בולעטין נייעס — קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1849
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3262

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 10:42 am סענאט האט יעצט באשטעטיגט פאראויסצוגיין מיט די אפשטימונג איבער די דאזש בודזשעט שניטן, און עס איז ערווארטעט צו ארויפגעברענגט ווערן פאר באשטעטיגונג שפעטער אין וואך.ap268776ae40c401.jpg
דורכגעגאנגען מיט 50 - 50 און ווענס האט געבראכן די טיי.

קאלינס, מורקאוסקי און מעקאנעל (פארשטייט זיך) האבן געשטימט דערקעגן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אנטיגנוס פיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 9:54 pm
x 61

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך אנטיגנוס פיש »

אין א פרישע זיג פאר געזונטהייט מיניסטער ראבערט עף קענענדי האט דער קאקא קאלע פירמע געמאלדן אז זיי גייען טוישן פון ארטיפישעל צוקער צו ארגינעלע שטעקן צוקער.
אנטיגנוס פיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 9:54 pm
x 61

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך אנטיגנוס פיש »

אטורני דזשענעראל פעם באנדי האט אפגעזאגט א טאכטער פון דער געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי פון איר אמט אלץ פעדעראלע פראסעקיוטער אין מאנהעטען.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט צעלאזט מיט א שארפע טרוט מעסעדזש, איבער זיינע לויאלע מאגא'איסטן וועלכע זענען געפאלן פאר די פרישע דעמאקראטישע האוקס, און פארפירן וועגן די עפשטיין פיילס. טראמפ פירט אויס אז ער קען נישט פארשטיין פארוואס מען רעדט דווקא פון דעם, אנשטאט רעדן פון דער פאקט אז אין זיינע ערשטע זעקס חדשים האט ער אויסגעפירט מער ווי אנדערע אין צענדליגער יארן, און שטעלט קלאר אז "ער דארף מער נישט זייער סופארט", און זיי קענען העצן אויף טויבע אויערן.
unnamed - 2025-07-16T230742.949.jpg
unnamed - 2025-07-16T230742.949.jpg (122.18 KiB) געזען געווארן 557 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די קעניגליכע גווארדיע אין לאנדאן פייערט א קאנאן, אפצוצייכענען די קעניגנס 78'טע געבורטסטאג.
DeWatermark.ai_1752779886998.jpeg
DeWatermark.ai_1752779886998.jpeg (121.08 KiB) געזען געווארן 496 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די סענאט יורידישע קאמיטע האט באשטעטיגט ארויפצוברענגען פאר אן אפשטימונג די נאמינאציע פון עמיל באוו צום אפעלאט געריכט. באוו האט אמאל געדינט אלס טראמפ פריוואטע לויער, און איז געשטעלט געווארן אלס דעפיוטי אטורני דזשענעראל ווען טראמפ איז צוריקגעקומען אין אפיס.
צווישן אנדערע אקטן וועלכע האבן אויפגעברענגט בייז בלוט ביי די דעמאקראטן, האט ער אויסגעפארשט די עף-בי-איי'ס האנדלונג איבער JAN. 6, ארויסגעווארפן די קלאגעס קעגן מעיאר עדעמס, און די דעמאקראטן אויפן קאמיעט האבן ארויסגעשטורעמט פון זאל בשעת'ן אפשטימונג אלס פראטעסט.
unnamed - 2025-07-17T152929.881.jpg
unnamed - 2025-07-17T152929.881.jpg (193.48 KiB) געזען געווארן 486 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער קרוין פרינץ פון באכרעין באזוכט אינעם ווייסן הויז.
Pokecut_1752781336055.jpg
Pokecut_1752781336055.jpg (96.93 KiB) געזען געווארן 481 מאל
DeWatermark.ai_1752780971693.jpeg
DeWatermark.ai_1752780971693.jpeg (129.12 KiB) געזען געווארן 481 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פרישע דראון סטרייק באטרעפט חארקוב.
Pokecut_1752781204607.jpg
Pokecut_1752781204607.jpg (92.13 KiB) געזען געווארן 478 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א ביל צו באשטראפן די וואס האנדלען מיט די פענטענאל דראג, מיט שווערע טורמע טערמינען. דערביי האבן זיך באטייליגט און אויפגעטרעטן פאמיליע מיטגלידער פון קרבנות פון דער אדיקטיווער געווירץ.
Pokecut_1752781300271.jpg
Pokecut_1752781300271.jpg (97.25 KiB) געזען געווארן 475 מאל
DeWatermark.ai_1752780988927.jpeg
DeWatermark.ai_1752780988927.jpeg (84.35 KiB) געזען געווארן 475 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ברעט האקינסאן איז א געוועזענער קענטאקי פאליציי אפיציר, וועלכער איז געפונען געווארן שולדיג אויף די טויט פון ברונא טעילאר, א שווארצע פרוי, וועמענס היים די פאליציי איז איבערגעפאלן אין אן אנטי דראג אפעראציע, און ווען איר מאן האט געשאסן און פארוואונדעט אן אפיציר, האט ער צוריקגעשאסן, און טעילאר איז אומגעקומען פון די וואונדן.

