מעג מען קאפירן סידי'ס?

אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 896

מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך פייל און בויגן »

געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.

ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.

איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
כתיבה וחתימה טובה.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 674
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1216

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס??

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:10 pm געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.

ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.

איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
ע"פ הלכה איז לכאורה נישט קיין שום פראבלעם, אויב דיין חבר האט באצאלט פארן סידי, פארוואס זאל ער דיר נישט מעגן מאכן א קאפי?

אפשר אלס ועשית הישר והטוב, איז בעסער נישט צו מאכן קיין קאפי.
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 107

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס??

פאוסט דורך א קלער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:15 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:10 pm געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.

ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.

איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
ע"פ הלכה איז לכאורה נישט קיין שום פראבלעם, אויב דיין חבר האט באצאלט פארן סידי, פארוואס זאל ער דיר נישט מעגן מאכן א קאפי?

אפשר אלס ועשית הישר והטוב, איז בעסער נישט צו מאכן קיין קאפי.
א סידי וואס איז נאך דא צו באקומען אין די געשעפטן האבן מיר געזאגט אפאר דיינים אז עס איז אסור
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 363

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך מאדערן ארט »

כ'האב יארן צוריק געהערט א דרשה דערפון פון הרב פאפלאנאש, כ'געדענק נישט פינקטליך די גאנצע זאך, אבער עפעס א שורה ליגט מיר אין קאפ, אז מען מעג עס קאפיען נאר פאר איין גוטע חבר...
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4859

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך Spa 42 »

לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?

ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.

א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 385

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך דאפלטער »

מאדערן ארט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:46 pm כ'האב יארן צוריק געהערט א דרשה דערפון פון הרב פאפלאנאש, כ'געדענק נישט פינקטליך די גאנצע זאך, אבער עפעס א שורה ליגט מיר אין קאפ, אז מען מעג עס קאפיען נאר פאר איין גוטע חבר...
פאפלאנאש טענה'ט אז ער האט נאך נישט געטראפן קיין שום צד לאיסור,
אפשר אלץ ואהבת (וואס איז גראדע גאר א שטארקע צד, מסתמא גרעסער ווי סיי וועלכער אנדערע איסור וואס מען קען טרעפן,
יעצט איז אזוי, אלץ די געלט און כח וואס ער האט אינוועסטעד, קיין איין זינגער חלומ'ט נישט פון מאכן אדער אפילו צוריק מאכן זיין געלט, פארוואס אינוועסט ער? אמאל צו ווערן פאפולער, און אמאל צו בויען דאס געשטאלט פונעם שוין געווארענעם פאפולערן "סעלעברעטי"...

אבער! אלץ הכרת הטוב, דאס איז א צווייטע נקודה, ס'הייסט פשוט ווייז אים ארויס אין אנערקענונג פארן דיר מהנה זיין מיט אזא שיינע סידי אז ער איז דיר ווערט דעם צוואנציקער
כנלע"ד
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 385

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך דאפלטער »

Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?

ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.

א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
שטא קיין אוסרים
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3101
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3510

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך שמח »

Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?

ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.

א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
איר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4859

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך Spa 42 »

שמח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pm
Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?

ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.

א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
איר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.
די פראבלעם פון נאכמאכן איינעמ'ס געדאנק, איז נאר ווען מ' פארקויפט עס און מ' מאכט ביזנעס דערפון.

אבער מאכן פאר מיר און מיינע חברים א קאפי?? Wוואטס די פראבלעם??
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 896

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך פייל און בויגן »

Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:27 pm

עס איז נישט קיין שום איסור, ס"ה די סידי פירמעס/ארויסגעבער פרובירן ארויפצולייגן איסורים ווייל זיי ווילן מאכן געלט.
כתיבה וחתימה טובה.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פייל און בויגן האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 11:33 pm
Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:27 pm
שמח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pm

איר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.
די פראבלעם פון נאכמאכן איינעמ'ס געדאנק, איז נאר ווען מ' פארקויפט עס און מ' מאכט ביזנעס דערפון.

