כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1274
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1906

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

מטות מסעי האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 3:30 pm אפשר @סענס אף יומער און @על פי תורה קענען קלאר מאכן וואס איז די מעשה מיט די נייע קלאגעס און וועלכע דיין האט געגעבן די היתר, (איך בין 100 פראצענט זיכער אז עס איז דא א היתר) אשאד צו לאזן די עולם אופן וואסער
זייט ווען דארפן עסקנים ארויפקומען אויס א וועבזייטל אויסקלארן זייער היתר? אז א רב וועט זיי קאלן זאלן זיי זאגן,

אויסקלארן איבער די קלאגע וויל איך אויך הערן וואס גייט פאר
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
געדרונגען
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 10:03 am
Location: Brooklyn
x 193

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געדרונגען »

מטות מסעי האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 3:30 pm אפשר @סענס אף יומער און @על פי תורה קענען קלאר מאכן וואס איז די מעשה מיט די נייע קלאגעס און וועלכע דיין האט געגעבן די היתר, (איך בין 100 פראצענט זיכער אז עס איז דא א היתר) אשאד צו לאזן די עולם אופן וואסער
וואס!??!?!
זיי דארפען זיך פארענטפערען פאר א פאר "לאיו לייפס" וואס גרעפסען אויס זייער בויכוויי דא אין פובליק?!?!
אויב איינער וויל קען ער זיי אנפרעגען אין אישי.
אויב זיי זעהן עס פארוויכטעג וועלען זיי עס געבען צי פארשטיין, און טאמער נישט- שלום על ישראל
איך מיין נישט אייך בכלל, נאר איך שרייב עס דא צי.
ווייל דא האב איך געפלאצט.
זאלען מוחל זיין די אלע ניקס פון די אנשי הרשע וואס זיכען צי טערוריזען די עסקנים, כדאי צי קענען ווייטער אנהאלטען די פארשאלטענער כת,
אלעס אין די נאמען פון די תורה, זיך גיין לחיים ולשלום
אגב דאס זעהט אויס גאנץ קליפ און קלאר, אז רוב די ניקס זענען פון איין שרייבער אלע קעגען די עסקנים און מיט א שטינק פון לב טמא
געבטס א לייק אויב איר האלט איך בין גערעכט!!!
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2800
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6119

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אויב מעג איך..

על פי איז ביזי טרייען קאווערן וואס ער האט געבארגט פאר די מערכה

אויב קענסטו העלפן, אדרבה
https://www.dryveup.com/mission/150

ולמצוה גדולה יחשב
געדרונגען
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 10:03 am
Location: Brooklyn
x 193

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געדרונגען »

יאמי האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 12:47 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 11:12 am
גראד צום זאך האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 11:22 pm

וועלכע דיין האט יעצט געגעבן די היתר צו ווייטער אנגיין מיט קלאגעס, מסירות
יעדע זאך האט א סוף
איך וועל זאגן די אמת, בעצם האב איך מיר איינגעהאלטן פון זיך אנרופן די לעצטע עטליכע חדשים, צוליב וואס איך האב געהאלטן אויף אסאך וואס איך האב געהאט צוצולייגן צום שמועס אז ס'איז א בחינה פון אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר, במילא האב איך גענוצט די כלל פון שב ואל תעשה.

ס'איז געווען עטליכע מאל וואס מ'האט געפרעגט ווען ס'איז ארויפגעקומען די מציאות אז די עסקנים לייגן קלאגעס אויף געוויסע אידן, היתכן ווער געבט זיי די רעדט וכו'? האבן זיי א היתר פון א רב וכדו'?

איך מצידי האב נישט געזעהן אין דעם קיין קשיא, ווייל איך האב פארשטאנען אז ס'איז דא גיידליינס וואס מ'האט באקומען פון די רבנים און מ'גייט לויט דעם, אין ווי ווייט איך קען [נישט גענוג] הרב יהושע העשיל בלום שליט"א און מו"ה אברהם גרינהוט הי"ו זענען נישט קיין מענטשן וואס וועלן אליינס אריינלייגן א איד אין חד גדיא אן קיין הוראה פון א דעת תורה, במילא קען מען אנעמען אז דאס אלעס גייט לויט די כלליות'דיגע הוראות וואס מ'האט באקומען פון די רבנים.

דאס האט געמאכט אפילו איך האב געהאלטן אז ס'איז מאדנע יעדע מאל איבער צופרעגן ווי האט מען רעכט וכדו', ווייל יעדער פארשטייט אז ס'איז דא רבנים וואס ווערן געפרעגט, און יעדער קען זיי פרעגן, אבער היות איך האב פארשטאנען אז ס'איז סך הכל א כלליות'דיגע פסק און במילא ליגט עס נאכאלץ אין די שיקול הדעת פון די עסקנים, במילא פרעגט מען די שאלות.

למעשה אינה ה' לידי אז איך בין געווארן אביסל באהאווענט מיט א געוויסע רב וואס טוט אביסל אין אוועקשטעלן אינגעלייט נאכן ארויסקומען פון דארט, און איך האב מיטגעהאלטן [בכלי שני] ווי געוויסע פון די הנהלה האבן פראבירט צו טעראזירן א קאפל וואס איז ארויס א זמן פריער דורכן טעלעפאון [כמדומה רעדט מען פון דעם אויף די רעקארדינג געברענגט פריערדיגע וואך - חוץ אויב ס'איז געווען מערערע מעשיות], על כל פנים די רב האט גערופן הרב יהושע העשיל שליט"א און פארלאנגט צו לייגן א קלאגע אויף דער רופער, האט הרב יהושע העשיל שליט"א געפרעגט אויב ער מעג קודם ווארענען דער וואס האט עס געטוען אז אויב ער וועט ממשיך זיין וועט מען אים אנקלאגן, אין די רב האט מסכים געווען.

עטס הערטס, א רב רופט און פארלאנגט א קלאגע, און הרב יהושע העשיל שליט"א בעט אויב מ'קען אים קודם סטראשענען ווייל לכאורה וועט עס העלפן די זעלבע.

