סא יעצט לאמיר מאכן א סך הכל אין פלעין אידיש:שלום ומישור האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 04, 2025 11:41 amבבחינת ענים להם ולא יראו.....פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 3:58 pmליין אפ די צוויי אורטיילן און צייג מיר די חילוק... וואו שטייט די חידוש פון יהוסף אז מען האט דעמאלט יא און יעצט נישט געקענט הייסן ארויסנעמען פונעם מוסד?Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 3:04 pm @פ. לאקס איך קען נישט אזוי גוט אלע אינסייד דיטעילס דא אבער וואס יהוסף שווארץ זאגט אינעם אינטערוויו איז, אז לויט די אפעלאט דעוויזשן האט די סטעיט געקענט הייסן ארויסנעמען קינדער פונעם מוסד, משא"כ לויט די קאורט אף אפיעלס קען עס די סטעיט מער נישט טאן. ווייל זייער שפראך איז די זעלבע ווי ריבא אז די קינדער קענען בלייבן לערנען אינעם מוסד, נאר אנשטאט זאגן די ריבא שפראך אז די סטעיט קען נישט פארמאכן די מוסד זאגן זיי עס אויף א נייע שפראך אז די סטעיט האט עס קיינמאל נישט געטון.
מיר וועלן דאס איבערטייטשן אין פלעין אידיש
די אפאלעט קארט:
דאס אז א סקול פארלירט די סטאטוס פון סאבסטענשול עקוויוועלנט, מיינט נישט אז די סקול דארף זיך צומאכן, די סקול אין פאקט מעג ממשיך זיין צו פונקציונירען, און צושטעלען א געוויסע פארמאט פון שיעורים
די עדויקעישן געזעץ און די רעגולשעישן האלט נישט אפ די עלטערען די רשות פון איינשרייבען זייערע קינדער אין קיין שום עקסטערע קריקולעם שיעורים, אדער אקטיוועטיס, וואס קען זיין בייהילפיג פאר די קינד, גארנישט אין די רעגולעישן האלט אפ די קינדער פון זיין איינגעשריבען אין אזעלעכע מיני אינסטיטושנס
און צוגאב צו דעם, עס איז זייער קלאר אז די קאמישענער'ס רעכטען צו קענען באשלוסן אויף א סקול וואס מ'איז יעצט דא דן, איז ספעיצעיל פאר אזעלעכע סקולס וואס האבן א לאנגע טאג אין סקול, ארייננמענדיג א פולע טאג אין סקול פאר די מערסטע סקול טעג
(הג"ה שלי: די ריכטער צייכענט צו, צו די סעיף פון די פעלדער אמענמענט אין די עדויקעישן געזעץ, וואס ברענגט ארויס, אז אידישע סקולס זענען סקולס וואס האבן א לאנגע און פולע טאג)
די פראבלעים און די נישט פארשטיין דאס, קומט פון נישט גוט ארויסהאבן די צייט פראבלעים
א קינד אנטיילנעמען אין א אינסטיטוט וואס האט א פולע און לאנגע צייט אפשניט פאר די טאג, און די לימודים קומען נישט נאך די סובסטענשול עקווילענט לימודים, קען נישט ווי ס'דארף צו זיין משלים זיין די איביריגע לימודים אין די איבריגע שעות וואס בלייבט איבער פון די וואך
ע"כ פון די אפאלעט קארט
צו זיין קלאר פאר ווער עס ווייסט נישט: די עדויקעישן געזעץ פארלאנגט אז א קינד מוז זיין אינגעשריבען אין א סעטינג וואס גייט אים נאכקומען די פארלאנגעלטע לימודים, און דאס קען זיין אדער דורך פובליק סקול אנער פריוואטע סקול אדער האום סקולינג, אז נישט הייסט די קינד עבסענט פון סקול
סוי לאמיר מאכן די קאלקולעישן
