כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »




בעזהשי''ת

אונז אידישע קינדער זענען נתחנך געווארן פון קינדווייז אן מיטן געדאנק אז 'הכרת הטוב' איז א אידישע מידה.

לאמיר נישט מאריך זיין מיט קיין לאנגע הקדמות, אבער ווי מיר וועלן שפעטער אויסשמועסן באריכות, שפילט 'מערכת אידטיש' גאר א שטארקע ראלע אין די הייליגע מערכה פון הצלת ילדי לב טהור. אין דער צייט וואס אנדערע האבן עס געזען אלץ אומפאסיג צו דיסקוסירן ברבים, איז מערכת אידטיש אנטקעגן געקומען די עסקנים, און גאר שטארק צוגעהאלפן מיטן מערכת הצלת נפשות.

אזוי אויך די טייערע אידן וועלעכע שרייבן אויף דעם פלאטפארמע, האבן כסדר צוגעהאלפן מיט וואס זיי האבן נאר געקענט. ובפרט מיטן אויפטרייבן געלטער פארן מערכה.
די מכה בפטיש איז געווען ווען פארגאנגענעם וואך האבן די אידן דא אויף אידטיש מנדב געווען גאנצע צען טויזנט דאלער (איינגעטיילט אויף 2 פעידש'עס פונעם קאמפיין).

דאן האבן מיר געפילט אז עס איז צייט ארויסצווייזן כאטשיג עפעס הכרת הטוב.

איז וויאזוי איז מען מכיר טוב אויף א 'שרייבן פלאטפארמע'? אט אזוי, מיטן שרייבן... אשר על כן קומען מיר צו אייך מיט דעם ערשטמאליגן פריעקט, וואס איז איינגעטיילט אין עטליכע חלקים. א חלק זענען תשובות אויף שאלות וואס דער עולם האט אריינגעשיקט צו די עסקנים, און א טייל זענען שאלות וואס דער עולם האט אריינגעשיקט צו די יוצאים.


און אצינד, ליינט, ווערט אנגעווארעמט, און לעבט עס מיט...





ווער איז 'על פי תורה'

ווער איז על פי תורה?
וויאזוי ביזטו אריינגעקומען אין דעם נושא?



מיין שייכות מיט די פרשה

איך בין א פשוט'ער יונגערמאן, אזוי ווי יעדן איינעם. איך זיץ און איך לערן, בשעת מיין בני בית פירט אן א מסחר און אזוי שפייזן מיר דאס געזינדל, ברוך-השם פאר דעם.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט זיבן יאר צוריק. עס איז געווען א טאג נאך וואס די טעללער משפחה איז ארויסגעקומען פון לב-טהור קיין אמעריקע. אין יענעם טאג איז צוגעקומען צו מיר אין בית-המדרש א איד, מיט א בקשה, צי איך וואלט געקענט באשטיין צו לערנען מיט איינע פון די טעללער קינדער פאר צוואנציג דאלער א שעה.
איך האב זיך גראד צוגעכאפט דערצו – נישט אזוי ווייט פאר די געלט, ווי פאר די עקפיריענס דערפון.
דא האט זיך אנגעהויבן מיין עסקנות, אין די נושא פון לב-טהור.


נאך קינדער קומען קיין אמעריקע


דער יונגל פון משפחת טעללער, איז אנגעקומען צו מיר אינדערהיים. איך האב אים אויפגענומען, געלערנט מיט אים און פארברענגט מיט אים, שפירנדיג גליקליך און צופרידן אז איך קען זיין א חלק פון אזא גרויסע מצוה. אלע קאסטן איז באצאלט געווארן דורך העסקן הנמרץ, ראש וראשון לכל עניני עסקנות, הרה"ח ר' אברהם גרינהוט הי"ו, מיט וועם איך האב זיך דעמאלטס באקאנט געמאכט.

ברוך-השם אז איך האב זוכה געווען אנצוקניפן א נאנטע שטארקע קשר מיט דעם יונגל, מיר זענען געווארן ממש געבינדן איינע צום אנדערן, און איך בין אפילו געגאנגען אין קאנטרי, ספעציעל צו קענען לערנען מיט אים אין קעמפ יעדן טאג.
אזוי איז אריבערגעגאנגען אפאר יאר.

אנהויב ווינטער פון דעם יאר, רופט מיר ר' אברהם גרינהוט. ער דערציילט מיר אז דער בחור מיט וועם איך פלעג לערנען האט א קאזין וועלעכער קומט צופעליג יעצט אהער קיין אמעריקע. ר' אברהם פרעגט מיר אויב איך קען עפעס טון אויך פאר דעם בחור, דהיינו שאפן געלט, ישיבה, חברותות און-אזוי-ווייטער.

איך פון מיין זייט, האב עס אנגענומען בשמחה רבה, און איך האב מיר אריינגעלייגט דערין בסייעתא דשמיא. אויך העסקן ר' אברהם בראווער הי''ו, האט זיך שטארק אריינגעווארפן צו העלפן דעם בחור'ל. ר' אברהם איז אויך נישט געווען קיין נייער נאמען אין די סוגיא. זייענדיג א שכן טוב מיט די טעללער פאמיליע, האט ער זיך איבערגעגעבן בלב ובנפש פאר זיי און ער האט זיי פיל ארויסגעהאלפן, זיי שטייענדיג צו די האנט בכל עת מצוא.

עס איז נישט אריבערגעגאנגען עטליכע וואכן, ביז איך האב באקומען א טעלפאן קאל: "א גוטן, דא רעדט יואל העניך העלבראנץ"... הענט און פיס האבן זיך מיר געווארפן פאר שרעק! – איך האב פשוט נישט געוואוסט וואס ער וויל דא אצינד פון מיר.

א שעה צייט האבן מיר געשמועסט אויפן טעלפאן. דאס איז געווען א געשמאקער שמועס און דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב זיך באקענט מיט אים. מה אומר מה אדבר? – מיין הרגשה איז געווען אז דא רעדט זיך פון עפעס א ספעציעלער מענטש, איינער וואס טוט אויף גדולות ונצורות. אין קורצן האט ער זיך געוואלט דורכרעדן מיט מיר בנוגע זיין נעפיו. ער האט מיר דעמאלטס דערציילט איבער 'כנישתא חדא', ארויסברענגענדיג אז זיי ארבעטן יעדן טאג צו קומען קיין אמעריקע, און ער האט מיר געפרעגט אויב איך וועל קענען מסדר זיין די יוצאי כנישתא חדא אין ישיבות אין אמעריקע.

פון רעדן איז דאס געקומען צו מעשים. נאך צוויי וואכן איז שוין ר' יואל העניך געקומען באזוכן ניו-יארק. איך האב אים דעמאלס אביסל ארומגעדרייווט, הערנדיג פון אים וואס עס קומט אביסל פאר. פון אונזערע שמועסן איז געווען קלאר, אז לב-טהור איז א מציאות פון 'נישט דא וואס צו טון', מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די פאר משפחות וועלעכע זענען ארויס פון דארט און שוין.

אין יענע תקופה האט ר' יואל העניך באזוכט די ישיבה פון זיין נעפיו, ער האט זיך דארט באקאנט געמאכט מיטן חשוב'ן מגיד-שיעור, הרה"ג ר' שמואל יואל מיללער שליט"א. דאס איז געווען נאך וואס ר' יואל העניך האט זיך אונטערגעהערט ווי אזוי ר' שמואל יואל לייגט אראפ א שיעור פאר די בחורים, און ער האט אנערקענט אין זיינע כשרונות און די וואונדערליכע שפראך ווי אזוי ער לייגט אראפ א שיעור. תיכף ומיד האט ער זיך געוואנדן צו ר' שמואל יואל, אז ער זאל אנהויבן צו געבן שיעורים דורכ'ן טעלפאן, פאר די בחורים אין כנישתא חדא. ר' שמואל יואל האט זיך נישט לאנג געלאזט בעטן, און ער האט טאקע אנגעהויבן געבן שיעורים אויפן טעלפאן, סיי פאר די בחורים און סיי פאר די קינדער. פון געבן שיעורים איז דער נשמה'דיגער מגי''ש געווארן שטארק מקושר מיט די בחורים-יונגעלייט אין כנישתא חדא, און אסאך פארברענגט מיט זיי דורכן טעלעפאן.


"וואס קומט פאר אין לב טהור"?


עטליכע וואכן זענען אריבערגעגאנגען.
איין שבת איז דאס געווען. איך האב זיך געפינען אויף שבת אין איינע פון די סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן. מוצאי שבת באקום איך א טעלפאן קאל, אויף די אנדערע זייט הערט זיך א צעשראקענע מאמע, מיין מאמע פרעגט מיר וואס עס קומט פאר אין לב-טהור. זי האט געהערט אז מען האט צוגעכאפט אלע קינדער מיט די מאמעס, בשעת מען האט ארעסטירט אלע פירער פונעם ארט.

איך האב נישט געהאט קיין השגה וואס זי רעדט. איך האב פראבירט מברר צו זיין וואס עס קומט פאר אויפן ארט. בקיצור, די המשך פון די מעשה קענט איר שוין ליינען אויף די ערשטע בלעטער פון דעם באקאנטן אידטיש אשכול, און פון דארט און ווייטער ווייסט איר שוין אליין וואו צו זוכן.


א קעמפ?

יענע וואך מיטוואך רופט מיר אן ר' אברהם גרינהוט הי"ו, מיט א בקשה צי איך קען זיך פארען מיט ניין בחורים, צופעליג חתונה געהאטע. א פארוואונדערטע האב איך אים געפרעגט, וואס עס גייט דא פאר. ר' אברהם האט מיר דערציילט איבער דער פלאן צו ברענגען אלע קינדער קיין אמעריקע. איך האב אים פארגעשלאגן א פלאן פון עפענען א קעמפ פאר די קינדער. נאכן שמועסן און דיסקוסירן אהער און אהין, איז געבליבן אז מען וועט נאך זיין בקשר איבער די נושא.

אין יענע תקופה האט ר' אברהם אויך גערופן מיין מאמע תחי', איר פארשלאגנדיג אריבערצוגיין צו די שעלטערס, און דארט אויפטון וואס מען קען מיט די פרויען. מיין מאמע איז טאקע דארט געווען במשך א וואך צייט, און בעזרת-השם אויפגעטון דארט גדולות ונצורות. איך האב דעמאלס גערעדט מיט ר' אברהם, איבער זעלבסט אריבערגיין צו די שעלטער. עס איז גארנישט געווארן דערפון למעשה.



געשיכטעס פון גהינום


עטליכע וואכן שפעטער דערציילט מיר ר' שמואל יואל אז ער פלאנט צו פארן שבת זכור קיין גווטמאלא און וויילן אין כנישתא חדא. איך האב זיך צוגעכאפט דערצו און מיטגעקומען אינאיינעם מיט אים. ברוך השם אז עס איז געווען דארט א הערליכע שבת, מען האט זיך שטארק משמח געווען דורכאויס די שבת און געפראוועט א ריכטיגע פורים'דיגע שבת זכור.
דורכאויס די שבת האב איך זיך אויך באקענט מיט די וואונדערליכע טייערע מסירת-נפש אידן פון כנישתא חדא. איך האב זיך ממש נישט געקענט איבערקומען פון וואספארא געלונגענע קלוגע ערליכע אידן מען רעדט דא, אריינגערעכנט קינדער בחורים און יונגעלייט.

דורכאויס דעם שבת האב איך זיך אנגעהערט מיט געשיכטעס וועלכע האבן מיר צונומען עד דוכדוכה של נפש. איך האב געהערט שוידערליכע געשיכטעס פון ברוטאלע פיינונגען וואס ממש תסמור שערות אנוש. איך האב געמיינט אז איך ווייס שוין וואס עס קומט פאר אין לב טהור, אבער איך בין געוואויער געווארן אז איך האב ניטאמאל באגריפן א משהו שבמשהו, ממש ריינע נאציזם אויף אן אבנארמאלן פארנעם, איך בין געווארן ממש דראמאטיזירט, און פרייטאג צו נאכטס האב איך פשוט נישט געקענט שלאפן פון טראמע.
איין מעשה דערציילט מיר א דרייצן יעריגער בחור'ל, וועלכער איז אויפגעשטאנען צוויי מינוט צו שפעט, און דערפאר האט ער געכאפט ניין-און-דרייסיג שלעק מיט אן אייזערנעם גאפל, אויפן בלויזן רוקן, אזש ער האט זיך געטראפן אין א טייכל בלוט.

א צווייטער דערציילט איבער יעקב נחום, ווי אזוי ער האט באשלאסן אז ער איז צו מגושם, ערקלערנדג אז ער קען דאס נישט מסביר זיין, אבער ער זעט אויף זיין פנים א רוח טומאה... גיי פארשטיי! – יעקב נחום האט אים צוגעטיילט פערציג תיקונים אין איין שאס! – צווישן זיי, א תענית דיבור פאר דריי חדשים, פיינט האבן די אייגענע קינדער (!), גיין אין מקוה נאך יעדע איינציגע מאל וואס ער נעמט אריין עפעס אין מויל, וכדומה.

נאך עטליכע וואכן גיין אין מקוה, נאך יעדע מאכל און משקה, איז זיין פוס געווארן ביטער געשוואלן, עד כדי כך אז ער האט געדארפט ארומגיין מיט א שטעקן! נאכן זען אז ער וועט דאס פשוט נישט איבערלעבן, איז ער געקומען צו קריכן צום אפיס פון יעקב נחום, אים בעטן אז ער זאל אראפנעמען פון אים דעם ביטערן תיקון.

יעקב נחום האט אים געזען שטיין דארט, אבער ער האט אים רואיג געלאזט ווארטן, בעת וואס בשעת מעשה שפילט ער זיך ארום אויפן קאמפיוטער. נאך עטליכע שעה האט ער זיך אויסגעדרייט צו אים, פארמאכנדיג זיינע אויגן זאגנדיג, "איך קען נישט קוקן אויף די טומאה, גיי אוועק פון מיין אפיס".

אזוי האט זיך איבערגע'חזר'ט די שפיל צוויי וואכן אין א ציה, בשעת יעדן טאג קומט ער נאכאמאל צו גיין צו יעקב נחום, און ער שפילט מיט אים די זעלבע שפיל נאכאמאל און נאכאמאל.

נאך צוויי וואכן, האט אים ענדליך יעקב נחום באגענאדיגט מיט גרויס רחמנת, און נאכן פארשטיין זיין ביטערן מצב, האט ער ברוב רחמיו וחסדיו איינגעשטימט אז ער דארף שוין נישט גיין אין מקוה נאך יעדע מאכל, אבער ער מעג בלויז עסן בלויז איין מאכל א טאג.

די אלע געשיכטעס האבן מיר ממש דראמאטיזירט און איך האב דעמאלס רעאליזירט אז די וועלט ווייסט פשוט נישט וואס עס קומט דארט פאר. עס איז א שטילער האלאקאסט אונטער אונזער רוקן. נישט ווייניגער.
ממש אומגלויבליך!


אין שעלטער

איידער מיר זענען אוועקגעפארן פון דארט, האבן מיר געוואלט אפשטאטן א באזוך אין די שעלטער. מיר האבן דעריבער אויסגעפילט די נויטיגע פאפירן, מיט די הילף פון א חשוב'ע עסקן'טע מרת לייטנער.

מיר זענען אנגעזאגט געווארן אז די בחורים גייען אונז ממש צורייסן נאך ביפאר מיר גייען בכלל קענען אריינשטעלן א טריט דארט, דאך האבן מיר געהאפט צו קענען מאכן א שטיקל קשר מיט זיי.