אבער מאכן פאר מיר און מיינע חברים א קאפי?? Wוואטס די פראבלעם??
עס איז נישט קיין שום פראבלעם, ס"ה די סידי פירמעס/ארויסגעבער פרובירן ארויפצולייגן איסורים ווייל זיי ווילן מאכן געלט.
אפי' אויב איר זענט מברר אז עס איז נישט קיין שאלה פון גניבה, קען מען נאך אלץ נישט זאגן א בלענקעט סטעיטמענט "עס איז נישט קיין שום פראבלעם".
וואס טוט זיך מיט ועשית הישר והטוב?
ואהבת לרעך?
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 530
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 896

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך פייל און בויגן »

תינוק הבורח האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 11:55 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 11:33 pm
Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:27 pm
די פראבלעם פון נאכמאכן איינעמ'ס געדאנק, איז נאר ווען מ' פארקויפט עס און מ' מאכט ביזנעס דערפון.

אבער מאכן פאר מיר און מיינע חברים א קאפי?? Wוואטס די פראבלעם??
עס איז נישט קיין שום פראבלעם, ס"ה די סידי פירמעס/ארויסגעבער פרובירן ארויפצולייגן איסורים ווייל זיי ווילן מאכן געלט.
אפי' אויב איר זענט מברר אז עס איז נישט קיין שאלה פון גניבה, קען מען נאך אלץ נישט זאגן א בלענקעט סטעיטמענט "עס איז נישט קיין שום פראבלעם".
וואס טוט זיך מיט ועשית הישר והטוב?
ואהבת לרעך?
כ'האב געמיינט צו זאגן אז עס איז נישט קיין שום איסור אלס גניבה.
כתיבה וחתימה טובה.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:10 pm געווען דא א איד, וואס האט אריינגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט ארויסצוגעבן א סידי, לאמיר זאגן א מוזיק סידי, ער האט זיך געוועלט ניגונים, אפגעקויפט די ניגונים, באצאלט א סטודיאָ, קווייער, ועוד ועוד.

ער פארקויפט דעם סידי צו לייזן אפאר דאלער, מיין חבר האט עס געקויפט, און ער איז גרייט עס צו קאפירן פאר מיר, אזוי איך זאל אויך קענען הנאה האבן דערפון.

איז עס אויסגעהאלטן צו קאפירן ע"פ הלכה אדער נישט?
אויב ווילסטו וויסען די טריקענע הלכה, וואס פעלט אויס די הקדמה?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך Programming »

די שאלה נעמט אריין גאר א ברייטע ספעקטרום. אנגעהויבן פון די נקודה צי איינער וואס האט געקויפט א ספר / ביכל / צייטונג / סידי מעג דאס לאזן נוצן / פארבארגן פאר א צווייטן - וואס האט נישט געצאלט דערפאר - דרייסיג יאר שפעטער, און געענדיגט ביי א פארשוין וואס פארעפנטליכט פאר כל הקהל הקודש א לינק צו דאונלאודן יענעם'ס נייע סידי אדער די ווי די וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן און לכבוד דעם קויפט עס קיינער נישט און ער דערלייגט הונדערט טויזנט דאלאר, אפגערעדט פון א פרוטה ריוח.

די יסודות'דיגע חילוק איז אין דעם, אז ווען דו מאכסט א קאפיע איז פשט אז דאס איז שוין א נייע זאך, ווען דו קויפסט א ספר קען עס נאר איין מענטש אויף אמאל נוצן, און ביי דעם איז נישט קיין ספק אז ער מעג עס פארבארגן פאר א צווייטן אויך, משא"כ מיט די נייע מציאות אז 2 מענטשן אויפאמאל און מער קענען האבן און נוצן דעם אריגינעלן חפץ און איינס נעמט גארנישט אראפ פון די אנדערע.

