על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 3:02 am
ר' יואל העניך איז מיטגעגאנגען מיט די הכתרה פון נחמן, אדער האט ער זיך אויסגעלאכט?
עס איז זייער אינטערעסאנט אז איר פרעגט אזא פראגע בכלל, לאמיר איבערגיין א מינוט די צוגאנג פון די הכתרה. בשעת די לויה זענען געווען עטליכע מספידים. אויך ר' יואל העניך האט גערעדט, און צום סוף פון זיינע דברי הספד, האט ער געבעטן דעם עולם אז מען זאל זיך מכניע זיין צו די נייע הנהגה, און אז עס איז געווען דער רצון פונעם טאטע'ן אז מען זאל זיך האלטן צוזאמען אונטער די נייע הנהגה וכו'.
נאך די לויה, האט נחמן געמאלדן אז ער וויל נישט אננעמען די רבי'סטעווע. וויפיל מען האט אים געבעטן האט עס גארנישט געהאלפן, היא באחת אז ער איז נישט רבי. בשעת די ניחום אבלים האט מען אים כסדר געבעטן און גערעדט צו אים דערוועגן, אבער ער האט נישט געוואלט. אינמיטן די שבעה איז אריבערגעקומען ר' יואל העניך אויף א פריוואטע שמועס מיט זיין ברודער. נאך לאנגע בעטענישן האט ער זיך געלאזט אננעמען די רבי'סטעווע. קודם האט ער פארגעשלאגן א פשרה, אז ר' יואל העניך זאל ענטפערן אלע שאלות בעניני גשמיים, און ער זאל ענטפערן אלע עניני רוחניים און פירן פארן עולם. למעשה האט ער איבערגענומען די רבי'סטעווע, און ער האט געזאגט ברבים, אז זיין ברודער האט דאס גע'פועל'ט ביי אים.
די סיבה פארוואס ר' יואל העניך האט דאס אזוי געשטופט איז וויבאלד ער האט קלאר פארשטאנען אז אויב נחמן וועט נישט נעמען די לייצעס אין די האנט אריין, וועט יעקב נחום איבערנעמען, און דעמאלטס וועט זיין אסאך אסאך ערגער, האט ער געהאפט אז ער וועט קענען ארבעטן מיט נחמן צו פירן די קהילה אויף א מעסיגע פארנעם.
צוגעלייגט