רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 649

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך איטשע »

יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:33 pm
איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:23 pm
יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:18 pm אויך האבן צדיקים מגלה געווען א נייעם ענין וואס הייסט תיקני נשמת ישראל אז א צדיק האט א כח מתקן צו זיין נשמות דורך דעם וואס מען איז זיך מדבק און מען איז זיך מבטל פאר אים, עס א טיפער ענין אבער א חלק פון חסידות איז גיווען צו זיין דבוק צו א צדיק, אויסער וואס מען דארף א רב א דיין און א רבי
וואס איז די חילוק צווישן א צדיק, און א רב/ דיין/ רבי?
א רב איז דא און א שטאט א דיין פרעגט מען שאלות א רבי לערענט אויס א דרך און עבדות ה' און א צדיק איז פון די וואס דא ווייניג
טאטעלי ראנג!!! א רב מיט א דיין זענען געמאכט צו פרעגן הלכה שאלות, א רבי איז א "לעבעדיגע צדיק" וואס יעדע מענטש דארף נעמען און זיין מקושר!

מיט א נישט לעבעדיגע צדיק איז נישט מעגליך צו זיין מקושר, ער פארלאנגט גארנישט...
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך יום טוב שני »

איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:39 pm
יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:33 pm
איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:23 pm

וואס איז די חילוק צווישן א צדיק, און א רב/ דיין/ רבי?
א רב איז דא און א שטאט א דיין פרעגט מען שאלות א רבי לערענט אויס א דרך און עבדות ה' און א צדיק איז פון די וואס דא ווייניג
טאטעלי ראנג!!! א רב מיט א דיין זענען געמאכט צו פרעגן הלכה שאלות, א רבי איז א "לעבעדיגע צדיק" וואס יעדע מענטש דארף נעמען און זיין מקושר!

מיט א נישט לעבעדיגע צדיק איז נישט מעגליך צו זיין מקושר, ער פארלאנגט גארנישט...
וואס האט א צדיק מיט פארלאנגען? פארדעם איז א רב אדער א רבי
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 306
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 649

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך איטשע »

יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:42 pm
איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:39 pm
יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:33 pm

א רב איז דא און א שטאט א דיין פרעגט מען שאלות א רבי לערענט אויס א דרך און עבדות ה' און א צדיק איז פון די וואס דא ווייניג
טאטעלי ראנג!!! א רב מיט א דיין זענען געמאכט צו פרעגן הלכה שאלות, א רבי איז א "לעבעדיגע צדיק" וואס יעדע מענטש דארף נעמען און זיין מקושר!

מיט א נישט לעבעדיגע צדיק איז נישט מעגליך צו זיין מקושר, ער פארלאנגט גארנישט...
וואס האט א צדיק מיט פארלאנגען? פארדעם איז א רב אדער א רבי
ניין, א רב און דיין פרעגט מען הלכה שאלות, פון א רבי פרעגט מען השקפה שאלות, און אזוי אויך פארלאנגט ער זאכן אין עבודת השם, און דורך דעם ווערט מען מקושר צו איהם,

א צדיק וואס לעבט נישט, כאטשיג מ'קען טון זיין רצון נאכדעם וואס ער לעבט נישט, דאך איז ער נישט אין די היינטיגע דור און קען נישט פארלאנגן זאכן וואס איז נוגע היינטיגע צייטן, זיין מקושר טייטש צו א לעבעדיגע צדיק
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך יום טוב שני »

איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:48 pm
יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:42 pm
איטשע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:39 pm

טאטעלי ראנג!!! א רב מיט א דיין זענען געמאכט צו פרעגן הלכה שאלות, א רבי איז א "לעבעדיגע צדיק" וואס יעדע מענטש דארף נעמען און זיין מקושר!