אידן יעדע איינציגסטע זאך וואס ווערט געטוען האט די הוראה פון רבנים, פארוועם ס'איז נוגע - און ס'איז לטובת הענין - קען מען מברר זיין די פרטים, ווער ס'האט סיי וועלכע משא ומתן מיט די ענין זעהט דאס בחוש.
אינטערסאנט אז מהערט נישט לעצטנס פון חידא ווייס. מיר דארפן גלייבן אז סדא עפעס א באהאלטנע רב וואס האט גיגעבן א היתר צו מסרן, אין צייט וואס הרב כירא זאגט אפן פאר יעדן אז ער האט עס לעצטנס אדוירך גירעדט מיט חידא ווייס און היינט צו טאגס דארף א יעדע מסירה אן עקסטרע היתר.
איך בין אסאך אינוואלף לעצטנס איך ווייס קלאר אז מען האט נישט ארויס גענימען קיין שום היתר פון קיין שום דיין פאר די לעצטע מסירה, זעהט אויס ווי דו באקומט דיינע אינפארמעשין פון כלי שלישי אינגאנצן פארדרייט
איר זענט דא?
אדער אין די גיהנם וואס ריפט זיך לב טהור- בלשון סגי נהור נישט קיין הארץ און נישט קיין טהור שוין איין מאל טמא!!!
די זאגסט אייגענע פאקטען, די זעלבער וועג ווי ווען די פלעגסט הייסען @אהעם
געדרונגען
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 10:03 am
Location: Brooklyn
x 193

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געדרונגען »

וואס דען האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 1:38 pm
קרני פרה האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 10:21 pm
למשל, די משפחות אלטער, גאלדמאן, הורוויץ, דינקל, לאווער, בויער, זיינען גראדע אשכנזים
די חילוק איז אז משפחות וואס האבן קרובים דאהי אין אמעריקא, זארגן זיך די משפחה פאר זיי עפ”ר
די עסקנים זארגען זיך פאר די משפחות וואס קומען פון א”י אד”ג
למעשה פאלט אלעס אויפן קאפ פון געציילטע יחידים, וואס זענען דא בלויז לשם שמים, זיי האבן גארנישט דארט פארלוירן, זיי לייגן אויס זייער אייגן געלט , צייט, כח, מען קען דאס נישט משיג זיין
הלוואי ווען ס’איז דא מער געלט און הילף פונעם הייליגען ציבור, מען קען אזויפיל אויפטון
הכהן האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 12:12 pm יו"ר הוועדה ח"כ קריב סיכם את הדיון: "המקרים הבאים של ילדים שיגיעו לישראל יהיו קשים עוד יותר מכיוון שלא יהיו בהם הורים ביולוגים שנמצאים בתמונה".
ד.מ. אז זיי פאלנען צו כאפן אלע וואס גייען בלייבן רח"ל מיט די עלטערן אדער אן.

למעשה זענען אין די קליינע ל"ט אלע קרובים פון אלע. (למשל די איינציגסטע טאכטער פון ריש מתיבתא וואס איז נאך געבליבן איז מרת גאסננבויער א שנור פון דעם 'ויען שאול') די מציאות איז נאך נישט גענוג קלאר ביי עטליכע פון זיי. און טאקע מען מוז שתדל'ן און זיך בעטען ביי די פאר איינציגע וואס זענען נאך געבליבן זיי קלאר מאכן די אמת'ע מצב. ווער איז דער וואס קען מחליט זיין ווער גייט רעכצט (ניו יורק -היימישער עולם) און ווער גייט לינקס (א"י - ציונים) זיי מוזן פארשטיין דעם אמת אז עס איז נישטא קיין צוויי וועגן. צו ס'איז באקוועם צו נישט, טייערע אידן כאפט זיך אף!!
ניין ניין ניין!
דאס מיינט אז זיי מאכען אסיפות אין די וועלט אריין, און גארנישט גייט ארויס קומען פון דעם
זיי זענען משער אז אלע קינדער וואס גייען "אנקומען צי זיי פון די יוצאים וועלען קומען מיט אן קיין עלטערען ווייל זיי רעדען זיך איין עטליכע פאקטען
1. אז די עלטערען וועלען זיך קיינמאל נישט ברעכען
2. אז די ריגירינג אין גוואטעמאליע וועט שיקען די איבריגער קינדער צי די מדינה, אן דאס זענען אלע אסיפות וועגען, אבער די גוואטעמאלע ריגירינג האט שוין צי געזאגט די אמירקאנע סטייט דעפארטענט אז זיי וועלען דאס נישט טוהן.. הוידל בוידל

בסך הכל א פאר פריי קרובים וואס מאכען פרעשור מען זאל הערען פון זיי
אלעס איז מסודר על צד היותר טוה
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1360
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13941

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 12:38 pm לויט וואס איך האב געהערט פון איינעם דא נעכטן ארבעט טאקע די היינטיגע הנהלה מיט די עסקנים ווי אזוי צו ענדיגן די פרשה
די קלאגעס איז אלטע מעשיות.

איך האב למשל גערעדט מיט ר' שמעון פאוזן לעצטע וואך און ער האט מיר געזאגט אז לב טהור הנהלה פראבירן שוין פון פסח אז אים זאל מען יא אריינלאזן איז עס איז נישטא צו וועם צו רעדן,
ער האט מיר געזאגט אז ער האט די בקשות פון די עלטערן וואס זיי בעטן פון די קאורט און אלעס ווערט אפגעזאגט
במילא פארשטיי איך נישט פון ווי נעמסטו די אינפארמאציע צו זאגן אז די עלטערן געבן אריין בקשות צו נישט אריינלאזן
אפשר הסבר ביטע אויף וואס איר האט געשריבן @על פי תורה
איך ווייס במציאות אז יעדן טאג ווערן אריינגעגעבן פרישע קלאגעס
דאס אז געוויסע עלטערן און געוויסע הנהלה ווילן אז שמעון פאזען זאל יא קענען אריינגיין איז טאקע ריכטיג, אבער די ערשטע פאקט איז אויך ריכטיג.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1360
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13941

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יאמי האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 12:47 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 11:12 am
גראד צום זאך האט געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2025 11:22 pm

וועלכע דיין האט יעצט געגעבן די היתר צו ווייטער אנגיין מיט קלאגעס, מסירות
יעדע זאך האט א סוף
איך וועל זאגן די אמת, בעצם האב איך מיר איינגעהאלטן פון זיך אנרופן די לעצטע עטליכע חדשים, צוליב וואס איך האב געהאלטן אויף אסאך וואס איך האב געהאט צוצולייגן צום שמועס אז ס'איז א בחינה פון אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר, במילא האב איך גענוצט די כלל פון שב ואל תעשה.

ס'איז געווען עטליכע מאל וואס מ'האט געפרעגט ווען ס'איז ארויפגעקומען די מציאות אז די עסקנים לייגן קלאגעס אויף געוויסע אידן, היתכן ווער געבט זיי די רעדט וכו'? האבן זיי א היתר פון א רב וכדו'?