לויט באריכטן גרייט זיך די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט צו פארלאנגען א בלויזע איין טאגיגע טורמע סענטענס, און דעמאקראטן שטויסן מיט די פוס.
unnamed - 2025-07-17T155741.463.jpg
unnamed - 2025-07-17T155741.463.jpg (160.8 KiB) געזען געווארן 471 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

61 מענטשן זענען אומגעקומען אין א שרעקליכע פייער וואס האט פארניכטעט א שאפינג מאל אין איראק.
iraq-mall-fire-2025-al-kut.jpg
iraq-mall-fire-2025-al-kut.jpg (146.54 KiB) געזען געווארן 466 מאל
ee1ccda0-62f5-11f0-b1b9-2b94c1f6d9f3.jpg
ee1ccda0-62f5-11f0-b1b9-2b94c1f6d9f3.jpg (143.77 KiB) געזען געווארן 466 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איינער איז אומגעקומען און דרייצן זענען פארוואונדעט געווארן, ווען א בליץ האט באטראפן א פייל-און-בויגן רעינדזש אין דזשעקסאן ניו דזשערסי.
Lightning-Strike.jpg
Lightning-Strike.jpg (70.02 KiB) געזען געווארן 463 מאל
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 594

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חנן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:19 pm די קעניגליכע גווארדיע אין לאנדאן פייערט א קאנאן, אפצוצייכענען די קעניגנס 78'טע געבורטסטאג.DeWatermark.ai_1752779886998.jpeg
*דער קעניג'ס.

ייש"כ פאר די כסדר'דיגע פרישע ווארע!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

חנן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:58 pm

ניין, קעניג טשארלס ווייב איז געווארן 78.

ייש"כ פאר די קאמפלימענט.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ענגלאנד פלאנירט אראפצורוקן די יארגאנג וואס קען וואוטן, צו זעכצן אנשטאט אכצן.
shutterstock_1554941585-scaled.jpg
shutterstock_1554941585-scaled.jpg (217.04 KiB) געזען געווארן 392 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ענגלישע און דייטשע פריים מיניסטארן האבן אונטערגעשריבן א פאקט זיך צו באשיצן איינער דעם צווייטן אין צייט פון מלחמה, אין א צייט ווען אמעריקאנע אליאירטע זענען אומקלאר אויף וויפיל זיי קענען רעכענען טראמפ'ס שטיצע.
Pokecut_1752797769245.jpg
Pokecut_1752797769245.jpg (105.62 KiB) געזען געווארן 392 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:35 pm די סענאט יורידישע קאמיטע האט באשטעטיגט ארויפצוברענגען פאר אן אפשטימונג די נאמינאציע פון עמיל באוו צום אפעלאט געריכט. באוו האט אמאל געדינט אלס טראמפ פריוואטע לויער, און איז געשטעלט געווארן אלס דעפיוטי אטורני דזשענעראל ווען טראמפ איז צוריקגעקומען אין אפיס.
צווישן אנדערע אקטן וועלכע האבן אויפגעברענגט בייז בלוט ביי די דעמאקראטן, האט ער אויסגעפארשט די עף-בי-איי'ס האנדלונג איבער JAN. 6, ארויסגעווארפן די קלאגעס קעגן מעיאר עדעמס, און די דעמאקראטן אויפן קאמיעט האבן ארויסגעשטורעמט פון זאל בשעת'ן אפשטימונג אלס פראטעסט.
unnamed - 2025-07-17T152929.881.jpg
בעפאר די אפשטימונג האט קארי בוקער פארלאנגט צייט פאר דעבאטע, און ווען דער טשעירמאן טשאק גרעסלי האט אים איגנארירט, האט ער אים שארף אטאקירט פאר אכט מינוט אין א צי, ווען דורכאויס זיינע געוואלדן האבן זיך זיינע קאלעגן ארויסגעשלייכט פון צימער.

#2028
videoframe_380648.png
videoframe_380648.png (235.66 KiB) געזען געווארן 383 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1849
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3262

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

חנן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:58 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 3:19 pm די קעניגליכע גווארדיע אין לאנדאן פייערט א קאנאן, אפצוצייכענען די קעניגנס 78'טע געבורטסטאג.DeWatermark.ai_1752779886998.jpeg
*דער קעניג'ס.