מיט א נישט לעבעדיגע צדיק איז נישט מעגליך צו זיין מקושר, ער פארלאנגט גארנישט...
וואס האט א צדיק מיט פארלאנגען? פארדעם איז א רב אדער א רבי
ניין, א רב און דיין פרעגט מען הלכה שאלות, פון א רבי פרעגט מען השקפה שאלות, און אזוי אויך פארלאנגט ער זאכן אין עבודת השם, און דורך דעם ווערט מען מקושר צו איהם,

א צדיק וואס לעבט נישט, כאטשיג מ'קען טון זיין רצון נאכדעם וואס ער לעבט נישט, דאך איז ער נישט אין די היינטיגע דור און קען נישט פארלאנגן זאכן וואס איז נוגע היינטיגע צייטן, מקושר טייטש צו א לעבעדיגע צדיק
אלע רביס פלעגן לערנען אז מען זאל זיך מקשר זיין מיט פריערדיגע צדיקים לערנען זייערע ספרים צונדען ליכט גיין צו קברים, און תפארת שלמה, און ערבי נחל, און נאך אסאך ספרים אפגערעדט פון ארי הקדוש ווערט געברענגט דעם ענין פון זיך מקשר זיין צו פריערדיגע צדיקים, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחיהם, שפתותיו דובבות, ועוד
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 367

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך צווייטער »

יישר כח @יום טוב שני

פשוטע יסודי החסידות, באלד גייט דא איינער ציטירן א נפש החיים...
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך יום טוב שני »

:D :D
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:03 pm יישר כח @יום טוב שני

פשוטע יסודי החסידות, באלד גייט דא איינער ציטירן א נפש החיים...
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 506

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך צייטווייליג »

יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:29 pm פארוואס שרייב איך עס , וויל מען קען אסאך מאל הערן ווי מען פרעגט כאילו אפ חסידישע דרכים און ענינים, מיט א רבינו יונה אדער אנדערע מוסר ספרים אדער ראשונים, דרך הבע"ש איז א נייע דרך און אלע זיינע תלמידים זענען געווען צדיקי אמת "" מען קען זיך ראויג פארלאזן אויף די צדיקים, זיי דארפן זיך נישט פארענטפערן און מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן פארן גלייבן און גיין בתמימות ופשיטות און זייער וועג""
דא שטייט לדעתי געוואגטע ווערטער וואס דארף ווערן געמאסטן און געוואויגן וויאזוי דאס צו לערנען און אנקוקן.

מסורת ישראל איז די יסוד היהדות און די קבלה דור אחר פשוטע תורת הנגלה וואס אלע גדולי עולם האבן אליינס געלערנט און מנחיל געווען מדור לדור פון מעמד הר סיני, אט דאס איז דער יסוד היסודות וואס דעפינירט א איד און זיינע חיובים און גלויבונגען.

וואס באדייט א צדיק אין פאל וואס ע”פ נגלה איז ער א פשוטער מענטש? וויאזוי צו נעמען אומפארשטענדליכע דיבורים פון א צדיק? וויאזוי צו קוקן אויף מחלוקת פון צדיקים, קעגנגעזעצטע מיינונגען מקצה אל הקצה? וויאזוי צו נעמען ווערטער פון צדיקים אין די געציילטע פעלער וואס סאיז בהכרח נישט אין איינקלאנג מיט די פריערדיגע ראשונים? דאס אלעס איז א גאר דעליקאטע נושא, און כללים וועלכע טראסקענען אוועק אונזערע אלע פריערדיגע רבי’ס און זייער מסורה ביז מעמד הר סיני איז נישט זייער הילפבאר.. אויב עפעס אזא שניט ברענגט צו אסאך שווערערע תמיהות און פאטענציאלע חורבנות ברוחניות.

הכו”ח צייטווייליג ד”ע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך נקודות טובות »

צווייטער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:23 pm ס'איז א מציאות אז ס'דא א געוויסע פראצענט אידן וואס פארן אויף אומאן "פאר פאן"? יא.

איך מיין אז 'נאר צו זיי' רעדט ער דא. נישט צו חסידי ברסלב, חסידי רבי נחמן וחסידי תלמידיו.

ער קען טאקע זאגן די זעלבע דרשה ערב ל"ג בעומר. נאר העפפען טו בי אז אומאן געפאלט אין א טאג ווי ""ראש השנה"", ממילא איז די פראבלעם פון 'הפקירות בשם הצדיקים' טויזנט מאל מער אקטועל.
כ'קען זיך נישט איינהאלטן

וואו שטייט אז מ'טאר נישט האבן ראש השנה פאן? אפשר איז יענער שוין מיד פון די חיצוניות'דיגער פחד וואס הערשט אין...??

ועל כולם טרעף מיר איין איד וואס איז געפארן פאר פאן און נישט סוכ”ס געהאט אן אמת'ע הרהור תשובה ביים זאגן די תיקון הכללי.

