וואס האט צדיק מושל מיט מחילת עוונות?יום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:00 amוואס מיינט, צדיק מושל ביראת אלוקים, הקב"ה גוזר וצדיק מבטלנקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:53 amאון דו טייטש מיר דעם פסוק כי עמך הסליחה למען תוראיום טוב שני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:46 am
לערען אביסל נועם אלימלך, ר' צדוק, ליקוטי מהר"ן, קדושת לוי
און דעם פסוק אנכי אנכי הוא מוחה פשעיך.
און בכלל איך דארף נישט פארענטפערן צדיקים
דער זוהר האט שוין ממתיק געווען די תוכחה
קיינער קריגט נישט אויף דעם אז א צדיק האט א כוח ביים אויבערשטען, די גמרא זאגט דאך שוין כל שיש לו חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם.
מען רעדט דא פון דעם אז כאילו עס איז דא אזא מין זאך ווי א צדיק קען מוחל זיין יענעמס עבירות, אדער ארויסשלעפן פון גהינם.
דאס וואס די גמרא זאגט אז אברהם אבינו לאזט נישט אריין אין גהינום איינער וואס האט אויף זיך דעם ברית מילה, מיינט יעצט אז די גהינום ווערט פארמאכט??
עס זענען דא געוויסע ענינים וואס זענען העכער פון אונז, און עס האט נישט קיין זין עס צו נעמען כפשוטו. ווייל אז יא איז מען פוגע אין אמונת שכר ועונש.