איך מצידי האב נישט געזעהן אין דעם קיין קשיא, ווייל איך האב פארשטאנען אז ס'איז דא גיידליינס וואס מ'האט באקומען פון די רבנים און מ'גייט לויט דעם, אין ווי ווייט איך קען [נישט גענוג] הרב יהושע העשיל בלום שליט"א און מו"ה אברהם גרינהוט הי"ו זענען נישט קיין מענטשן וואס וועלן אליינס אריינלייגן א איד אין חד גדיא אן קיין הוראה פון א דעת תורה, במילא קען מען אנעמען אז דאס אלעס גייט לויט די כלליות'דיגע הוראות וואס מ'האט באקומען פון די רבנים.

דאס האט געמאכט אפילו איך האב געהאלטן אז ס'איז מאדנע יעדע מאל איבער צופרעגן ווי האט מען רעכט וכדו', ווייל יעדער פארשטייט אז ס'איז דא רבנים וואס ווערן געפרעגט, און יעדער קען זיי פרעגן, אבער היות איך האב פארשטאנען אז ס'איז סך הכל א כלליות'דיגע פסק און במילא ליגט עס נאכאלץ אין די שיקול הדעת פון די עסקנים, במילא פרעגט מען די שאלות.

למעשה אינה ה' לידי אז איך בין געווארן אביסל באהאווענט מיט א געוויסע רב וואס טוט אביסל אין אוועקשטעלן אינגעלייט נאכן ארויסקומען פון דארט, און איך האב מיטגעהאלטן [בכלי שני] ווי געוויסע פון די הנהלה האבן פראבירט צו טעראזירן א קאפל וואס איז ארויס א זמן פריער דורכן טעלעפאון [כמדומה רעדט מען פון דעם אויף די רעקארדינג געברענגט פריערדיגע וואך - חוץ אויב ס'איז געווען מערערע מעשיות], על כל פנים די רב האט גערופן הרב יהושע העשיל שליט"א און פארלאנגט צו לייגן א קלאגע אויף דער רופער, האט הרב יהושע העשיל שליט"א געפרעגט אויב ער מעג קודם ווארענען דער וואס האט עס געטוען אז אויב ער וועט ממשיך זיין וועט מען אים אנקלאגן, אין די רב האט מסכים געווען.

עטס הערטס, א רב רופט און פארלאנגט א קלאגע, און הרב יהושע העשיל שליט"א בעט אויב מ'קען אים קודם סטראשענען ווייל לכאורה וועט עס העלפן די זעלבע.

אידן יעדע איינציגסטע זאך וואס ווערט געטוען האט די הוראה פון רבנים, פארוועם ס'איז נוגע - און ס'איז לטובת הענין - קען מען מברר זיין די פרטים, ווער ס'האט סיי וועלכע משא ומתן מיט די ענין זעהט דאס בחוש.
אינטערסאנט אז מהערט נישט לעצטנס פון חידא ווייס. מיר דארפן גלייבן אז סדא עפעס א באהאלטנע רב וואס האט גיגעבן א היתר צו מסרן, אין צייט וואס הרב כירא זאגט אפן פאר יעדן אז ער האט עס לעצטנס אדוירך גירעדט מיט חידא ווייס און היינט צו טאגס דארף א יעדע מסירה אן עקסטרע היתר.
איך בין אסאך אינוואלף לעצטנס איך ווייס קלאר אז מען האט נישט ארויס גענימען קיין שום היתר פון קיין שום דיין פאר די לעצטע מסירה, זעהט אויס ווי דו באקומט דיינע אינפארמעשין פון כלי שלישי אינגאנצן פארדרייט
ווען האט כיירא גערעדט צו חיד''ו ווייס?
אז איר זענט א לב טהור'ניק שרייבט עס גראב און אפען, נאו פראבלעם? אבער פארוואס עפענען 60 ניקס און שרייבן שקרים? איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו דיסקאסירן די נושא מיט לב טהור מיטגלידער, און אפילו בדרך כבוד, אבער קומען פארשלייערט מיט צענדליגע 3 תגובה'דיגע ניקס און שרייבן שקרים איז פשוט אומ'יושר'דיג.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1360
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13941

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יאנקל גרויס האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:33 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 1:24 pm רבותי. בארוהינגטס ענק אלע.
אלעס גייט ב"ה ווי געפלאנט. ביז א קורצע וויילע וועט שוין בע"ה ל"ט זיין ווי א גאר ווייטע פארגאנגענהייט. בע"ה.
קיינער זאגט נישט אז עפעס גייט נישט ווי געפלאנט, די שאלה איז וועלכע דיין האט געגעבן יעצט היתר צו ווייטער אנגיין מיט מסירות
חידה: וועלעכע ניק האט מער געמעקטע פאוסטס ווי נישט געמעקטע?
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1360
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13941

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:54 pm
גראד צום זאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:52 pm ווי זענען די ערשטע עסקנים פארוואס שטייט נישט זייערע נאמען דא
דא שטייט ווער עס איז אראפגעפארן
ווי כאילו ער ווייסט נישט...

און ווי כאילו ר' אברהם גרינהוט גייט זיך אויפהייבן און פארן קיין לאנדאן...
(נישט צו מזלזל זיין אין די אנדערע הייליגע עסקנים, אבער ווער ס'קען גרינהוט אןן בלום פארשטייט אז עס איז זיי פשוט נישט מעגליך צו פארן קיין לאנדן)
כ'האב פריער גערעדט צו אים, ער איז שוין זייט 12ע אויפן פאון מיט א לויער, און נעכטן אינמיטן די נאכט צוריקגעקומען פון גווטאמאלא
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1360
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13941

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מטות מסעי האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 3:30 pm אפשר @סענס אף יומער און @על פי תורה קענען קלאר מאכן וואס איז די מעשה מיט די נייע קלאגעס און וועלכע דיין האט געגעבן די היתר, (איך בין 100 פראצענט זיכער אז עס איז דא א היתר) אשאד צו לאזן די עולם אופן וואסער
אפשר קענסטו אויסקלארן פארוואס נאר ניקס אינטער 5 תגובות האלטן אין איין פרעגן וועגן דעם? משא''כ קיין איין ניק העכער 10 תגובות ברענט עס נישט?
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

יאנקל גרויס האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:33 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 1:24 pm רבותי. בארוהינגטס ענק אלע.
אלעס גייט ב"ה ווי געפלאנט. ביז א קורצע וויילע וועט שוין בע"ה ל"ט זיין ווי א גאר ווייטע פארגאנגענהייט. בע"ה.
קיינער זאגט נישט אז עפעס גייט נישט ווי געפלאנט, די שאלה איז וועלכע דיין האט געגעבן יעצט היתר צו ווייטער אנגיין מיט מסירות
נישט קיין נפק"מ
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