עס שטייט אין ערגעץ נישט אז מען טאר נישט האבן קיין פאן.
אבער ווער עס גלייבט באמת אז ספרי חיים וספרי מתים זענען אפען, דעם גליסט נישט קיין פאן ראש השנה. (פארוואס זאגט מען נישט קיין הלל ראש השנה?)
דו ווילסט עס רופן חצוניתדיגע פחד, ווייל דו פארנעמסט נישט די פרעשור פונעם יום הדין. יא יום הדין איז פרעשור!
א ודאי נאר מיט א שמחה און מיט אמונה, אבער פארט איז עס א יום הדין.
שטייט טאקע אין פסוק ישמחו השמים ותגל הארץ...מלפני ד' כי בא לשפוט, אבער מיר ווייסען אויך דעם וגילו ברעדה.

בנוגע דעם הרהור תשובה. זאגט שוין די גמרא.
בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין. אז א מענטש פילט שלעכט נאכן טוהן עבירות, לערנט ער נאכדעם א בלאט גמרא כדי זיך צו מוחל זיין די עבירות. און אזוי ארום באקומט די עבירות א ספייס (תבלין) און עס ווערט באטעמ'ט. (אדמו''ר מקלויזנבורג)
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 67

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך בן שמחה »

צייטווייליג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:23 pm
יום טוב שני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:29 pm פארוואס שרייב איך עס , וויל מען קען אסאך מאל הערן ווי מען פרעגט כאילו אפ חסידישע דרכים און ענינים, מיט א רבינו יונה אדער אנדערע מוסר ספרים אדער ראשונים, דרך הבע"ש איז א נייע דרך און אלע זיינע תלמידים זענען געווען צדיקי אמת "" מען קען זיך ראויג פארלאזן אויף די צדיקים, זיי דארפן זיך נישט פארענטפערן און מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן פארן גלייבן און גיין בתמימות ופשיטות און זייער וועג""
דא שטייט לדעתי געוואגטע ווערטער וואס דארף ווערן געמאסטן און געוואויגן וויאזוי דאס צו לערנען און אנקוקן.

מסורת ישראל איז די יסוד היהדות און די קבלה דור אחר פשוטע תורת הנגלה וואס אלע גדולי עולם האבן אליינס געלערנט און מנחיל געווען מדור לדור פון מעמד הר סיני, אט דאס איז דער יסוד היסודות וואס דעפינירט א איד און זיינע חיובים און גלויבונגען.

וואס באדייט א צדיק אין פאל וואס ע”פ נגלה איז ער א פשוטער מענטש? וויאזוי צו נעמען אומפארשטענדליכע דיבורים פון א צדיק? וויאזוי צו קוקן אויף מחלוקת פון צדיקים, קעגנגעזעצטע מיינונגען מקצה אל הקצה? וויאזוי צו נעמען ווערטער פון צדיקים אין די געציילטע פעלער וואס סאיז בהכרח נישט אין איינקלאנג מיט די פריערדיגע ראשונים? דאס אלעס איז א גאר דעליקאטע נושא, און כללים וועלכע טראסקענען אוועק אונזערע אלע פריערדיגע רבי’ס און זייער מסורה ביז מעמד הר סיני איז נישט זייער הילפבאר.. אויב עפעס אזא שניט ברענגט צו אסאך שווערערע תמיהות און פאטענציאלע חורבנות ברוחניות.

הכו”ח צייטווייליג ד”ע
גארנישט מיט חסידות,
די ענין פון צדיקים זאלן טון פאר רשעים שטייט קלאר אין די תורה אנגעהויבן פון אברהם אבינו ביי סדום און בפרט ביי משה רבינו, ביי דוד לגבי אבשלום, ועוד ועוד אין אלע ספה''ק,
אין זוהר שטייט עס גאר שטארק, גראדע אין תיקוני זוהר שטייט אז דאס וואס שטייט אז ''והוא מחולל פשעינו'' גייט ארויף אויף די רעיה מהימנא משה רבינו וואס וועט אין די לעצטע גלות ליידן פאר די בינונים וואס טוען 'נישט' תשובה! און גאר אינטערעסאנט איז אז עס שטייט טאקע לגבי ראש השנה אז ער גייט פועל'ן אז די גאולה זאל נישט זיין ר''ה וואס סאיז שורה דינים וכו' (דף נ''ה ע''א ע''פ מתוק מדבש)

איר זאגט עפעס, אבער לאמיר אייך פרעגן אזוי.

