שמעלקא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:01 am
קודם לערן זיך אויס דעם כלל: מ'שרייבט נישט קיין שטומע עינ'ס, אויסער וואו דער כלל איז בפירוש אז יא. אלזא,
פופצן.
לשון רבים פון
קעניג איז
קעניגן. און א פרוי-קעניג איז
קעניגין, ווי ביי אסאך ווערטער וואס ביי דעם לשון נקיבה קומט צו דער
-ין סופיקס. און אויך טוט ער
קעניגן אויף אסאך לענדער.
ער טוט
קעניגן אויפ'ן לאנד, טוט
אונטערטעניגן זיינע בירגער, טוט
פאראייביגן זיין אנדענק, און טוט
פארטיידיגן (נישט פארטיידיקן, ווי די יידישיסטן פלעגן שרייבן) זיינע רעכטן.
איבער דעם עין פאר א ריש אדער למד, ווענדט זיך פון וואס דאס ווארט איז צוזאמענגעשטעלט. ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט מיט
-ער איז דער
-ער א סופיקס וואס איז צוגעקומען צום שטאם פון ווארט ביים קאמפאראטיוו (אינג
ער, נאנט
ער) אדער ביים טוער - דער וואס טוט (א מעק
ער, א זינג
ער, א שנייד
ער), און דער למד, ביי די ווערטער וואס דו ברענגסט צו, איז צוגעקומען אלס סופיקס ביים דימינוטיוו אלס בלויזער למד (ראק - רעקל, בארשט - בערשטל). טראכט אויך וויאזוי מ'זאגט ארויס די ווערטער,
שנעלער און
עלטער זאגט מען ארויס אנדערש ווי
גלעקל און
דעקל. דארט איז עס גארנישט קיין שטומער עין.
אינגל און
רינגל זענען אלזא ריכטיג.
יא, דער כלל איז אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'זאגט ארויס דאס ווארט. נאר אויב איז עס מיט'ן אלף/עין קלאנג שרייבט מען
אַן אנשטאט
אַ.
מ'שרייבט אויך נישט קיין שטומע הא'ס.
זען,
אים,
צען. מנחם מענדל איז געווען פון די אמאליגע שרייבערס וואס פלעגן נאך יא אריינלייגן שטומע הא'ס און עינ'ס.