נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
וואס א חילוק
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:32 am
x 13

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך וואס א חילוק »

אמת האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:19 pm
יונה טויב האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:42 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:32 am דאס איז היינו הך!

פארוואס איז בלומינגראוו א אידישע ווילעדזש? ווייל קרית יואל האט זיך אהין אויסגעשפרייט און באקומען רוב שטימען אינעם ווילעדזש.

"טאקע דאס" איז דער באווייז אז דאס איז קרית יואל, און אויב נישט, איז עס "גלילות". און אויב גייט מען נישט בגלילות פון די געשוויסטער, גייט מען אויך נישט בגלילות פון סאטמאר.
כל דבר שיצא מן הכלל צוזאמען מיט א צד השווה און קל וחומר איז זייער א שיינע סברה, פארשטיי אבער אז אנדערע מעגן טראכטן אנדערש.
לאמיר זאגן עס איז בכלל נישט קרית יואל, וואוינען דארט אויך נאר סאטמארע אידן, און ווייל אפאר ליידיגערס פון דארט ווילן מאכן די שטאט פאר אן הפקרות פלאץ, טוישט עס נישט די מציאות! און א קהלה וואס שטעלט זיך צו, צו מהרסים וועט קיין הצלחה נישט קענען האבן. בלי שום ספק. עס איז נאר א שאד עס זאל גיין די לאנגע וועג.

פונקט ווי איך מיש מיך נישט אין אנגעלעגנהייטן פון אנדערע קהילות, וועלכע מזמור לדוד מען זאל זינגען ביי די דריטע מאל, טארן זיי זיך נישט מישן ביטע, און אונזערע אישוס. פארוואס נישט גיין ערגעץ און די גרויסע וועלט, און אפלאזן מיין רבינס שטעטל
נישט נאר סאטמארער אידן וואוינען דארט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גענוי ווי אין צענטער קרית יואל.
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 222
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 269

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

לויט באריכטן האט וויזניץ קיימישע היינט געעפנט א נייע סקול אין בלומינג גראוו.
אז מ'טויגט טויגט מען...
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך פרייליך »

טובי' שרייבער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:13 pm לויט באריכטן האט וויזניץ קיימישע היינט געעפנט א נייע סקול אין בלומינג גראוו.
וועלכע יארגענג ?
שיך באקס
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:36 pm
x 1

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שיך באקס »

כוועל איבערגעבן ערשט היינטיג וואס סאיז מיר אויסגעקומען צו מיטהאלטן.

פאר איך שרייב עס וויל איך בעטן כדי סזאל נישט גורם זיין קיין שוועריקייטן פאר די געטרייע מנהלים אז קיינער פון אלע זייטן זאל נישט מגיב זיין מיט רוגז אדער פארענטפערן אדער פרייד א.ד.ג. און נאר לאזן די פאקטן און געגאנגען ווייטער.

וויזניץ קיימישא האט א היי סקול פון 16 מיידלעך מיט טיטשערס פון מאנסי און זיי האבן געזוכט א פלאץ נאנט צו פארן אבער נישט אין מאנסי אליינס מפני השלום ווייל דארט איז דא א אנדערע וויזניצע רבי. זיי האבן געטראפן א גוטע פלאץ אין (אדער אין גלילות) קרית יואל אין די ווילידזש אף סאוט בלומינגראוו, ס'איז ממש נעבן די ישיבה קטנה פון וויזניץ וויליאמסבורג וואס הייסט היינט שכונת זרע קודש לעבן שכונת עצי תמרים.

וויבאלד מיידלעך פון וויזניץ לערנען חומש און סאטמאר האלט אז אין קרית יואל איז עס א הירוס פון די שטאט צו אריינברענגען האט קהל לעצטע וואך גערופן צום הויז פון קיימישא רבי שליט'א אז סאטמאר וויל אראפקומען רעדן בנוגע די סקול.

מהאט געענטפערט אז דער רבי שליט"א וויל נישט אויפנעמען. אבער אז מוויל קען מען גיין צו די דיין.