עס איז דא אפאר ניקס וואס זענען אייביג געווען גערעכט, און פלאנען צו בלייבן גערעכט, שאלה ביז ווילאנג גייט זיי עס געלונגען,
די אמת פארט מער און מער אויפן גאס אבער דא טאר מען נישט חס ושלום מודה זיין.
אויב מען וויל ווייטער פארקויפן פאר די ציבור זאכן וואס איז פשוט נישט די מציאות קען מען, שאלה וויפיל וואכן גייט נעמען ביז די אמת גייט ארויס קומען בעל כרחו.
שקר אין לו רגלים.
איך זאג נישט אז לב טהור איז עפעס גערעכט, איך זאג נישט אז מען האט נישט געדארפט טון וואס דעת תורה האט געזאגט, איך זאג איין זאך צו פראבירן צו באהאלטן די אמת'דיגע מציאות וואס גייט פאהר איז פשוט א דמיון אז עס גייט געלונגען, מען קען סך הכל פארדינען נאך אפאר וואכן.

במילא האט קיינער נישט דערמאנט א זאך קען מען בלייבן שטיל, אבער נאך וואס מענטשן זאגן אמת'דיגע זאכן (נישט קיין חילוק וויפל תגובות יענער האט) סתם צו פראבירן צו פאר וואסערן אמת'דיגע פאקטן וואס יענער זאגט וועגן די האסט נישט ליב אז די עולם זאל דאס הערן מיין איך איז נישט ריכטיג
אנטשולדיגט פארן זיך אויסגעבן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1958
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6004

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

גראד צום זאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 7:02 pm עס איז דא אפאר ניקס וואס זענען אייביג געווען גערעכט, און פלאנען צו בלייבן גערעכט, שאלה ביז ווילאנג גייט זיי עס געלונגען,
די אמת פארט מער און מער אויפן גאס אבער דא טאר מען נישט חס ושלום מודה זיין.
אויב מען וויל ווייטער פארקויפן פאר די ציבור זאכן וואס איז פשוט נישט די מציאות קען מען, שאלה וויפיל וואכן גייט נעמען ביז די אמת גייט ארויס קומען בעל כרחו.
שקר אין לו רגלים.
איך זאג נישט אז לב טהור איז עפעס גערעכט, איך זאג נישט אז מען האט נישט געדארפט טון וואס דעת תורה האט געזאגט, איך זאג איין זאך צו פראבירן צו באהאלטן די אמת'דיגע מציאות וואס גייט פאהר איז פשוט א דמיון אז עס גייט געלונגען, מען קען סך הכל פארדינען נאך אפאר וואכן.

במילא האט קיינער נישט דערמאנט א זאך קען מען בלייבן שטיל, אבער נאך וואס מענטשן זאגן אמת'דיגע זאכן (נישט קיין חילוק וויפל תגובות יענער האט) סתם צו פראבירן צו פאר וואסערן איז נישט ריכטיג
אנטשולדיגט
וואס פאלט דיך ביי אז מבאהאלט עפעס??

אפשר זענען יענע ניקס טאקע גערעכט?

און וועלכע אמת פארט מער און מער אויפן גאס?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
גראד צום זאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 12:03 am
x 178

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראד צום זאך »

איך גיי נישט ב"ה פארענטפערן פאר יעדע תגובה ווייל עס איז אשאד די צייט פון די טייערע ליינער, עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן פארדינען נאך אפאר וואכן, זאל זיין אזוי.

עס איז דא אנדערע גרופעס וואס דארט איז ב"ה די מציאות יא קלאר.

איך וויל נישט דא סתם פירן חס ושלום חילוקי דעות, נאר זאגן די מציאות און פאקט וואס זעהט מיר אויס אזוי ווי ר' שמואל פוקס האט שוין געזאגט דא אפאר מאל, (אפי' איך האב נאר 5 תגובות), און אויב איינער וויל זאגן אנדערש ווי מיר בשמחה רבה עס איז דא גענוג פלאץ פאר יעדן.

נאך אמאל אנטשולדיגט פארן זיך אויסגעבן
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6910

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@גראד צום זאך קום ארויס דא מיט דיין נאמען, משפחה נאמען און ערשטע נאמען. ווייל די גאס ווייסט שוין. דא לאזט מען נישט אבער אויף די גרופעס קען מען גארנישט באהאלטן, שקר אין לו רגלים. דער מציאות איז ב"ה קלאר. דו בושות וועלן עניוועי נאכקומען, אויב נישט יעצט וועט עס זיין אין אפאר וואכן, עס איז צרות עניוועי.
יעצט וואס זאגט איר אונז דא? עפעס צום ענין?
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 275

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

כלל ישראל איז א קלוג פאלק, און האט אלעמאל געהאט דעם ריכטיגן שמעק (שטינק) אויף די באנדע.
עס איז פאר יעדן געווען קלאר אז דא רעדט זיך פון איינער וואס הונגערט אויף קאנטראל און וויל קאנטראלירן א ציבור, און מיט סיי וואסאפארא פרייז עס וועט קאסטן וועט ער דאס אנהאלטן, זאכן האבן זיך דערקייקלט, און דעמאלט האט מען אנגעהויבן שרייען "האט'ס רחמנות אויף אונז" מען האט פרובירט צו ארבעטן אויף כלל ישראל'ס שוואכקייט פון רחמנות.
די רציחות האבן מיר אלעמאל געוויסט (אפשר נישט אזוי שטארק).
"הצלה" איז געקומען ראטעווען (בדמות פון עסקנים וואס געבן אויף זייער לעבן פאר די דאזיגע באנדע) וואספארא רשעות איז דאס זיי צו באשמוצן?!
נאך פרובירן צו נוצן דעם אלטן טיטול "רחמנות"?!
וואו איז אייער רחמנות ביים פראסקענען קינדער מיט לאנגע שטעקענעס? וואו איז אייער רחמנות ביים שיקן פרויען שלאפן צווישן שלענג? וואו איז אייער רחמנות ביים צווינגן א מיידל צו חתונה האבן? וואו איז אייער רחמנות מיטן נישט צולאזן א ניינציג יעריגע זיידע צום אייניקלס חתונה?.
איר זענט בלויז בלוט דארטיגע רוצחים.
יעצט קומט איר מיט אייער תמימומת'דיגע פראגע, "וועלכע רבנים?" איר וועט הערן דעם תירוץ גלייך נאכדעם וואס איר ברענגט "איין" היתר פון "איין" רב אויף אלע ענקערע שקץ'רייען, ירא הקהל ויוכיח.
אדרבה מיר ווארטן אויף אייער ניי ניק נעים.....
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משיח משיח »

יארצייט היינט
פיילס
AUD-20250709-WA0411.mp3
(9.81 MiB) דאונלאודעד 491 מאל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1360
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13941

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 8:27 pm יארצייט היינט
ווען איז דעיס?
אינטערעסאנט אז ער איז געווען גאנץ מיוזיקל...
א שטומע האט האט ער נישט געהאט, אבער די הארמעניעס איז גאנץ מיוזיקל...
זיין זון ר' יואל העניך האט אויך א שטארקע געפיל אין נגינה.
איטערעסאנט אז זיין זון ר' נתן האט ממש אקוראט די זעלבע שטומע, ער זעט אויך אויס גאנץ ענדליך.
דעי ניגון 'לב טהור' פלעגן זיי כסדר זינגען.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
לאגיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 11:24 pm
x 105

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאגיק »

אויף קרעטשמע האבן זיי ארויפגעלייגט היינט נאך אסאך ניגונים.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

גראד צום זאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 7:02 pm עס איז דא אפאר ניקס וואס זענען אייביג געווען גערעכט, און פלאנען צו בלייבן גערעכט, שאלה ביז ווילאנג גייט זיי עס געלונגען,
די אמת פארט מער און מער אויפן גאס אבער דא טאר מען נישט חס ושלום מודה זיין.
אויב מען וויל ווייטער פארקויפן פאר די ציבור זאכן וואס איז פשוט נישט די מציאות קען מען, שאלה וויפיל וואכן גייט נעמען ביז די אמת גייט ארויס קומען בעל כרחו.
שקר אין לו רגלים.
איך זאג נישט אז לב טהור איז עפעס גערעכט, איך זאג נישט אז מען האט נישט געדארפט טון וואס דעת תורה האט געזאגט, איך זאג איין זאך צו פראבירן צו באהאלטן די אמת'דיגע מציאות וואס גייט פאהר איז פשוט א דמיון אז עס גייט געלונגען, מען קען סך הכל פארדינען נאך אפאר וואכן.

במילא האט קיינער נישט דערמאנט א זאך קען מען בלייבן שטיל, אבער נאך וואס מענטשן זאגן אמת'דיגע זאכן (נישט קיין חילוק וויפל תגובות יענער האט) סתם צו פראבירן צו פאר וואסערן אמת'דיגע פאקטן וואס יענער זאגט וועגן די האסט נישט ליב אז די עולם זאל דאס הערן מיין איך איז נישט ריכטיג
אנטשולדיגט פארן זיך אויסגעבן
כ'האב שוין געשריבן אז מען דארף נישט זיין אזוי באזארגט
אלעס גייט ב"ה ווי געפלאנט, די קולט שרינקט פאראויס, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אי"ה היינט נאכט אדער מארגן אינדערפרי וועט ארויסקומען א קלארע באריכט פון העסקן ר' יואל יהושע העשיל בלום מיט א דעטאלירטע ערקלערונג איבער די לעצטערע פרשה.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1696
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2781

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 8:27 pm יארצייט היינט
דאס איז פורים?

דרך אגב פון הערן די אלע רעקארדירונגען קען מען פארשטיין די חיות וואס עס האט זיך געלעבט אין זיינע צייטן, ער האט געהאט א פרישקייט און א כריזמא, וואס דאס האט נישט נחמן.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 10:31 pm
משיח משיח האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 8:27 pm יארצייט היינט
דאס איז פורים?

דרך אגב פון הערן די אלע רעקארדירונגען קען מען פארשטיין די חיות וואס עס האט זיך געלעבט אין זיינע צייטן, ער האט געהאט א פרישקייט און א כריזמא, וואס דאס האט נישט נחמן.
אויכעט געקלערט אזוי, און נישט נאר נחמן נאר אויכעט משה יוסף און אלע אנדערע רעדן אלע אונטער די נאז און איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משיח משיח »

אינמיטן עפעס א חתונה אין קאנאדא

ערשטע הערט מען רומפלער אים העלפן זינגען

צווייטע איז ענדליך צו די לעצטע רעקארדינג
פיילס
AUD-20250709-WA0401.mp3
(1.86 MiB) דאונלאודעד 173 מאל
AUD-20250709-WA0388.mp3
(14.96 MiB) דאונלאודעד 204 מאל
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

א גוט יאר טייערע אידן, דא שרייבט יואל יהושע העשיל בלום. בעז"ה וועל איך דא אויסקלארן די אלע שמועות איבער די פרישע קלאגעס אריינגעגעבן קעגן געוועזענע לב טהור פירער.

מיט כמעט פיר חדשים צוריק, אין סאמע ברען פונעם קאמף מיט די לב טהור פירער, ווען די גאנצע מיטגלידערשאפט אין שפיץ פון די הנהגה האבן נאך געקעמפט מיט ציין און נעגל אקעגן די גואטעמאלא רעגירונג באאמטע און די עסקנים, און עס האט זיך נישט אנגעזעהן קיין שום צייכן מצד לב טהור אז זיי זאלן האבן סיי וועלכע הווא אמינא זיך צו ברעכן און אויפגעבן דעם בלוטיגן קאמף, האט אבער איינער פון די לב טהור עסקנים אנגעהויבן רעאליזירן אז עס איז נישטא קיין האפענונג צו געווינען דעם קאמף ווײטער אנצוהאלטן דעם קולט, און נאכדעם וואס ער איז אליינס אויסגעשטאנען קלאגעס איבער זיינע אקטיוויטעטן אין לב טהור, האט ער געטוישט זייט און זיך אינגאנצן אויסגעדרייט דעם רוקן צו לב טהור און זיך פארבינדן מיט אונז עסקנים בכדי צו באקומען זייער הילף זיך צו קענען אפשאקלען און ארויסגיין פריי נאכן ווערן אנגעקלאגט צוזאמען מיט א רייע אנדערע לב טהור פירער.