ייש"כ פאר די כסדר'דיגע פרישע ווארע!
*דעם קעניג'ס
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:53 pm

ביידע נישט... די קעניגן'ס
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אדער קעניגנ'ס...
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1849
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3262

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:54 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:53 pm
חנן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 6:58 pm

*דער קעניג'ס.

ייש"כ פאר די כסדר'דיגע פרישע ווארע!
*דעם קעניג'ס
ביידע נישט... די קעניגן'ס
ריכטיג, געשריבן לדעתו.

נישט קעניגין?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4647
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6154

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שמח »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 9:03 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:54 pm
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2025 8:53 pm

*דעם קעניג'ס
ביידע נישט... די קעניגן'ס
ריכטיג, געשריבן לדעתו.

נישט קעניגין?
@הדסים לכוארה ביסטו גערעכט אויב רעדט מען פון א פרוי
שמעלקא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:01 am
קודם לערן זיך אויס דעם כלל: מ'שרייבט נישט קיין שטומע עינ'ס, אויסער וואו דער כלל איז בפירוש אז יא. אלזא, פופצן.

לשון רבים פון קעניג איז קעניגן. און א פרוי-קעניג איז קעניגין, ווי ביי אסאך ווערטער וואס ביי דעם לשון נקיבה קומט צו דער -ין סופיקס. און אויך טוט ער קעניגן אויף אסאך לענדער.

ער טוט קעניגן אויפ'ן לאנד, טוט אונטערטעניגן זיינע בירגער, טוט פאראייביגן זיין אנדענק, און טוט פארטיידיגן (נישט פארטיידיקן, ווי די יידישיסטן פלעגן שרייבן) זיינע רעכטן.

איבער דעם עין פאר א ריש אדער למד, ווענדט זיך פון וואס דאס ווארט איז צוזאמענגעשטעלט. ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט מיט -ער איז דער -ער א סופיקס וואס איז צוגעקומען צום שטאם פון ווארט ביים קאמפאראטיוו (אינגער, נאנטער) אדער ביים טוער - דער וואס טוט (א מעקער, א זינגער, א שניידער), און דער למד, ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט צו, איז צוגעקומען אלס סופיקס ביים דימינוטיוו אלס בלויזער למד (ראק - רעקל, בארשט - בערשטל). טראכט אויך וויאזוי מ'זאגט ארויס די ווערטער, שנעלער און עלטער זאגט מען ארויס אנדערש ווי גלעקל און דעקל. דארט איז עס גארנישט קיין שטומער עין. אינגל און רינגל זענען אלזא ריכטיג.

יא, דער כלל איז אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'זאגט ארויס דאס ווארט. נאר אויב איז עס מיט'ן אלף/עין קלאנג שרייבט מען אַן אנשטאט אַ.

מ'שרייבט אויך נישט קיין שטומע הא'ס. זען, אים, צען. מנחם מענדל איז געווען פון די אמאליגע שרייבערס וואס פלעגן נאך יא אריינלייגן שטומע הא'ס און עינ'ס.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אריינגייענדיג מער ערנסטער אינעם מעיאר פארמעסט, זוכט מאמדאני זיך אפצושאקלען פון זיינע העסליך-פארעווע צוגאנג אויף די גלאבעלייז-די-אינטיפאדע פראז, ער האט נאכאלס נישט געוואלט פארדאמען, אבער געזאגט אז ער וואלט 'דיסקארעדזשט' מענטשן פון עס נוצן.
Pokecut_1752803594241.jpg
Pokecut_1752803594241.jpg (78.44 KiB) געזען געווארן 317 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דריי שעריף דעפיוטי'ס זענען אומגעקומען פון אן אויפרייס ביי א לאס אנזשעלעס פאליציי טרענירונג צענטער, די אורזאך צום אויפרייס איז נישט באקאנט.
LASD-deadly-explosion-2.jpeg
LASD-deadly-explosion-2.jpeg (134.61 KiB) געזען געווארן 234 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

די FDA האט ווידער געגעבן ערלויבעניש פאר די JUUL וועיפינג פירמע, צו פארקויפן אירע פראדוקטן אין אמעריקע, נאר יארן וואס רעגולאטארן האבן עס געזוכט צו פארבאטן. די טויש אין פאליסי קומט נאך פרישע סייענטיפישע דאטא וואס די פירמע האט צוגעשטעלט פאר די דעפארטמענט.
download (38).jpeg
download (38).jpeg (72.06 KiB) געזען געווארן 240 מאל
שרייב פאוסט