די וואך זונטאג איז אראפגעפארן צו די קיימישא דיין צוויי חשובע אידן הרה'ג ר' שלמה זאבעל פון די דיינים אין קרית יואל און הרה'ג ר' יוסף לייב קאהן פון די רמ'י המתיבתא. די קיימישא דיין האט געפרעגט אז בלומינגראוו האט דאך גארנישט מיט קרית יואל און די רבנים האבן מסביר געווען אז ס'איז א אויסגעשפרייטע געגנט פוטן קרית יואל און סיי פאקטיש און סיי אלס הלכה און סיי אלס השפעה אויף די שטאט איז עס א מוראדיגע הירוס צו מאכן דארט עפעס אנדערש ווי וואס קרית יואל מעג האבן, די ליידיגייערס קוקן ארויס דערויף וכו' וגו' און אויך האט סאטמאר רבי (מהר'א) שוין געלאזט הערן ברבים אז ס'איז א חלק פון קרית יואל און וויזניץ וויל מסתמא נישט מאכן א מחלוקה מיט סאטמאר וכו'.

די דיין האט געזאגט אז ער גייט עס איבערשמועסן מיט די וויזניץ קיימישא רבי.

נעכטן מיטוואך פארנאכט האט די דיין גערופן צו רבי יוסף לייב קאהן און געזאגט אז דער וויזניץ קיימישא רבי האט געמאכט די באשליס אז בלומינגראוו האט גארנישט מיט קרית יואל און ער פרעגט נישט קרית יואל וואס זיי האלטן אויף זיין סקול.

היינט דאנערשטאג עפנט זיך די היי סקול פו די 16 מיידלעך פון קיימישא אין קרית יואל.

כבעט נאכאמאל איך וויל נישט גורם זיין נישט גוטס ביטע זיך איינהאלטן פון שרייבן קאמענטס
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך פרייליך »

וואס איז די גרויסע חידוש
מען זעהט דאך שוין עטליכע יאר ווי זיי בויען דארט ריזיגע בניני הישיבה און גרייטן נאך אהן צו בויען גרעסערע זאכן פאר זייערע חסידים, האט מען דען געקלערט אנדערש אז דארט גייט נישט אנקומען קיין סקול וכו' פאר זייערע קינדער ?
גראדע אינעם וויזניצע געגנט כתר ווילעדזש וואס איז אינעם צענטער פון אלט מאנסי האט די ערליכקייט פון די חסידי וויזניץ א שטארקע השפעה אויפן פרומקייט פינעם געגנט
עס איז יתכן נאך אז די ארומיגע פלעצער פין די בלומינגראווע אומגעגנט וועט נאך האבן גאר א פרומע אויר ארום און ארום צוליב די אנוועזנהייט פון די מוסדות וויזניץ

איין זאך האט @שיך באקס נאר מיגעטיילט וויאזוי די באזוך ביי איין סאטמארע פראקציע איז צוגעגאנגען, לויט וויזוי די שמועות גייען איז געווען באזיכן ביי נאך פראקציעס אין סאטמאר און לכאורה האט זייער מסקנא צוטון מיט דעם.
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 202

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

א קליינע הערה פאר ווער עס וויל וויסן די פאקטן, די היי סקול איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י און בכלל פון וואו אידן וואוינען (בכלל נישט נעבן ישיבה גדולה וויזשניץ וויליאמסבורג).

וכן די נייע וויזשניץ שיכון איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י.

וואו שרייבט יענער? כדי סזאל נישט גורם זיין קיין שוועריקייטן פאר די געטרייע מנהלים אז קיינער פון אלע זייטן זאל נישט מגיב זיין מיט רוגז אדער פארענטפערן אדער פרייד א.ד.ג. און נאר לאזן די פאקטן און געגאנגען ווייטער...
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1109
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1350

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

יונה טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:12 am א קליינע הערה פאר ווער עס וויל וויסן די פאקטן, די היי סקול איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י און בכלל פון וואו אידן וואוינען (בכלל נישט נעבן ישיבה גדולה וויזשניץ וויליאמסבורג).

איר מיינט פון קרית יואל ווילעדש?
דאכט זיך אז אידן פון קרית יואל וואוינען שוין וויטער פון די שיכון איז געפלאנט.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 532
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 610

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

:!:
יונה טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:12 am א קליינע הערה פאר ווער עס וויל וויסן די פאקטן, די היי סקול איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י און בכלל פון וואו אידן וואוינען (בכלל נישט נעבן ישיבה גדולה וויזשניץ וויליאמסבורג).

וכן די נייע וויזשניץ שיכון איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י.