1) א קינד מוז זיין איינגעשריבען אין א סקול סעטינג וואס קומט נאך די לימודים
2) אין אזא סקול קען מען זיין איינגעשריבען פאר עקסטערע לימודים און אקטויוועטיס
3) א קינד וואס נעמט אנטייל אין די לימודים פון א לאנגע און פולע אידישע סקול טאג, קען נישט משלים זיין די לימודים די איבריגע שעות
סך הכל:
די ענד ריזאלט פון דאס אלעס איז, אז א לויט די אפאלעט קארט א קינד קען זיין איינגעשריבען פאר עקסטערע לימודים איו אזא סקול
אבער קען נישט זיין איינגעשריבען אין אזא סקול פאר א גאנצען טאג
ווייל ווי געזאגט א קינד וואס נעמט אנטייל א פולע און גאנצע טאג אין אזא מוסד וואס איז געטראפן געווארן נישט עקווילענט, איז נישטא קיין וועג ווי אזוי די קינד זאל נאך קענען נאכקומען די פארלאנגעטע לימודים, און איז אויטעמאטיש אויסגעשטעלט צו גרויסע שטראפן ח"ו
וואס דאס מיינט און אידיש גערעדט, אז א קינד וועט נישט קענען גיין אין אזא חדר
דאס איז לויט די אפאלעט קארט
די ישועה וואס איז געקומען נאך די קארט אוו אפעילס וועט נאכקומען
לויט די אפעלאט דעוויזיע דארף א קינד זיין איינגעשריבן אין אן "עדיוקעישאנעל סעטינג".
לויט די אפעלאט דעוויזיע איז גיין איז א נאן-עקוויווילענט מוסד נישט אן "עדיוקעישאנעל סעטינג".
לויט די אפעלאט דעוויזיע הייסט דאס נישט פארמאכט א שולע ווייל עס קען ווייטער פונקציאנירן און קינדער קענען ווייטער אהין גיין פאר די איבריגע לימודים "אויסער" זייער עדיוקעישאנעל סענטינג.
סך הכל פון די אפעלאט דעוויזיע איז אז מען קען ווייטער גיין אין דעם חדר, סך הכל דארף מען אויך זיין ענראלד אין אן עדיוקעישאנעל סעטינג (דאס איז דאך די סיבה פארוואס עס הייסט נישט פארמאכט די סקול).
זיי לייגן צו א שורה אז דער ריכטער וואס האלט פארקערט אז א קינד דארף נישט זיין ענראללד אין א באזונדערע עדיוקעישאנעל סעטינג, נאר קען לערנען אינעם מוסד וואס ער לערנט און דארף משלים זיין, זאגן זיי אז א "פראקטישע" (נישט לעגאלע) סיבה פארוואס דאס איז נישט שייך איז ווייל אין די ספעציפישע מוסדות לערנט מען צופיל שעות צו ערלויבן אזא מהלך, און עס איז ממש נישט שייך במציאות.
אבער די אורטייל איז נישט געבינדן צו בלויז מוסדות וואס לערנען לאנג, און די סיבה פאר זייער אורטייל איז נישט ווייל עס איז נישט דא ווען משלים צו זיין, זיי זאגן דאך קלאר אז בעצם אין טעאריע לאזן זיי בלייבן אין דעם מוסד, סך הכל דארפסטו אויך האבן אן עדיוקעישאנעל סעטינג, און עס איז נישט דא גענוג שעות אין וואך צו ערמעגליכן א באזונדערע עדיוקעישאנעל סעטינג.
די קאורט אוו אפיעלס האט אויך געזאגט אז א קינד דארף זיין איינגעשריבן אין אן "עדיוקעישאנעל סעטינג".
לויט די קאורט אוו אפיעלס איז גיין איז א נאן-עקוויווילענט מוסד אויך נישט אן "עדיוקעישאנעל סעטינג".
לויט די קאורט אוו אפיעלס הייסט דאס אויך נישט פארמאכט א שולע ווייל עס קען ווייטער פונקציאנירן און קינדער קענען ווייטער אהין גיין פאר די איבריגע לימודים "אויסער" זייער עדיוקעישאנעל סענטינג.
יעצט וואס איז די חילוק?