דעם קומענדיגן זונטאג זענען מיר געגאנגען צו די שעלטער, מיט די פאפירן צו בעטן רשות אריינצוגיין, די וועכטער האבן אונז געזאגט אז היינט איז זונטאג און די מענידשער איז נישט דא, ממילא קען מען בשום אופן נישט אריינגיין. מיר האבן באשלאסן זיך אוועקצודרייען און נעמען די נעקסטע פליגער אהיים קיין אמעריקע. דאן האט עפעס דראמאטיש פאסירט א קליינע 4 אינטש ביי 4 אינטש פענסטער'ל האט זיך געעפענט און ערוואקסן בחור'ל האט זיך באוויזן, ער האט זיך אנגעגעבן אלץ שניאור זלמן לעווי. איך בין האב זיך גלייך געמאכט גרייט פאר די מכות וואס איך גיי יעצט כאפן, אבער אנשטאט דעם האט ער אנגעהויבן רעדן מיט א ווייעכע שטומע 'קומטס אונז באזוכן! אונז זעמער מער נישט לב טהור! אונז גייען ענק אויפנעמען שיין! ס'איז נישט דא מער קיין לב טהור!'

מיר זענען געווען שאקירט, און אים געזאגט אז מיר גייען מחליט זיין וואס צו טון. מיר זענען אוועקגעגאנגען פון דארט אינגאנצן צומישט. מיר האבן אנגערופן ר' אברהם גרינהוט, ר' יואל העניך, ר' יחיאל עזריאל ראזנער, כולם פה אחד האבן אונז געזאגט אז עס איז נישט קיין שום ספק אז די בחורים שפילן א גוטן שפיל און זיי ווילן פשוט אונז זאלן קומען מארגן כדי אונז צו קענען פיין אנרייסן די ביינער און ציען די פיאות אזוי ווי זיי האבן געטון ביז יעצט.

געבויט אויף דעם האבן מיר מחליט געווען אהיים צו פארן יענע נאכט. למעשה דער איינציגסטער וועלעכע האט אונז געבעטן צו בלייבן איז געווען ר' יואל העניך וועלעכע האט אונז מסביר געווען אז דאס איז אויך א מצוה, למעשה זיצן די בחורים אליין פאר אפאר וואכן, און אפילו נאר צו גיין כדי זיי זאלן האבן מיט וועם זיך צו קריגן איז אויך ווערד...
מיר האבן אנגענומען דעם מאדנעם הסבר און מיט געמישטע געפילן זענען מיר געבליבן דארט נאך א טאג.

דעם קומעדיגן אינדערפרי זענען מיר נאכאמאל געגאנגען צום שעלטער, נאך א האלבע שעה אונז לאזן ווארטן האבן זיי ענדליך געעפנט דעם שווערן אייזערנעם טויער און אונז אריינגעלאזט. די בחורים'לעך זענען אויפגעשפרינגען אויף אונז, אונז ארומגענומען מיט ליבשאפט און אלע צוזאמען ווי איין כאר אויסגעשריגן 'ענק דארפן נישט מורא האבן פון אונז, אונז זענען מער נישט לב טהור, אונז ווילן ארויסגיין פון דא' באטראכטנדיג די זיסע בא'חן'טע צורות, און הערנדיג די הארצרייסנדע געבעטן האב איך פשוט אנגעהויבן וויינען. איך האב געבעטן ר' שמואל יואל זאל אביסל משמח זיין, ר' שמואל יואל האט זיי פארגעשטעלט א שפיל. און זיי האבן עפעס נישט נארמאל געלאכט.

דארט אין שעלטער, זייענדיג ארומגענומען מיט די בחורים, האבן מיינע מחשבות גערוישט און געטומלט:
'ווי אזוי האט דאס די וועלט צוגעלאזט'?
'ווער האט דאס געקענט טון צו אזעלכע זיסע קינדערליך'?
'קען טאקע אזעלכע זאכן פארקומען אין ה' אלפים תשפ"ה'?
איך בין געקומען צום אויספיר, אז די וועלט האט פשוט נישט קיין השגה וואס עס קומט דא פאר!


ווילן זיי טאקע ארויסגיין?

איך האב שנעל אנגערופן ר' יואל העניך און אים דערציילט אביסל וואס עס קומט דא פאר און וואס די בחורים זאגן. איך האב אים געזאגט אז די בחורים ווילן, נישט מער און נישט ווייניגער... ארויסגיין פון לב טהור...

ר' יואל העניך איז געווען סקעפטיש און מיר געזאגט איבערגעבן פאר די קינדער איין מעסידש, אז וועלעכע בחור ס'וועט קלארשטעלן פאר די עסקנים אז ער וויל ארויסגיין פון לב טהור קען בקרוב ארויסקומען פון דארט.

איך האב אנגעהויבן ארומצוגיין ציוווישן די בחורים'לעך און זיי איבערגעזאגט איינמאל און נאכאמאל וואס די 'עסקנים' זאגן (איך האב געציטערט צו זאגן אז איך רעד צו ר' יואל העניך). זייער אנטואיזם איז דאן געפאלן... בלויז צוויי בחורים זענען געווען גרייט דאס צו קומען זאגן.

די בחורים האבן מיר געזאגט אז די הנהלה האט זיי געזאגט אז איינער וואס גייט ארויס פון לב טהור וועט נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח. אויך האבן זיי גע'טענה'ט אז אין אמעריקע זענען פארהאן היילן וואס ווער עס קומט ארויס פון לב טהור, שלעפט מען אריין דארט און מען פייניגט זייער שטארק. די בחורים האבן מיר געבעטן, אויב איך קען רעדן צו טראמפ, אז ער זאל צושטערן די היילן...
נעבעך...

איך האב זיי געענפערט אז איך וואוין אין אמעריקע און אזעלכע היילן עקזעסטירן נישט. בנוגע ביאת המשיח, האב איך זיי געזאגט, אז איך וויל קודם וויסן, צי יענער פון די הנהלה קען איין מסכתא אין ש''ס, האבן זיי מיר געענטפערט אז נישט, האב איך זיי געפרעגט אויב יענער קען איין בלאט גמרא אויסנווייניג, האבן זיי ווייטער געענפערט אז נישט. האב איך זיי געזאגט: "דו ווייסט אז מענדל לאווער האט זיך יעצט פארהערט צוועלף בלאט גמרא אויסנווייניג"?
זיי זענען געווען שאקירט!

איך האב ממשיך געווען און גערעדט צו זיי:
"אויב יענער פון די הנהלה קען נישט קיין בלאט גמרא, ווי אזוי קען ער זאגן ווער עס וועט זוכה זיין צו משיח און ווער נישט"?

זיי זענען געווארן צומישט....

שמועסנדיג ווייטער מיט זיי, האבן זיי אונז געבעטן אז זיי ווילן אז ר' אברהם גרינהוט זאל זיי קומען באזוכן. זיי ווילן אים פשוט איבערבעטן. פאריגע מאל ער איז געקומען באזוכן, האבן זיי אים אנגעשלאגן, וויבאלד די הנהלה האט זיי אזוי באפוילן, דורך א באהאלטענע טעלפאן. יעצט אז די הנהלה רעדט שוין נישט צו זיי, ווילן זיי אים איבערבעטן.
נאך פינף שעה זיך געפינען אין די שעלטער, האבן די וועכטער שוין אנגעהויבן אונטערצואיילן, אז מען דארף שוין אוועקגיין. די קינדער האבן אונז אנגעהויבן ארומצונעמען מיט ליבשאפט און געבעטן אז מיר זאלן שיקן נאך מענטשן פון די וועלט, ווייל זיי זענען ממש אליין.
איך מיט ר' שמואל יואל האבן צוגעזאגט פאר די בחורים, "מיר וועלן נישט פארגעסן פון אייך, און מיר וועלן טון אלעס וואס מיר קענען, כדי אייך ארויסצונעמען פון דא".
מיר האבן זיך געזעגנט מיט זיי מיט רוישיגע אומבאשרייבליכע געפילן.


אויפן פליגער

אט געפין איך זיך אויפן פליגער, אויפן וועג אהיים. איך זיץ מיט אפענע אויגן און איך וויין... איך וויין ווי א קליין קינד. איך האב נאך אזאנס נישט געהאט, איך האב געשפירט פונקט ווי ר' מיכאל בער ביים שיקן בריוו קיין אמעריקע.

ר' שמואל יואל האט פראבירט צו מאכן אביסל טעראפי מיט מיר אויפן פליגער, אבער אן ערפאלג... (כאטשיג ר' שמואל יואל איז ב''ה אן אויסגערופענע מומחה).
אפילו שוין אנקומענדיג אהיים, האב איך נישט געקענט שלאפן ביינאכט, נישט געקענט רעדן צו מענטשן געהעריג, אפילו צו מיין אייגענע ווייב און קינדער.

איך געדענק איין דרייע פארטאגס האב איך אנגערופן ר' אברהם גרינהוט, ער הייבט אויף די פאון און ער פרעגט מיר 'ביזט משוגע געווארן?' ס'איז דרייע פארטאגס וואס רופסטו יעצט? האב איך אים געענפערט אז די רחמנות'ידגע פנים'ער פון די קינדערליך לויפן מיר נאך און איך קען נישט שלאפן, איך האב געפילט יעדע רגע אז מען מוז אלעס אין די וועלט טון צו העלפן די קינדער.

איך מוז דא אריינלייגן א וויכטיגע געדאנק וואס איך האב געהערט פון הצדיק ר' שמעון פאזען הי"ו, און עס איז פשוט אמת: ווער עס איז נישט געווען אין שעלטער, וועט אים נישט העלפן קיין הסברים וואס עס קומט דארט פאר, און ווער עס איז יא דארט געווען, דארף נישט קיין הסברים!


צו דער ארבעט

צוריקקומענדיג אהיים, האב איך זיך תיכף אוועקגעזעצט מיט ר' אברהם גרינהוט, ר' יהושע העכט און ר' שמעון פאזען, און מיר האבן אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א מהלך, אריינצושיקן וואלענטירן אין די שעלטערס. ברוך-השם אז ווי לאנג מען האט נאר געקענט, זענען געווען וואלענטירן אין די שעלטערס יעדן טאג.

אט רוקט זיך אונטער דער יום-טוב פסח, און מיר האבן אנגעהויבן צו ארבעטן צוזאמען מיט הגה"צ ר' עזרא משה כאירה שליט"א, און הצדיק ר' שמעון פאזען הי"ו, אריינצושיקן וואלענטירן אין די שעלטערס. מיר האבן אויך געארבעט אויף אלע צרכי החג.

דער עולם האט מיטגעהאלטן, ווי אזוי די פרויען אין לב-טהור האבן אריינגעגעבן א מסירה ערב פסח, און די וואלענטירן האבן ליידער נשט געקענט אריינגיין אין די שעלטערס. זינט דעמאלס גיבן די פרויען כסדר אריין מסירות, און לכבוד דעם קען מען ליידער נישט אריינגיין אין די שעלטערס.

ביני לביני האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען קינדערליך פון די שעלטערס, לשמחת לב כלל ישראל. אינאיינעם מיט ר' שמואל יואל מיללער הי''ו און ר' אברהם בראווער הי"ו, האבן מיר אנגעהויבן צוצושטעלן הילף, ישיבות, טעראפי, אכסניות פאר די קינדערליך וועלכע זענען אנגעקומען קיין אמעריקע.

איך פערזענליך, האב אויך געהאט די זכיה אריינצונעמען ביי מיר אינדערהיים א לעכטיג בא'חנ'ט יונגל, א יוצא לב-טהור. ברוך השם אז ער לערנט פלייסיג און ער איז ממש א נחת פאר ווער עס קומט נאר מיט אים אין בארירונג.

מכאן הקריאה יוצאת:
מענטשן קוקן אן דער מושג פון ארייננעמען א קינד אין שטוב, אסאך שרעקעדיגער ווי עס איז אין מציאות. עס איז בכלל נישט אזוי שווער ווי מען מיינט. אדרבה, עס גיבט צו אסאך געשמאק צו א שטוב און יעדער איינער האט הנאה דערפון.
דאס איז אין קורצן (?) מיין שייכות מיט לב-טהור.


וויאזוי גייט איר אהן נאכ'ן הערן און מיטהאלטן אזוי פיל?
עס ווערט א חלק פון די לעבן, מען הערט נישט אזויפיל, נאר מען ווערט פשוט א חלק פון די מעשה, מען אטעמט עס א גאנצן טאג.


איך הער דא און דארט, און כ'קען פשוט נישט אנגיין. איר גייט אויף טעראפי?

ניין.

אייערע ווייב און קינדער (וואס ללא כל ספק האלטן זיי מיט מער ווי איר מיינט) זענען נישט דרמאטיזירט פון די שרעקליכע מראות וואס זיי האבן געזען?
מיינע קינדער ווייסן פון די שעלטער, פון לב טהור, אז משפחות ווילן ארויסקומען וכדו' אבער איך פיל נישט פאר וויכטיג זיי צו דערציילן די עינויים וואס די קינדער זענען דורכגעגאנגען אין לב טהור.

כ'האב אפאר יאר צוריק, געהאט ביי מיר אין שטוב איינער פון די חברה נאך געלט, מיין אשת חיל האט שיעור נישט געקראכט פאר פחד, טראומע און וואס נישט. ביי אייך איז דאס פשוט א חלק פון אייער לעבן. אייער שכר איז אומשאצבאר. אבער צאן אלה, וויאזוי נעמען זיי אויף די פרישע מאדנע געסט?
מען רעדט פון זיסע לעכטיגע קינדער און בחורים וועלעכע ווערן א חלק פון די משפחה און מיינע קינדער האבן זיי באמת ליב, אזש יעצט ווען די לב טהור קינדער און בחורים'לעך זענען אין קעמפ וויינען מיינע קינדער א גאנצן טאג ווען קומען שוין די לב טהור קינדער אהיים פון קעמפ...


זייענדיג עוסק אין די עסקנות, וועלעכער עסקן האט אייך די מערסטע באאיינדריקט?


דער אמת איז אז פון יעדן עסקן האב איך זיך גאר אסאך געלערנט.

ווי ר' שמואל יואל מילער לייגט זיך אריין אין א קעיס עד הסוף, אדער ווי ר' שמעון פאזען איז גרייט צו טון סיי וואס עס פעלט 'יעצט' אויס פאר די עסקנות (אפילו עס באדייט פארן א וועג פון 8 שעה אויפצופיקן א באקס און גלייך צוריקפארן).

ר' אברהם גרינהוט ווי כאטשיג ער איז פארנומען מיטן פירן די ברייטע מערכה וועט ער זיך אבער יעצט אראפזעצן מיט א בחור'ל מאכן טערעפי פאר 3 שעה. ר' אליעזר אבא זילבערשטיין וואס נעמט נישט 'ניין' פאר אן ענטפער און וועט אלעס אלעס טון, אויפזיין נעכט מיט מסירת נפש צו העלפן יעדן איינציגן יוד.

ר' יואל יושע העשיל בלום וואס אפילו אינמיטן א שטורמישע קאורט קעיס וועט ער אייביג אויפהייבן די פאון און מיט די גאנצע רואיגקייט אוועקגעבן צייט צו העלפן א צווייטער איד, ר' אברהם בראווער וועלעכע האט פשוט אריינגענומען א משפחה אין זיין באנגעלאו און צורייסט זיך פאר זיי, ר' בנציון ריינהאלד וועלעכע איז עוסק א גאנצן טאג בהצנע לכת צוצושטעלן טיקעטס פאר די וועלעכע גייען און קומען, אפט מאל באדייט דאס אויפשטיין אינמיטן נאכט דערפאר, הגאון הגדול ר' חיד''ו ווייס שליט''א וואס ביים ווארטן אין ווארט צומער אריינצוגיין צו א געוויסן אדמו''ר, און דער גבאי זאגט אז מען גייט שוין אריין אין 2 מינוט, כאפט ער א גמרא און זעצט זיך לערנען תוספות בעיון...

ר' בנציון יאקאבאוויטש, ר' יצחק טייכמאן, ר' אהרן הערש שרייבער, ר' יעקב כץ, ר' מאיר אדלער, ר' מענדל וואלף בינער, און עס זענען דא נאך זייער אסאך נעמען וואס איך האב זיכער אויסגעלאזט וועלעכע צורייסן זיך דא ממש פאר אנדערע יודן.

