לעבער אייער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 22, 2025 3:56 pm
פון אייוועלט
מיר ווילן מודיע זיין אז עס איז אונז ב''ה געלונגען ארויסצופרינטן סקרין שאטס פון דעם אשכול און עס טעגליך אריינשיקן צו די בחורים שעלטער,
ממילא אויב ווילט איר דא שרייבן דברי חיזוק פאר די בחורים אין שעלטער וועלן זיי עס בעז''ה זען טעגליך!
פארוואס האבן נישט די אידטיש שרייבערס די זכיה????
הערטס ענק צו טייערע בחורים תינוקות שנשבו!
דער באשעפער האט זיך אנגעהויבן אנצונעמען פאר ענקערע רעכטן
דאס קענען ענק זיך אליינס איבערצייגן סיי פון היינט און סיי פון נעכטן
אזוי נאנט צו זיין צום באשעפער ווי ענק זענען
זענען מיר אלע ענק מקנא און אונז שפירן מיט ענקערע קלעמען
צוביסלעך צוביסלעך וועלן ענק אלע צווישן ענקערע טייערע אידישע ברודער זיין
אפילו די וואס עס זעהט נישט אויס אז עס גייט נאך אמאל קומען א סוף צו זייערע פיין
ווייל דער אויבערשטער האט דא זיין גרויסן האנט פאר יעדעם איינעם געוויזן
אז ווער עס פרובירט ענק וויי צו טוהן וועלן צום סוף ביטערע טרערן פון זיינע אויגן רינען
וויסן זאלן ענק אז דער גאנצער וועלט זארגט זיך אויף ענק ביז גאר
און קיינער האט נישט קיין מנוחה ביז ווילאנג ענקער גאנצע באפרייאונג וועט שוין זיין זייער קלאר
נאר פון ענק בעטן מיר אלע אידן פון דער וועלט דער גאנצער
ענק זאלן אויך פאר אונז מתפלל זיין אז פאר אונזערע צרות זאל דער אויבערשטער שוין לייגן א פאנצער
ווייל ענקערע תפלות גייען ארויף העכער ווי יעדעם איינעם
ווייל ענק שרייען צום אויבערשטען פון א הארץ א ריינעם
אזוי פיל פיין וואס אונז האמיר ווער קען דאס דען באגרייפן
די שווערדן פאר אונזערע שונאים טוה שוין גוט אויסשלייפן
זאל שוין קיינמאל מער אזעלכע שווערע איבערלעבענישן אויף קיין שום איד נישט געשעהן
דעם אויבערשטענס גרויסן כבוד זאלן מיר אלע צוזאמען קענען אליינס זעהן