הגם עס איז אנגענומען אז מען קען נישט אסר'ן פון טון עפעס מיט א חפץ וואס מען האט שוין געקויפט, אינקלודינג מאכן א קאפי, איז פארט נישט אויסגעשלאסן דער מהלך אז דער מוכר האט קיינמאל נישט פארקויפט די עקטשועל מידיא, נאר דעם רשות און די מידיאם עס צו הערן. אוודאי דער סי די אליין, דער חפץ איז טאקע דיינס, אבער נאר לצור על פי צלוחית. ווער זאגט אז די עלעקטראנישע - צי מאגנעטישע - דאטא וועלכע איז סטארד אויף דעם חפץ, איז אויך געווארן דעם קונה'ס? ד.ה. אז די זעלבע 'לופהאל' וואס מען וויל נוצן צו מתיר זיין, וויבאלד עס איז נישט געווען אמאל דער מושג פון 'אינטעלעקטועל פראפערטי', איז עס נישט נכלל אין די דיני ואיסורי גניבה, די זעלבע קען מען זאגן אז עס איז נישט נכלל אין 'דיני מכירה' און איז באמת קיינמאל נישט פארקויפט געווארן, אפשר גאר העלפט נישט קיין מכירה אלס דבר שאין בו ממש.

עכ"פ, לסבר את האוזן, איז בפשטות דא די זעלבע פראבלעם מיט קאפיען א געקויפטע סי די, ווי צו אריינהעקן אין א די ווי די וועלכע קומט אינסטאלירט מיט סאפטוועיר אז מען זאל עס נאר קענען נוצן נאכן באצאלן א אפצאל, אדער אפשר גאר - אויב איז מותר צו קאפיען - מעג מען אויך אריינהעקן אינעם זינגערס קאמפיוטער צו הערן די סידי נאך בעפאר עס איז פארטיג געווארן... אמער, מען טרעפט דאך נישט קיין איסור אויף העקן אין די תורה. אויב איז דער יסוד אז יענער האט נישט קיין רעכט צו פארלאנגן און באגרעניצן וויאזוי זיך צו באנוצן מיט די דאטא וועלכע געפינט זיך אויפן סידי וואס ער האט פארקויפט, איז אין לדבר סוף.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 779

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך מאטאווירט »

דאס מיינט אז ווען איך געב א היטש פאר א איד טאר איך נישט אנצינדן א סידי וואס יענער האט נישט געקויפט?

פארקויפן א סידי איז זיכער נישט א מכירת רשות שמיעה פאר איין יחיד.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך אני-הק' »

היינט איז עס אויך נוגע ביי א ספר צו מ'מעג שיקן א PDF ווערסיע פונעם ספר...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

די שאלה איז פארוואס גייט עס נישט אריין אין כלל פון איסור הסגת גבול?
איך האב נאכנישט געזעהן קיינעם מיט א געהעריגע ביאור אויף דעם. יעדער איז נאר פארנומען מיט גניבה, און ועשית הישר והטוב.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך Programming »

ברייטער מער אויס איבער דעם איסור, איז דען דא אזא איסור בכלל? דאס איז געווען א תקנה וואס איז איינגעפירט געווארן דורך די רבנים צו פארזיכערן אז די דרוקעריי פון ספרי קודש זאל אנגיין געהעריג און די מורא פאר קאנקורענץ זאל נישט צוריק האלטן דרוקער פון אריינטאנצן אין קאסטבארע פראיעקטן. עס איז דערפאר געווען באגרעניצט אין צייט, רוב מאל א 10 יאר אפשניט.
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך Programming »

מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 2:46 am דאס מיינט אז ווען איך געב א היטש פאר א איד טאר איך נישט אנצינדן א סידי וואס יענער האט נישט געקויפט?