ס'שטייט אין חובת הלבבות אין שער הבטחון אז א ריכטיגער בוטח בה' וועט זיין רואיג אז דער אייבערשטער וועט אים צושיקן פרנסה דארטן ווי ער איז, און ער וועט נישט דארפן אוועקפארן פון דערהיים אין די מרחקים כדי זיך צו שפייזן.

איז באקאנט, און הרה''ג רי''ח גרינוואלד זז''ג זאגט עס אויך אויף די טעיפס, אז די תלמידי בעל שם טוב הק' האבן געהאלטן אז א מענטש דארף צומאל יא אוועקפארן צו די מרחקים, כידוע פירוש הבעש''ט מה' מצעדי גבר כוננו ודרכו יחפץ, אז א מענטש מיינט אז ער גייט פאר זיינע צרכים אבער באמת איז דא סיבות שונות ללקט ניצוצין הק' ווי דער רבש''ע פירט דעם מענטש.

פארוואס דארטן פארשטייסטו בפשטות גמור אז ביי אונז האט מען דעם בעש''ט אנגענומען לכתחילה און מ'מוטשעט זיך ניטאמאל צי פארענטפערן אז ס'זאל שטימען מיטן חובת הלבבות וואס איז פון די ראשונים אשר מפיהם אנו חיים.

איך ווייס אז ס'איז נישט ממש דומה, און בעצם זאגט איר עפעס, אבער ס'איז נישט שווארץ און ווייס

בן שמחה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:03 am

גמרא מפורשת במס' יומא פ''ו יחיד ששב מוחלין לו ולכל העולם כולו.
סוכה דף ? רשב''י יכול לפטור העולם מן הדין, ועיי''ש בגליון הש''ס מרעק''א שמציין שם ברייתא נפלאה באבות דר' נתן.
וכן תמצא הרבה מאוד מאוד מאמרי חז''ל כעין זה נפוצים באגדה ובמדרשים
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך יום טוב שני »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:17 am

די גמרא פרעגט אין מגילה קענען דען נביאים מחדש זיין עפעס און די תורה? ענטפערט די גמרא, שכחום וחוזרם ויסדם, קאן זיין דא אויך אזוי, בדרך אפשר
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך יום טוב שני »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:13 am

פון ר' פנחס מקאריץ, אומר אחטא, אבער דאך יעצט, ואשיב אין מספיקין, אין ספק, שבידו לעשות תשובה
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 67

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך בן שמחה »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:17 am
בן שמחה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:03 am
צייטווייליג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:23 pm

דא שטייט לדעתי געוואגטע ווערטער וואס דארף ווערן געמאסטן און געוואויגן וויאזוי דאס צו לערנען און אנקוקן.

מסורת ישראל איז די יסוד היהדות און די קבלה דור אחר פשוטע תורת הנגלה וואס אלע גדולי עולם האבן אליינס געלערנט און מנחיל געווען מדור לדור פון מעמד הר סיני, אט דאס איז דער יסוד היסודות וואס דעפינירט א איד און זיינע חיובים און גלויבונגען.

וואס באדייט א צדיק אין פאל וואס ע”פ נגלה איז ער א פשוטער מענטש? וויאזוי צו נעמען אומפארשטענדליכע דיבורים פון א צדיק? וויאזוי צו קוקן אויף מחלוקת פון צדיקים, קעגנגעזעצטע מיינונגען מקצה אל הקצה? וויאזוי צו נעמען ווערטער פון צדיקים אין די געציילטע פעלער וואס סאיז בהכרח נישט אין איינקלאנג מיט די פריערדיגע ראשונים? דאס אלעס איז א גאר דעליקאטע נושא, און כללים וועלכע טראסקענען אוועק אונזערע אלע פריערדיגע רבי’ס און זייער מסורה ביז מעמד הר סיני איז נישט זייער הילפבאר.. אויב עפעס אזא שניט ברענגט צו אסאך שווערערע תמיהות און פאטענציאלע חורבנות ברוחניות.