אבער בפרטי פרטיות בין איך אויסטערליש איבערגענומען געווארן פון ר' עזרא משה כאירה שליט''א וואס איך דאנק ממש דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו קענען אזא יוד. לענ''ד איז ער ממש פון די צדיקי הדור. ער איז דא בלויז צו טון רצון השם. אמאל איז דאס זיך פאר'חובות'ן צו שיקן עסן צו די שעלטערס, אמאל איז דאס מסדר זיין א קאורט קעיס, אמאל איז דאס העלפן די גרים און אור חדש, און אין אלע איבריגע צייטן איז דאס לערנען און דאווענען.

אין 4 שעה'דיגע רייזעס אויף די צוהאקטע ראודס אין גווטאמאלא וועט ער אויסהערן א שיעור אין תורה. נאכן אויפזיין 3 מעת לעת'ן, וועט ער דאווענען א מעריב בדחילו ורחימו שטיין און זיך שאקלען מיט א ברען וכדו'. ער האט מיך איבערגענומען אויף א מורא'דיגן פארנעם. (איך בין נישט באזארגט אז ער וועט דא ליינען, וויבאלד איך האב אים פראבירט צו מסביר זיין וואס אידטיש איז און ער האט עס נישט פארשטאנען...).
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

לב טהור אויף אידטיש




וויאזוי ביזטו אנגעקומען צו אידטיש?
אויב דו ביזט טאקע אזא פארנומער עסקן פארוואס זעט מען דיר פארברענגן צייט אויף אידטיש?


מיין שייכות מיט אידטיש האט זיך אנגעהויבן פון גאר א צווייטע פלאץ.
איך האב א עלטערע ברודער א יודע ספר, וועלעכע האט זיך עפעס שטארק פאר'כישופ'ט אין א ספרד'ישע גדול מיטן נאמען ר' ישראל שניאור. ער איז מורא'דיג באאיינדריקט געווארן פון יענעמ'ס בקיאות התורה. האט ער מיר געבעטן איך זאל אפשרייבן אן ארטיקל איבער ר' ישראל.

איך בין דערפאר געגאנגען קלייבן אביסל אינפארמאציע פון דא און דארט, און אפגעקלאפט אן ארטיקל. מיין ברודער האט עס געלייגט אויף א געוויסע פלאטפארמע וואס איז גאר אויפגעכאפט אין די אידישע וועלט. למעשה האט דער ארטיקל מחמת איזה סיבה נישט געשטימט מיט זייערע פרינציפן און עס איז פארמעקט געווארן.

עס האט מיר וויי געטון אז מיין ארבעט זאל גיין לטמיון, האט מיר מיין ברודער פארגעשלאגן אז עס האט זיך געעפנט א נייע סייט 'אידטיש' איך זאל עס לייגן דארט. בין איך געגאנגען, געעפנט א ניק 'על פי תורה' געלייגט דעם ארטיקל, און געגאנגען ווייטער. איך האב אינגאנצן פארגעסן דערפון.

למעשה יעצט נאכן איבערפאל בין איך געווען הונגעריג צו וויסן אינפארמאציע, האב איך געזוכט און געזוכט ביז איז איך בין אנגעקומען צו אידטיש.

איך האב געליינט און געליינט, און מיט די צייט אנגעהויבן זען אז רוב עולם האט בכלל נישט קיין השגה פון וואס מען רעדט דא, סיי די חלק וויאזוי מען האט באטראכט די אידן אין לב טהור, דער עולם האט פשוט נישט געכאפט אז מען רעדט פון היימישע קלוגע געלונגענע אידן, און סיי די דרכי הצלה, מענטשן האבן געהאט טענות וואס מען וויל פון די קינדער דארט, "זיי זענען צופרידן און פריילעך" האבן מענטשן געשריבן דא.

איך האב אנגעהויבן איינצוזען אז אידטיש איז די איינציגסטע פלאטפארמע, וואו דער עולם קומט קוקן די לב טהור נייעס, און עס מוז זיין קלאר די מציאות און די השקפה. כ'האב עס ממש געפילט פאר א פליכט. דאן האב איך זיך דערמאנט אז איך האב דאך בעצם א ניק דא, האב איך זיך גענומען שרייבן און שרייבן... און דא האלטן מיר ב''ה.

איך פיל נישט אז דאס איז ביטול זמן, נאר ליבערשט א חלק פון הצלת נפשות. ובפרט אז עס קומען ארויף כסדר אנשי לב טהור אדער אמאל סתם חולי נפש און ברענגן בדייקא פאלשע אינפארמאציע אפצוהאלטן יודן פון ארויסקומען, אדער צו העצן אנטקעגן די עסקנים. נו, דארף מען דאך טאקע שטעלן די זאך אין פלאץ, פשוט נישט צו פארדרייען דעם דעת הקהל.


עס איז מערקבאר אז א חלק עולם דא אויף אידטיש ווייסט אייער אמת'ע נאמען. עס באדערט אייך? אויב יא, פארוואס באהאלט איר זיך נישט שטערקער? אויב נישט, פארוואס קומט איר נישט ארויס מיט אייער נאמען ברבים?

דער אמת איז אז איך האב זיך נישט מיט וואס צו שעמען, און א זאך וואס איך וואלט נישט געשריבן מיט מיין אמת'ע נאמען פיל איך נישט פאסיג צו שרייבן מיט א ניק נאמען, און וואס איך שרייב בין איך 100 פראצענט רואיג אז מען זאל וויסן ווער עס האט עס געשריבן. נאר וואס דען, עס איז פארט דא א געוויסע באקוועמליכקייט צו שרייבן אינטער א ניק. אנפאנג האב איך זיך יא מער באהאלטן, אבער פארשטייט זיך אז מיט די צייט איז עס ארויסגערינען, איך האלט דאס נישט פאר קיין סוד, ווער עס פרעגט מיר אויב 'על פי תורה' איז מיך וועל איך עס נישט באהאלטן, אבער פונקט אזוי זוך איך עס נישט צו מפרסם זיין. אלע עסקנים און אנשי לב טהור ווייסן היינט מיין אמת'ע נאמען.

דרך אגב דער ערשטער צו געוואויר ווערן מיין אמת'ע נאמען איז געווען דער בארימטער חוקר הרב שמואל פוקס שליט''א, פון אזא חוקר איז ממש נישט מעגליך זיך צו אויסבאהאלטן... הערשט א חודש שפעטער זענען נאך מענטשן געוואויער געווארן.


האט אידטיש מער אויפגעטוהן ווי קאליע געמאכט?
לענ''ד האט עס מער אויפגעטון


א מעשה ווען אידטיש האט פאקטיש צוגעברענגט צו א ישועה ותועלת פאר די מערכה. אחוץ געלט...

עס איז איין לאנגע מעשה, אז די אנשי לב טהור האבן צוטריט זיך צונויף צו רעדן מיטן עולם אין אמעריקע (איך ווייס פערזענליך פון אנטי לב טהור ניקס וועלעכע וואוינען נאך אין גווטאמאלא), און אז דער המון עם קען מיטהאלטן די נייעס, און זיין אין די זאך.

איך וועל דיר זאגן נאך מער, דורך אידטיש זענען מיר אנגעקומען צו גאר א גרויסע מומחה פון ארה''ק וועלעכע העלפט גאר שטארק ארויס מיטן מסדר זיין די בחורים אין אמעריקע, זיי צו איינגלידערן צו ווערן פולקאמע ערב רב בעז''ה.

און איך רעדט שוין נישט אז אלע וואלנטירן וועלעכע זענען געפארן באזוכן די קינדערלעך אין די שעלטערס זענען אלע אנגעקומען צו אונז דורך אידטיש.


א מעשה ווען א באריכט אדער קאממענט אויף אידטיש האט ליידער עטוואס שאדן געמאכט אדער צוריק געהאלטן עפעס און די מערכה.
בנוגע די הוראה פונעם חכם נישט ארויסצוגיין. עס האט פאקטיש אפגעהאלטן א מאמע פון ארויסנעמען אירע קינדער פון שעלטער. כהיום זענען אירע קינדער נאך אין שעלטער.


מיט א חודש צוויי צירוק האט זיך פליצלונג באוויזן אויף אידטיש דריי נייע ניקים @מתא מחסיא, @קרני פרה, און @גדליה, און זיי האבן אנגעהויבן מאכן געוואלדעס אז די עולם דא באגייט ממש שפיכות דמים, אזש עס האט גענומען א שיינע פאר וואכן ביז די שמועסן דא האבן זיך צירוק פארקעריווערט צו די אלטע נארמאלקייט.
זענען די דריי ניקים פארבינדען איינער מיט די אנדערע?

יא, חברים.


וואס האט דעמאלטס פאסירט וואס האט זיי באוואויגען צו ארויפקומען דא און פארפירן?

ס'איז געווען איינע פון די עסקנים וואס האט איינגעזען אויף יענע מינוט אז לב טהור מענטשן ליינען אידטיש און זיי באקומען א בליק אז מען קוקט זיי אן ווי מאנקיס, און אז ווי נאר זיי וועלן אראפקומען פון פליגער וועט מען זיי באווארפן מיט שטיינער, ממילא האט מען געדארפט אביסל בארואיגן די געמיטער...


האלט איר אז זיי האבן געטוהן ריכטיג מיט דעם?
יא


למעשה האבן זיי עפעס אויפגעטון?

זיכער.


ווער איז 'סענס אף יומער'?
וואס איז זיין חלק העסקנות?
'סענס אף יומער' איז גאר א שטארקער עסקן, און זיין עסקנות באשטייט בעיקר פון האלטן כלל ישראל אינפארמירט דורך מעלדן נייעס אויף אידטיש, אייוועלט, און קרעטשמע. עס הערט זיך גרינגער ווי געטון, ער לייגט אריין דערין שעות אריכות, אפט מאל אין איבערגעשטרענגטע צייטן, ממש מיט מסירת נפש, ער ארבעט איבער זיינע זאכן אסאך מאל, עס זאל זיך ליינען/הערן געשמאק, און יעדע פרט זאל זיין 100 פראצענט מדיוק כמו שהוא. ער איז שטארק בקשר מיט הר''ר יואל יושע העשיל בלום הי''ו, און פארברענגט מיט אים אסאך שעות אויפן טעלעפאן אדורכצוגיין די באריכטן.

וואס ער האט אלץ אויפגעטון קען מען ניטאמאל מסביר זיין... ער האט פאראייניגט כלל ישראל צו ווערן א חלק פון די מעשה. מענטשן זאלן אלעס מיטהאלטן און זיין אנגעווארעמט צו העלפן מיט עסקנות און געלט. אויב האט מען אמאל געוואוסט פון 'לב טהור' אין וויליאמסבורג, האלט היינט די גאצע וועלט מיט פונקטלעך וואס עס גיייט פאר.
ר' אברהם גרינהוט האט מיר דערציילט אז ער איז געווען שבועות אין פשעווארסק אין אנטווערפן. זענען דארט צוגעקומען צו אים 80 יעריגע אידן און געפרעגט אויב ער איז גרינהוט, ווייל זיי האלטן מיט אלע נייעס אויף קרעטשמע.

דאס האט אויך אויפגעטון אז די ראשי הכת האבן זיך אסאך אנגעהויבן איינצוהאלטן פון טון רשעות, וויסנדיג אז עס גייט מארגן ארויפגיין אויף קרעטשמע וואס זיי האבן היינט געטון...

ער איז א פארנומער מענטש, און האט ניטאמאל צייט צו ענטפערן ווען מען פרעגט אים אן שאלות אויף אידטיש, אבער פאר דער הייליגער מיסיע איז ער דא ב''ה מט א א מוראדיגן שלימות.



און צום לעצט, וואו איז מתא מחסיא פארשווינדען געווארען, בשעת ער האט דא איבער געלאזט קרני פרה?

ער איז געווארן שטארק פארנומען מיט די הייליגע עסקנות, לאזט ער קרני פרה אליינס קעיר נעמען, און זיי שמועסן זיך כסדר אדורך וואס ווען וואו. ס'איז אים פשוט גרינגער אזוי.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

ווער זענען די עסקנים?




אפשר קענט איר אויסקלארן די נושא וואס דריקט פאר זייער אסאך מענטשן, פון איין זייט הערט מען פון די עסקנים אז זיי זענען שוין געווען בעובי הקורה אסאך ביפאר די איבערפאל, וואס דאס ברענגט צו א מסקנא אז די עסקנים האבן מיטגעארבעט אריין צו לייגען די קינדער און שעלטער, וואס דאס טוט וויי פאר זייער אסאך יוצאים און סתם אידן. און מענטשן פרעגן, ווי אזוי מעג מען אריין לייגן קינדער און אזא טמא'נע פלאץ. פון די אנדערע זייט זאגן די עסקנים עס האט נישט מיט זיי, אפשר קענט איר אויסקלארן די נושא.

די עסקנים האבן געארבעט ארויסצונעמען בחורים'לעך פון לב טהור. און כדי די רעגירונג זאל זיי ערלויבן ארויסצונעמען פון לאנד האבן זיי געמוזט גיין אין געריכט און דערציילן וואס עס איז זיי נישט גוט אין לב טהור. די רעגירונג רעדט זיך נישט דורך מיט די עסקנים איידער זיי טוען סיי וואס. אויך דא האבן זיי בכלל נישט פארציילט פאר די עסקנים וואס זיי פלאנען צו טון מיט די אינפארמאציע פון די בחורים, און אז מען גייט אריינשטעלן אלע קינדער אין שעלטערס און זיי נאר ארויסלאזן מיט קאסטעדי פון קרובים. די עסקנים זענען נישט פארבינדן מיט די רעגירונג אין קיין שום וועג. בסך הכל צאלן זיי געלט פאר לויערס, א זאך וואס יעדער קען טון.


מיט וויפיל איז נאך הר''ר יואל יושע העשיל בלום און הר''ר אברהם גרינהוט אריינגעמישט אין דעי-טו-דעי עסקנות אין גואטעמאלא
?
פונקט ווי אנהייב, קיין שום טויש.


ווי אויסגעשמועסט דא אינעם אידטיש זייטל האט שוין ר' יהושע העכט גארנישט מיטן מערכה, למעשה יעצט ביים מגבית אין לאנדאן זע איך אז ער איז געווען איינע פון די דרשנים, ביטע אויסקלארן פונקטליך האט ער נאך יא א יד אינעם מערכה אדער נישט? און אויב יא וואס איז זיין תפקיד.
ער איז געווען שטארק אינוואלווד ביים אריינשיקן וואלנטירן אין די שעלטערס, אבער למעשה זייט פסח קען מען ליידער נישט אריינשיקן וואלענטירן, דעריבער איז ער אויפן מינוט טאקע נישט אזוי אקטיוו, אבער איז כסדר דא ווען מען דארף נאר הילף, און איז אפילו אריבערגעקומען קיין וויליאמסבורג צו רעדן מיט עטליכע יוצאים און זיי העלפן מאכן סדר אין מח.


ווי איך פארשטיי ליגט די ארבעט פון הרב בלום און ר' אברהם גרינהוט בעיקר אין די לעגאלע און קרימינאלע חלקים, און אזוי אויך זענען זיי די מייסטער קעפ אונטער די גרעסערע מהלך ווי אזוי און וואס צו טוהן צו ברענגן צו די שליסונג פון לב טהור, בשעת וואס ר' שמעון פאזען איז בעיקר דארטן צו צושטעלן די גשמיות פאר די יושבי גוואטעמאלא און נאכמער פאר די קינדער אין שעלטער.
יעצט זענען מיינע שאלות צו אייך אזוי, בין איך גערעכט מיט מיין הנחה?

ר' שמעון האט אנגעהויבן מיט עסן און געענדיגט מיט קאורט.


איז פאזען'ס ארבעט אין סיי וועלעכע וועג אויך פארבינדן מיט די מטרה פון אויפלעזן דעם קולט?

קיינער האט נישט קיין מטרה אויפצולעזן דעם כת, מיר זענען נישט דעם באשעפערס פאליציי און עס וועלן אייביג זיין קולטס. מיר זענען דא צו העלפן יעדע איד וואס בעט פאר הילף (אדער קינד וואס האט נאכנישט די שכל צו בעטן), ר' שמעון ישראל העלפט גאר שטארק ארויסצוברענגן מענטשן.

