ברייטער מער אויס איבער דעם איסור, איז דען דא אזא איסור בכלל? דאס איז געווען א תקנה וואס איז איינגעפירט געווארן דורך די רבנים צו פארזיכערן אז די דרוקעריי פון ספרי קודש זאל אנגיין געהעריג און די מורא פאר קאנקורענץ זאל נישט צוריק האלטן דרוקער פון אריינטאנצן אין קאסטבארע פראיעקטן. עס איז דערפאר געווען באגרעניצט אין צייט, רוב מאל א 10 יאר אפשניט.
הגם אין פסק איז מער להקל את אזוי ווי די צווייטע וועג אין די גמרא. דאך במקום הברי הזיקא איז דער רמ''א מחמיר.
אבער אין א פאל ווי דער מסיג גבול טוט דאס נישט פאר פרנסה, זעהט מען נישט קיין שום שיטה להקל. וכ''ש ווען עס איז ברי הזיקא, און עס איז זיכער נישט בעסער ווי א רוכל פון א צווייטע שטאט.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
בפשטות איז פארקערט, אז מען מאכט נישט קיין געלט דערויף הייבט זיך נישט אן די שאלה בכלל (און דערפאר איז תומכי שבת נישט עובר אויפן איסור)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1593
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3720
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
מהיכי תיתי?Programming האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:45 am בפשטות איז פארקערט, אז מען מאכט נישט קיין געלט דערויף הייבט זיך נישט אן די שאלה בכלל (און דערפאר איז תומכי שבת נישט עובר אויפן איסור)
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5217
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9511
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
שאלה: מען מעג ארומגיין אין שול אנטרעטן די פיס פון מענטשן?
איך רעד באופן וואס ס'ווערט נישט קיין חבלה, ס'נישט קיין איסור פון לו תונו. פלעין א טרעט אויף יענעמס פוס.
כמדומה ס'איז די זעלבע שאלה...
איך רעד באופן וואס ס'ווערט נישט קיין חבלה, ס'נישט קיין איסור פון לו תונו. פלעין א טרעט אויף יענעמס פוס.
כמדומה ס'איז די זעלבע שאלה...
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
אין די גויאישע וועלט איז אויך נישט דא אזא זאך ווי א איסור אויף מאכן א סינגעל קאפישמח האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pmאיר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.Spa 42 האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1593
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3720
Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?
וועמען איז א נפקה מינה וואס די גוישע וועלט זאגט? אונז האבן א תורה, און חוץ מזה גארנישט!יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:07 amאין די גויאישע וועלט איז אויך נישט דא אזא זאך ווי א איסור אויף מאכן א סינגעל קאפישמח האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pmאיר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.Spa 42 האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?
ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.
א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
נ''ב, מידות איז אויך מן התורה.
נ''ב, אין געוויסע פעלער האבן חז''ל אוועקגעשטעלט אז דינא דמלכותא דינא.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער