להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 8:26 pm
► Show Spoiler
בנצי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 8:19 pm
א גוטע קשיא, אפשר האט דאס קומען פון דעם צוקעוועטשטן ר' זלמן בריזל קומענדיג מט קדושה ופרישות בכלל נישט געברענגט קיין כבוד פאר די מדינה
אבער ווער דארף א תירוץ?
א איד, אפילו א פשוטער איד איז באגלייבט עד אחד נאמן באיסורין, ער קומט בסך הכל און זאגט נאך א מימרא פון זיין רבי'ן בשם סטמאר רב, אפילו די רעדע זאל ווען נישט זיין ר' איטשע מאיר וואס קען כל התורה כולה נגלה ונסתר און לעבט בדביקות א גאנצן טאג, זאל עס זיין א פשוטער איד, איז ער נישט בארעכטיגט צו זאגן וואס ער האט געהערט פון זיין רבי'ן? פארוואס ווייל דו האסט אייזענע קשיות? מ'דארף אים שוין אטעקירן מיט מעשה שלא היה, שקר וכזר, בעל דמיון? וואו איז די שכל?
מילא ווען ער זאגט עס אלץ א הוראה לרבים, קען מען שוין טראכטן צוויי מאל, ער האט בסך הכל נאר זיך פארעענטפערט, נאכדעם וואס ער האט אויפגעפאדערט פון זיין עולם צו לערנען דעם ספה"ק על הגאולה (כמבואר שם לעיל), האט ער געפילט אז ער דארף זיך פארעענטפערן פארוואס זיין גיין צום כותל איז נישט קיין סתירה מיטן על הגאולה, פארוואס זאל איך אים נישט גלייבן אז ס'איז טאקע געווען אזוי? מ'מעג טראכטן נארמאל אויך.
אין אלנספאל האטס מיר א גרינגן תענית און געשמאקע אויספאסטן.
אים פערזענליך בין איך דן לכף זכות, פונקט ווי מען איז מחיוב צו דן זיין לכף זכות יעדן איד אויסער א אויסגערופענער רשע וכופר.
נאר וואס'זשע דען? ווען איינער וויל דערציילן פאר סאטמארע א מימרא פון סאטמארער רב וואס איז בניגוד צו וואס ער האט מחנך געווען זיין געמיינדע, און בניגוד צו וואס ער האט געשריבן, מעג מען האבן קשיות ותמיהות און מען מעג זיך וועלן אויסקלארן, כדאי מען זאל זיך נישט פארלירן און נישט באקומען קיין סתירות אין קאפ.
מ'מעג האבן קשיות אייביג אפילו מ'איז נישט קיין סאטמארער און מ'מעג אויך וויסן וויאזוי צו פרעגן קשיות.
עניוועי
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
תורה ויראה האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 12:56 pm
צפרא טבא האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:55 am
עס איז געווען פארשפרייט עטליכע יאר צוריק א מסירות מודעה פון איינעם אינדארסקי אן איידעם ביי ר' שלום פויגעל איבער די נושא פון מהר"א מבעלז לגבי בחירות קען עס איינער צו ברענגען?
לחיים טובים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 2:02 pm
געזעהן דעם שבת א קונטרס מיט דרשה הידועה אודות השתתפות הבחירות פון הרה״ק מ׳סאטמאר זי״ע פרשת בלק תשט״ו אין ירושלים עיה״ק, מיט א באשרייבונג מיט אינטערעסאנטע פרטים והשתלשלות הענינים וואס האט זיך דאן אפגעשפיעלט בנוגע חתימת הרה״ק מ׳בעלז זי״ע.
יא יא... מיט חלומות בהקיץ, ווי למשל בעלזא רב האט געשיקט שווערע קוויטלעך פארן סאטמארע רב...
שכל הישר האט געשריבן: ↑מוצש"ק יולי 12, 2025 11:48 pm
למעשה האבן רוב רבנים אדמורי"ם דיינים וכו' נישט אנגענומען די פסקי הלכה פונעם דברי יואל...
סאו מיט אלע טענות ארויף און אראפ, בלייבט די קשיא נאכאלטס שטערקער, אפילו אלע מתירים האבן נישט מברר געוועהן קלאר די היתר...
איך זעה נישט וואס די קשיא האט מיט רוב
איך זאג אז אפילו זיי האבן נישט מברר געוועהן זייער שיטה איז נאכאלטס א תימה וויאזוי סאטמאר קען יעדעם אוועקמאכן... ווען למעשה האט קיינער נישט מודה געוועהן צו סאטמאר...
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 10:48 pm
לחיים טובים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 2:02 pm
געזעהן דעם שבת א קונטרס מיט דרשה הידועה אודות השתתפות הבחירות פון הרה״ק מ׳סאטמאר זי״ע פרשת בלק תשט״ו אין ירושלים עיה״ק, מיט א באשרייבונג מיט אינטערעסאנטע פרטים והשתלשלות הענינים וואס האט זיך דאן אפגעשפיעלט בנוגע חתימת הרה״ק מ׳בעלז זי״ע.
יא יא... מיט חלומות בהקיץ, ווי למשל בעלזא רב האט געשיקט שווערע קוויטלעך פארן סאטמארע רב...
פון וואו ווייסטו אז ס׳איז חלומות?
דו האלטסט אז הרה״ק רמ״א פריינד זי״ע איז געווען א בעל החלומות?
לחיים טובים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 10:58 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 10:48 pm
לחיים טובים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 2:02 pm
געזעהן דעם שבת א קונטרס מיט דרשה הידועה אודות השתתפות הבחירות פון הרה״ק מ׳סאטמאר זי״ע פרשת בלק תשט״ו אין ירושלים עיה״ק, מיט א באשרייבונג מיט אינטערעסאנטע פרטים והשתלשלות הענינים וואס האט זיך דאן אפגעשפיעלט בנוגע חתימת הרה״ק מ׳בעלז זי״ע.
יא יא... מיט חלומות בהקיץ, ווי למשל בעלזא רב האט געשיקט שווערע קוויטלעך פארן סאטמארע רב...
פון וואו ווייסטו אז ס׳איז חלומות?
דו האלטסט אז הרה״ק רמ״א פריינד זי״ע איז געווען א בעל החלומות?
איך ווייס נישט...
אבער כל מי שיש לו מח בקדקדו - אפילו נאר א משהו... פארשטייט אז דאס האט נישט פאסירט...
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 10:52 pm
איך זאג אז אפילו זיי האבן נישט מברר געוועהן זייער שיטה איז נאכאלטס א תימה וויאזוי סאטמאר קען יעדעם אוועקמאכן... ווען למעשה האט קיינער נישט מודה געוועהן צו סאטמאר...
עס איז נישט אפגעפרעגט אז א יחיד טרעפט צו קעגן דעם רוב
אידן קעגן גוים, א מיעוט ערוואקסענע אין א ריזן חדר מיט קליינע קינדער, איין ניכטערער אין א א פלאץ מיט הונדערט שיכורים...
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:03 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 10:52 pm
איך זאג אז אפילו זיי האבן נישט מברר געוועהן זייער שיטה איז נאכאלטס א תימה וויאזוי סאטמאר קען יעדעם אוועקמאכן... ווען למעשה האט קיינער נישט מודה געוועהן צו סאטמאר...
עס איז נישט אפגעפרעגט אז א יחיד טרעפט צו קעגן דעם רוב
אידן קעגן גוים, א מיעוט ערוואקסענע אין א ריזן חדר מיט קליינע קינדער, איין ניכטערער אין א א פלאץ מיט הונדערט שיכורים...
איך באצי זיך אז די עצם זאך איז נישט קיין תימה.
סאו הרה"ק מבעלזא זי"ע, הבית ישראל מגור, האמרי חיים מוויזניץ, הרה"ק מקלויזנבורג, הרה"ק מסקווירא, החזון איש, ר' שלמה זלמן אוירבך, הרבי מליובאוויטש, הסטייפלער, וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'
זענען חדר אינגעלעך, גוים אדער שיכורים??
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:14 pm

להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:18 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:14 pm
סאו הרה"ק מבעלזא זי"ע, הבית ישראל מגור, האמרי חיים מוויזניץ, הרה"ק מקלויזנבורג, הרה"ק מסקווירא, החזון איש, ר' שלמה זלמן אוירבך, הרבי מליובאוויטש, הסטייפלער, וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'
זענען חדר אינגעלעך, גוים אדער שיכורים??
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:20 pm
נישט דיר און נישט מיר ווייסן ווער עס האט צוגעטראפן...
אפשר ווען משיח וועט קומען במהרה וועט מען וויסן... אדער וועט זיין אלו ואלו...
אבער אוועקמאכן אלע גידולים רובם ככולם איז נאריש לדעתי...
מען מאכט נישט אוועק די גברא, מען מאכט אוועק א חפצא, די חלק פון זייערע פסקים לגבי ציונית דאס איז וואס מען מאכט אוועק, חלילה צו מזלזל זיין אין זייער כבוד.
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:22 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:20 pm
נישט דיר און נישט מיר ווייסן ווער עס האט צוגעטראפן...
אפשר ווען משיח וועט קומען במהרה וועט מען וויסן... אדער וועט זיין אלו ואלו...
אבער אוועקמאכן אלע גידולים רובם ככולם איז נאריש לדעתי...
מען מאכט נישט אוועק די גברא, מען מאכט אוועק א חפצא, די חלק פון זייערע פסקים לגבי ציונית דאס איז וואס מען מאכט אוועק, חלילה צו מזלזל זיין אין זייער כבוד.
יא יא פון דעם רעדט מען.
זאגן אז אלע גידולים וואס האלטן אנדערש זענען זיך טועה וכו' ווען כמעט ממש יעדער האט געהאלטן אנדערש...
פראטאקאלירט:
ר' @שכל הישר האלט אז אלע גדולים זענען גערעכט (אדער ער נעמט נישט קיין שטעלונג) און סאטמאר איז נאריש פארן אוועקמאכן די פסקים לגבי ציונית און מיט דעם ווערן זיי באטראכט ווי זיי זענען גורע און מאכן אוועק די עצם גדלות פון די אלע גדולים וואס גייען נישט מיט די סאטמארע שיטה.
ר' @להגדיל הטראסק האלט אז סאטמארער רב איז גערעכט און סאטמאר איז נישט נאריש פארן אוועקמאכן די פסקים לגבי ציונית, און אז די סאטמארע זענען חלילה נישט מזלזל אין די עצם כבוד און גדלות פון די אלע גדולים וועלכע גייען נישט מיט די סאטמארע שיטה.
נאך עפעס דא צוצולייגן? אדער גיימער אנהייבן גיין אין צירקלען? ווייל פאר צירקלען האב איך נישט קיין נערוון, יישר כח.
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:29 pmפראטאקאלירט:
ר' @שכל הישר האלט אז אלע גדולים זענען גערעכט (אדער ער נעמט נישט קיין שטעלונג) און סאטמאר איז נאריש פארן אוועקמאכן די פסקים לגבי ציונית און מיט דעם ווערן זיי באטראכט ווי זיי זענען גורע און מאכן אוועק די עצם גדלות פון די אלע גדולים וואס גייען נישט מיט די סאטמארע שיטה.
ר' @להגדיל הטראסק האלט אז סאטמארער רב איז גערעכט און סאטמאר איז נישט נאריש פארן אוועקמאכן די פסקים לגבי ציונית, און אז די סאטמארע זענען חלילה נישט מזלזל אין די עצם כבוד און גדלות פון די אלע גדולים וועלכע גייען נישט מיט די סאטמארע שיטה.
נאך עפעס דא צוצולייגן? אדער גיימער אנהייבן גיין אין צירקלען? ווייל פאר צירקלען האב איך נישט קיין נערוון, יישר כח.
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:26 pm
לחיים טובים האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:23 pm
שכל הישר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 13, 2025 11:20 pm
מיט די קוויטלעך... נישט פון דעם רעדט מען?
זאג, דו האסט געלייענט די קונטרס? אדער נאר געהערט עפעס א לץ אפלאכן עפעס א דרך אגב׳דיג פאראגראף וואס איינער האט דארט נאכגעברענגט?
ס'איז געוועהן דא אויפן טישל ערגעץ אין דעי טעמע... ווען איך בין אנגעקומען צו די קוויטל מעשה האב איך עס פארמאכט...
אפשר קען איינער צוווייזן ווי ס'איז?
וועלכע נאך אינטערסאנטע זאכן שטייט דארט?
איך האב שוין געלייענט במשך הזמן עטליכע מאמרים וואס בעלזא חסידים האבן געשריבן, איך האב עס נישט פארמאכט אינמיטן נאר געלייענט מיט אינטערעסע, בדרך כלל זענען זיי געשריבן מיט זלזול קעגן הרה״ק מ׳סאטמאר זי״ע. און די שפראך אין בעלזא איז אויך בזלזול (אפילו די ארגינעלע בעלזא)
משא״כ סאטמאר האט קיינמאל נישט געהעריג געשריבן אפען בנוגע די נושא, און רעדן בכלליות מיט א מוראדיגע הערצה כלפי הרה״ק מבעלזא זי״ע. יעצט איז די ערשטע מאל א אפיציעלע קונטרס וואס רעדט אפען פון די נושא און איך האב עס דורכגעלייענט מיט די זעלבע אינטערעסע ווי די בעלזא ווערסיעס, מברר צו זיין ווי ווייט מעגליך וואס דארט איז פארגעגאנגען.
דו לייענטסט אפאר ווערטער, טרעפסט עפעס א קוואוט פון איינעם אפצולאכן, און בויעט אויף די איין שורה תילים של ליצנות.