וואסאפשט האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 15, 2025 10:31 pm
איז עפעס ווראנג מיט מיר אז כ'האב נישט קיינאנונג וואס מ'רעדט דא?
איך בין ב"ה חתונה געהאט עטליכע יאר, עטליכע קינדער קע""ה.
כ'האב מיר מיין דיין און פארטיג.
איי עם מיסינג סאמטינג?
זייער אסאך פרישע פארפעלקער היינט צוטאג פרעגן די קשיא, און דער תירוץ פאר דיר און פאר זיי אלע איז: דו מיסט גארנישט! גיי ווייטער אן מיט דיין גליקליך לעבען בע''ה, און לאז דיך נישט אומגליקליך ווערן פון אפאר געלד גייציגע חברה.
און מ'דארף דא קלארשטעלן איינמאל פאר אלעמאל דעם ריינעם אמת, אז א גרויס טייל פון די א.ג. שלום בית קורסעס זענען נאר דא פאר איין זאך: געלד!! און פאר דעם זענען זיי גרייט צוצוברעכן און חרוב מאכן אידישע שטיבער מיטן איינרעדן כל מיני שטותים והבלים פאר פארפעלקער אז נעה! דו פארשטייסט נישט! דו מוזט בעסער מאכן דיין שלום בית.. אויב נישט, דאן שטייסטו נישט גוט.. איי וועסטו דאך פרעגן מיט א תמימות, וואס איז מיר נישט גוט? אלעס איז דאך ב''ה זייער גוט? נו נו! מ'וועט דיר שוין ווייזן צו ס'איז דיר גוט צו נישט. וויאזוי? מ'נעמט זיך העצן און ''מסביר זיין''-פארשטייט זיך מיט גרויס ראפאנירטקייט און כיטרישקייט- פארן פארפאלק ווי נישט גוט ס'איז אזוי ווי ס'איז יעצט, און דייין מאן קען ווען זיין אזויפיל בעסער אויב ער וועט קומען צו שלום בית קורסעס.. ווי מ'וועט איהם אויסלערנען צו זיין א ''בעסערע מאן..'' און אזוי מיט כל מיני שטותים והבלים דרייט מען זיי דעם קאפ. און פאר א נויט האט ער נאך א דעת תורה... אויך, וואס גיט איהם דעם פעס פאר זיינע שייגעץ שטיקן. און דער תמימות'דיגער יונגערמאן הייבט נעבעך אן זיך אויסצוגעבן זיינע בלוטיגע דאלארן פאר דעם גנב וגזלן, וואס גנבעט איהם נישט נאר זיין געלד נאר אויך זיין שלום בית רח''ל, און ליידער ווערט זייער שלום בית נאר ערגער און ערגער ווייל אזוי מאכט מען דאך מער געלט.. רצחת וגם ירשת!
ממש אזוי ווי די אמאליגע מאפיאנערן. מ'וויל מיר דיר צושטעלן שוץ פאר דיין ביזנעס, נעה איך ברויך נישט. דו ברויכסט נישט? נו נו מ'וועלמיר דיר שוין ווייזען צו די ברויכסט.. דעם נעקסטן ביינאכט פלאקערט אפ זיין ביזנעס.. כן הדבר הזה! נאר פארשטייט זיך גוט איינגעפעקעדשט מיט אזאלכע א.ג. שלום בית שיעורים, און פארשטייט זיך אוודאי מיט א דעת תורה..
דאס טייטש לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דין תורה. מ'האט נאך איינגעהילט דאס רשעות מיט די תורה..
ממילא דארף מען דא אויסשרייען הויעך פאר אלע חשובע פרישע קאפלס, שטייטס ווייט פון די אלע רשעים! היטס ענק פון זיי ווי פון פייער! זיי זענען נישט דא פאר ענקער טובה! זיי זענען דא נאר פאר זייער פאשטינקענע תאוות הממון! און פאר דעם זענען זיי גרייט ענק חרוב צו מאכן ענקער גליקליך לעבן וואס דער אויבעשטער האט ענק געשאנקן ברוב טובו וחסדו הגדול!
נעמסט ענק גוט אריין א כלל גדול אין לעבן: ווען איינער קומט צו איינעם וואס גייט איהם גוט, קומט ער מסביר זיין אז באמת איז נישט אזוי גוט, אדער מ'קען בעסער מאכן.. פארשטייט זיך אלעס נאר פאר גרויס געלד.. זאלט עטס וויסן איין זאך: דער איז א מאפיאנער!! ער וויל נישט בעסער מאכן, ווייל ס'איז נישט דא מיט וואס. ער וויל נאר ערגער מאכן! און שטייטס ווייט פון איהם כמטחוי קשת.
ובכלל זאלט עטס אלע וויסן: די אלע שטותים און נידריגע תאוות מאכן גארנישט גליקליך דאס לעבן, נאר אומגליקליך! דאס בויעט נישט קיין שלום בית, נאר פונקט פארקערט!
טוטס וואס אלע ערליכע נארמאלע אידן האבן אלץ געטוהן, לעבסט גליקליך בגשמיות וברחניות דורך לערנען און דאווענען און מאכן געלד, האבן גוטע מידות און איינזעהניש איינער צום אנדערען, און דעמאלטס וועט ענק זיין וואול און לעכטיג אגאנץ לעבן בע''ה.