גראד צום זאך האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 08, 2025 11:22 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 08, 2025 10:21 pm
קוקט אויס ווי די הנהלה וואס האט שוין אביסל מיט געארבעט מיט עסקנים האבן צוריק געצויגן,
א פרישע קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן אנקעגן 2 פון די הנהלהIMG_20250708_222007_639.jpg
וועלכע דיין האט יעצט געגעבן די היתר צו ווייטער אנגיין מיט קלאגעס, מסירות
יעדע זאך האט א סוף
איך וועל זאגן די אמת, בעצם האב איך מיר איינגעהאלטן פון זיך אנרופן די לעצטע עטליכע חדשים, צוליב וואס איך האב געהאלטן אויף אסאך וואס איך האב געהאט צוצולייגן צום שמועס אז ס'איז א בחינה פון אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר, במילא האב איך גענוצט די כלל פון שב ואל תעשה.
ס'איז געווען עטליכע מאל וואס מ'האט געפרעגט ווען ס'איז ארויפגעקומען די מציאות אז די עסקנים לייגן קלאגעס אויף געוויסע אידן, היתכן ווער געבט זיי די רעדט וכו'? האבן זיי א היתר פון א רב וכדו'?
איך מצידי האב נישט געזעהן אין דעם קיין קשיא, ווייל איך האב פארשטאנען אז ס'איז דא גיידליינס וואס מ'האט באקומען פון די רבנים און מ'גייט לויט דעם, אין ווי ווייט איך קען [נישט גענוג] הרב יהושע העשיל בלום שליט"א און מו"ה אברהם גרינהוט הי"ו זענען נישט קיין מענטשן וואס וועלן אליינס אריינלייגן א איד אין חד גדיא אן קיין הוראה פון א דעת תורה, במילא קען מען אנעמען אז דאס אלעס גייט לויט די כלליות'דיגע הוראות וואס מ'האט באקומען פון די רבנים.
דאס האט געמאכט אפילו איך האב געהאלטן אז ס'איז מאדנע יעדע מאל איבער צופרעגן ווי האט מען רעכט וכדו', ווייל יעדער פארשטייט אז ס'איז דא רבנים וואס ווערן געפרעגט, און יעדער קען זיי פרעגן, אבער היות איך האב פארשטאנען אז ס'איז סך הכל א כלליות'דיגע פסק און במילא ליגט עס נאכאלץ אין די שיקול הדעת פון די עסקנים, במילא פרעגט מען די שאלות.
למעשה אינה ה' לידי אז איך בין געווארן אביסל באהאווענט מיט א געוויסע רב וואס טוט אביסל אין אוועקשטעלן אינגעלייט נאכן ארויסקומען פון דארט, און איך האב מיטגעהאלטן [בכלי שני] ווי געוויסע פון די הנהלה האבן פראבירט צו טעראזירן א קאפל וואס איז ארויס א זמן פריער דורכן טעלעפאון [כמדומה רעדט מען פון דעם אויף די רעקארדינג געברענגט פריערדיגע וואך - חוץ אויב ס'איז געווען מערערע מעשיות], על כל פנים די רב האט גערופן הרב יהושע העשיל שליט"א און פארלאנגט צו לייגן א קלאגע אויף דער רופער, האט הרב יהושע העשיל שליט"א געפרעגט אויב ער מעג קודם ווארענען דער וואס האט עס געטוען אז אויב ער וועט ממשיך זיין וועט מען אים אנקלאגן, אין די רב האט מסכים געווען.
עטס הערטס, א רב רופט און פארלאנגט א קלאגע, און הרב יהושע העשיל שליט"א בעט אויב מ'קען אים קודם סטראשענען ווייל לכאורה וועט עס העלפן די זעלבע.
אידן יעדע איינציגסטע זאך וואס ווערט געטוען האט די הוראה פון רבנים, פארוועם ס'איז נוגע - און ס'איז לטובת הענין - קען מען מברר זיין די פרטים, ווער ס'האט סיי וועלכע משא ומתן מיט די ענין זעהט דאס בחוש.