תיכף נאכדעם וואס מיר האבן באשטעטיגט און געזעהן אז דער לב טהור עסקן איז ערנסט דערביי און האט באמת פארלאזט לב טהור אינגאנצן, האבן מיר זיך שטארק אריינגעלייגט אין זיין קעיס, צו זעהן וואס מ'קען אויסארבעטן אים צו קענען ריינוואשן און אפקומען מיט בלויז א לייכטע שטראף אויף די גרינגסטע אופן וואס איז נאר שייך. מיר האבן גלייך אויפגענומען אן ערפארענעם לויער וואס זאל זיך ספעציעל אפגעבן מיט דעם קעיס, צו קענען טרעפן די גרינגסטע וועג ארויס פון זיינע קלאגעס און קענען ארויספארן פון גואטעמאלא מיט זיינע קינדער, און פארשטייט זיך אז דער לויער איז געווארן פולקאם באצאלט אויף די קאסטן פון אונז עסקנים, אין ראם פון די אלע פארצווייגטע פעולות אויפצולעזן דעם קולט און ארויסראטעווען אלע משפחות פון דארט.

דער דאזיגער לויער האט באשלאסן, נאכן איבערגיין און איבערזיפן אלע דעטאלן פון די קלאגעס קעגן דעם עסקן, אז די בעסטע וועג ארויס פון די דאזיגע קלאגעס איז דורך א פלי-דיעל מיט די פראסעקיוטערס. וויבאלד די באווייזן קעגן אים זענען געווען זייער קלאר און דייטליך, איז נישט געווען קיין שום שאנס צו קענען געווינען אין געריכט אויב וועט מען גיין אויף טרייעל, אבער מיט א פלי-דיעל קען מען באקומען א גאר קורצע טורמע טערמין, און לויט די ארטיגע געזעץ קען מען אין אזא פאל זיך אויסלייזן מיט א גרויסע סומע געלט, און אינגאנצן פטור ווערן פון דארפן זיצן אין תפיסה.

אין לויף פון די ערשטע דריי חדשים, זענען מיר נישט געווען אליינס אינוואלווד און האבן נישט פערזענליך מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אין דעם קעיס, וויבאלד ס'איז געווען פיל אנדערע פעולות וואס האבן געדארפט אויסגעפירט ווערן און האבן אונז געהאלטן פארנומען פאר לאנגע חדשים ממש אן קיין אפשטעל, און מיר האבן דעריבער נישט געהאט די מעגליכקייט זיך אפצוגעבן און באגלייטן די דאזיגע קעיס פונעם לב טהור עסקן.

מיט בערך א חודש צוריק, נאכדעם וואס די וואסערן האבן זיך צוביסלעך געזעצט און די שווערע ארבעט האט אנגעהויבן אביסל נאכלאזן, האבן מיר זיך אוועקגעזעצט מיט דעם לויער וואס האט געארבעט אויף די קעיס פון דעם לב טהור עסקן, צו הערן די אנטוויקלונגען פון די לעצטערע חדשים וואס מ'האט אלס געקענט יא אדער נישט אויפטוהן לטובת דעם יונגערמאן. אבער צו אונזער טאטאלע שאק, האט דער לויער איבערגעגעבן גאר א שווארצע באריכט פון די פארגאנגענע חדשים, אז נישט נאר וואס מ'האט ממש גארנישט אויפגעטוהן און אלע אפיעלס לטובת דעם יונגערמאן האבן נישט מצליח געווען, נאר ניטאמאל האט עס דער באשטימטער ריכטער אויפן קעיס אפגעווארפן און צוריקגעוויזן, נאר ער האט פשוט גענצליך איגנארירט און זיך נישט וואוסנדיג געמאכט פון די אלע אפיעלס וואס מ'האט אריינגעגעבן! די פארשידענע אפיעלס האבן אריינגענומען צווישן אנדערע א פארלאנג צו באקומען ערלויבעניש צו גיין צום אמעריקאנע אמבאסאדע צו מאכן א גרין קארד פאר זיין פאמיליע - א פראצעדור וואס קען נעמען היבש לאנג, און דעריבער האט ער געוואלט ווי פריער עפלייען אז ווען ער וועט שוין קענען ארויספארן פון גואטעמאלא זאל ער נישט דעמאלטס דארפן פון פריש ווארטן אויף א גרין קארד. ווי אויך האט דער לויער געבעטן פונעם ריכטער אויסצוברייטערן די געצוימטע שטח וואו דער יונגערמאן האט זיך געמעגט געפינען אונטער די בעיל רעגולאציעס, צוליב דעם וואס די ארגינעלע דעזיגנירטע ארט איז געווען גאר א אוממענטשליכע ארט זיך אויפצוהאלטן, און דעריבער האט דער לויער געבעטן צו פארברייטערן די ערלויבטע שטח אז ער זאל זיך קענען געפינען אין נארמאלע באדינגונגען.

און אין נאך א שארפערע שריט מצד דעם ריכטער, האט ער צוריקגעוויזן סיי וועלכע פרואוו פונעם לויער זיך צו טרעפן מיט אים פערזענליך, ארויס פון די אפיציעלע געריכט שעה'ן - עפעס וואס יעדער לויער טוהט כסדר ווען מ'טרעפט זיך מיט ריכטער אויסצושמועסן דעטאלן איבער קעיסעס וואס זענען אקטיוו, אבער דער ריכטער האט אין דעם פאל בשום אופן נישט געוואלט איינשטימען זיך צו טרעפן מיט דעם יונגערמאן'ס לויער, נאר בלויז זיין סעקרעטאר האט ער ערלויבט צו האנדלען מיטן לויער.

נאכדעם וואס מיר האבן דאס אלעס געהערט, און נאכדעם וואס דער לויער האט קלאר געמאכט פאר די עסקנים אז אין זיין לאנגיעריגע ערפארונג אין דעם פעלד האט ער נאך אזאנס נישט באגעגנט, האבן מיר אנגעהויבן מאכן ערנסטע אויספארשונגען דורך פארשידענע פארבינדעטע קשרים, צו דערגרינטעווען און דערגיין וואס ס'ליגט באגראבן אונטער דעם מאדנעם פאסירונג. נאכן פארשן און נאכגיין אלע אינפארמאציע וואס מיר האבן ערהאלטן ארום דעם קעיס, איז קלאר געווארן אז דער ריכטער אויף דעם ספעציפישן קעיס קומט פון די געגנט אין Santa Rosa, א געגענט וואס איז דורכגעפוילט מיט טיפע קארופציע ביי אלע לאקאלע באאמטע פון אונטן ביז אויבן, נאכדעם וואס לב טהור פלעגט אונטערקויפן אלע ארטיגע באהערדע, און ווי באקאנט האט די פאליציי עטליכע מאל פרובירט איבערצופאלן די לב טהור שטעטל אומערפאלגרייך, צוליב דעם וואס די אויטאריטעטן פלעגן פארציילן פאר לב טהור פון פאראויס אז ס'גייט קומען א איבערפאל און אז זיי זאלן זיך קענען באווארענען, און טאקע נאר ביי די לעצטע און סוקסעפולע אבלאווע איז ענדגילטיג אויפגעבראכן געווארן די לב טהור רינג בלויז צוליב דעם וואס די העכערע פאליציי דעפארטמענט האט דורכגעפירט דעם איבערפאל, און ביי זיי האט לב טהור נישט געהאט קיין אונטערגעקויפטע באאמטע. און דער דאזיגער ריכטער אויפן קעיס פון דעם לב טהור עסקן, איז אויך געקומען פונעם זעלבן געגענט, און איז דעריבער אויך פארשטייט זיך געווען אונטערגעקויפט דורך די לב טהור לויער וואס איז געשטאנען אונטער די אלע נאכאנאנדע מיסטעריעזע פירונגען פונעם ריכטער קעגן דעם יונגערמאן'ס לויער.