הרב כאירה און הרב זילבערשטיין, וואס זענען זייערע אויפגאבעס דא?
ארויסצוברענגן מענטשן, און צושטעלן עסן אין די שעלטערס.
מענטשן ווייסן נישט וואס הרב זילבערשטיין טוט, איך האב פריער דערמאנט הרב כאירה, אבער הרב זילבערשטיין איז קובע ברכה לעצמו. ער איז אריינגעקומען אינעם מערכה מיט א רוח סערה צו העלפן יעדן איינציגן איד אין גווטאמאלא, און די רוח סערה ווערט נאר שטערקער און שטערקער.


און וואס איז די ארבעט וואס ליגט אויף הרב טייכמאן וכדו', די אלע אנדערע נוא יארקער עסקנים וואס האלטן און איין פארן קיין גוואטעמאלא?
און ווער געבט זיך אפ מיט די יוצאים איינמאל זיי זענען שוין און אמעריקא?

אייער צווייטע שאלה פארענטפערט די ערשטע שאלה.


דורכאויס די שמועסן דא אויף אידטיש, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די לב טהור מיטגלידער [ניקים], זענען מצד אחד גאר בייז אויף הרב בלום און גרינהוט, אבער מצד שני גאר ווארעם צו פאזען, זילבערשטיין, און הרב כאירה.
וואס איז טאקע די באציאונג פון די לב טהור מיטגלידער מיט די עסקנים?

לב טהור פילט אז גרינהוט און בלום זענען די וועלעכע האבן אנגעדרייט די איבערפאל (וויבאלד זיי זענען געווען תיכף נאכן איבערפאל אין גוואטאמאלא) משא''כ הרב זילבערשטיין, הרב פאזען און הרב כאירה זענען אנגעקומען וואכן שפעטער ווען זיי זענען שוין געווען אויסגעקלאפטע הושענות און אנגעהויבן רעדן שיין צו זיי, א זאך וואס גרינהוט און בלום האבן פונקט אזוי פראבירט, אבער אין יענע תקופה איז פשוט נישט געווען צו וועם צו רעדן.

עס וועט נאך נעמען א לאנגע צייט ביז די חברה וועלן כאפן אז יעדער איז דא געווען פאר זייער טובה, און קיינער האט זיי נישט געזוכט צו מצער זיין (א גרויס חלק עולם כאפט עס שוין ב''ה).
דאס איז טאקע געשען מיט חיים צבי, ער האט געכאפט אז גרינהוט און בלום זענען די זעלבע וואויל ווי פאזען.


ליגט אן אמת דערין [דהיינו אין דעם וואס לב טהור לייגט אראפ אז עס איז כאילו 2 אנדערע טיעםס מיט 2 אנדערע אגענדעס]?
ניין


וואס איז לב טהור'ס באציאונג צו 'על פי תורה'?
איך רעדט מיט זיי זייער שיין.


וועלעכע עסקנים האלט איר אז זיי באקומען נישט זייערע פארדינטע קרעדיט?

עס זענען דא עטליכע, אבער בעיקר קומט מיר ארויף אין געדאנק מענדי קעניג ני''ו און יואליש לעווי ני''ו וואס זיי זיצן שוין אין גווטאמאלא די לעצטע 7 חדשים מיט מסירת נפש נפלאה. זיי קוקן נישט אויף גארנישט, עסן, שלאפן, חובות, אלעס אלעס זענען זיי מקריב צו העלפן זייערע משפחות. זאכן וואס גאר ווייניג מענטשן האלטן מיט, זייער שכר איז אומשאצבאר, און כלל ישראל מעג און דארף זיי ארויפקוקן.


פארוואס זעט מען נישט אז די לעגענדארע מעינסטריעם עסקנים זאלן זיין אריין געמישט אין די פרשה דא (ווען עס קומט צו לעגאלע חלקים), און נאכדערצו ווען מען רעדט פון זאכן וואס מען דארף צוקומען צו די סטעיט דעפארטמענט וכדו' האבן לכאורה אזעלעכע עסקנים ווי ר' משה דוד נידערמאן און ר' משה מארגערעטן אסאך ערפארונוג און קענעקשענס?
זיי האבן נישט קיין קענעקשענס אין גוואטאמאלא, דא דארף מען פשוט יודן וועלעכע זענען גרייט צו שוויצן, נישט קיין קאנעקשענס מיט פאליטיקאנטן. דרך אגב ר' משה דוד האט אסאך ארויסגעהאלפן מיט פאפירן דא דארט ווען עס איז יא געווען נוגע, אבער בדרך כלל האט עס נישט מיט אמעריקאנע קשרים.



די חילוקי דעות מיט ר' שמואל פוקס איז עכט אדער א שפיל? אויב עכט וואס איז די שיטות?


קיינער האט קייינמאל נישט געהאט קיין חילוקי דיעות מיט אים, אפשר האט דער ציבור נישט ריכטיג פארשטאנען. פונקט פארקערט, ר' שמואל האט א גלייכער חלק, און אסאך אוועקגעגעבן פון זיך פאר הצלת נפשות, און איז אייביג גרייט ווען מען דארף הילף.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

וואס טון די עסקנים?




פארוואס גייען נישט די לב טהור יודן קיין א"י? פאר ספרדים איז דאס זיכער אסאך א בעסערע אפציע.

רוב עולם קען נישט בוחר זיין וואו צו גיין, עס האט על פי רוב מיט די פאפירן, וועלעכע עס ארבעט זיך די בעסטע אויס.


וואס האט באמת באוואויגען חיים צבי צו פליפן פארטייען?

ער איז געזיצן מיט די עסקנים און געזען אז דאס וואס מען האט אים אלע יארן פארקויפט אז גרינהוט איז א נאצי איז שקר וכזב, זיין ברודער מענדי האט אסאך גערעדט מיט אים, ר' שמעון פאזען האט אסאך גערעדט מיט אים, ער האט געכאפט אז לב טהור האט אים פארקויפט שקר.


גייט הצדיק ר' אברהם גרינהוט אמאל צוריק זען א ניקל?
פון וואו זאל ער קענען צוריקזען?


לכאורה ניין, וויפיל האט ער אראפגעפלאשט פונעם אנהויב ביז אהער, בערך?

2 מיליאן דאלער פון זיין אייגן טאש


וואס גייט זיין מיט די אויספארשונג איבער די קאוויד געלטער אין אמעריקא?
אויפן מינוט טוט זיך גארנישט.



וויאזוי קען אין מציאות חיים צבי ריינגעוואשן ווערן נאך ניסן מלכה'ס קלאגעס?

עס זענען דא פרטים שהשתיקה יפה להן. דער פאקט איז, אז די לויערס זענען קלאר אז עס גייט נישט שאדן.


פארוואס זוכן ענק צאמצושטעלן קאפלעך מיינערס. בכלל, זענען זיי ראוי? ענק האבן נישט מורא פונעם געזעץ?

על פי רוב ווארט מען צו ביז זיי עלטערן זיך, און ביזדערווייל שפילט מען 'חתן כלה'.


וויפיל עסקנים האבן אליין אריינגענומען א קינד צו זיך אין שטוב?

בערך 10.


ווער האלט אויס די קינדער?
די עסקנים ביי וועם זיי וואוינען.



וואס זענען די הויפּט אויסגעפרובטע וועגן צו העלפן א מענטש וואס איז ארויס פון לב טהור און מוז זיך יעצט מסדר זיין אויף א נייעם לעבן? (וואס מיינט דאס בפועל? וויאזוי קען מען בויען א מענטש נאכדעם וואס מ'האט אים אינערליך צעשאסן?)

יעדע פאל איז אנדערש , נישט שייך צו זאגן א כלל.


לב טהור ווייבלעך פון 14 יאר איז דא סיי וואספארא פלאן וואו זיי קענען זיך סעטלען צווישן היימישע אידן?
יא, וכבר היה ב''ה, ברוב הצלחה.
די בעסטע לייזונג פאר דעם פראבלעם איז, צו ווארטן 4 יאר, און דערווייל שטופט מען דורך.


וואס איז די פלאן פאר נחמן?
פון וואו זאל איך וויסן? – איך ווייס דאך נישט צי ער אליין ווייסט!
זאגן פלעגט ער, אז עס ווארט אויף אמעריקע א דריטע וועלט-קריג און אז אמעריקע וועט זיין "גפרית ומלח שריפה כל ארצה", און דעמאלס ווען דאס וועט פאסירן, וועט ער ארויסקומען פון טורמע און צוריקקומען צו די חבורה.


פארוואס האט נאך די ריש המתיבתא פאווער דארטן? און נאך פון די אלטע הנהלה? פארוואס זענען זיי נאכאלץ נישט אונטער גראטעס אן בעיל? פארוואס קען מען נישט ערלעדיגן אז זיי זאלן שוין זיין אונטער גראטעס און מער נישט קענען אנגיין נאך די אלע מעשי רציחה וואס זיי האבן געטון די לעצטע צוואנציג יאר? זיי האבן נאך אפיציעל א שופר אין די הענט? נעמט עס אוועק שוין!
די עסקנים זענען נישט בעה''ב. די רעגירונג פרעגט אונז נישט וואס צו טון.


א סך הכל וויפיל משפחות און וויפיל נפשות זענען נאך דארט?

פרעגטס @גדליה ער קען דאס אינמיטן שלאף... אין שעלטער האלט מען היינט ביי בערך 50 קינדער.


זעהט אויס מען וועט זיי אלע קענען ארויסריקען אהער בקרוב?

בעז''ה.


מעגן זיי נאכדעם וואס זיי קומען אהער, בלייבן מיט די לבושים און מנהגים? נישט שיקן אין חדר? טאמער יא, מעגן זיי אויך מחזק זיין אנדערע דערמיט...? איך מיין ווי שטעלט מען דעם ליין?
פארדעם צאל איך געלט זיי זאלן ווייטער פייניגן זייער קינדער און אייניקלעך? טאמער נישט פארוואס זעט מען דא יוצאי לב טהור וואס שיקן נישט אין חדר, בלייבן מיט די מנהגים, און מען לאזט עס צו?


ווי לאנג מענטשן ווערן נישט געפייניגט מעגן זיי טון וואס זיי ווילן. אויב גייען מיר זיי קאנטראלירן וואס צו טון זענען מיר די פרישע הנהלת לב טהור.
אבער אייך צו בארואיגן, די מציאות איז, אז מיט די צייט קומען די קליידער אראפ און די קינדער אריין אין חדר, עפעס אזא טבע איז דא...
וואס מען דארף יא זיין געווארנט איז אז [געצווינגענע] יוצאים (אדער בעסער געזאגט יוצאי'נטעס) זאלן נישט קאנטראלירן אנדערע יוצאים, וואס דאס האבן שוין עטליכע פראבירט, און מען שטעלט עס טאקע אפ בעז''ה.


ליידער ליידער זאגט יעדע בר דעת פאר אז די פרשה גייט זיך ענדיגן ווי די תימנ'ע קינדער האבן זיך געענדיגט... די קינדער גייען נישט אין נארמאלע ישיבות, וכדו’, זיי זענען סעקאנד קלעס, פלאס עס פעלט זיי אזויפיל יסודות אין אידישקייט, גייט דא סוף כל סוף זיין לכאורה א מאסן אפגעפאראכטס ר”ל, און רובא דרובא פון די קינדער און אייניקלעך גייען זיך נישט האלטן, פארוואס זענען ענק בלינד צו די פאקט און זענען זיך נישט מטכס עצה וויאזוי צו העלפן עס זאל נישט געשען? לדוגמא, עפענען א קהילה אדער ישיבה ספעציעל פאר זיי, וואס וועט לכאורה געבן די גרעסטע שאנסן, אז זיי זאלן זיך האלטן און דערלערנען אידישקייט, וכדו'.
די אלע וואס זאגן אזוי קענען פשוט נישט די מציאות. עס איז אינו דומה כלל וכלל צו ילדי תימן וצרפת, די מציאות הדברים האט באוויזן אז זיי ווערן ממש א חלק פון דעם היימישן עולם, און זיי זענען מורא'דיג מצליח. אזאלעכע רייד זענען ארויפגעווארפן א נאסע ליילעך דורך מענטשן וועלעכע קענען גלאט אזוי נישט די מציאות און זענען מדמה הודו לזכר קדשו.


אדער עפעס מיט ר' יואל העניך זאל זיי צוזאמהאלטן און אריינלייגן אין זיי, און עפענען א שול.

מען האט עטליכע מאל דן געווען מיט ר' יואל העניך איבער דער נושא, אבער ר' יואל העניך וויל נישט הערן דערפון, ער טענה'ט אז אזוי וועלן זיי זיכער נישט ווערן א חלק פון כלל ישראל, און אייביג בלייבן 'אנדערש'.


מען רימט דא אויס די מאנטריאלע עסקנים, אפשר קען מען זיך פארבינדען מיט זיי, און זען דערצו אז זיי זאלן ערלעדיגן דא אויך א גוטע מהלך, און עס פירן? עס זענען דא די עסקנים וואס ווילן העלפן, די אלע וואס האבן זיך אנגערופן צו די קאממענד צענטער,מען דארף נאר אריינברענגען די כוחות און עס אויסשטעלן מיט א פלאן, און בעקר ברויך מען לכאורה צוויי זאכן ”גוטע ישיבות/מוסדות” און טערעפיסטן.
זיי טוען די בעסטע וואס עס איז שייך צו טון, און נאך אסאך מער פון דעם. מענטשן האלטן נישט אלעס מיט, די יונגעלייט דארט בראש פון ר' אהרן הערש שרייבער הי''ו און נאך, צופליקן זיך ממש עד הסוף פאר די יוצאים, און זיי זען ב''ה געוואלדיגע הצלחות.


אינעם אינגערמאן אויסגאבע איז געווען באשריבן א מעשה איבער 'עובדיה הגר' וואס האט געהאט ציפקע צרות פון די הנהלה און דערנאך אנטלאפן. דא איז געווען באריכטעט איבער א גר עובדיה וועמען מ'האט ארעסטירט ווייל ער האט געהאט אסאך פוטער אויפן קאפ, איז דאס דער זעלבער? אויב יא, היאך יתקיימו שניהם?
יענץ איז געווען א ניק נאמען פאר א טיערע גר צדק ר' רפאל מנחם ציון, איך האב אסאך פארברענגט מיט אים, באמת א צדיק פון א איד. און באמת שטארק מיטגעמאכט דארט.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

א שמועס מיט די יוצאים



די הנהגה


אויב קען מען געבן א קלארן בילד: ווער האט באמת געפירט, און וואס איז געווען די ריכטיגע ראלע פון יעדן איינעם אין די הנהלה? ווער האט געהאלטן די שליסלען? און נאך מער, בשעתו פון שלמה, איז ער טאקע געווען אינוואלווד אין אלע זייערע מעשים?

לב טהור איז געווען געבויט מיט א סיסטעם, פון זקנים ראשונים, זקנים אחרונים און די הנהלה:

זקנים ראשונים:
מרנא ורבנא הזקן החכם נר"ו (אפרים נחמן שמעון העלבראנץ)
מרנא ורבנא הזקן אב-בית-דין נר"ו (ר' אברהם יוסף יהודה [מלפנים אהרן אריה] טעללער נר"ו)
מרנא ורבנא הזקן ריש-מתיבתא נר"ו (עמרם משה יוסף ראזנער)

זקנים אחרונים:
מרנא ורבנא הזקן ריש סידרא נר"ו (ר' [פנחס] אלעזר [יהושע] רומפלער נר"ו)
מרנא ורבנא הזקן ראש-ישיבה נר"ו (שכנא מאיר יששכר ראזנער)
מרנא ורבנא הזקן ריש כלה נר"ו (פסח אבא ירחמיאל [מלפנים יעקב נחום] וויינגארטן)

דאן איז געווען די דריי אחים הכרמונים (אזוי רופט מען זיי אין בבל), די משפחת וויינגארטן. זיי זענען פון די הנהלה, אבער אצינד זיצן זיי אין טורמע אין אמעריקע.
דערנאך זענען פארהאן די הנהלה, וועלכער באשטייט פון דער ספרא דדיינא ר' משה חיים צבי מלכא, ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן, יו"ט ליפא יואל ראזנער מיט ר' משה יהודא לייב אלטער.

דאן איז געווען פארשידענע וועדים: א וועד מילי דמתא, וועד מילי דשמיא, וועד פרנסות, וועד צדקה און נאך פארשידענע וועדות, וועלכע פלעגן זיך כסדר צוזאמענזעצן און דיסקוסירן עניני העיר.

לאמיר צונעמען אביסל די פאסטענעס פון יעדן איינעם:

מרנא ורבנא הזקן החכם נר"ו – איז דאך פשוט. ער איז דער רבי און דער הויפט אטאריטעט, על פיו יצאו ועל פיו יבואו כל הדברים.

למעשה איז דער רבי געזעצן אין תפיסה. דעריבער איז דער העכסטער אטאריטעט אויפן ארט געווען, דער ריש-מתיבתא. זיין הנהגה איז געווען ממש כמעט ווי א רבי, אלע שאלות אויפן ארט זענען אנגעקומען צו אים, ער האט געדאווענט די רבי'שע תפילות פארן עמוד. יעדע פרייטאג צו נאכטס און שלש-סעודות, זאגט ער לאנגע תורה, און עס זענען פארהאן די וואס שרייבן אראפ די תורה און קאכן זיך דערין. מען האט זיך ביי אים מזכיר געווען און מאנכע האבן אים געגעבן קוויטלעך. עס זענען פארהאן וואס האבן אים אנגעקוקט אלס בעל רוח-הקודש און א בעל-מופת.

דער חכם האט געוואלט, אז דער ריש-מתיבתא זאל עוסק זיין בלויז בעניני רוחניות, אין הרבצת התורה וכו', און אז ער זאל נישט זיין פארנומען מיט קיין גשמיות. דעריבער פלעגט מען אים שרייבן ווידוי דברימ'ס, בריוו איבער די מעמד ומצב רוחני פון דער מענטש, און דער ריש-מתיבתא מצידו פלעגט ארויסגעבן תיקונים פאר מענטשן, כפי ראות עיניו.
אויסער דעם פלעגט ער אריינרופן מענטשן מחזק זיין, אויס'מוסר'ן ווען עס פעלט אויס, און נאך און נאך.

מרנא ורבנא אב-בית-דין נר"ו – זיין תפקיד איז געווען די הלכה חלק. ער פלעגט פסק'ענען שאלות און ענטפערן בעניני הלכה. ווען דער ריש-מתיבתא איז נישט אנוועזנד, זאגט ער תורה און פירט אן וכו'.

מרנא ורבנא ריש סידרא נר"ו – זיין פאסטן איז געווען בעיקר צו זאגן שיעורים. לשבחו יאמר אז מענטשן פלעגן זיך מחיה זיין מיט זיינע שיעורים און געשלינגען יעדע ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל. דוכט זיך אז ער פלעגט אויך רעדן יעדע שבת בייטאג נאכן דאווענען.

מרנא ורבנא ראש ישיבה נר"ו – אין די לעצטע יארן זיצט ער אין תפיסה. ער פלעגט געבן מאל שיעורים דורכ'ן טעלפאן צו די מענטשן אין בבל.

מרנא ורבנא ריש כלה נר"ו – אויסער דעם וואס ער פלעגט זיין אקטיוו צווישן די הנהלה, און ער איז זאגאר געווען דער קאפ פון די זאך, אויספירנדיג אלע שליחות. איז ער דער ריש-כלה, ער זאגט שיעורים דורכ'ן טעלפאן. ער איז אויך שטארק באקאנט פאר די שיעורים וואס ער האלט פאר די פרויען יעדע זונטאג. אויך די ריש-כלה פארמאגט א זיסע שפראך און א לשון-לימודים, רעדנדיג שטארק איבערצייגנד. דער ריש-כלה האט אויך מחבר געווען א ספר פאר פרויען "מחולות מרים", ווי ער רעדט מיט א זיסע שפראך פאר פרויען, אינאיינעם מיט שיינע גראמען און ווארעמע ווערטער.

דער ספרא דדיינא – ער איז דער שליח פון דער ריש-כלה. נאך וואס דער ריש-כלה איז אריינגעגאנגען אין טורמע, האט ר' משה חיים צבי איבערגענומען די מאכט. ער איז דער וואס פארמאגט די קשרים מיטן חכם, דער ריש-מתיבתא וכו'. אויב האט איינער געוואלט רעדן טעלעפאניש מיטן חכם, אדער אויב האט ער געוואלט איבערגעבן א בריוו פארן חכם, איז דאס צוגעגאנגען דורך דער ספרא דדיינא. אויך דער ספרא דדיינא האט געקענט האלטן דרשות מזמן לזמן.

ר' פסח אברהם יואל הי"ו – ער איז פון די הנהלה, און ער איז געווען געשטעלט בעיקר אויף ענינים גשמיים, געלט זאכן און ארבעט פון אלע יושבים. אבער ער האט אויך גענומען א חלק אין אנדערע ענינים, ארויפארבעטן יונגעלייט בעניני רוחניות וכו'.

יו"ט ליפא יואל ראזנער– ער איז א זוהן פון דער ריש-מתיבתא נר"ו, און ער איז געווען דער מדריך חתנים אויפן ארט. ווי אויך איז ער געווען געשטעלט אויף די רוחניות פון די יושבים, אין די ערשטע יארן נאך די חתונה, ביז זיי שטעלן זיך אליין אויף די פיס.

ר' משה יהודה לייב אלטער הי"ו
– ער איז בעיקר געווען געשטעלט אויף עניני גשמיים, געלט און פינאנץ וכו'. כמובן אז ער האט אויך געקענט טון אנדערע זאכן.

אויסער דעם, איז געווען נאך פאסטענעס אויפן ארט. לדוגמא, די וועד מילי דמתא איז געפירט געווארן דורך ר' פיש אוריאל יוסף גאלדמאן הי"ו, וועלכער איז געווען געשטעלט אויף אלע ענינים פונעם שטעטל. ווען מען האט געוואלט בויען עפעס, אדער פארריכטן עפעס, האט דאס ר' אוריאל יוסף אינזינען געהאט און געזען דערצו אז עס זאל געטון ווערן. ר' אוריאל יוסף איז אויך געווען דער מענטש וואס פלעגט רעדן צו די מידיע, ווען עס האט אויסגעפעלט. די וועד הפרנסות איז געפירט געווארן דורך ר' אברהם חנא דוד קמחי (אברהם קושאני) הי"ו. אזוי איז אויך געווען אנדערע וועדות אויפן ארט.

דער סדר פלעגט צוגיין מיט צעטעלעך. אויב איינער האט געוואלט עפעס פון די זקנים, אדער פון די בית-דין, האט ער אריינגעגעבן א בקשה צו דער מזכיר הבית-דין (ר' שמואל מיכאל יהודה אריה גאלדמאן הי"ו), און מען האט דן געווען אין בית-דין דעם קומענדיגע וואך. אויב האט מען עפעס געוואלט במילי דמתא, האט מען אריינגעגעבן א צעטיל צו דער מזכיר פון ר' אוריאל יוסף. אזוי איז אלעס צוגעגאנגען מיט צעטליך און פאפירן. אויך די ענטפערס פון דער בית-דין אדער אנדערע, איז געגאנגען מיט פאפירן וכו'.


ווען האט זיך אנגעהויבן די טיטל "חכם"? און פארוואס באטיטלט מען איהם אזוי?
ווען איינער שמועסט מיט א צווייטן אין לב טהור וועגן נחמן זאגט ער "די רבי" אדער "די חכם"?
דאס איז נישט געווען אזוי פון אנהויב. אזוי ווי אין יעדע פלאץ, איז פון אנהויב געווען דער טיטל "רבי", און מען האט געשריבן אויף אים "כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א", אזוי ווי מען שרייבט אויף יעדע רבי און אזוי ווי מען פלעגט רופן דעם פריעדיגן רבי'ן.

געווען איז דאס אין יאר תשפ"ב לפ"ק. דעמאלס איז ארויסגעגאנגען פון די חבורה א נאנטער מענטש מיטן רבי'ן, מו"ה ר' מ. י. הי"ו. דאס איז געווען א גרויסן קלאפ פארן רבי'ן, נאכדעם וואס ער האט געהאלטן אז ר' מ. י. איז אים געטריי, אבער אצינד האט ער זיך דערוויסט וואס ר' מ. י. קלערט אויף אים אלע יארן.

עס האט אים זייער וויי געטון דער מצב, און אלס רעזולטאט דערפון האט ער אויפגעהערט צו קאמיוניקירן מיטן עולם, און ער האט אנגעפירט א שטיקל קפידה אויפן גאנצן ציבור. ער האט געהאלטן אז אויב דאס האט געקענט געשען מיט ר' מ. י., מיינט דאס אז קיינער איז נישט באמת ווארעם און אז די גאנצע התקשרות איז בלויז מן השפה ולחוץ.
עס איז געווען יענעם זומער, זייער א טרויעריגע מצב אין לב-טהור. יעדער האט געוואוסט אז דער רבי האט א קפידה אויפן ציבור, און יעדער האט זיך ארומגעדרייט טרויעריג, פראבירנדיג צו פארשטיין און צו זען מיט וואס מען דארף זיך פארריכטן, און ווי אזוי צו ראטעווען דער מצב.

אלס רעזולטאט דערפון האבן אויך די זקנים, דער ריש-מתיבתא מיט דער אב-בית-דין, אויך אנגעפירט א קפידה, און נישט ארויסגעקומען געהעריג צום ציבור. די שמועס בימים ההם איז געווען, אז דער ריש-כלה, יעקב נחום, ער האט געזען דערצו אז די זקנים זאלן זיך אננעמען פארן רבי'ן און נישט פירן געהעריג. בקיצור, דער עולם האט זיך ארומגעדרייט אן קיין קאפ, ולא תהיה עדת ישראל כצאן אשר אין להם רועה.

מענטשן געדענקען נאך יענעם יאר תשעה-באב, ווי אזוי דער ריש-כלה יעקב נחום האט גע'דרשנ'ט און מוסר געזאגט דעם עולם אויפן מצב, זאגנדיג אז מענטשן קומען כסדר צו די זקנים בעטן היתרים אויף די קטניות, מען וויל עסן דאס און יענץ, זוכנדיג פארשידענע קולות און היתרים. דאס ווייזט אז דער עולם איז נישט ערנסט דערביי, מען זוכט זיך גרינג צו מאכן. איינער וואס איז באמת "חבורה'דיג" (אן ארטיגער אויסדרוק), נעמט די תקנות זייער ערנסט און זוכט נישט מקיל צו זיין אין כשרות. אזוי האט ער פארגעהאלטן דעם ציבור, אז מען דארף זיין באמת ערנסט, און מיינען די חבורה מיטן גאנצן כח און מיטן גאנצן ברען.

דער עולם האט זיך דעמאלס צוזאמענגענומען מיט א ברען און מיט א ווארעמקייט. מען האט באשלאסן אז מען גייט באמת תשובה טון און מען גייט עס מיינען אינגאנצן ערנסט. דערביי האט מען איבערגעבעטן דעם רבי'ן, זיך בעטנדיג ביי אים אז ער זאל צוריקנעמען די הנהגה אין די הענט.

די בקשה פונעם ציבור איז אנגעקומען צו דעם רבי'ן, און ער האט ווארעם אויפגענומען די ביטע פון דעם ציבור, און ער האט רחמנות געהאט אויפן עולם און צוריקגענומען די הנהגה תחת חסותו.

אין יענעם דרשה האט ער געזאגט, אז "רבי איז ער שוין מער נישט", דאס האט זיך שוין געענדיגט. בכל-אופן איז ער פאר'מיאוס'ט פון די היינטיגע רבי'ס, און דער נאמען איז שוין מער נישט קיין טיטל ביי אים. ער האט דעמאלס געזאגט, אז מען קען אים רופן מיט אן אנדערן נאמען, "אדער אפילו 'טיפש' – אויב מען וויל דווקא, קען מען רופן 'חכם', בלשון-סגי-נהור". דאס איז געווען דער תמצית פון די דרשה, מה שנוגע בענין הטיטל.

זינט דעמאלס האט מען אים אנגעהויבן צו רופן מיטן טיטל "חכם", און ווען מען שרייבט צו אים, וועט מען שרייבן, "לכבוד מרנא ורבנא הזקן החכם נר"ו" (נר"ו איז ראשי-תיבות, נ'טריה ה' ו'ינצריה).


די יחידים וועלעכע האבן געפירט, נעמליך די הנהלה, האבן זיי באמת געגלייבט אז זיי טוהן א טובה פאר מענטשן מיטן געבן תיקונים? אדער האבן זיי געוואוסט אז זיי פייניגן קינדער און עלטערן אומשולדיג? איך פרעג דאס בפרט צוליב ---- (וואס מיר ווייסן אז ער איז בכלל נישט געווען קיין אויסגערופענער עובד ה'), וואס יענעמ'ס טובה ברוחניות און יענעמ'ס תיקוני הנפש איז אים באמת נישט אנגעגאנגען, קען מען זאגן אז דאס איז געווען פשוט הנאה צו רייטן אויף מענטשן שוואכקייטן און זיי פייניגן?
דער ענטפער איז א קאמפלצירטער, און עס איז נישט אויף איין פיס. באופן כללי, מען קען דן זיין אויף יעדע יחיד עקסטער. געוויסע האבן באמת געגליייבט אין די אמונה און מצד שני זענען געווען געוויסע וועלעכע האבן נאר 10 פראצענט געגלייבט און 90 פראצענט הנאה געהאט פון האלטן קאנטראל, ס'זענען זיכער געווען חשבונות ארום און ארום, אבער ס'איז שווער צו רעדן באריכות דערוועגן.


רוב פון די שינויים וואס זענען אריינגעקומען די לעצטערע יארן, ווי לבוש, איסורים אויף מאכלים, וכו', זענען בעיקר געקומען פונעם חכם (נחמן), האט ער דאס אליין פארבריצירט? אדער איז דאס געגאנגען צוזאמען מיט די "טובי הקהל"? אדער האבן זיי זיך פשוט נישט געקענט אקעגן שטעלן? למעשה האבן דאך אלע מיטגעטוישט נעמען, קליידער, איז דאס געווען צו ווייזן התבטלות, אדער זיי האבן טאקע געגלייבט אזוי?
יש ויש. ס'זענען דא זאכן וואס קומען פון דער חכם אליין. אנדערע תקנות קומען פון די זקנים, בפרט פון דער ריש-מתיבתא, און געוויסע זאכן קומען בעיקר פון דער ריש-כלה (יעקב נחום), וואס כמובן האט דער חכם איינגעשטימט דערמיט.


אלע האבן מיטגעטוישט נעמען מיט קליידער. דאס איז דאך פשוט אזוי. אז מען הייסט אין א קהילה טוישן עפעס, טוישט זיך דער גאנצער עולם. צי דאס איז געווען ברצון אדער באונס?
אזוי ווי אין יעדע קהילה, זענען פארהאן מענטשן אזוי און מענטשן אזוי. וואס איז שייך צו זאגן...


די אכזרות'דיגע תיקונים איז געווארן ערגער די לעצטע פאר יאר? ווי אזוי איז געווען אין קאנאדע?

עס איז געווארן אסאך אסאך ערגער!
ממש, חידושים נפלאים ואכזריים.



די לעבן אין לב טהור


ווי אזוי האט אויסגעקוקט די געהעריגע טאג טעגליכע לעבן אין לב-טהור?
עס איז שווער צו ענטפערן דערויף. עס האט זיך אסאך געוואנדן אין די צייטן. מען דארף געדענקען אז אין די לעצטע יארן זענען מיר אסאך ארומגעפארן און ארומגעוואנדערט. אין יעדע תקופה זענען זאכן געווען אביסל אנדערש.

עס דארף צו הייסן אז אינדערפרי, איידערן דאווענען, האט מען געמאכט התבוננות פאר א שעה. דאס דאווענען אליין האט גענומען דריי שעה בערך. כ'מיין אז די זמן פאר פרישטאג צווישן די יושבים ("יושבים" איז א טיטל וואס מען האט געגעבן פאר יונגעלייט, צווישן דרייצן און צוואנציג. "בחורים" זענען זיי שוין נישט, האט מען זיי גערופן "יושבים".). איז געווען בערך א האלבע שעה. דערנאך האט יעדער געמוזט עוסק זיין 5 שעה במילי דשמיא און 5 שעה במילי דמתא, עניני פרנסה וכו'. איר זאלט מיר נישט כאפן אויפן ווארט אויב איך בין נישט הונדערט פראצענט מדויק.


האבן זיי באמת געגלויבט אינעם וועג, אדער איז עס נאר געווען עפעס וואס מען האט געצווינגען?

וואספארא שאלה איז דאס? – ביי יעדן איינעם איז געווען אנדערש. עס זענען געווען אזעלכע וואס זענען געווען מער אין די חבורה, ווארעמער און שארפער, און אנדערע וואס האבן שוין געלעכצט ארויסצוגיין פון דארט.

זענען דא היינט אזעלכע וואס זיצן שוין נישט אין לב טהור, און זאגן קלאר: "איך האב דאך אלעמאל געהאט א געפיל אז עפעס איז נישט ריכטיג דא, אבער איך האב נישט געהאט ווי צו גיין"? אויב יא, וואס האט זיי געהאלטן ביז דאן?
יא, אוודאי זענען דא אזעלכע.

וואס עס האט זיי געהאלטן? – מען האט פראבירט זיך מחזק צו זיין... וואס איז שייך צו זאגן?

אין דעם איז אויך פארהאן פארשידענע דרגות. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געגלויבט אין דער מהלך אדער אינעם פריעדיגן רבי'ן, זיי האבן נאר געהאלטן אז יעצט פארט עס נישט גוט. האט מען זיך מחזק געווען, אז מען ליידט פאר די חבורה, פארן דרך, פארן מקום-האמת, פארן רבי'ן זיע"א, וכו' וכו'... יעדער איינער מיט זיין בליק אויפן זאך.

א יונגערמאן האט מיר דערציילט אז במשך פון די לעצטע 20 יאר האט ער שוין 4 מאל געהאט א טיקעט ארויסצוגיין פון לב טהור, אבער יעדע מאל איז עס בטל געווארן די לעצטע מינוט, בעיקר וויבאלד ער האט אייביג געהאלטן אז אט אט וועט זיין ווייב מסכים זיין מיטצוגיין מיט אים, און עס לוינט זיך צו צווארטן.


די לעבן און לב טהור ווי עס זעהט אויס טראגט מיט זיך אסאך ווייניגער גשמיות און הנאות עולם הזה.
וויאזוי קלאפט עס אויס ווען מען קומט אן צו א פלאץ וואו מען קען זיך אזויפיל נאכגעבן,
איז נישט דא די פראבלעם פון נאך די מלחמה אז מען הייבט אן זיך אנצופילן מיט זשאנקי עסן און אנדערע תאוות?

תאוות זענען דא איבעראל, די שאלה איז נאר צו מען קען נעמען די תאווה אין א געזונטע וועג ווי קאקאש קעיק און מילעך אדער אויף אומגעזונטע וועגן. בדרך כלל יוצאים כאפן זיך ווייניגער צו צו דשאנק וכדו' פונקט פארקערט זיי דארפן דעוולעפן א טעיסט צו נאש וכדו'.

אין די צייטן פון לב טהור פלעגט אייך איינפאלן פון מאל צומאל אזעלכע מחשבות
אז אפשר איז יא דא א פילע וועלט פון תורה טרייע יודן און אונז זעמער פארכאפט אן א וועג ארויס?

מען האט א גאנצן טאג גערעדט וועגן די איבריגע אידן פון די וועלט, אבער עס איז געווען קלאר אז ווערן א חלק פון זיי באדייט שמד. בנוגע גיין צו כנישתא חדא, האבן שוין יא עטליכע געהאט ספיקות אז אפשר מעג מען גיין דארט.


ווי אזוי מאכט סענס די פאקט אז א מאן און ווייב האבן געדארפט איבער געבען מסירות צו די הנהלה איינער אויף די צווייטע, און די הנהלה איז געווען בעל בית, און די שידוכים זענען געווען געצוינגען. אבער מען זעט אז די מענער ווארטען אז זייער שטוב זאל ארויסקומען אפילו זיי ווילן נישט צוריקגיין צו די מענער ווויבאלד די מענער האבן פארלאזט די כת. איך וואלט געזאגט 'די ווילסט מיך נישט טראג אפ פון מיר'.
נאטורלעך וויל יעדער די ווייב, דאס איז א טבע וואס דער אייבישטער האט אריינגעלייגט אין א מענטש. און מען פילט א גאנצן צייט אז עס איז כדי אויסצווארטן נאך א ביסל און מען וועט קענען גיין מיט די ווייב.


פון וויפיל היימישע יודן האט איר געוויסט אז זיי עקזסטירן, ווי למשל אז עס זענען דא 2 סאטמאר'ס,
2 באבוב'ס, גור, פאפא, 10 וויזשניצ'ע רבי'ס, בעלזא, צאנז, וכדומה,
און לדוגמא פון נטורי קרתא האט איר אמאל געהערט דארט?

ס'ווענדט זיך וועלעכע יארגאנג יוצאים איר וועט פרעגן. איינער אונטער צוואנציג יאר אלט, וועט ממש גארנישט וויסן. העכער די צוואנציג יאר, קען אפילן וויסן פון אברהם פריד, ליפא שמעלצער וכדו', אבער איבערדערציילן פאר די יונגווארג זאכן פון די וועלט איז געווען אן איינליידענונג פאר א ברייטער תיקון (לאו דוקא אין ביהמ''ד נאר אין ווייבער שול...).


ווי אזוי איז מעגליך אז זיי האבן זיך געהאלטן אזוי לאנג און אזוי גוט אונטערן רעדאר, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט וואס דארט גייט פאר, אפילו ווען אלי' יואל גליק איז אראפגעפארן אהין... און חוץ א שיינע איידעלע באריכט גארנישט....?
מען האט געלייגט א מוראדיגן דגש נישט צו רעדן און נישט צו דערציילן, רעדן צו פרעמדע ובפרט איבערדערציילן עפעס, האט באדייט סועסייד. כנישתא חדא האט טאקע צובראכן דעם חלק, און אין די מינוט וואס דאס איז ציבראכן געווארן, האט זיך דער געשעפט פארמאכט.



וויאזוי האבן זיך די מענטשן פון כנישתא חדא געטראפן אז זיי זענען אויף איין פעידש אז זיי ווילן אנטלויפן פון בבל?

זיי זענען אלע געגאנגען עקסטער אפגעטיילט, דאס זענען געווען מענטשן וועלעכע האבן געפילט אז עס איז באו מים עד נפשם. דער נחשון איז געווען הר''ר יעקב יצחק מלכא שליט''א וואס איז א הצנע לכת, מען רעדט כמעט נישט פון אים, אבער אין פאקט האט ער זיך מוסר נפש געווען ארויסצוראטעווען אסאך אידן פון לב טהור, און אויפשטעלן כנישתא חדא. אים האט מען האלבוועגס ארויסגעווארפן, און האלבוועגס איז ער אליין געגאנגען. בכל-אופן, איז ער געווען דער ערשטער.


וויאזוי קען זיין אז מענטשן האבן זיך אריבערגעכאפט קיין "כנישתא חדא" און מ'האט זיי נישט געכאפט? אויב איז דער גאנצער עולם געשלאפן צוזאמען, און אז איינער גייט ארויס, איז דאך לא ימלט אז עמיצער זאל באמערקן, איז וויאזוי האט מען געקענט גיין דארט אהין און צוריק?
פיין האט מען געכאפט. תרתי משמע.


וואס איז געווען די עוולה פון ר' יואל העניך וואס צוליב דעם האט מען אים פארטריבן? ער איז דאך געווען דעם רבינ'ס א קינד.

ער האט נישט געהאט קיין ביטול צו די הנהלה, געפרעגט צופיל שאלות. מען האט אים ארויסגעווארפן ווען ער איז שוין געווען דעם רבינ'ס ברודער.


אביסל אויב שייך, איך וואלט שטארק געוואלט האבן א בליק איבער די משפחות דארט, דהיינו, די פאמיליע ביימער, ווער זייערע קינדער זענען? (למשל, איז הלל שמעון מלכא א ברודער מיט יודא לייבוש? - ווער זענען זיינע קינדער און ווער זענען זיינע קינדער?)

ס'דא 2 משפחות מלכא.
בני ר' הלל שמעון: ר' ניסן יושע יודא, ר' דוד דוב בער, ר' ישראל, ר' רפאל, ר' נחמן, ר' יעקב יצחק, און ר' מתתיהו משה.

דאן איז דא בני ר' ארי'ה לייביש
ר' חיים צבי, ר' מתתיהו פרץ, ר' מענדל, ר' שמעון, ר' שניאור זלמן, און ר' דוד צמח


איז דא וואס מורא צו האבן אז ווען נחמן קומט ארויס פון תפיסה (אין 4 יאר) וועלן די יוצאים נאכאמאל קלעבן צו אים?
צו געבן אפאר געזינטע פעטש?
יא.


מיט וואס איז עס יעצט ווייניגער קולט ווי פאר צוואנציג יאר צוריק אין מאנסי / קאנאדא?

ס'איז מער נישט דא קיין סיסטעם וואס קאנטראלירט די מענטשן.


פארוואס זעט מען ווי יוצאים פליפ פלאפן א לאנגע צייט נאך וואס זיי זענען שוין ארויס און ווילן (אדער מאכן זיך ווי זיי ווילן) צוריקגיין?
היינט פאסירט דאס שוין נישט וויבאלד לב טהור עקזעסטירט שוין נישט, אבער אמאל פלעגט דאס געשען, פשוט וויבאלד א קולט איז די אדענטיטעט פון א מענטש, און ווען א מענטש שפירט אז ער האט דאס נישט מער, הייבט ער נאטורלעך אן זיך צו בענקען דערצו.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

ויהי בימי שלמה



די אלע יוצאים וועלעכע זענען באמת אנגעווייטאגט אויף די הנהגה דארט, וואס איז זייער צוגאנג לגבי דער פריערדיגע רבי, שלמה? זענען זיי בייז אויף אים אויך, אדער נאר אויף די היינטיגע הנהגה?
כנ"ל. ווי איינער. יעדער איינער מיט זיינע מיינונגען און שיטות.


וואס רעדט זיך אפ שלמה די לעצטע תקופה פאר זיין פטירה אויף די חבורה? צוליב וואס און צוליב וועם האט ער געשפירט אז מ'האט אים פארראטן?

באמת איז דאס נישט געווען די ערשטע מאל וואס ער האט געהאט א קפידה אויפן עולם. יעדע שטיק צייט פלעגן פארקומען אזעלכע זאכן. דאס מאל איז דאס אבער געווען גאר שטארק, און ער האט שטארק מקפיד געווען אויפן עולם.

עטליכע וואכן איידער ער איז דערטראנקען געווארן, האט ער איבערגעלאזט א שארפע בריוו פארן עולם, וואו ער שרייבט אז 'לב טהור האט אים געגעבן א גט פיטורין פון די קהילה, און די דאזיגע בריוו איז דער שובר דערפון'.

עס איז שווער צו זאגן, וואס פונקטליך עס איז פארגעקומען דארט. פשוט קען מען עס פארשטיין, אז ער האט שוין דעמאלס געזען, אז די חבורה ארבעט זיך נישט אויס פונקטליך ווי אזוי ער האט געוואלט. זיין חלום ווי אזוי ער האט זיך פארגעשטעלט אז לב-טהור דארף אויסקוקן, האט זיך נישט אויסגעארבעט במלואו, און דערויף איז ער געווען שטארק פארווייטאגט און באשולדיגט דעם עולם מיט "שלה" (א טערמין וואס ער פלעגט נוצן. "שלה" איז ראשי-תיבות, ש'קר ל'צנות ה'פקרות).


וואס איז דער אמת איבער די אופן וויאזוי ער איז אוועק פון דער וועלט?

עס איז גאנץ קלאר אז ער האט זיך ליידער גענומען דאס לעבן. אז מען קוקט אריין אין די סדר הדברים, ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען, איז כמעט נישט קיין ספק דערין.

פארוואס ער האט עס געטון? - מען קען אריינגיין אין פארשידענע הסברים דערין. מעגליך אז עס איז אים סתם אזוי נמאס געווארן צו פירן א קולט, ער איז עלטער געווארן און די עקסייטמענט פון זיין א גרויסע פירער איז אים פארגאנגען. מען דארף נעמען אין באטראכט, אז ער פלעגט אריינפאלן מזמן לזמן אין דיפרעסיעס און אפהאלטן קפידות אויף זיין עולם. אויך ביפאר די געשיכטע איז ער געווען זייער דיפרעסט און נישט ארויסגעקומען צום עולם.

ס'איז אויך שטארק יתכן, אז לב-טהור איז נישט געפארן אויף די דירעקציע וואס ער האט געוואלט, און דאס איז גאנץ שטארק ניכר פון זיין באקאנטן בריוו וואס ער האט דעמאלס געשריבן. ער האט זיך דערזען אן גארנישט, נאכן ווערן פארטריבן פון קאנאדע. ער האט געהאפט זיך צוריקצובויען אין גואטאמאלא אויף א געהעריגע פארנעם, מיט געהעריגע הייזער, פרנסות וכו', דערווייל האט דער עולם געלעבט אין דחקות און עניות. ער האט זיך געשפירט שולדיג דערין און ער האט געהאט די הרגשה, אז ער האט ארויסגענומען אן עולם צו א וועלט פון ליידעניש. ער האט דאס נישט געקענט טראגן אויף זיך, און דעריבער געמאכט א סוף צו זיין לעבן.

אנדערע ווייזן אן, אז ער האט מעגליך חושש געווען אז געוויסע פון זיינע מעשים, וועלן אט ארויסקומען אויף די גאס און דאס קען אים ברענגען שווערע קאנצעקווענצן. אין מדינת ישראל איז דעמאלס פארגעקומען א געריכט, וואו מען האט דן געווען אויב לב-טהור איז א קולט. דאס איז אייגנטליך געווען די סיבה פארוואס ער איז אוועקגעפארן מיט זיין ציבור קיין מעקסיקא, אויס מורא אז די מדינה וועט כאפן אלע קינדער און אים אריבערברענגען אויף א משפט קיין ארץ-ישראל. ער האט געוואלט מאכן אין מעקסיקא א סטאטוס פון "רעפיודזשי", אזוי אז ער זאל זיין פטור אויסצושטיין קלאגעס פון די מדינה. אין יענע תקופה האט מעקסיקא צוריקגעוויזן זיין פארלאנג און אפגעשטעלט די אקטיוויטעטן אים צו מאכן א "רעפיודזשי סטאטוס". ער האט פארשטאנען וואס דאס מיינט, אז אויב ער איז א קולט, דעמאלס איז ער אויף צרות.

ער האט דעריבער אויסגעקליבן צו ענדיגן זיין לעבן אלס צדיק און גייסטישע פירער, ווי איידער צו געברענגט ווערן מיט קייטן צום געריכט אין מדינת-ישראל.

אבער... ער האט עס גוט פארגעגרייט פון פריער, געשאסן רמזים אויף רעכטס און לינקס, געשריבן מאמרים און געזאגט תורות, איבער הויכע ענינים פון מיתת צדיקים, אזוי אז עס זאל זיין א הייליגע מיסטישע טויט.