הכו”ח צייטווייליג ד”ע
גארנישט מיט חסידות,
די ענין פון צדיקים זאלן טון פאר רשעים שטייט קלאר אין די תורה אנגעהויבן פון אברהם אבינו ביי סדום און בפרט ביי משה רבינו, ביי דוד לגבי אבשלום, ועוד ועוד אין אלע ספה''ק,
אין זוהר שטייט עס גאר שטארק, גראדע אין תיקוני זוהר שטייט אז דאס וואס שטייט אז ''והוא מחולל פשעינו'' גייט ארויף אויף די רעיה מהימנא משה רבינו וואס וועט אין די לעצטע גלות ליידן פאר די בינונים וואס טוען 'נישט' תשובה! און גאר אינטערעסאנט איז אז עס שטייט טאקע לגבי ראש השנה אז ער גייט פועל'ן אז די גאולה זאל נישט זיין ר''ה וואס סאיז שורה דינים וכו' (דף נ''ה ע''א ע''פ מתוק מדבש)
גמרא מפורשת במס' יומא פ''ו יחיד ששב מוחלין לו ולכל העולם כולו.
סוכה דף ? רשב''י יכול לפטור העולם מן הדין, ועיי''ש בגליון הש''ס מרעק''א שמציין שם ברייתא נפלאה באבות דר' נתן.
וכן תמצא הרבה מאוד מאוד מאמרי חז''ל כעין זה נפוצים באגדה ובמדרשים
ביי מיך איז קלאר אז ר’ נחמן האט גערעדט בעיקר פון תשובה טון, און מען זעהט עס ממש בחוש פאר ווער סוויל זעהן, אבער מען קען נישט זיך אויפשטעלן שרייען אויף א זאך וואס איז קלאר געווען ביי כלל ישראל אז א צדיק קען א טובה טון ברוחניות בזה ובבא,
אודאי דארף מען פארשטיין וויאזוי דאס גייט מיט בחירה און שכר ועונש אבער דאס דארף מען מסביר זיי נישט רעדן באופן ליצנות,
איך מיין אז ווען סנישט ברסלב וואלט ער דאס נישט געטאן, נעקסטע וואך וועל איך געבן א שיעור פונקטליך פארוואס כך וכך יוצאים פון ס****לע ישיבה טוען די עבירה און פארוואס אזא פראצענט פון ס***א קהילה פאלן אוועק און אודאי וויל דאס נישט זייערע רבי’ס נאר זיי פארשטייען נישט גוט וכו’ וכו’
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך יום טוב שני »

בן שמחה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:31 am

ר' נחמן זאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר געבען פרוטה לצדקה און וועט זיך פארנעמען אז מהיום והלאה וועט ער זיין ערליך,

נאר וואס צוצוקומען צו ריכטיגע חרטה אמתע הירהירי תשובה און ווער רעדט נאך פון מתקן זיין די אלע פגמים וואס איז ידוע אז דאס איז נישט במציאות ובפרט פאר אזא שוואכע דור, דא קומט די הבטחה,

אז ער וועט זיך לייגן און די לענג אין די ברייט עם צו טהון א טובה מיט די פיאות וועל איך אים פונעם שאול תחתית ארויסנעמען

אז מען פארקויפט האלבע און נישט קלארע זאכן האט מען קשיות
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך נקודות טובות »

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו:
ווער עס טוט אן עבירה גייט באשטראפט ווערן פאר דעם.
און ווער עס גלייבט נישט אין דעם, איז אן אפיקורוס, און עס איז א מצוה אים פיינט צו האבן!
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 573
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 750

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך מאטאווירט »

עס איז דאך דא אזא זאך א צדיק זאל קענען א טובה טון פאר א זינדיגע נשמה, און אז רבי נחמן האט אזוי געזאגט גלייב איך אז ער איז געשטאנען אונטער זיינע ווערטער!

נישט אויסמישן מיט דאס אז פורקי עול יאווען זיך ליידער דערויף, און פון דעם רעדט ר’ יחזקאל.

נישטא קיין סיבה אן עכטער ברסלבער חסיד זאל פילן געטראפן דערפון.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 57

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך בעריש סגל »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:55 am אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו:
ווער עס טוט אן עבירה גייט באשטראפט ווערן פאר דעם.
און ווער עס גלייבט נישט אין דעם, איז אן אפיקורוס, און עס איז א מצוה אים פיינט צו האבן!
וועלכע פון די תרי"ג האט איר ארויסגענומען בכדי צו האבן פלאץ פאר די מצוה?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4390
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6729

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כקען נישט פארשטיין פארוואס חסידי ברסלב זאלן נעמען זיינע ווערטער שלעכט.