אבער דא שטעלט זיך די מיליאן דאללער'דיגע קשיא; ווער איז דער אמת'ער אנדרייער וואס באפעלט די לב טהור לויער זאל זיך אזוי שלאגן און פרובירן צו באקעמפן די פרואוון פון דעם יונגערמאן צו באקומען א פלי-דיעל? נאך גאר איבערמידליכע אינטענסיווע פארשונגען צו אנטדעקן די שליח און ידא אריכתא וואס שטייט אונטער די גאנצע סומאטוכע און הייסט דעם לב טהור לויער זאל שטערן דעם יונגערמאן'ס באפרייאונג דורכן נאכאנאנד אונטערקויפן דעם ריכטער, איז אנטדעקט געווארן, אז דער יעניגער איז גאר יואל גאלדמאן (במ"א), איינע פון די הנהלה מיטגלידער, און ער איז אויך אנגעקלאגט געווארן אינעם זעלבן קלאגע וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן קעגן דעם געוועזענעם לב טהור עסקן. און היות ווי באקאנט איז אין לב טהור א יעדע זאך א מלחמה, מ'וועט זיך קיינמאל נישט אונטערגעבן אדער מודה זיין אויף סיי וועלכע פארברעכן, נאר קעמפן און זיך שלאגן אן אויפהער, ממילא איז דער יואל גאלדמאן געווען גאר ברוגז אויף דעם געוועזענעם עסקן פון לב טהור, סיי פארן זיין דער ערשטער פאררעטער צו דעפעקטירן פון לב טהור און ארבעטן מיט אונז עסקנים, און סיי פארן וועלן איינגיין אויף א פלי-דיעל מיט די פראסעקיוטערס, וואס דאס באדייט זיך ברעכן און מודה זיין אין די פארברעכנס פון לב טהור, און דאס איז עפעס וואס ער האט געוואלט פארמיידן פאר יעדן פרייז, און דעריבער האט ער אונטערגענומען דעם אגרעסיווער קאמפיין צו שטערן דעם יונגערמאן צוזאמען מיט זיין לויער פון צו קענען עררייכן א גרינגע פלי-דיעל, כדי ער זאל מוזן גיין אויף טרייעל, און סיי אז אלע אנדערע אפיעלס לטובתו זאל נישט אנגענומען ווערן אויף קיין שום פאל.

נאך די דאזיגע שאקירנדע אנטדעקונג, האבן מיר זיך צוזאמגעזעצט מיט די לויערס און מטכס עצה געווען וואס מ'קען טוהן כדי צו קענען איבערקומען די דאזיגע שטרויכלונג און קענען פאראויסרוקן די באפרייאונג פון דעם יונגערמאן.

פארשטייט זיך אז צוערשט האט מען פרובירט צו ווארענען און בעטן יואל גאלדמאן אליינס מיט גוטן און מיט בייזן אז ער זאל אפטרעטן, אבער אלע בקשות און ווארענונגען זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, און ס'איז געווען קלאר אז דורך דעם וועג וועט מען זיכער נישט אנקומען. דעריבער האט מען געמוזט אנהויבן נעמען אין באטראכט פארשידענע מהלכים וויאזוי אליינס צו קענען איבערהיפן דעם ברענענדיגן פראבלעם און געווינען דעם קאמף.

די ערשטע אפציע אויפן טיש איז געווען צו אריינגעבן א פארלאנג פאר דעם באטרעפנדן אונטערגעקויפטן ריכטער זעלבסט, אז ער זאל זיך אפזאגן פון דעם קעיס, מיט די טענה אז ער איז אונטערגעקויפט אז ער זאל אורטיילן קעגן דעם יונגערמאן, און דעריבער איז ער נישט בארעכטיגט אנצופירן מיט דעם קעיס. אבער ווי ערווארטעט האט דער ריכטער אפגעווארפן די פארלאנג און זיך אנטזאגט אפצוטרעטן פון דעם קעיס, און האט קלארגעשטעלט אז ער וועט ווייטער פארבלייבן פארפיגן אויף דעם קעיס.

די צווייטע אפציע דערנאך איז געווען אריינצוגעבן אן אפיציעלע באקלאגעניש צו א העכערן געריכט צו פארלאנגען אז דער ריכטער מוז ווערן אפגעזאגט פון דעם קעיס. אבער נאכן רעדן מיט די פראפעסיאנאלן אין דעם פעלד האבן זיי קלאר געמאכט אז צו געווינען אזא קלאגע און דאס קענען אויספירן קען געדויערן אפילו יארן, און דאס איז נישט קיין רעאליסטישע לעזונג צו נעמען אין באטראכט.

אין די לעצטע פרואוו צו פרובירן באאיינפלוסן יואל גאלדמאן אז ער זאל זיך ברעכן און אויפהערן אונטערלייגן פיסלעך, האבן מיר זיך פארבינדן מיט מערערע לב טהור פארבינדעטע אז זיי זאלן פרובירן צו טוהן וואס זיי קענען אפצושטעלן זיינע אקטיוויטעטן, אבער אלע פון זיי איינס ביי איינס האבן געענטפערט אז זיי האבן נישט קיין השפעה אויף אים און פארמאגן נישט די מעגליכקייט אים אפצושטעלן מיט גוטן אדער מיט בייזן.

ביי דעם פונקט דארף ארויסגעברענגט ווערן א באזונדערע יישר כח און דאנק פון טיפן הארץ פאר דער געטרייער מסירות נפש עסקן, הצדיק ר' אלעזר אבא זילבערשטיין הי"ו (וואס ארבעט צוזאמען האנט ביי האנט מיט העסקן הצדיק ר' שמעון ישראל פאזען הי"ו), וואס איך האב זיך פארבינדן מיט אים מערערע מאל צו בעטן הילף אפצושטעלן יואל גאלדמאן פון זיינע שרעקליכע מעשים, און ער האט אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות משפיע צו זיין אויף די לב טהור פארבינדעטע אז זיי זאלן לייגן דרוק און אים אפשטעלן, אבער ליידער האט ער איינגעשטימט אז די טויערן זענען פארשלאסן, יואל גאלדמאן וויל נישט הערן פון גארנישט, און ס'איז נישטא מער וואס צו טוהן אויף דעם פראנט.