איז עס טאקע געווען א פשוט'ע זאך, נאך וואס שלמה איז געשטארבן, אז נחמן נעמט איבער די הנהגה? אדער ס'איז געווען נאך קאנדידאטן? (און בכלל אויב קען מען האבן א שטיקל באריכט פון די לויה. די אינפארמאציע דעמאלסט זענען געווען זייער פארנעפלט און נישט מוסמך'דיג).

ס'איז כמעט געווען קלאר אז דער עלסטער זוהן וועט איבערנעמען. עס איז כמעט נישט געווען קיין שאלה דערין. שפעקולאציעס צווישן די יונגע בחורים איז יא געווען.
דער רבי האט גאנץ קלאר געלאזט אין די צוואה, אז זיין עלסטע זוהן זאל אים איבערנעמען. עס איז קיין שאלה נישט געווען דערין.

אין די צוואה האט ער געבעטן אז מען זאל אים שנעל באגראבן. עס איז דעריבער געווען א רעדע אז מען זאל אים באגראבן אין מעקסיקא, דארט וואו ער איז אוועק. מען האט שוין אפילו גערעדט פון אפקויפן א שטיקל שטח פאר א קבר. אבער דער נייער רבי האט גע'פסק'ענט אז מען פארט צוריק קיין גואטאמאלא און מען וועט אים דארט מטמין זיין. עס האט דעריבער גענומען עטליכע טעג, ביז ער איז געקומען לקבורה.

בשעת די פטירה האט זיך דער נייער רבי געפינען אין בבל, בשעת דער גאנצער עולם איז שוין געווען אין מעקסיקא. אין בבל זענען פארבליבן קוים געציילטע מענטשן. קודם האט מען געהערט אז דער רבי פעלט, ער איז געגאנגען זיך טובל זיין און מען קען אים נישט געפינען. דער נייער רבי איז דאן געווען אויפן וועג אין אן אוטו, ווען די נייעס איז געקומען אז דער רבי איז שוין נישט בין החיים. דער נייער רבי איז אריינגעפאלן אין געפערליכע היסטעריע און ער האט זיך גענומען ווארפן און שרייען. אויפן פלאץ אין אוטו איז געווען א דאקטער, וועלכער האט אים געמוזט אריינגעבן א נידל, אז ער זאל זיך בארואיגן אביסל.

נאך יענעם שבת האט שוין דער רבי גערעדט צו די געציילטע אידן אין בבל, און געזאגט אז הצדיק אבד לדורו אבד, עס איז אונזער פארלוסט וכו' וכו'. גאנץ שבת האט מען זיך מחזק געווען.

דערווייל איז דער עולם געווען אין מעקסיקא, און דארט איז געווען א תאניה ואניה, מען האט נישט געקענט קומען צו זיך פון דעם גרויסן פארלוסט.

זונטאג איז פארגעקומען די לוויה אין בבל, בשעת דער גאנצער עולם איז געווען דארט פארזאמלט. עס איז געגאנגען דארט בכיות, בשעת דער עולם האט פיל מאל איבערגעזאגט דעם פסוק "השבני ה' אליך ונשובה". כמעט נאך יעדע הספד האט מען ווידער געזאגט דעם פסוק מיט געוואלדיגע בכיות.


ר' יואל העניך איז מיטגעגאנגען מיט די הכתרה פון נחמן, אדער האט ער זיך אויסגעלאכט?
עס איז זייער אינטערעסאנט אז איר פרעגט אזא פראגע בכלל, לאמיר איבערגיין א מינוט די צוגאנג פון די הכתרה. נאך די לויה, האט נחמן געמאלדן אז ער וויל נישט אננעמען די רבי'סטעווע. וויפיל מען האט אים געבעטן האט עס גארנישט געהאלפן, היא באחת אז ער איז נישט רבי.

וואס האט ער יא געוואלט? - ער האט פארגעשלאגן א פלאן אז מען זאל מאכן א בית-דין, וואס זיי וועלן פירן די קהילה. דער בית-דין האט געזאלט זיין פון דער ריש-מתיבתא (ר' משה יוסף ראזנער), דער אב-בית-דין (ר' אהרן ארי' טעללער) מיט דער ריש-סידרא (ר' אלעזר רומפלער). נחמן האט געוואלט אז זיי זאלן פירן לב-טהור, ועל פיהם יצאו ויבואו כל דבר. דער ציבור האט יא געוואלט לכתחילה אז עס זאל זיין א געהעריגע המשכה מיט א רבי, האט מען זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל אננעמען די רבי'סטעווע, און בשעת ניחום אבלים איז מען כסדר געקומען צו אים און אים געבעטן דערוועגן, אבער ער האט נישט געוואלט.

ערגעץ אינמיטן די שבעה איז אריבערגעקומען ר' יואל העניך אויף א פריוואטע שמועס מיט זיין ברודער. ר' יואל העניך האט אים מסביר געווען, אז זיין פלאן איז נישט קיין ריכטיגער, ווייל א בית-דין אין לב-טהור מיינט, אז יעקב נחום וועט זיין באלעבאס, ער וועט האבן דעם בית-דין אין טאש און זיי וועלן טון דאס וואס ער וועט זיי הייסן. ר' יואל העניך האט ערקלערט פארן רבי'ן, דאס וואס ער האט שוין אליין געוואוסט פון פריער, אז יעקב נחום איז געוואקסן אין א שווערע שטוב און ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריגע קינדערישע יארן, וואס דאס ברענגט אים זיך אויפצופירן מיט א רשעות און אכזריות, און שטעלן יעקב נחום אין שפיץ פון לב-טהור, איז א סכנה גדולה ועצומה.

די צוויי ברידער האבן זיך פיין פארשטאנען ביים שמועס, און זיי האבן ביידע אנערקענט אז שטעלן א בית-דין מיינט, איבערגעבן לב-טהור אין די הענט פון יעקב נחום, וואס דאס האבן ביידע פארשטאנען אז עס מיינט "באגראבן דעם ארט אויף שטענדיג". אין ליכט פון דעם שמועס האט נחמן פארגעשלאגן א פשרה, אז ר' יואל העניך זאל ענטפערן אלע שאלות בעניני גשמיים, און ער זאל ענטפערן אלע עניני רוחניים און פירן פארן עולם.

אינעם שמועס, האט ר' יואל העניך דערמאנט פארן ברודער, די געשיכטע מיט רחבעם דער זוהן פון שלמה, וואס עס האט זיך אפגעשפילט תיכף נאך וואס זיין טאטע שלמה המלך איז געשטארבן. די אידן זענען געקומען צו רחבעם מיט א ביטע, אז ער זאל נאכלאזן אביסל פון די שווערע שטייער וואס זיין טאטע שלמה האט ארויפגעלייגט אויף זיי. רחבעם איז זיך געגאנגען דורכרעדן מיט די עלטערע יועצים, וועלכע האבן אים געראטן אז ער זאל טאקע נאכלאזן פון די שטייערן, וויבאלד די גאנצע שטייער איז געווען מיטן ציל צו בויען דעם בית-המקדש, אבער אצינד אז דער בית-המקדש איז שוין געבויט, קען מען שוין נאכלאזן דערפון. דאן איז רחבעם געגאנגען זיך דורכרעדן מיט די יונגערע יועצים, זיי האבן אים געראטן פארקערט, "ווייז ארויס שטארקייט און מעכטיגקייט, און ענטפער פאר די אידן שטרענג". רחבעם איז דעמאלס געקומען צו די אידן און ער האט זיי געזאגט, "אבי יסר אתכם בשוטים - אני ייסר אתכם בעקרבים" - דער טאטע האט אייך געשטראפט מיט ריטן - איך וועל אייך שטראפן מיט גראבע שטעקענעס.

וואס איז געווען דער אויסגאנג פון אזא תשובה? - א רעוואלט! - מלכות ישראל האט זיך אפגעטיילט פון רחבעם און זיי האבן אויפגענומען א נייעם קעניג, ירעבם בן נבט.

ר' יואל העניך האט ארויסגעברענגט פארן ברודער, אז גיין אונטער יעקב נחום מיינט, די עצת הנערים פון רחבעם, צו גיין מיט א שטרענגקייט און רשעות. אזא הנהגה וועט גורם זיין א חורבן אין לב-טהור.

אפילו נאכדעם וואס נחמן האט אנגענומען די הנהגה אין לב-טהור, האט ר' יואל העניך אים געראטן און מייעץ געווען, אז ער זאל גיין מיט א ווייך הארץ, און זיך נישט צוהערן צו די עצות פון יעקב נחום, וויבאלד דאס וועט גורם זיין א חורבן.

די ערשטע תקופה פון די הנהגה, ווערט באצייכנט אין לב-טהור אלס א גאלדענע תקופה. נחמן איז געווען זייער ווייעך צום עולם, נישט געשטראפט און נישט געטון קיין שלעכטס. עס איז געווען גאנץ רואיג אויפן ארט.

ווען יעקב נחום האט רעאליזירט אז ר' יואל העניך שלעפט אוועק דעם רבי'ן פון אים און ער מאכט אז דער רבי זאל אים נישט אויסהערן מער, האט ער געשוואוירן נקמה! - דא האט זיך אנגעהויבן די מסע רדיפות אויף ר' יואל העניך, און מיט אלע סארט אופנים וכל מיני טצדקי, האט יעקב נחום געזען צו געוואונען דעם הארץ פונעם רבי'ן און אים אוועקשלעפן פון ר' יואל העניך.

ווי אזוי האט ער דאס געטון? - זייער פשוט! עס איז דאך געווען א נייע הנהגה, און דער אלגעמיינער המון-עם אין לב-טהור זענען געווען שטארק פארקאכט פארן פאריגן רבי'ן, וועמען מען האט געהאלטן אלס קודש-הקדשים. דער נייער רבי האט נישט געהאט ממש קיין מאמענטום צווישן דעם עולם און מען האט אים נישט געהאלטן מיט אזא הייליגקייט.

יעקב נחום האט זיך דערויף ארויפגעכאפט!

ער האט אנגעהויבן ווערן א שוואנץ פונעם רבי'ן און אים אנגעהויבן צו דינען, אבער נישט נאר דאס. ער האט אנגעהויבן פירן א העפטיגע מערכה צווישן דעם עולם, אז מען זאל זיך צושטעלן און זיין ווארעם פארן רבי'ן. אזוי ווי נוסח יעקב נחום, איז דאס צוגעגאנגען מיט א שרעקליכע טעראר און כל מיני אופנים, אז מען מוז זיך צושטעלן און זיין ממש עבדים פארן רבי'ן.

ווען דער רבי האט געזען, אז ער פארמאגט דא א געטרייען עבד, וועמען מען קען געטרויען און איינער וואס בויעט אים אויף, האט ער אים אנגעהויבן צו גלויבן און זיך פארלאזן אויף אים, און אזוי האט מען אנגעהויבן צו רודפ'ן ר' יואל העניך.

אט דאס האט צוגעברענגט דער חורבן פון לב-טהור, וואס מיר זעהען אצינד מיט אונזערע פליישיגע אויגן!



וויאזוי קען זיין אז ווען איך הער א שיעור פון שלמה העלבראנץ הערט ער נישט אויף צו רעדן מיט אזא ערנסטקייט און ריינקייט (אזוי הערט זיך עס) וועגן זוכן דעם אמת לאמיתה של תורה, און בכלל רוב פון זיינע זאכן זענען בעצם סענסעבל און אמת'ע נקודות, און פון די אנדערע זייט זאגט מען אזאנע שרעקליכע זאכן אויף אים, וויאזוי שטימט דאס? איז מעגליך צו שפילן אזא דאפלט לעבן? רוב פארדארבענע מענטשן אין די היסטאריע, אפילו זיי האבן קודם אנגעשטעלט א פרום פנים האבן זיי זיך סוף כל סוף ערגעצוואו ארויסגעוויזן מיט זייער פארדארבנקייט, אבער דא ביי שלמה אפילו מען ווייסט די אלע שלעכטע מעשים, דאך האט מען עס נישט געזען אויף זיין טאג טעגליכע אויפירונג ביז זיין לעצטע טאג, אין זיכער נישט אין זיינע שיעורים און דרשות, הגם זיינע שיעורים זענען היבש מאדנע און אנדערש ווי סתם משפיעים, אבער דאך השחתה און קעגן תורה זעט מען נישט דארט אזוי ווייט, אויב האט מען געוויסט אז ער איז פארדארבן איז עס נאר געווען פון פון זאכן וואס מען האט געוויסט בידיעה, אבער אנזען א פראסטקייט אדער פארדארבנקייט וכו' אויף אים ממש האט מען נישט, לויט ווי איך פארשטיי. און דאס מאכט זייער קאמפליצירט און מיסטריעז צו פארשטיין דעם פארשוין און וואס זיינע עכטע מאטיוון זענען געווען, אויב איר וואלט געקענט אביסל אויסקלארן וואס דא איז פארגעקומעם מיט דעם מיסטריעזן מענטש.

שלמה העלבראנץ איז געווען א קאמפלעצירטער מוח און ער האט געהאט זייער אן אינטערעסאנטער וועג פון טראכטן. דאס קען מען הערן אויף אלע זיינע דרשות און מען קען דאס זען אין זיינע ספרים. ער פלעגט רעדן מיט אסאך דמיון און ס'פלעגט זיך אים דוכטן זאכן. ווען איינער האט אים געזאגט עפעס, האט ער שפעטער געקענט זאגן, "הונדערטע מענטשן האבן מיר דערציילט"... ער פלעגט רעדן באופן של הגזמה אויף א גרויסן פארנעם. אזוי אויך פלעגט ער אלס דערציילן גילויים וואס ער האט געהאט פון הימל, און זאכן וואס ער האט געהערט אין פמליא של מעלה. בקיצור, ער איז געווען א גרויסער בעל-דמיון און ער האט געהאט די אייגנשאפטן צו באשאפן מעשיות. ער פלעגט דאס איבערזאגן מיט אזא שטארקקייט, אז ער האט אליין געגלויבט דערין.

זייענדיג א שטארקע מוח, און זאגאר אן עילוי, איז שווער אפצולערנען וואס ער האט געקלערט און ווי אזוי ער האט געלעבט אזא סתירה'דיגע לעבן. פיל פשטים זענען שוין אריינגעלערנט געווארן דערין און אסאך ערקלערונגען זענען שוין געזאגט געווארן דערויף. באופן הפשוט ביותר לאזט זיך זאגן, אז ווען ער האט געהאט א משיכה צו געוויסע זאכן, האט ער דאס אפגעלערנט אלס העכערע זאכן... זיין קראנקער מוח האט אים געזאגט אז ס'איז א מצוה, און זיין הויכער דמיון האט אים געפירט אזוי צו טראכטן. עס איז ביי אים נישט געווען קיין סתירה, צו לעבן אין העכערע מושגים און זיך קאכן אין עבודת-השם, אינאיינעם מיטן טון אומאויסגעהאלטענע זאכן. ס'איז געווען ביי אים אלעס איינס. דעריבער, ווען דו וועסט קוקן אין זיינע תורות און הערן זיינע דרשות, וועסטו הערן ווי אזוי ער גייט פשוט אויס פארן באשעפער און ער זוכט דעם אמת אין די תורה. אבער ווען ער האט געוואלט טון געוויסע אומאויסגעהאלטענע זאכן, האט דאס אים גערירט ביזן מוח און ס'האט זיך אים גע'דמיונ'ט אז דאס איז גאר דעם אמת...

לויט ווי אזוי עס דערציילן מענטשן, וואס האבן מיטגעהאלטן זיינע תיקונים, פלעגט ער זיך צעפייערן און אויסשרייען פסוקים מתוך חמימות-הלב. ער פלעגט שרייען, "והר סיני עשן כולו, מפני אשר ירד עליו האש", אדער האט ער געשריגן "אנא ה' הושעה נא, אנא ה' הצליחה נא" (מיטן שם). דאס ווייזט אויף זיין גרויס דמיון און קראנקער מוח, אז זיינע רצונות האבן אים געפירט צו טראכטן, אז ער טוט גאר יעצט הייליגע עבודות.

מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט דער בלויזער מציאות וואס מען זעט מיט די אויגן אז ער האט באמת באמת חשוב'ע קינדער און אייניקלעך, תלמידי חכמים און אמת'ע יראי השם, נישט בלויז אז זיי זענען נישט ווייניגער ווי געווענליכע משפחות נאר גאר מער פון געווענליכע משפחות, לדוגמא זיין זון הרה''ג ר' נתן איז א תלמיד חכם מופלג, א ראש הכולל, א ירא שמים מרובים. זיין זון הרה''ג ר' יואל העניך וואס עס גיסט זיך פון אים מאמרי חז''ל און שטיקער ספרי חסידות מיט אזא איידלקייט. און אזוי אויך זיינע איבריגע קינדער און אייניקלעך. וויבאלד ער האט באמת מחנך געווען א וואוילע שטוב. אזוי ווי ר' נתן האט געשילדערט אין 'מאמענט' עטליכע יאר צוריק. זיינע קינדער זענען אויפגעוואקסן מיט א וואוילע טאטע א ת''ח, און די דמיונות וואס געבויעט אויף דעם האט ער אפגעראכטן תיקונים האט מיט זיי קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות, און זיי האבן ניטאמאל געוויסט דערפון.


מיר ענדיגן צו דעם ארטיקל מעין הפתיחה. מיר זענען מורא'דיג דאנקבאר פאר הנהלת מערכת אידטיש, און פאר תושבי אידטיש. און מיר זענען זיכער אז איר וועט ווייטער שטיין צו די האנט, ביז דאס לעצטע משפחה וועט ארויסקומען פון גווטאמאלא מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

pdf
פיילס
מעומקא (3).pdf
(8.53 MiB) דאונלאודעד 135 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2184
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך הדסים »

אייזן גוט!

געליינט די לעצטע צוויי חלקים, מיר געווען גאר אינפארמאטיוו.

א רגע.. מ'מעג דא בכלל מגיב זיין?
קודם האב איך געכאפט דעם ערשטן סלאט יעצט זאלן זיך די אחראים מוטשען...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6920

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

wow wow wow
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 369

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

מחיה נפשות!
אזאנס זיך אוועקצוגעבן פאר כלל ישראל!!
יישר כח פאר אריינלייגן מיינע שאלות.
שוין איינמאל אינטערעסירט...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8507
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יעצט געענדיגט אדורכליינען אין איין אטעם.

וואף איז נישט דאס ווארט!...

דאס איז אן אוצר! א קלארקייט! א אפנקייט! יאפ, א ריכטיגער הכרת הטוב!!!

ממש מורא'דיג צו ליינען.

(מיין איינציגסטע הערה איז אויף די שורה "קיינער זוכט נישט צו פארמאכן דעם כת". הממ... די חלק הכת/קולט? אודאי זוכט מען. ס'איז א מצוה דאורייתא...)
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:18 am יעצט געענדיגט אדורכליינען אין איין אטעם.

וואף איז נישט דאס ווארט!...

דאס איז אן אוצר! א קלארקייט! א אפנקייט! יאפ, א ריכטיגער הכרת הטוב!!!

ממש מורא'דיג צו ליינען.

(מיין איינציגסטע הערה איז אויף די שורה "קיינער זוכט נישט צו פארמאכן דעם כת". הממ... די חלק הכת/קולט? אודאי זוכט מען. ס'איז א מצוה דאורייתא...)
איר זענט גערעכט אז דאס איז א מצוה. אבער במציאות איז נישט שכל'דיג צו נעמען אויף זיך אזא מטרה, וויבאלד עס ווענדט זיך בכלל נישט בידי אדם צו קענען מצליח זיין אין אזא מיסיע, נאר דער באשעפער קען דאס טון.

דא ביי דעם פאל האט דער באשעפער צוגעפירט אסאך השגחה פרטיות כדי די כת זאל זיך פארמאכן, ווי לדוגמא אז נחמן זאל אריינגעפירט ווערן אין לאך, חיים צבי זאל ארויסהעלפן וכדו', די עסקנים אבער האבן קיימאל נישט גענומען אויף זוך אזא מטרה.

זאת ועוד, איך שיק אייך אריין א ליסט פון נאך צענדליגער קולטס אין אמעריקע, און נאכמער אין ארץ ישראל איר זענט מכבוד מיט די מצוה פון זיי פארמאכן...
עס איז פשוט אוממעגליך במציאות.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע- ספעציעלע 'הכרת הטוב שמועס', מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 5:51 am

א רגע.. מ'מעג דא בכלל מגיב זיין?
קודם האב איך געכאפט דעם ערשטן סלאט יעצט זאלן זיך די אחראים מוטשען...
איך האב דאס נאר געקענט ארויפלייגן אינמיטן נאכט
וויבאלד איך האב מורא געהאט אז מענטשן וועלן אריינהאקן מיט תגובות ציווישן איין חלק און די צווייטע...
יעצט קען מען מגיב זיין וויפיל מען וויל...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך ChatGPT »

wow!! א געוואלדיגע ארבעט, און א גרויסן ייש"כ!
צווישן די נעמען פון די חברי הנהלה איז מערקבאר אז יו"ט ליפא יואל ראזנער ווערט נישט באטיטלט מיטן טיטל ר', איז דאס בכוונה (אדער סובקאנטשעס) אדער פשוט ארויסגעפאלן פון אזא גרויסע באריכט?
ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן מער ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען דאס טוישן די מענערישע מלבושים צו די מלבושי ישע (דאס דארף לכאורה ר' @שמואל פוקס וויסן), מילא דאס אסר'ן מאכלים איז פשוט, מען אדאפטירט דעם לאנג-פארשפרייטן גוי'שער "וועזשעטעריען שיטה" און מען איז עס מלבש מיט פרומקייט. אבער בגדים איז א גענצליך נייער אויסטרעף, איז אינטעראסאנט צו וויסן די אינסייד פרטים.
ווען און וועם האט מען מגלה געווען פון הימל צו מאכן דעם טויש? ווי אזוי מען האט ערפינדן אלע אנדערע בגדים? ווי לאנג איז יעקב נחום און נחמן געשטאנען ביים שפיגל און אויספרובירט אלע מהלכים ווי אזוי צו ארומצובינדן דעם סידרא (וכדומה מיט די אנדערע בגדים)? ווי אזוי האט מען עס געמאלדן פארן עולם און אויסגעפירט? איז די טויש איז צוגעגאגען צוביסלעך אדער יעדער אויף איינמאל?
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 983
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1120

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך תינוק הבורח »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:29 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:18 am יעצט געענדיגט אדורכליינען אין איין אטעם.

וואף איז נישט דאס ווארט!...

דאס איז אן אוצר! א קלארקייט! א אפנקייט! יאפ, א ריכטיגער הכרת הטוב!!!

ממש מורא'דיג צו ליינען.

(מיין איינציגסטע הערה איז אויף די שורה "קיינער זוכט נישט צו פארמאכן דעם כת". הממ... די חלק הכת/קולט? אודאי זוכט מען. ס'איז א מצוה דאורייתא...)
איר זענט גערעכט אז דאס איז א מצוה. אבער במציאות איז נישט שכל'דיג צו נעמען אויף זיך אזא מטרה, וויבאלד עס ווענדט זיך בכלל נישט בידי אדם צו קענען מצליח זיין אין אזא מיסיע, נאר דער באשעפער קען דאס טון.

דא ביי דעם פאל האט דער באשעפער צוגעפירט אסאך השגחה פרטיות כדי די כת זאל זיך פארמאכן, ווי לדוגמא אז נחמן זאל אריינגעפירט ווערן אין לאך, חיים צבי זאל ארויסהעלפן וכדו', די עסקנים אבער האבן קיימאל נישט גענומען אויף זוך אזא מטרה.

זאת ועוד, איך שיק אייך אריין א ליסט פון נאך צענדליגער קולטס אין אמעריקע, און נאכמער אין ארץ ישראל איר זענט מכבוד מיט די מצוה פון זיי פארמאכן...
עס איז פשוט אוממעגליך במציאות.
שיק די ליסטע.
נין
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 9:53 am
Location: monroe
x 106

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך נין »

דאן איז געווען די דריי אחים הכרמונים (אזוי רופט מען זיי אין בבל), די משפחת וויינגארטן. זיי זענען פון די הנהלה, אבער אצינד זיצן זיי אין טורמע אין אמעריקע.
דערנאך זענען פארהאן די הנהלה, וועלכער באשטייט פון דער ספרא דדיינא ר' משה חיים צבי מלכא, ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן, יו"ט ליפא יואל ראזנער מיט ר' משה יהודא לייב אלטער.
די הנהלה איז געווען 5 מענטשן
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:55 am
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:29 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:18 am יעצט געענדיגט אדורכליינען אין איין אטעם.

וואף איז נישט דאס ווארט!...

דאס איז אן אוצר! א קלארקייט! א אפנקייט! יאפ, א ריכטיגער הכרת הטוב!!!

ממש מורא'דיג צו ליינען.

(מיין איינציגסטע הערה איז אויף די שורה "קיינער זוכט נישט צו פארמאכן דעם כת". הממ... די חלק הכת/קולט? אודאי זוכט מען. ס'איז א מצוה דאורייתא...)
איר זענט גערעכט אז דאס איז א מצוה. אבער במציאות איז נישט שכל'דיג צו נעמען אויף זיך אזא מטרה, וויבאלד עס ווענדט זיך בכלל נישט בידי אדם צו קענען מצליח זיין אין אזא מיסיע, נאר דער באשעפער קען דאס טון.

דא ביי דעם פאל האט דער באשעפער צוגעפירט אסאך השגחה פרטיות כדי די כת זאל זיך פארמאכן, ווי לדוגמא אז נחמן זאל אריינגעפירט ווערן אין לאך, חיים צבי זאל ארויסהעלפן וכדו', די עסקנים אבער האבן קיימאל נישט גענומען אויף זוך אזא מטרה.

זאת ועוד, איך שיק אייך אריין א ליסט פון נאך צענדליגער קולטס אין אמעריקע, און נאכמער אין ארץ ישראל איר זענט מכבוד מיט די מצוה פון זיי פארמאכן...
עס איז פשוט אוממעגליך במציאות.
שיק די ליסטע.
לאמיר אנהייבן מיט בערלאנד.
ווען איר זענט פארטיג מיטן עס פארמאכן שיק איך אייך די נעקסטע נאמען.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

איך האלט און איין טרעפן טעותים, און איך עדיט עס.
אויב באמערקט איר א טעות, שיקט מיר ביטע אן אשי, ייש''כ.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
נין
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 9:53 am
Location: monroe
x 106

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך נין »

נין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:58 am
דאן איז געווען די דריי אחים הכרמונים (אזוי רופט מען זיי אין בבל), די משפחת וויינגארטן. זיי זענען פון די הנהלה, אבער אצינד זיצן זיי אין טורמע אין אמעריקע.
דערנאך זענען פארהאן די הנהלה, וועלכער באשטייט פון דער ספרא דדיינא ר' משה חיים צבי מלכא, ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן, יו"ט ליפא יואל ראזנער מיט ר' משה יהודא לייב אלטער.
די הנהלה איז געווען 5 מענטשן
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:38 pm
די פינף חברי הנהלה זענען:
משה חיים צבי מלכא - זיצט. מען האט אים שוין אריבערגעברענגט קיין גואטאמאלא (וואו די תפיסה איז פיל באקוועמען ווי אין בעליז).
פסח אברהם יואל גאלדמאן - זיצט.
ניסן יהושע יהודא מלכא - זיצט.
משה יהודא לייב אלטער- ארעסטירט און ארויסגעלאזט.
יואליש ראזנער - אויף דער פריי (יעצט איז ער דער וואס איז בקשר מיט יעקב נחום וויינגארטן פון טורמע. יעקב נחום איז אנגעקומען אין אן אנדערע תפיסה, וואו ער האט פרייע צוטריט צו א סעלפאן, און ער האט איבערגענומען די לייצעס אין די הענט, זייענדיג בקשר מיט יואליש ראזנער).


תגובה קרעדיט: אן עסקן, געשיקט אין אישי
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4811
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6488

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך שמח »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 12:04 pm איך האלט און איין טרעפן טעותים, און איך עדיט עס.
אויב באמערקט איר א טעות, שיקט מיר ביטע אן אשי, ייש''כ.
שיק נאכדעם די פיינל PDF.

איז דא איינער וואס קען עס אויסשטעלן נאך געשמאקער צו ארויס פרינטן לכבוד שבת?
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 966

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך יענץ מבין »

איך האב יעצט געענדיגט ליינען... און עס גלייבט זיך נישט אז דאס איז געווען גאנצע 38 בלעטער...

איך האב פשוט נישט די ווערטער... וועל איך דארפן בלייבן שטיל...

@על פי תורה א ריזיגען יישר כח!!!!!!!
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 966

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך יענץ מבין »

@על פי תורה וואלט שייך געוועהן צוצושטעלן אן איינמאליגע געלעגנהייט פאר די וואס האבן פאללאו-אפ שאלות אויף די שמועס, צו אריינשיקן זייערע שאלות, און נאכדעם ארויסשטעלן א קורצע חלק ב? אפשר פאר נאך אפאר דולר ביי איינע פון די פעידזשעס... אפשר דאך...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך גרינטליך »

וואס גייט זיין מיט די אויספארשונג איבער די קאוויד געלטער אין אמעריקא?
אויפן מינוט טוט זיך גארנישט.
פון וואס רעדט מען דא וועגען?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 12:24 pm @על פי תורה וואלט שייך געוועהן צוצושטעלן אן איינמאליגע געלעגנהייט פאר די וואס האבן פאללאו-אפ שאלות אויף די שמועס, צו אריינשיקן זייערע שאלות, און נאכדעם ארויסשטעלן א קורצע חלק ב? אפשר פאר נאך אפאר דולר ביי איינע פון די פעידזשעס... אפשר דאך...
זאל דער עולם אריינשיקן אין אישי
לייגן 'פאלאו אפ' אין די סובדשעק
און לאמיר זען פון וויפיל שאלות מען רעדט
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע *הכרת הטוב שמועס* מעומקא דלב טהור

פאוסט דורך על פי תורה »

נין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 12:04 pm
נין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 11:58 am
דאן איז געווען די דריי אחים הכרמונים (אזוי רופט מען זיי אין בבל), די משפחת וויינגארטן. זיי זענען פון די הנהלה, אבער אצינד זיצן זיי אין טורמע אין אמעריקע.
דערנאך זענען פארהאן די הנהלה, וועלכער באשטייט פון דער ספרא דדיינא ר' משה חיים צבי מלכא, ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן, יו"ט ליפא יואל ראזנער מיט ר' משה יהודא לייב אלטער.
די הנהלה איז געווען 5 מענטשן
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:38 pm
די פינף חברי הנהלה זענען:
משה חיים צבי מלכא - זיצט. מען האט אים שוין אריבערגעברענגט קיין גואטאמאלא (וואו די תפיסה איז פיל באקוועמען ווי אין בעליז).
פסח אברהם יואל גאלדמאן - זיצט.
ניסן יהושע יהודא מלכא - זיצט.
משה יהודא לייב אלטער- ארעסטירט און ארויסגעלאזט.
יואליש ראזנער - אויף דער פריי (יעצט איז ער דער וואס איז בקשר מיט יעקב נחום וויינגארטן פון טורמע. יעקב נחום איז אנגעקומען אין אן אנדערע תפיסה, וואו ער האט פרייע צוטריט צו א סעלפאן, און ער האט איבערגענומען די לייצעס אין די הענט, זייענדיג בקשר מיט יואליש ראזנער).


תגובה קרעדיט: אן עסקן, געשיקט אין אישי
דאס האב איך געהערט פון 2 אנדערע מענטשן
איך קען אנפרעגן די יוצאים וואס און ווען ניסן יושע יודא'ס ראלע איז געווען, און מ'וועט עס צולייגן
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שרייב פאוסט