ער הייבט אן זייער קלאר: "רבי נחמן ציט ארויס, אין שום יאוש, די אלע זאכן, ס'האט א מקום, אבער ס'האט נישט קיין מקום. ס'ווערט גענוצט אויף נישט גוטע פלעצער".

ס'דא אזא מציאות, ביג טיים, און נאר פון דעם רעדט ער, נאר איבער זיי רעדט ער. ער רעדט בכלל נישט איבער די טויזנטער ברסלב'ע חסידים וואס פארן פשוט דאווענען ערליך צום אויבערשטן. כזע נישט דא וואס צו דרעשן בכלל...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך נקודות טובות »

בעריש סגל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:14 am
נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:55 am אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו:
ווער עס טוט אן עבירה גייט באשטראפט ווערן פאר דעם.
און ווער עס גלייבט נישט אין דעם, איז אן אפיקורוס, און עס איז א מצוה אים פיינט צו האבן!
וועלכע פון די תרי"ג האסטו ארויסגענומען כדי צו האבן פלאץ פאר די מצוה?
נישט מיינע ווערטער, דאס זענען ווערטער פונעם רמב''ם נאכן אוועקשטעלן די י''ג עיקרים.
וכאשר יאמין האדם אלה היסודות כולם, וְנִתְבָּרְרָה אמונתו בהם הוא נכנס בכלל ישראל. וּמִצְוָה לאהבו ולרחם עליו, וְלִנְהֹג עמו בכל מה שֶׁצִּוָּה השם יתברך איש לחבֵרו מן האהבה וְהָאַחֲוָה. ואפילו עשה מה שיכול מן העבירות מחמת הַתַּאֲוָה והתגברוּת הטבע הגרוע – הוא נענש כפי חטאיו, אבל יש לו חלק לעולם הבא. והוא מפושעי ישראל.

וּכְשֶׁנִּתְקַלְקֵל לאדם יסוד מאלה היסודות – הרי יָצָא מן הכלל וכפר בעיקר. ונקרא "מִין" וְ"אֶפִּיקוֹרוֹס" וְ"קוֹצֵץ בַּנְּטִיעוֹת". וּמִצְוָה לְשׂוֹנְאוֹ וּלְאַבְּדוֹ. ועליו נאמר (תהלים קלט כא): "הֲלוֹא מְשַׂנְאֶיךָ יד' אֶשְׂנָא, וּבִתְקוֹמְמֶיךָ אֶתְקוֹטָט".
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
יום טוב שני
פרישער באניצער
פאוסטס: 72
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:15 am
Location: Williamsburg
x 42

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך יום טוב שני »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:14 am כקען נישט פארשטיין פארוואס חסידי ברסלב זאלן נעמען זיינע ווערטער שלעכט.

ער הייבט אן זייער קלאר: "רבי נחמן ציט ארויס, אין שום יאוש, די אלע זאכן, ס'האט א מקום, אבער ס'האט נישט קיין מקום. ס'ווערט גענוצט אויף נישט גוטע פלעצער".

ס'דא אזא מציאות, ביג טיים, און נאר פון דעם רעדט ער, נאר איבער זיי רעדט ער. ער רעדט בכלל נישט איבער די טויזנטער ברסלב'ע חסידים וואס פארן פשוט דאווענען ערליך צום אויבערשטן. כזע נישט דא וואס צו דרעשן בכלל...
ווייל ער זאגט נישט אז דאס האט ר' נחמן נישט געמיינט, ער שטעלט זיך ארויס ווי ער פרעגט אפ דעם געדאנק אז ר' נחמן קען עפעס אויפטהון, איך וואלט גיפרעגט א קשיא, אפשר איז א חלק פונעם דיעל אז ער שטורעמט אויף די נשמה תשובה צו טהון אויף די וועלט, ווער האט אפגעמאכט אז מען רעדט פון איינעם וואס שטארבט אן א תשובה און ר' נחמן גייט אים סתם ארויסנעמען נאר דעמאלט, אדרבה פרעג איינעם וואס גייט אהון וועגן דעם ענין, אויב ער האט נישט געפילט אז ער וויל תשובה טהון, יא יא סקען זיין אז אונז וויל מיר אים נאך נישט אננעמען ווייל אונז זעמיר נישט אינדרויסן צו סאך טשענדזש, אבער דאס איז דאך זיין חידוש קום צו טון, הייב אן אביסעלע און דער צדיק וועט ארבעטן אויף די איבערגע ער האט זיך דאס אינטערגענומען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4390
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6729

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אטע דא איז דער דינער בענדל.

