האלט מיר שוין ביי היתר #8 אויף וועלכע אופן מען מעג שרייבן דברי כפירה (רח"ל)הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:50 pmווען איינער זאגט אז מ'לערנט אין חדר אז דער נילוס האט זיך געשפאלטן און נישט דער ים סוף, איז עס פלעין "ליגנט", קיין כפרה קומט נישט אריין דא.
אז איינער זאגט אז ער האלט אז די נילוס האט זיך געשפאלטן, איז ער א כופר.
דהיינו, די פראבלעם פון כפירה איז נאר אויב איינער האלט אליין פון די דברי אפיקורסות (ח"ו) וואס דאן איז דאס געפערליכע דברי כפירה,
אבער אויב דער שרייבער האלט נישט דערפון, נאר ער שרייבט אז מען לערנט דאס אין חדר, דאן ווערט עס אויטאמאטיש 'אויס כפירה' און עס ווערט טראנספארמירט צו 'ליגנט'.....
יעצט שטעלט זיך א שווערע איבעיא,
וואס וועט זיין אויב איינער שרייבט סתם אויף א צעטל אז די נילוס האט זיך געשפאלטן, אבער ער זאגט נישט אז מען לערנט דאס אין חדר, אבער לעומת זה שרייבט ער אויך נישט אז ער 'האלט' אז די נילוס האט זיך געשפאלטן,
צי איז דאס פלעין 'ליגנט' ווילאנג ער האט נישט געזאגט אז ער האלט אזוי, אדער דאס איז שוין יא געהעריג דברי כפירה ווייל ער האט נישט געזאגט אז מען לערנט דאס אין חדר.....
רחמנא ליצלן מהאי דעתא.
ווי מער דו דרייסט דיך ארויס פון ענטפערן קלאר אז ווען איינער אפילו 'שרייבט' נאר אז די נילוס האט זיך געשפאלטן, אז דאס איז דברי כפירה,
דארף מען מער און מער חושש זיין שמא ..... נזרקה בו, אזויווי עס די די הלכה פון איינעם וואס איז מגמגם ביי ברכת ולמלשינים
דא האסטו סתם געווארפן פראזן אין דער וועלט אריין, אן קיין שום הגיון.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:50 pm דיין טעאריע שטימט נישט "בשרשו", פאר יעדן ציווילן בירגער וואס קוקט איבער דעם מעפינג איז גאנץ פארשטענדליך וואס דאס קומט זאגן, און וואס עס ברענגט ארויס. און אויב דיין באזיס קומט ווייל די שטעלסט אוועק דיין הנחה וואס דער מפתח קומט צו ווייזן, איז פארשטענדליך פארוואס די ראיות דארפן נישט שטימען.
האלט מיר שוין ביי היתר #9 צו שרייבן דברי כפירה, ווייל עס זענען דא מענטשן וואס האבן כפירה אין די גלעזער.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 17, 2025 1:50 pm נאר פונקט ווי ס'איז דא מענטשן וואס האבן ווערים אין די גלעזער, זענען דא מענטשן וואס האבן "כפירה" אין די גלעזער (ס'איז אבער א שווארץ-און-ווייסע גלעזער, ווייל אין אנדערע מוסדות טרעפן זיי עס עפעס נישט).