נאך די אלע באמיאונגען און שתדלנות וואס האבן נישט געברענגט קיין רעזולטאטן, האבן מיר זיך ווידעראמאל צוזאמגעזעצט פאר א דרינגענדע מיטינג מיט די לויערס, צו זעהן וואסערע אפציעס עס זענען נאך פארבליבן צו ראטעווען דעם קעיס, און נאכן איבערגיין אלע פרטים און אנטוויקלונגען אין די פארלאפענע וואכן ווען מ'האט פרובירט אויף אלע אופנים זיך צו רוקן פאראויס, אבער ליידער אומערפאלגרייך, האבן די לויערס אומצוויידייטיג קלארגעשטעלט, אז די איינציגסטע אפציע וואס איז נאך פארבליבן אויפן טיש, און איז עפעס וואס וועט ווארשיינליך יא מצליח זיין און איבערקומען אלע פראבלעמען, איז דורך דעם וואס דער יונגערמאן וועט איינגיין צו מאכן א דיעל מיט די פראסעקיוטערס, אז אין אויסטויש פארן צושטעלן אינפארמאציע איבער פארשידענע לב טהור אקטיוויטעטן וואס די פראסעקיוטערס ווילן באקומען, וועלן זיי ארויסווארפן אלע קלאגעס קעגן דעם יונגערמאן. און אין אזא פאל זענען די ריכטער'ס הענט געבינדן און ער קען נישט ארויפלייגן קיין שום צוימונגען אויף דעם אנגעקלאגטן אפילו פאר איין טאג, וויבאלד איינמאל די פראסעקיוטערס דערקלערן אז זיי ווארפן ארויס אלע קלאגעס, איז דער אנגעקלאגטער אויטאמאטיש ריינגעוואשן און איז א פרייער מענטש, און די ריכטער האט נישט די מעגליכקייט דאס צו אפווארפן.

נאך די דאזיגע אנטוויקלונג, ווען מיר האבן געדארפט אנערקענען די ווייטאגליכע רעאליטעט, האבן מיר תיכף אנגערופן די רבנים וועלכע באגלייטן די גאנצע פרשה שוין פון אנהייב, און האבן באגלייט אלע פעולות ביז היינט לכל אורך הדרך, און מיר האבן זיי איבערגעגעבן א באריכט מיט די פונקטליכע מציאות הדברים מיט אלע דעטאלן, און אנגעפרעגט את המעשה אשר יעשון אין אזא סיטואציע. זעלבסטפארשטענדליך אז די חשוב'ע רבנים האבן דאס נישט גענומען פאר לייכט, נאר ערנסט אנגעהויבן דורכטוהן די גאנצע נושא מהחל ועד כלה, און זיי האבן פארשטייט זיך פארלאנגט פון די עסקנים און די לויערס אלע באווייזן און פרטים פארבינדן צום קעיס, בכדי צו פעסטשטעלן די לעגיטימיטעט פון די געשיכטע מיט אלע אירע פרטים ופרטי פרטים.

איינמאל די רבנים האבן באקומען א קלארע בילד און פעסגעשטעלט מיט א זיכערקייט די מציאות וואס דא קומט פאר, אז דער געוועזענער לב טהור עסקן וועט קענען גענצליך אויסמיידן תפיסה דורך א פלי-דיעל, און אז צוליב די אינטערווענץ פון יואל גאלדמאן וואס מאכט זיכער צו שטערן די פלענער וועט ער מוזן גיין אויף טרייעל, און אז די איינציגסטע וועג ארויס אז דער יונגערמאן זאל זיך קענען ראטעווען איז נאר דורכ'ן מאכן א דיעל מיט די פראסעקיוטערס, ממילא באדייט דאס אז יואל גאלדמאן האט א קלארע דין רודף מיטן גורם זיין אז א אידיש קינד זאל דארפן זיצן אין תפיסה, און היות ער וויל זיך בשום אופן נישט ברעכן און אויפגעבן דעם קאמף, און די איינציגסטע וועג פאר דעם יונגערמאן זיך צו ראטעווען איז נאר דורך דעם דיעל מיט די פראסעקיוטערס, ממילא איז דער יונגערמאן ע"פ הלכה בארעכטיגט איינצוגיין אויף דעם דיעל, וויבאלד דאס איז די איינציגסטע מהלך זיך צו קענען ראטעווען פון דארפן שמאכטן אין טורמע.

אין די זעלבע צייט דארף ארויסגעברענגט ווערן, אז חיים צבי מלכא האט נישט דאס מינדעסטע שייכות מיט די גאנצע פרשה קעגן דעם יונגערמאן, אדרבה, ער העלפט גאר שטארק ארויס די עסקנים אין די לעצטערע חדשים מיט פילצאליגע פעולות ארויסצוהעלפן דאס ארויסראטעווען די לב טהור משפחות, ממילא ארבעטן מיר אויף אלע פראנטן אים ארויסצוהעלפן זיך ארויסצוזעהן פון זיינע קלאגעס.

נאך א נקודה. אידן פרעגן וועגן די מצב אין די שעלטערס, אויב די קלאגעס גייען נאך אן. וויל איך אייך זאגן, אז איך בין די וואך געווען אין גואטעמאלא, און כ'האב גערעדט צו די מענעדזשער וואס פארפיגט אויף די שעלטער, און ער האט מיר מיטגעטיילט, אז שוין זייט פסח לאזט מען נישט אריין צו די קינדער אין די שעלטערס, אלעס צוליב די אומאויפהערליכע פאלשע קלאגעס וואס ווערט אנגעפירט טאקע דורך דער זעלבער יואל גאלדמאן, אלס טייל פון זיין אגרעסיווע קאמף מיט די גואטעמאלא רעגירונג אויף פילע פראנטן, און די וואך אליינס איז אריינגעגעבן געווארן א פרישע קלאגע. און פאר ווער עס וויל דאס לייקענען קען איך ליידער ווייזן עטליכע קלארע דאקומענטן איבער די קלאגעס אריינגעגעבן אין די לעצטע צוויי וואכן אליינס!

ולד' הישועה.

הק' יואל יהושע העשיל בלום
שרייב פאוסט