וויבאלד מען נעמט דאס אן ווי דו שרייבסט אז רבי נחמן וועט שוין משפיע זיין אויף די נשמה וכו', ווערט א נערעטיוו ביי די שרירית-לבי'ניקעס אז מ'דארף בלויז "פארן אויף אומאן" און גארנישט מער! די איבריגע וועט דער רבי טון! ליעוו איט פאר הים ענד לעט מי ליוו!

און אזוי זענען דא הונדערטער וואס טוען כל עבירות שבתורה רח"ל, און גייען אן מיט דעם פארדראגטן לעבן ווייל "רבי נחמן גייט מיר שוין קעיר נעמען / מאכן תשובה טון / אנכאפן ביי די פיאות / וואטעווער".
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך פרייליך »

זאגסט ממש גאר שטארקע רייד
די פראגע איז וויאזוי אזא אפיציעלע בימה ווי די צענטראל סאטמארע ביהמ"ד פון קהילת מהר"א האט געגעבן א פלאטפארמע פאר אזא טעמע עס איז זייער א דרייסטע אקט

[איך בין נייגעריג צו אין אידיש וועלט וואלט אזא שטורעם אמאל געקענט אנגיין אזוי שיין דיסקוסירט צו ווערן אהנע מעקערייען פון אלע זייטן]
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך נקודות טובות »

פרייליך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:07 am זאגסט ממש גאר שטארקע רייד
די פראגע איז וויאזוי אזא אפיציעלע בימה ווי די צענטראל סאטמארע ביהמ"ד פון קהילת מהר"א האט געגעבן א פלאטפארמע פאר אזא טעמע עס איז זייער א דרייסטע אקט
וואו האסטו געוואלט ער זאל רעדן, אויף וואצעפ?
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 331

Re: רבי יחזקאל שניידט שטיקער: פאָר קיין אומאן, אבער אָן תשובה איז דא גיהנום!...

פאוסט דורך פרייליך »

יום טוב שני האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:49 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 8:14 am כקען נישט פארשטיין פארוואס חסידי ברסלב זאלן נעמען זיינע ווערטער שלעכט.

ער הייבט אן זייער קלאר: "רבי נחמן ציט ארויס, אין שום יאוש, די אלע זאכן, ס'האט א מקום, אבער ס'האט נישט קיין מקום. ס'ווערט גענוצט אויף נישט גוטע פלעצער".

ס'דא אזא מציאות, ביג טיים, און נאר פון דעם רעדט ער, נאר איבער זיי רעדט ער. ער רעדט בכלל נישט איבער די טויזנטער ברסלב'ע חסידים וואס פארן פשוט דאווענען ערליך צום אויבערשטן. כזע נישט דא וואס צו דרעשן בכלל...
ווייל ער זאגט נישט אז דאס האט ר' נחמן נישט געמיינט, ער שטעלט זיך ארויס ווי ער פרעגט אפ דעם געדאנק אז ר' נחמן קען עפעס אויפטהון,
ח"ו ער איז נישט איין רגע מערער חלילה אין די גרויסקייט פון דעם צדיק און פון זיינע הייליגע דיבורים
ער שטעלט נאר אוועק די יסודות האמונה וואס דאס איז זייער קלאר איידער מען גייט צו צו פארשטיין די דברי הצדיק, וואס חלילה אויב איינער איז אויף דעם מערער איז ער נישט אויסגעהאלטן אין די עיקרי אמונה
נאך וואס מען איז קלאר אין דעם קען מען צוגיין מסביר זיין וואס די צדיק האט געמיינט צו זאגן מיטן קומען אויף אומאן

די התעוררות וואס דארט קומט פאר ביי די סליחות ערב ראש השנה צופרי איז עפעס ממש העכער די נארמאלע מענטשליכע באגריף ווי גאר גאר שוואכע קענען עפענען זייערע הערצער מיט חרטה און געפיל צו וועלן זיך אומקערן צום ריכטיגן וועג, אויב ניצן עס די שוואכע זיך אנצוכאפן און צוריקומען מיט די ריכטיגע גדרי התשובה צום ריכטיגן וועג איז דען א ספק וואס די כח פינעם צדיק איז דארט?
שרייב פאוסט