וואו שרייבט יענער? כדי סזאל נישט גורם זיין קיין שוועריקייטן פאר די געטרייע מנהלים אז קיינער פון אלע זייטן זאל נישט מגיב זיין מיט רוגז אדער פארענטפערן אדער פרייד א.ד.ג. און נאר לאזן די פאקטן און געגאנגען ווייטער...
אפשר קענט איר אנצייגן ווי די סקול געפינט זיך
אמת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 256

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך אמת »

איר ווייסט אז בימי רבינו הקדוש, האט מען שוין געוואינט אין סעוון ספרינגס און עס איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אז דארט איז נישט קרית יואל?

עניוועי, מען איז דא מיט א מיסיע צו אויפפלאקערן א מחלוקה, נאך וואס מען האט זיך געבעטן מיט שיינעם צו זיי, זיי קומען צו קריכן א דרייפערטל שעה פון גיבערס, כדי צו מהרס זיין און מצער זיין די מייסד הקריה און קעגן זיינע שיטות

איך גלייב אז דאס גייט צו סוף נישט מצליח ווייל קיינער האט נאך נישט געענדיגט גוט ווען מען האט געטון אזאלכע שריט.
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 202

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

זייער שיין מסביר געווען אייער צד.

אנדערע צד איז אז מיילן ווייט פון א שטעטל געהערט נישט צו זיי.

חוזר חזרה.
התעוררות
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:02 pm
x 38

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך התעוררות »

יונה טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:12 am א קליינע הערה פאר ווער עס וויל וויסן די פאקטן, די היי סקול איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י און בכלל פון וואו אידן וואוינען (בכלל נישט נעבן ישיבה גדולה וויזשניץ וויליאמסבורג).

וכן די נייע וויזשניץ שיכון איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י.

וואו שרייבט יענער? כדי סזאל נישט גורם זיין קיין שוועריקייטן פאר די געטרייע מנהלים אז קיינער פון אלע זייטן זאל נישט מגיב זיין מיט רוגז אדער פארענטפערן אדער פרייד א.ד.ג. און נאר לאזן די פאקטן און געגאנגען ווייטער...
אלץ איינער וואס קען נישט סאטמאר, און קען נישט די מאפע בכלל ארום קרית יואל, וואונדערט מיר איין זאך זייער שטארק איבער די גאנצע מעשה, יא קרית יואל, נישט קרית יואל, ער סאטמאר נישט סאטמאר, פארוואס זוכט וויזניץ א מחלוקה? וואס פעלט זיי אויס?

עס איז נישט קיין סוד אז אין וויליאמסבורג זענען דא אסאך יונגעלייט חסידים פונעם קיימישען רבין, מיין שכן איז א וויזניצע חסיד און ער זאגט מיר אז ער האלט באמת נישט נאר פון קיימישע רבי, און ער טענהט עס איז דא נאך אסאך אזוי דא, גייט קיימישע רבי עפענען א שול אין וויליאמסבורג, נע, נישט אין אלט-שטאט, נאר אויף קלעסאן? מיילן אוועק פון 6 לי... יעדער ווייסט אז נישט, אבער פארוואס? עס איז נישט אפילו אין וויליאמסבורג, עס איז אין קלינטאן היל! קיין שיכות מיט וויליאמסבורג, און א גוטע דריי פערטל שעה צו גיין צופיס פון 6 לי, אויב נישט מער.

ווען וויזניץ וועט עס טון וועל איך קענען הערן פשט איבער סאטמאר.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1416
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 2171

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך ווער »

יונה טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:21 am זייער שיין מסביר געווען אייער צד.

אנדערע צד איז אז מיילן ווייט פון א שטעטל געהערט נישט צו זיי.

חוזר חזרה.
לויט דיר ביז ווי גייט קרית יואל?
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 621

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ווער קען מסביר זיין וויזניץ'ס צד?

כ'הער אז מ'האט זיי אנגעטראגן א בנין מיט אלע צוגעהערן ארויפציר, אזוי אז געלט שאדן וואלטן זיי נישט געהאט. פאר וועלכע סיבה האבן זיי אויסגעקליבן יא צו קומען דא, נגד רצון אלפי תושבי העיר, און אפגעווארפן די מכובד'דיגע משלחת פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א?
מטות
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 23

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך מטות »

התעוררות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:22 am
יונה טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:12 am א קליינע הערה פאר ווער עס וויל וויסן די פאקטן, די היי סקול איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י און בכלל פון וואו אידן וואוינען (בכלל נישט נעבן ישיבה גדולה וויזשניץ וויליאמסבורג).

וכן די נייע וויזשניץ שיכון איז עטליכע מייל אפגעריקט פון קר"י.

וואו שרייבט יענער? כדי סזאל נישט גורם זיין קיין שוועריקייטן פאר די געטרייע מנהלים אז קיינער פון אלע זייטן זאל נישט מגיב זיין מיט רוגז אדער פארענטפערן אדער פרייד א.ד.ג. און נאר לאזן די פאקטן און געגאנגען ווייטער...
אלץ איינער וואס קען נישט סאטמאר, און קען נישט די מאפע בכלל ארום קרית יואל, וואונדערט מיר איין זאך זייער שטארק איבער די גאנצע מעשה, יא קרית יואל, נישט קרית יואל, ער סאטמאר נישט סאטמאר, פארוואס זוכט וויזניץ א מחלוקה? וואס פעלט זיי אויס?

עס איז נישט קיין סוד אז אין וויליאמסבורג זענען דא אסאך יונגעלייט חסידים פונעם קיימישען רבין, מיין שכן איז א וויזניצע חסיד און ער זאגט מיר אז ער האלט באמת נישט נאר פון קיימישע רבי, און ער טענהט עס איז דא נאך אסאך אזוי דא, גייט קיימישע רבי עפענען א שול אין וויליאמסבורג, נע, נישט אין אלט-שטאט, נאר אויף קלעסאן? מיילן אוועק פון 6 לי... יעדער ווייסט אז נישט, אבער פארוואס? עס איז נישט אפילו אין וויליאמסבורג, עס איז אין קלינטאן היל! קיין שיכות מיט וויליאמסבורג, און א גוטע דריי פערטל שעה צו גיין צופיס פון 6 לי, אויב נישט מער.

ווען וויזניץ וועט עס טון וועל איך קענען הערן פשט איבער סאטמאר.
די קשיא איז נאך קיינמאל פארענפערט געווארן
פארוואס גייט נישט ווישניץ וויליאמסבורג קיין ערמאנט אדער מאנטעסעלא?
ביז וויפיל מייל גייט די ברודערס רביסטעווע?
אמת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 256

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך אמת »

יונה טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:21 am זייער שיין מסביר געווען אייער צד.

אנדערע צד איז אז מיילן ווייט פון א שטעטל געהערט נישט צו זיי.

חוזר חזרה.
קודם ס'נישט ריכטיג, אפילו אין די צייטונג פון די אנדערע פראקציע ווערט עס אנגערופן "קרית יואל" און איך קען דיר ברענגען אן א שיעור ציטאטן פון זיי פון די וואך אליין

והשנית לשיטתך, פאר דעם זענט איר דא צו נעמען א שטעלונג קעגן א קהלה פון 5000 מעמבערס, איר זענט דא זיך אנצונעמען פאר די "אנדערע צד"?????
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1109
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1350

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@אמת אנדערע צד מיינט ער לכאורה וויזניץ
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אמת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 256

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך אמת »

טיפע טאשן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:48 am @אמת אנדערע צד מיינט ער לכאורה וויזניץ
גערעכט לכאורה, נאר איינער האט דא פריער געשריבן אז כלומרשט האט מען זיך דורכגערעדט מיט אנדערע קהלות.
היסטאריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:47 pm
x 26

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך היסטאריקער »

פרייליך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:59 am וואס איז די גרויסע חידוש
מען זעהט דאך שוין עטליכע יאר ווי זיי בויען דארט ריזיגע בניני הישיבה און גרייטן נאך אהן צו בויען גרעסערע זאכן פאר זייערע חסידים, האט מען דען געקלערט אנדערש אז דארט גייט נישט אנקומען קיין סקול וכו' פאר זייערע קינדער ?
גראדע אינעם וויזניצע געגנט כתר ווילעדזש וואס איז אינעם צענטער פון אלט מאנסי האט די ערליכקייט פון די חסידי וויזניץ א שטארקע השפעה אויפן פרומקייט פינעם געגנט
עס איז יתכן נאך אז די ארומיגע פלעצער פין די בלומינגראווע אומגעגנט וועט נאך האבן גאר א פרומע אויר ארום און ארום צוליב די אנוועזנהייט פון די מוסדות וויזניץ

איין זאך האט @שיך באקס נאר מיגעטיילט וויאזוי די באזוך ביי איין סאטמארע פראקציע איז צוגעגאנגען, לויט וויזוי די שמועות גייען איז געווען באזיכן ביי נאך פראקציעס אין סאטמאר און לכאורה האט זייער מסקנא צוטון מיט דעם.
קיינער דינגט זיך נישט אויף די פרומקייט פון וויזניץ.