פארקויפן א סידי איז זיכער נישט א מכירת רשות שמיעה פאר איין יחיד.
נו פארשטייט זיך אז דער מוכר ערלויבט עס אנצוצינדן ביי זיך אינדערהיים און אין די קאר, און אפילו פורים נאכמיטאג אויפן ספיקער אין די לאקאלע שול. אבער קאפיען איז גאנץ קלאר אז ער לאזט נישט. און בהנחה אז ער האט די רעכט צו ארויפלייגן באגרעניצונגען, דארף מען קוקן אויף דעם, צי ער לאזט די השתמשות אדער נישט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

Programming האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:07 am ברייטער מער אויס איבער דעם איסור, איז דען דא אזא איסור בכלל? דאס איז געווען א תקנה וואס איז איינגעפירט געווארן דורך די רבנים צו פארזיכערן אז די דרוקעריי פון ספרי קודש זאל אנגיין געהעריג און די מורא פאר קאנקורענץ זאל נישט צוריק האלטן דרוקער פון אריינטאנצן אין קאסטבארע פראיעקטן. עס איז דערפאר געווען באגרעניצט אין צייט, רוב מאל א 10 יאר אפשניט.
ניין, די גמרא אין סנהדרין, בבא בתרא, מכות. ברענגן דאס שלא ירד לאומנות חבירו.
הגם אין פסק איז מער להקל את אזוי ווי די צווייטע וועג אין די גמרא. דאך במקום הברי הזיקא איז דער רמ''א מחמיר.
אבער אין א פאל ווי דער מסיג גבול טוט דאס נישט פאר פרנסה, זעהט מען נישט קיין שום שיטה להקל. וכ''ש ווען עס איז ברי הזיקא, און עס איז זיכער נישט בעסער ווי א רוכל פון א צווייטע שטאט.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך Programming »

בפשטות איז פארקערט, אז מען מאכט נישט קיין געלט דערויף הייבט זיך נישט אן די שאלה בכלל (און דערפאר איז תומכי שבת נישט עובר אויפן איסור)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

Programming האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:45 am בפשטות איז פארקערט, אז מען מאכט נישט קיין געלט דערויף הייבט זיך נישט אן די שאלה בכלל (און דערפאר איז תומכי שבת נישט עובר אויפן איסור)
מהיכי תיתי?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8757

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שאלה: מען מעג ארומגיין אין שול אנטרעטן די פיס פון מענטשן?

איך רעד באופן וואס ס'ווערט נישט קיין חבלה, ס'נישט קיין איסור פון לו תונו. פלעין א טרעט אויף יענעמס פוס.

כמדומה ס'איז די זעלבע שאלה...
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 363
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 267

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך יאנטשי »

שמח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pm
Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?

ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.

א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
איר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.
אין די גויאישע וועלט איז אויך נישט דא אזא זאך ווי א איסור אויף מאכן א סינגעל קאפי
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: מעג מען קאפירן סידי'ס?

פאוסט דורך נקודות טובות »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:07 am
שמח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:14 pm
Spa 42 האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:04 pm לדעת האוסרים, וואס איז די איסור? וואס גנב'ע איך, ווען איך מאך א קאפי?

ווען איך נעם צו דיין שיך למשל, האב איך גע'גנב'ט פון דיר א חפץ, ביז יעצט האסטו עס געהאט, און יעצט האב איך דיר דאס צוגענומען.

א קאפי פון א סידי איז א דבר שאין בו ממשות, עס איז נישט קיין חפץ וואס איך האב דיר אוועקגענומען.
איר גנב'ט דער געדאנק, עס איז אן אריכות, אזוי ווי עס איז דא א געזעץ אין די גוי'שע וועלט נישט צו נאכמאכן איינעמס געדאנק, עס איז אן אריכות דער הסבר אבער עס האט אן הסבר.
אין די גויאישע וועלט איז אויך נישט דא אזא זאך ווי א איסור אויף מאכן א סינגעל קאפי
וועמען איז א נפקה מינה וואס די גוישע וועלט זאגט? אונז האבן א תורה, און חוץ מזה גארנישט!

נ''ב, מידות איז אויך מן התורה.
נ''ב, אין געוויסע פעלער האבן חז''ל אוועקגעשטעלט אז דינא דמלכותא דינא.

שרייב פאוסט