ס"ה זענען זייערע שיטות כרחוק מזרח ממערב פון די שיטות פונעם מייסד הקריה וואס דער מייסד האט דייקא אויסגעוועלט צו זיין וואס ווייטער פון די מיט אזאנע שיטות.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך world champion »

ב. ואהבת לרעך: אידטיש טאר נישט גענוצט ווערן ח"ו צו ארויסלייגן לשון הרע אויף א יחיד, און אודאי נישט קיין שום שפעט ווערטער אויף רבנים וכדו'. (א פאל וואס רבנים שטיצן אונטער דאס שרייבן קעגן א יחיד, דארף עס עקסטערע רשות פון די מערכת)

ג. דעת תורה: מיר זענען אלע בגדר דעת בעל הבית, נישט דעת תורה. דעריבער: גארנישט ארום די אדמורי"ם, רבנים, דיינים אא"וו קענען נישט דא דיסקוסירט ווערן. איר קענט איבערזאגן אדער ארויפשטעלן די מיינונג פון אייער רב, אבער מ'קען נישט דא 'דיסקוסירן' זייער דעת תורה, און אודאי נישט זייער פערזענליכקייט. והוי זהיר בגחלתן.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
באבא נתן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:29 am
x 20

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך באבא נתן »

שכח מנהלים
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 73

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך חצקל משמש »

טייערע אידן פאליטיק איז נישט ערלויבט!

דא גייט מען מיט די באניצער אינאיינעם.

דרך אגב אז איר שרייבט בלויז כדי מען זאל מעקן ביידע תגובות, נעמט אין אכט אז דאס מיינט אויך ביידע באניצער

הצלחה
אוועיטער
פייל און בויגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 440
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 629

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך פייל און בויגן »

חצקל משמש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:13 pm טייערע אידן פאליטיק איז נישט ערלויבט

דא גייט מען מיט די באניצר אינאיינעם
א גוטער שמש, האט א ריין ביהמ"ד.

קיפ איט אן.
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 30

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך ר' דן »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:26 am ווער קען מסביר זיין וויזניץ'ס צד?

כ'הער אז מ'האט זיי אנגעטראגן א בנין מיט אלע צוגעהערן ארויפציר, אזוי אז געלט שאדן וואלטן זיי נישט געהאט. פאר וועלכע סיבה האבן זיי אויסגעקליבן יא צו קומען דא, נגד רצון אלפי תושבי העיר, און אפגעווארפן די מכובד'דיגע משלחת פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א?
נישט אלעס ווייסן די צעווילע בירגער. און איר זאלט מיר מוחל זיין, דא איז נישט קיין פלאטפארמע צו פרעגן שאלות קעגן רבנים.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 621

Re: נייעס און אלעס ארום בלומינגראוו קרית יואל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ר' דן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:35 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:26 am ווער קען מסביר זיין וויזניץ'ס צד?

כ'הער אז מ'האט זיי אנגעטראגן א בנין מיט אלע צוגעהערן ארויפציר, אזוי אז געלט שאדן וואלטן זיי נישט געהאט. פאר וועלכע סיבה האבן זיי אויסגעקליבן יא צו קומען דא, נגד רצון אלפי תושבי העיר, און אפגעווארפן די מכובד'דיגע משלחת פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א?
נישט אלעס ווייסן די צעווילע בירגער. און איר זאלט מיר מוחל זיין, דא איז נישט קיין פלאטפארמע צו פרעגן שאלות קעגן רבנים.
ביזט גערעכט.

אבער דער ווייטאג דא איז גרויס, און די קושיות שטארק, אזוי אז איך בין נוטה צו זאגן אז יתכן אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס באשלוס.

דער רבי האט דאך די משלחת נישט אויפגענומען, פילייכט ווייסט ער בכלל נישט, נאר עטליכע חברה דארט האבן באשלאסן.

פון אדמו"ר מהר"א האט מען קלאר געהערט וואס ער האלט, אבער פון אדמו"ר מ'וויזניץ האט מען נישט געהערט אז ער זאל זיין פארמישט אין די ענינים
שרייב פאוסט